נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

הכל הבל האט געשריבן:מען האט איצט דורכגעפירט די אפיציעלע סענאט פאטאגראפיע און דער פאטגראפירער האט פארפעלט אריינצוכאפן סענאטאר האולי אינעם בילד צוליב וואס ער איז געווען אפגערוקט צו די לינקע זייט
דער פאטאגראפירער האט געפרעגט האולי אויב ער קען זיך רוקן אביסל מער צו רעכטס.. דער גאנצער ציבור האט אויסגעשאסן אין א געלעכטער..

:lol: :lol: :lol:
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40157
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מארגן דאנערשטאג וועט די סענאט ענערגיע קאמיטע שטימען אויף די נאמינאציע פון טרעיסי סטאון-מענינג אנצופירן מיט די BLM

דעמאקראטן און רעפובליקאנער האבן איטליכער 10 מיטגלידער אויפן קאמיטע און אויב די אפשטימונג וועט זיך טאקע שפאלטן אויף האלב וועט מאיאירטעט פירער שומער מוזן פארלאנגען אן אפשטימונג פונעם פולן סענאט אויף די פראגע צו מען זאל באפרייען די אפשטימונג פון די קאמיטע.

גענוי ווי @הבל האט פארגעשאצט.

קאמיטע יעצט געשטימט אויף פארטייאישע ליניע איר צו יא/נישט באשטעטיגן.

נאמינאציע וועט יעצט אריבערגיין צום פוךן סענאט פאר א באפרייאונגס אפשטימונג.

וואס האט BLM מיט די סענאט?
אפשר עמעראצית?

אלעקסיי האט נישט אפירגעברענגט די פולע ציטאט צוליב איר לענג און האט בלויז ציטירט די טייל וואס איז רעלעוואנט צו זיין תגובה אבער אז דו פרעגסט וועל איך עס אראפברענגן און דארט וועסטו געפונען דעם ענטפער צו דיין פראגע

הכל הבל האט געשריבן:מארגן דאנערשטאג וועט די סענאט ענערגיע קאמיטע שטימען אויף די נאמינאציע פון טרעיסי סטאון-מענינג אנצופירן מיט די BLM

ניין, מען רעדט נישט פון די בלעק לייווס מעטער באוועגונג נאר פון די ביורא אוו לאנד מענעדזשמענט אינערהאלב די אינטעריאר דעפארטמענט

סטאון-מענינג איז א לאנגיעריגע ענווייראמענט עקספערט וועלכע טרייבט זארג ביי רעפובליקאנער און שטיצער צו פון ערלויבן פובליק לאנד באנוץ פאר פאר פריוואטע דעוועלאפמענט אז זי וועט זיי שטיין אין וועג

סטאון-מענינג האט געארבעט אלץ געהילף פאר מאנטאנא סענאטאר דזשאן טעסטער און געווען די שטאב הויפט פארן געוועזענער גאווערנאר סטיוו בולאק און אויך אנגעפירט מיט די סטעיט'ס ענווייראמענט אגענטור וואו זי האט זיך ערווארבן א רעפוטאציע פון צוזאמברענגן ענוייראמענטאליסטן מיט רענטשערס און פאסיל פיועל אינטערעסן

רעפובליקאנער אויפן קאמיטע זענען אבער אומרואיג מיט איר אויסוואל און האבן זיך פאראייניגט אקעגן איר און געפונען אן אוסרייד צו באקעמפן איר נאמינאציע שרייבנדיג צו פרעזידענט ביידען אז ער זאל צוריקציען פון די נאמינאציע ווייל זיי וועלן אלע שטימען אקעגן איר

די באשולדיגונג גייט צוריק צו 1989 למספרם ווען זי איז א געווען א 23 יעריגע סטודענט גראדואירט פון א קלאס איבער ענווייראמענט שטודיעס און עטליכע פון אירע באקאנטע זענען דאן געווארן אנגעקלאגט פארן אריינשיסן 500 פונט פון מעטאל און נעגל און ביימער און אן איידעהאו וואלד, א טאקטיק וועלכע מענטשן פלעגן טוהן אין יענע צייט אין א פארזוך צו פארהאקן די אפעטיט פון בוימער שניידער אפצוזעגן די בוימער און נוצן די האלץ פאר בוי ארבעט

די טאקטיק איז גענוצט געווארן דורך אקטיוויסטן וועלכע האבן געוואלט אז די בוימער זאלן פארבלייבן און מיטן אריינשיסן אייזערנע געגנשטאנדן דערין האט עס געפירט צו דעם אז די זעג וועלכע איז גענוצט געווארן שפעטער צו שניידן די בוימער האט זיך אנגעשטאלפערט אין די נעגל און זיך צובראכן און

עס איז געקומען צו א פונקט וואו די אינצידענטן פון די איינגעפלאנצטע בוימער מינעס זענען ארויס פון קאנטראל און טייערע מאשינאריע זענען געגאנגען א גאנג און אפילו געפירט צו פעלער וואס ארבעטער זענען שווער געשעדיגט געווארן דערפון און די רעגירונג האט פארבאטן די סארט נעגל בוימער אקטיוויטעט

צוריק צו סטאון-מענינג זענען אירע פריינט ווי געשריבן געווארן אנגעקלאגט אין פארלעצן די געזעץ און סטאון-מענינג האט איז נישט געווארן אנגעקלאגט נאך באקומען אימיוניטעט פון פראקורארן נאכן איינגיין אויפצוטרעטן אלץ עדות אין די פראצעס

זי האט נאכאנאנד געלייקנט אז זי זאל האבן געשפילט סיי וועלכע ראלע (אויסער איבערטייפן א בריוו וועלכע איר פריינט האט געהאט געשריבן צו די פארעסט סערוויס ווי ער בעהטן אז זיי זאלן אפשטעלן די בוימער שניידן פראיעקט און עס ארויסגעשיקט אויף יענעם'ס ביטע זאגנדיג שפעטער אז זי איז דאן געווארן געווארן פון זייערע אקציעס און געווען שאקירט) אבער רעפובליקאנער זאגן אז פרישע אינפארמאציע פון פארמישטע אין יענע אינצידענט צייגן אז האט פארפירט סענאטארן און אז זי איז געווען מער פארמישט ווי זי שטעלט פאר

לעצטע וואך האט א רעטייערטע פארעסט סערוויס אויספארשער געשיקט א בריוו צו געזעצגעבער שרייבנדיג אז זי איז דאן געווען א ספעשל אגענט אויף די קעיס און אז ארגינעל איז סטאון-מענינג געווען אומקאאפערירנד מיט די אויספארשונג און זי האט אין פאקט ערהאלטן א ווארענונג וועלכע האט אנגעדייטעט אז זי קען מעגליך ווערן אנגעקלאגט אין פארבינדונג מיטן קעיס און בלויז נאכך וואס איר אדוואקאט האט אויסגעהאמערט די אפמאך פאר אימיוניטעט אין אויסטויש פון איר עדות אויפטריט איז זי איינגעגאנגען מיטצוארבעטן מיט די אויספארשער


רעפובליקאנער באשולדיגן אז איר קאטערגארישע לייקענען אויף די פראגע אויב זי איז סיי ווען געווען די ציהל פון א קרימינאלע אויספארשונג איז געווען א ליגן

איינע פון די צוויי וועלכע זענען דאן געפונען געוארן שולדיג און באקומען טורמע נאך די עדות פון סטאון-מענינג אקעגן אים האט איר פארטיידיגט זאגנדיג אז זי איז נישט געווען טייל דערפון נאר געווען א מעסיגע שטימע צווישן אירע פריינט און אקעגן ווידע שטיק זאגנדיג אז טראץ די קעגנערשאפט צו שניידן ביימער דארף מען געדנעקן אז די שניידער האבן אויף פאמיליעס און מען קען נישט שטעלן זייערע לעבנס אין ריזיקע

דעמאקראטן און רעפובליקאנער האבן איטליכער 10 מיטגלידער אויפן קאמיטע און אויב די אפשטימונג וועט זיך טאקע שפאלטן אויף האלב וועט מאיאירטעט פירער שומער מוזן פארלאנגען אן אפשטימונג פונעם פולן סענאט אויף די פראגע צו מען זאל באפרייען די אפשטימונג פון די קאמיטע

מען האט נישט געוואסט ביז איצט וואו אזוי סענאטאר מענשין וועט שטימען אויף די נאמינאציע אבער נעכטן נאכמיטאג האט ער קלארגעשטעלט אז נאכן איבערקוקן די רעקארד און באשולדיגונג האט ער באשלאסן איר צו שטיצן וואס באדייט אז אפילו אויב אלע רעפובליקאנער זאלן שטימען אקעגן איר וועלן דעמאקראטן באווייזן איר צו באשטעטיגן מיט די הילף פון וויצע פרעזידענט העריס

די סענאט גייט איצט שטימען צו באפרייען די נאמינאציע פון קאמיטע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40157
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קעין זאגט אז ער האלט אז מענשין וועט מיטאבעטן מיט זיין פארטיי איבער די בודזשעט רעזאלוציע ווייל ער גלויבט נישט אז דזשאו וועט באשטראפן דעמאקראטן און אזוי אויך זיין אייגענע סטעיט
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

איז געווען היינט פרישע אנטוויקלונגען איבער די הינקעדיגע אומפארטייאישע אינפראסטרוקטור ביל?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40157
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

האלצשטיין האט געשריבן:איז געווען היינט פרישע אנטוויקלונגען איבער די הינקעדיגע אומפארטייאישע אינפראסטרוקטור ביל?

אביסל אראפצוה איז דא עטליכע קאמענטארן דערוועגן פון סענאטארן
שפעטער אין טאג האבן ביידע פארטייען דיסקוסירט די פלאן ביי זייערע מיטאג פארברענגן און ארבעט זעצט פאר פון הונטער די קוליסן
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

סאו דערווייל זעהט אויס עס וועט זיין א שבת התוועדות, הבל קענסט מיר שאפן א זיץ די בעסטע וואלט געווען נעבן דיר.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

קרוז איז יעצט אנגעקומען צום סענאט...

ער זאגט אז מען האט אים געשלעפט צו א וויכטיגע אפשטימונג אין מיטן שפילן בעסקעט באל..

IMG_20210727_174515.jpg
IMG_20210727_174515.jpg (304.63 KiB) געזען 487 מאל
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

זעהט אויס ער קומט גראד פון קאנקון.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40157
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ר' זעקל האט געשריבן:סאו דערווייל זעהט אויס עס וועט זיין א שבת התוועדות, הבל קענסט מיר שאפן א זיץ די בעסטע וואלט געווען נעבן דיר.


:grin:
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40157
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קאלינס זאגט אז זי איז אומבאזארגט איבער ווי אזוי די קאנגרעסיאנאלע בודזשעט אפיסס שאצט אפ די קאסטן פון די אומפאר אינפרא
זי ווייזט אן אז גענוי ווי די 2017 למספרם שטייער רעפארם ביל וועט אויך די ביל זיך זעלבסט דעקן אינעם לענגערן טערמין
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40157
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קעסידי באשטעטיגט אז די בראודבענד רעגולאציעס, ריינע וואסער פאנדינג אישוס זענען נאכנישט געלעזט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40157
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קענעדי איבער די היינטיגע סעלעקט קאמיטע פארהערן: איך האב עס נישט מיטגעהאלטן
בלויז ווייל זי (פעלאסי) גלייכט די דראמא מיינט נישט אז איך מוז עס מיטהאלטן
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

הכל הבל האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:איז געווען היינט פרישע אנטוויקלונגען איבער די הינקעדיגע אומפארטייאישע אינפראסטרוקטור ביל?

אביסל אראפצוה איז דא עטליכע קאמענטארן דערוועגן פון סענאטארן
שפעטער אין טאג האבן ביידע פארטייען דיסקוסירט די פלאן ביי זייערע מיטאג פארברענגן און ארבעט זעצט פאר פון הונטער די קוליסן

שכח.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מעקארטי אראפגענומען אלע זעקס רעפובליקאנע פון די 'עקאנאמישע אומגלייכקייט און יושר אין וואוקס' סעלעקט קאמיטע.

דאס איז געקומען אין די צייט וואס פעלאוסי האט וועטאירט צוויי רעפובליקאנע צום יאנואר 6 סעלעקט קאמיטע.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

סענאטארן אויף די אפראפריעישאנס קאמיטע האבן זיך פארגליכן אויף א 2 ביליאן ספענדינג פעקעזש צו פינאנצירן די קעפיטאל פאליציי און די נעשאנעל גארד.

מאיאריטעט פירער שומער זאגט אז ער וויל נאך אדורכפירן די ביל דעי וואך.
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום דאנערשטאג יולי 29, 2021 3:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

סאורסעס אינערהאלבן סענאט זאגן אז מזאל זיך גרייטן אז ס'קומט "מעגליך" א דיעל היינט.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40157
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

כאפצעם האט געשריבן:סאורסעס אינערהאלבן סענאט זאגן אז מזאל זיך גרייטן אז ס'קומט "מעגליך" א דיעל היינט.

עס איז וואר אז מען הערט איבער פרישע אפטימיזם אבער מען וועט דארפן ווארטן צו זעהן צו עס פירט ערגעץ אדער איז עס בלויז די אפטימיזם בעפאר די פעסימיזם
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40157
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פארטמאן זעצט פאר צו פארהאנדלען אוןזאגט אז עס איז פיל באקוועמער זיך אריינצוקוועטשן אויף די עקסטרעם רעכטע אדער לינקע ווינקלען און רעדן נעגאטיוו ווי צו פאקטיש טוהן ביזנעס און אויסהאמערן בילס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40157
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קאנגרעסמאן דעפאזיא (ד) באצייכנט די ביל אלץ מיסט און רופט אן די גענג פון סינעמא, קאלינס און פארטמאן "די דריי רעפובליקאנער"
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40157
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מעקאנעל גרייט זיך צו לופטערן איין מינוטיגע רעקלאמעס פון געלט אויפגעטריבן דורך זיין ווידערערוויילונג קאמפיין אויף אריבער 100 ראדיא סטאנציעס לענגאויס קענטאקי אין די קומענדיגע טעג ארויסצוהויבן און שטופן וואקסינאציע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40157
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מענענדעז (ד) און ריש (ר) שטעלן בלאקאדא אויף אטאקע העליקאפטער פארקויף פאר ניגעריע צוליב זארגן איבער יומען רעכט פארלעצונגען
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40157
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

שומער זאגט אז ער טראוועלט ווייטער ארום לענגאויס ניו יארק סיטי מיט א ביציקל אין אן העלמעט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40157
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דורבין אנערקענט איצט אז עטליכע דעמאקראטן צעגערן מיט די נאמינאציע און האבן קאלטע פיס פאראויסצוגיין
די לעצטע מאל וואס דעמאקראטן האבן באשטעטיגט עימיצן צו די פאזיציע האבן זיי זיך אויך געמוטשעט צו שאפן גענוג שטיצע און געדארפט אפן האלטן די אפשטימונג פאר עטליכע שטונדן
פאר ווער עס געדענקט האבן זיי דאן אויסגעווארט די לאנדונג פון דאן סענאטארשע הייטקעמפ פון צפון דעקאטע וועלכע האט זיך נישט גוט געשפורט אבער מען האט איר אריבערגעברענגט מוזנדיג צוקומען צו איר שטימע

האסאן איז א יא

מורפי זאגט אז מען קען ערווארטן אן אפשטימונג אין געציילטע טעג און אז עס וואלט געווען א געשאנק פאר די גאן לאבי אראפצוקניידלען די נאמינאציע

קינג זאגט אז ער איז נאכנישט זיכער אויב טשיפמען איז גרייט פאר די דזשאב

מענשין ווייטער אומבאשלאסן
קינג אנטזאגט זיך צו קאמענטירן איבער זיין שטעלונג
טעסטער האט נעכטן אויפגעברענגט די מעגליכקייט אז די נאמינאציע קען מעגליך ווערן צוריקגעצויגן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40157
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ראמני זאגט אז בארודבענד איז פארבליבן אלץ איינע פון די אישוס איבער וועלכע מען איז זיך נאכנישט דורכגעקומען

דעמאקראטן ווילן אריינשטעלן פראוויזיעס צו פארזיכערן אן עפארדעבל מארקעט אבער רעפובליקאנער זענען באזארגט אז עס וועט עפענען א טיהר צו רעגולירן די ראטעס וועלכע פירמעס קענען רעכענען
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

א דיעל ווערט גאר הייס, שומער פלאנירט שוין א מעגליכע וואוט אויף היינט ביינאכט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”