נייעס און אלעס ארום מר. עלאן מאסק

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

ווען איך זאג חידוש מיין איך "רעלעטיוו".
דו זאגסט בעצם די זעלבע פון מיר, איך ווייס אויך אז במציאות האט ער שוין בפועל פראדוצירט און פארקויפט די מערסט פארגעשריטענע עלעקטערישע קארן וכו' אבער מיין נקודה איז אז דא זענען דא א גוטע פאר ערוואקסענע קאמפעניס וואס גייען אים לכאורה שטעלן אין שאטן גאר גרינג נאר זיי זענען נישט קיין איבער געאיילטע פאציענטן און זיי ברענגען נישט קיין רויע מעשיות צום טיש.

בנוגעה ספעיס עקס,
אויב וועט ער זיך האלטן צו פראדוצירן ראציאנאלע זאכן הער איך וואס דו רעדסט. אבער אויב וועט ער פארשווענדן זיין פינעף אין צוואנציג ביליאן דאלער צו אויספארשן די מארס דאן איז ער אויף געהאקטע צרות.
און בכלל וואס איז די מענטשהייטס עתיד אין די הויעכע ספערן? ארויספארן פון די סאלאר סיסטעם???? וואוינען אויף די פריזינג-בריעדיגע מארס????
ווי שרייבט יענער #משוגה מעטארע כי לעולם חסדו
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

טעסלא סטאק האט היינט צום ערשטן מאל אנגערירט די ציפער פון $420 א שעיר.

די נומער האט מאסק ארויסגעלייגט פאראיאר אין זיין באקאנטן "פאנדינג סעקיורט" טוויט, וואס האט אים אנגעמאכט פיל פראבלעמען פערזענליך, און פאר די שעירהאלדערס האט עס געקאסט שווערע געלטער אין ווערד פארלוסטן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30748
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:טעסלא סטאק האט היינט צום ערשטן מאל אנגערירט די ציפער פון $420 א שעיר.

די נומער האט מאסק ארויסגעלייגט פאראיאר אין זיין באקאנטן "פאנדינג סעקיורט" טוויט, וואס האט אים אנגעמאכט פיל פראבלעמען פערזענליך, און פאר די שעירהאלדערס האט עס געקאסט שווערע געלטער אין ווערד פארלוסטן.

דאס איז געווען דאן... שוין געווען ביי אזוי הויעך ווי $594! (יעצט איז ער $566)

זיי זענען איבערגעשטיגן וואלקסוואגאן און זענען יעצט דער צוויי-מערסט-ווערטבארער קאר קאמאפני (נאר אונטער טאיאטע, און דער ערשטער US קאמפאני צו דערגרייכן דער נומער)! זיי זענען איבער 100 בעלאונעס ווערד.

100 ביליאן איז "א נומער" ביי זיי, ווייל דאס איז דער ערשטער מיילשטיין אין דער עמפלאומענט אגרימענט פון הרב אילן מאסק. ער נעמט נישט קיין פעיטשעק נאר באקומט בלויז באונעסעס לויט דער קאמפאני'ס פערפארמענס. 1.69 מיליאן שערס פאר יעדע פופציג ביליאן קאמפאני ווערד (עס איז סימפלעפייד, אבער דאס איז דער בעיסיק פלאן), דאס מיינט כמעט א ביליאן טאלער ווערד לויט דער יעצטיגער סטאק ווערד!!!

--------
תיקון טעות. ער באקומט נישט די סטאקס outright, עס איז נאר אפשענס פון סטאק פאר $340. דאס הייסט אז ער קען באקומען 1.69 מיליאן שערס פאר ארום זעקס הונדערט מיליאן, און לויט דער יעצטיגער ווערד איז עס עכט ווערד א ביליאן, סאו ער בלייבט מיט א פראפיט/פעי פון אזא פיר הונדערט מיליאן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

טעסלא מער ווי 100 ביליאן דאלער ווערד


tasle.jpg
tasle.jpg (28.85 KiB) געזען 2176 מאל


קאליפארניע – טעסלא'ס שעירס זענען שטארק געשטיגן אין די לעצטע עטליכע טעג, ברענגענדיג אז די פירמע'ס געשאצטע ווערד אויפ'ן סטאק מארקעט זאל אריבערגיין די הונדערט ביליאן דאלער צייכן. די שעירס האבן זיך געטריפלט זינט מאי צוליב פארשידענע פאזיטיווע אנטוויקלונגען מיט דער פירמע, און אין די לעצטערע טעג נאכמער, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אויסגעלויבט איר גרינדער עלאן מאסק און די ספעיס און ראקעט אויפטוען פון טעסלא. די וואוקס פון טעסלא באדייט פאר מאסק פערזענליך אז ער וועט באקומען סטאקס אין ווערד פון 370 מיליאן דאלער.


פון ד.ד.א
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

איך האב א טעאריע אז די גאנצע פלאפ מיט זיין נייעם קאר איז געווען אויסגעפלאנט,

איך בין דער איינציגסטער?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30748
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

א גולם האט געשריבן:און אין די לעצטערע טעג נאכמער, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אויסגעלויבט איר גרינדער עלאן מאסק און די ספעיס און ראקעט אויפטוען פון טעסלא.

אזאנע שטותים וואס די חברה שרייבן... קודם כל טעסלא מאכט נישט קיין ספעיס און ראקעט אויפטונגען, דער פאקט אז ספעיס עקס איז אויך אונטער עלאן מאסק פירט ביידע מאכט נישט אז טעסלא זאל וועגן דעם וואקסן.
שיעלע בהמה האט געשריבן:איך האב א טעאריע אז די גאנצע פלאפ מיט זיין נייעם קאר איז געווען אויסגעפלאנט,

איך בין דער איינציגסטער?

יא ביסט דער איינציגסטער... :wink:

זעסט א פלאפ און שפעטער וואקסט די סטאק, זאגסטו "דער פלאפ איז געווען געפלאנט, און דער סטאק וואקסט וועגן דער פלאפ", ווען דער מציאות איז אז דער סטאק וואקסט וועגן דער קאמפאני ווייזט גאר א גוטע פיטשער און עס איז בעיסיקלי אנריעלעיטעד בכלל צו דער פיקאפ טראק אנאונסמענט (נישט מיט דער מעלה דערפון און נישט מיט דער פלאפ.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
יאסל קעניג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל קעניג »

הרב קנאפער, רוב מאל האלט איך ווי דיר!
אבער ס'איז קלאר אז די סייבערטראק אנאונסמענט האט אים געגעבן אסאך פובליסיטי, און די פלאפ האט עס פארשפרייט ווי ווילד פייער איבער די לאנד, סאו אטאמאטיש ברענגט עס אז אינוועסטירער קוקן טיפער אריין,
יעצט מיט אזא פאני מענטש (נדנ) ווי אילאן קען מען היבש שפעקולירן אז ס'איז יא געווען אויסגערעכנט...
נאכאלץ איזעס א טעאריע.. נאר נישט אזא ווייטע..
מלך שהשלום שלו
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30748
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

יאסל קעניג האט געשריבן:הרב קנאפער, רוב מאל האלט איך ווי דיר!
אבער ס'איז קלאר אז די סייבערטראק אנאונסמענט האט אים געגעבן אסאך פובליסיטי, און די פלאפ האט עס פארשפרייט ווי ווילד פייער איבער די לאנד, סאו אטאמאטיש ברענגט עס אז אינוועסטירער קוקן טיפער אריין,
יעצט מיט אזא פאני מענטש (נדנ) ווי אילאן קען מען היבש שפעקולירן אז ס'איז יא געווען אויסגערעכנט...
נאכאלץ איזעס א טעאריע.. נאר נישט אזא ווייטע..

אלמלי אז עס האט אים געברענגט פובליסעטי (און וואס האט געברענגט פובליסעטי פאר אלע זיינע אנדערע אנאונסמענטס?... עס איז אייביג הייסע נייעס, די איינציגסטע וואס האבן עס יעצט מער געזען און די וואס האלטן נישט מיט קאר אדער טעק נייעס און קוקן בלויז אינטערסאנטע ווידיאוס... ביסיידס די פוינט אז דער סייבערטראק כשלעצו איז גענוג ראדיקאל צו ברענגען פובליסעטי בכגדול.)

אבער דער נושא דא איז דער סטאק (איך האב עטליעסט פארשטאנען אז דאס האט שיעלע גערעדט פון), און דער לעצטער סיבה פארוואס די סטאק באאמט יעצט איז וועגן דער סייבערטראק בכלל און וועגן דער פענסטער פלאן בפרט! עקטשועלי נאכן אנאונסמענט איז דער סטאק געפאלן א 20-30 פונקטן. עס איז פשוט דא גאר גוטע נייעס אין דער קאמפאני (ווי אויך די פאקט אז די שארט סעלערס זעען זיך אין צרות ווייל עס קוקט אויס ווי עס גייט נאר וואקסן) אויף גאר אסאך פראנטן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
יאסל קעניג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל קעניג »

גערעכט, אבער לאמיר נישט פארגעסן, יעדע סטאק וואס באאמט קומט פון אינטערעסע פונעם המון ים, און אינטערעסע איז געשאפן געווארן אין הויכע שטאפלן ביים אנאונסמענט פונעם פלאפ,
מלך שהשלום שלו
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

יאסי געשטעטנער האט א לענגערע הסבר פארוואס די טעסלא סטאק איז אזוי שטארק ארויפגעגאנגען. בקיצור זאגט ער אז דאס איז צוליב דעם וואס אסאך מענטשן האבן געשארט דעם סטאק און זענען געצווינגען יעצט צו קויפן דעם סטאק צו קענען באצאלן זייער סטאקס איידער עס גייט נאך מער ארויף.

https://www.yiddish24.com/news/97/13219 אנגעפאנגען פון 45 סעקונדעס אריין אין דעם רעקארדינג.
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30748
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פארשער האט געשריבן:יאסי געשטעטנער האט א לענגערע הסבר פארוואס די טעסלא סטאק איז אזוי שטארק ארויפגעגאנגען. בקיצור זאגט ער אז דאס איז צוליב דעם וואס אסאך מענטשן האבן געשארט דעם סטאק און זענען געצווינגען יעצט צו קויפן דעם סטאק צו קענען באצאלן זייער סטאקס איידער עס גייט נאך מער ארויף.

https://www.yiddish24.com/news/97/13219 אנגעפאנגען פון 45 סעקונדעס אריין אין דעם רעקארדינג.

דאס איז אוודאי ריכטיג, אבער וואס האט געמאכט דער "איידער עס גייט נאך מער ארויף"?... דהיינו, דער סטאק האט שטארק געוואקסן פלוצלונג צוליב די גוטע נייעס און אוטלאאק.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

שיעלע בהמה האט געשריבן:להבהרה בעלמה
היינט צוטאגס איז שוין נישטא מער אין די מעדיצינישע לעקסיקאן אזא זאך ווי adhd סאיז נאר דא add.

פונקט קאפויער.

זיין דעפרעסיע איז בס"ה די לאו ווען ער קומט אראפ פון זיין היי... בקיצור ער איז א ביי-פאולער מיט אלע קאלירן.

איך ווייס נישט וועלכע דייאגנאסיס אים צו געבן, ער אליין זאגט אז ער וויל נישט זיין דער פערזאן וואס ער איז, עס איז אים צומאל ביטער אויפן הארצן.

א בעל דמיון איז ער אבער נישט! אויב איינער באווייזט אויסצופירן זיינע חלומות מכח אל הפועל גייט ער ארויס פונעם גדר פאנטאזירער.

און ניין, קיינער, קיינער האט נישט באוויזן צו טאן וואס מאסק האט.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

שיעלע בהמה האט געשריבן:
בנוגעה ספעיס עקס,
אויב וועט ער זיך האלטן צו פראדוצירן ראציאנאלע זאכן הער איך וואס דו רעדסט. אבער אויב וועט ער פארשווענדן זיין פינעף אין צוואנציג ביליאן דאלער צו אויספארשן די מארס דאן איז ער אויף געהאקטע צרות.
און בכלל וואס איז די מענטשהייטס עתיד אין די הויעכע ספערן? ארויספארן פון די סאלאר סיסטעם???? וואוינען אויף די פריזינג-בריעדיגע מארס????
ווי שרייבט יענער #משוגה מעטארע כי לעולם חסדו

ער האט געעפענט ספעיס עקס בלויז פארן סיבה צו קלעטערן דארט אויבן, ראציאנאלע זאכן קימערן אים נישט, ער טוט עס בלית ברירה ווייל ער דארף געלט, ''ספעיס עקס'' מיינט עקספלארירן ספעיס.

אויב פירט ער עס אויס, איז ער קיין בעל דמיון נישט, ער האט פשוט אנדערע אינטערען פון מיר און דיר.

ער איז מיט די אינטערעסן פון די חוקרים וואס ווילן עקספלארירן די יוניווערס בלויז פאר נייגעריגקייט אדער צו שפירן כאילו מען האט עפעס א שטיקל קאנטראל איבער די יוניווערס, דאס איז וואס האט געטריבן אריסטו און דאס איז וואס טרייבט אלע אסטראנאמערס, עס געבט כמעט גארנישט צו צו דיין טעגליכע ברויט און פוטער, עס איז בלויז נייגער און אינספיראציע.

מעגליך, יתכן אז אין יארן ארום וועט מען האבן נוצן דערפון, אזוי ווי מען האט היינט נוצן פון די עקספאדישענס פון קלאמבוס וכדו'

בני לביני האט מען זיכער הנאה פון די סעטעלייטס און אנדערע ספעיס סערוויסעס וואס ספעיס עקס שטעלט אהער.
זקן מלא רחמים.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:להבהרה בעלמה
היינט צוטאגס איז שוין נישטא מער אין די מעדיצינישע לעקסיקאן אזא זאך ווי adhd סאיז נאר דא add.

פונקט קאפויער.

יעצט אויפגעקוקט, מסכים,
אגב, מאנכע טענה'ען אז בעצם איז נאך יא דא אזא באגריף ווי אטענשאן דעפיציט אן קיין הייפערעקטיוויטי, אבער סווערט נאכאלס פאררעכנט אינעם קלאס פון adhd,
בקיצור ס"ה א חילוק אין נאמען.

אבער מיין עיקר נקודה איז געווען אז גאר אסאך מאל איז די יסוד פון די הייפערעקטיוויטי, אומסאביליטעט און מוד-סווינגס,
אז דו וועסט דורכליינען די בוכער פון ביי-פאולער און פון adhd וועסטו טאקע געפינען די זעלביגע מעדיצינען פאר ביידע עכ"פ אין גאר אסאך פעלער, בשעת ווען סיי וועלכע סטימיולעישן מעדעצינען קען זיין פאר זיי סם המוות.
לעצט פארראכטן דורך שיעלע בהמה אום דינסטאג יאנואר 28, 2020 6:29 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איך ווייס נישט וועלכע דייאגנאסיס אים צו געבן, ער אליין זאגט אז ער וויל נישט זיין דער פערזאן וואס ער איז, עס איז אים צומאל ביטער אויפן הארצן.

א בעל דמיון איז ער אבער נישט! אויב איינער באווייזט אויסצופירן זיינע חלומות מכח אל הפועל גייט ער ארויס פונעם גדר פאנטאזירער.

און ניין, קיינער, קיינער האט נישט באוויזן צו טאן וואס מאסק האט.

איך בין נישט מחולק מיט דעם, אבער א וואלקן קראצער אן קיין יסודות קען גאנץ מעגליך צוזאמענפאלן,
איך זאג נישט וואס ס'וועט זיין, ווייל קיינער ווייסט נישט וכ"ש איך.

מורא האבעך אז די גאנצע טעסלא מיט איר א"ג מילעיניום דזשעני, זענען א לופטיגע באלון.
די סטאקס ווערד באשטייט בס"ה פון ערווארטונגען, און נישט פון ערווארטונגען פון קיין געלערנטע נאר פון קאלידזש סטודענטן וועלכע שטיצן אים בלינדערהייט ווי אן עבודה זרה (א בחינה פון די טראמפיסטן), און א חלק סיבה פון זייער שטיצע קומט דערפון ווייל די עסטעבלישמענט איז קעגן אים... די קשיא איז נאר פארוואס איז די עסטעבלישמענט אזוי דערקעגן?
אוואדע האט ער שוין אויפגעטון אסאך, די פראגע איז נאר, קען נישט קומען מארגן א צווייטע קאמפעני און אים פארשטעקן? וואס איז די עתיד?

בנוגעה space x,
אז די מיליטער וועט זיך באנוצן מיט space x דאן וועט ער כאטש עפעס מאכן פון דארט, אבער יענץ האט גארנישט מיט טעסלא.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ער האט געעפענט ספעיס עקס בלויז פארן סיבה צו קלעטערן דארט אויבן, ראציאנאלע זאכן קימערן אים נישט,
ני ני, הוא אשר דברתי
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ער טוט עס בלית ברירה ווייל ער דארף געלט, ''ספעיס עקס'' מיינט עקספלארירן ספעיס,
ער איז מיט די אינטערעסן פון די חוקרים וואס ווילן עקספלארירן די יוניווערס בלויז פאר נייגעריגקייט אדער צו שפירן כאילו מען האט עפעס א שטיקל קאנטראל איבער די יוניווערס, דאס איז וואס האט געטריבן אריסטו און דאס איז וואס טרייבט אלע אסטראנאמערס, עס געבט כמעט גארנישט צו צו דיין טעגליכע ברויט און פוטער, עס איז בלויז נייגער און אינספיראציע.
סתירה מיני וביה, ער דארף יא געלט אדער נישט געלט?
די נפק"מ, אויב ער איז סתם א משוגה'נער אדער צו ער איז אויכעט א שלעכטן אינוועסטירער..

לעסט טיים א טשעקט איז קאלומבוס נישט רייך געווארן, מעיבי איים ראנג.

א שטיקל.. חילוק צווישן אים און אריסטו, ער פארשווענד ביליאנען דאלארן פאר לופט.. משא'כ אריסטו.

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אויב פירט ער עס אויס, איז ער קיין בעל דמיון נישט, ער האט פשוט אנדערע אינטערען פון מיר און דיר.

אז א דמיון ארבעט זיך אויס ווערט מען נישט אויס בעל דמיון, איינשטיין איז נישט געווען קיין בעל דמיון ער איז געווען א בעל סברה וועלכע האט עס מיט די צייט איבערגעוויזן אלס פאקטן, משא'כ אויב איך געמבל און איך געווינן,

איך פארשטיי נישט די "אינטערעסן" אין פארשווענדן די אייגענע פארמעגן פון ביליאנען דאלארן...
חוץ אויב די ציל איז ענדגילטיג, "דיך" צו מאכן אינוועסטירן אין זיינע סטאקס..
לעצט פארראכטן דורך שיעלע בהמה אום דינסטאג יאנואר 28, 2020 12:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30748
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שיעלע בהמה האט געשריבן:מורא האבעך אז די גאנצע טעסלא מיט איר א"ג מילעיניום דזשעני, זענען א לופטיגע באלון.
די סטאקס ווערד באשטייט בס"ה פון ערווארטונגען, און נישט פון ערווארטונגען פון קיין געלערנטע נאר פון קאלידזש סטודענטן וועלכע שטיצן אים בלינדערהייט ווי אן עבודה זרה (א בחינה פון די טראמפיסטן), און א חלק סיבה פון זייער שטיצע קומט דערפון ווייל די עסטעבלישמענט איז קעגן אים... די קשיא איז נאר פארוואס איז די עסטעבלישמענט אזוי דערקעגן?
אוואדע האט ער שוין אויפגעטון אסאך, די פראגע איז נאר, קען נישט קומען מארגן א צווייטע קאמפעני און אים פארשטעקן? וואס איז די עתיד?

אזוי האסטו אליינס געזאגט... למעשה איז דא א גרויסע נומער פון ערענסטע פינאנצינאלע אנאליסטן וואס זאגן אויך אז דער קאמפאני איז זייער מעגליך ווערד גאר גאר אסאך. און דער חלום אז "א צווייטע קאמפאני וועט אים פארשטעקן" איז זיכער נאר א חלום ווייל סאו פאר איז טעסלע דער זיכערער לידער אין עלעקטאראניק קארס (און מסתם אויך אין דרייווערלעס טעכנאלאגיע). סאו אויב עפעס איז א לופטיגע ערווארטונג אן קיין דעקונג איז אז איינער קען זיי גרינג פארשטעקן.
בנוגעה space x,
אז די מיליטער וועט זיך באנוצן מיט space x דאן וועט ער כאטש עפעס מאכן פון דארט, אבער יענץ האט גארנישט מיט טעסלא.

זיי באנוצן זיך מיט ספעיס עקס בגדול צו ארויפשיקן זייערע סעטעלייטס.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

שיעלע בהמה האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איך ווייס נישט וועלכע דייאגנאסיס אים צו געבן, ער אליין זאגט אז ער וויל נישט זיין דער פערזאן וואס ער איז, עס איז אים צומאל ביטער אויפן הארצן.

א בעל דמיון איז ער אבער נישט! אויב איינער באווייזט אויסצופירן זיינע חלומות מכח אל הפועל גייט ער ארויס פונעם גדר פאנטאזירער.

און ניין, קיינער, קיינער האט נישט באוויזן צו טאן וואס מאסק האט.

איך בין נישט מחולק מיט דעם, אבער א וואלקן קראצער אן קיין יסודות קען גאנץ מעגליך צוזאמענפאלן,
איך זאג נישט וואס ס'וועט זיין, ווייל קיינער ווייסט נישט וכ"ש איך.

מורא האבעך אז די גאנצע טעסלא מיט איר א"ג מילעיניום דזשעני, זענען א לופטיגע באלון.
די סטאקס ווערד באשטייט בס"ה פון ערווארטונגען, און נישט פון ערווארטונגען פון קיין געלערנטע נאר פון קאלידזש סטודענטן וועלכע שטיצן אים בלינדערהייט ווי אן עבודה זרה (א בחינה פון די טראמפיסטן), און א חלק סיבה פון זייער שטיצע קומט דערפון ווייל די עסטעבלישמענט איז קעגן אים... די קשיא איז נאר פארוואס איז די עסטעבלישמענט אזוי דערקעגן?
אוואדע האט ער שוין אויפגעטון אסאך, די פראגע איז נאר, קען נישט קומען מארגן א צווייטע קאמפעני און אים פארשטעקן? וואס איז די עתיד?

בנוגעה space x,
אז די מיליטער וועט זיך באנוצן מיט space x דאן וועט ער כאטש עפעס מאכן פון דארט, אבער יענץ האט גארנישט מיט טעסלא.


פאר די וואס זענען נייגעריג:
טעסלא סטאק איז משוגע הויעך צוליב ערווארטונגען אז מאסק'ס פלענער וועלן זיך אויסארבעטן, נישט צוליב איר איצטיגע ווערט, די עווריזש פרייז וואס סטאק מארקעט אנאליסטן האבן אויף טעסלא איז ביי $368 (אזוי ווייזט יאהו) דאס איז נישט קיין עבודה זרה שאצונגען נאר הויעך געשפיצטע געלערנטע קאליזש סטודענטן ערווארטונגען, פון די זעלבע ערווארטונגען עסקפערטן וואס האבן פאראויסגעזאגט אז 2019 גייט די מארקעטס פאלן, און די זעלבע וואס האבן פאראויסגעזאגט אז א טרעיד וואר גייט חרוב לייגן די עקענאמיע, און די זעלבע וואס האבן אמאל געווארנט אז טעסלע איז א סקעם, אט די זעלבע מעכטיגע עקספערטן האלטן היינט צו טאגס טעסלע ביי 368.

368 איז סאך ווייניגער ווי עס איז איצט, אבער סאך מער ווי עס איז געווען אנהייב אקטאובער, אלזא עס איז ברור אז טעסלע איז היינט אנערקענט אלץ א פעסטע קאמפאני אויף פעסטע יסודות, נאר וואס דען, עס איז נאך אלץ א גרויסע ריסק ווייל די ערווארטונגען איז אז גאר גרויסע אונטערנעמונגען פון טעסלע וועט זיך גאר גוט אויסארבעטן, און אפילו אויב טעסלע האט באוויזן דעם קונץ איינמאל און נאכאמאל, איז נאך אלץ נישט גאראנטירט אז זיי וועלן אלעמאל קענען באווייזן ווינדער.

נישטא קיין עסטאבלישמענט וואס איז קעגן מאסק, עס איז דא שטיצערס און קעגנערס איבער גאנץ אמעריקע, און לעת עתה זענען די קעגנערס צוקוועטשט, די ווארט עסטאבלישמענט איז קעגן מאסק איז הוילע לופט.

--------
די מיליטער ווי אויך נאסא נוצן שוין פאר יארן ספעיס עקס.
זקן מלא רחמים.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:פאר די וואס זענען נייגעריג:
טעסלא סטאק איז משוגע הויעך צוליב ערווארטונגען אז מאסק'ס פלענער וועלן זיך אויסארבעטן, נישט צוליב איר איצטיגע ווערט, די עווריזש פרייז וואס סטאק מארקעט אנאליסטן האבן אויף טעסלא איז ביי $368 (אזוי ווייזט יאהו) דאס איז נישט קיין עבודה זרה שאצונגען נאר הויעך געשפיצטע געלערנטע קאליזש סטודענטן ערווארטונגען, פון די זעלבע ערווארטונגען עסקפערטן וואס האבן פאראויסגעזאגט אז 2019 גייט די מארקעטס פאלן, און די זעלבע וואס האבן פאראויסגעזאגט אז א טרעיד וואר גייט חרוב לייגן די עקענאמיע, און די זעלבע וואס האבן אמאל געווארנט אז טעסלע איז א סקעם, אט די זעלבע מעכטיגע עקספערטן האלטן היינט צו טאגס טעסלע ביי 368.

נישטא קיין עסטאבלישמענט וואס איז קעגן מאסק, עס איז דא שטיצערס און קעגנערס איבער גאנץ אמעריקע, און לעת עתה זענען די קעגנערס צוקוועטשט, די ווארט עסטאבלישמענט איז קעגן מאסק איז הוילע לופט.

--------
די מיליטער ווי אויך נאסא נוצן שוין פאר יארן ספעיס עקס.


רוב סטאק מארקעט עקספערטן זענען נישט באקוועם מיט דאס גאנצע טעסלא און מיט זייער פירער אילאן מאסק, מילד גערעדט....
די יאנגסטערס זענען זיינע הייסע חסידים, אביסל אין די בחינה ווי די באל געים טיעמס..,
די מיינונג פון די עקספערטן איז אין מיינע אויגן די עסטעבלישמענט.


דאס אז די מיליטער נוצט זיי שוין יעצט ווייס איך אויך, אבער אויב וועט אמעריקעס מיליטערישע זעקסטע פליגל טאקע אריינגיין אין קראפט, דאן האט ער א פאטענציעלע גאלדן גרוב, חוץ אויב ער וועט טאקע פארשווענדן זיינע געלטער אזויווי ער זאגט....
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

שיעלע בהמה האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ער האט געעפענט ספעיס עקס בלויז פארן סיבה צו קלעטערן דארט אויבן, ראציאנאלע זאכן קימערן אים נישט,
ני ני, הוא אשר דברתי
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ער טוט עס בלית ברירה ווייל ער דארף געלט, ''ספעיס עקס'' מיינט עקספלארירן ספעיס,
ער איז מיט די אינטערעסן פון די חוקרים וואס ווילן עקספלארירן די יוניווערס בלויז פאר נייגעריגקייט אדער צו שפירן כאילו מען האט עפעס א שטיקל קאנטראל איבער די יוניווערס, דאס איז וואס האט געטריבן אריסטו און דאס איז וואס טרייבט אלע אסטראנאמערס, עס געבט כמעט גארנישט צו צו דיין טעגליכע ברויט און פוטער, עס איז בלויז נייגער און אינספיראציע.
סתירה מיני וביה, ער דארף יא געלט אדער נישט געלט?
די נפק"מ, אויב ער איז סתם א משוגה'נער אדער צו ער איז אויכעט א שלעכטן אינוועסטירער..

לעסט טיים א טשעקט איז קאלומבוס נישט רייך געווארן, מעיבי איים ראנג.

א שטיקל.. חילוק צווישן אים און אריסטו, ער פארשווענד ביליאנען דאלארן פאר לופט.. משא'כ אריסטו.

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אויב פירט ער עס אויס, איז ער קיין בעל דמיון נישט, ער האט פשוט אנדערע אינטערען פון מיר און דיר.

אז א דמיון ארבעט זיך אויס ווערט מען נישט אויס בעל דמיון, איינשטיין איז נישט געווען קיין בעל דמיון ער איז געווען א בעל סברה וועלכע האט עס מיט די צייט איבערגעוויזן אלס פאקטן, משא'כ אויב איך געמבל און איך געווינן,

איך פארשטיי נישט די "אינטערעסן" אין פארשווענדן די אייגענע פארמעגן פון ביליאנען דאלארן...
חוץ אויב די ציל איז ענדגילטיג, דיך צו מאכן אינוועסטירן אין זיינע סטאקס..

אויב איינער איז נייגעריג.
אריסטו, גאלילי, און קאפערניקעס האבן פארשווענדט 'זיייער לעבן' מיט אויספארשען די יוניווערס, (דאס זעלבע געפינט מען ביי חז''ל אבער איך וויל נישט אריינגיין דערין)

נאסא שפענדט שווערע ביליאנען פאר פארשונגען אויפן מארס, טיפן ספעיס, א.א.וו. זיי פארשן בלויז ווייל זיי ווילן זיך גריבלן אין די בריאה, זיי האבן נישט קיין סטאקס וואס דארף ארויפגיין און זיי מאכן נישט קיין מיליטערישע אדער טעכנאלאגישע עקספערימענטן, זיי ווילן בלויז פארשן און פארשטיין די יוניווערס.

און דאס וויל מאסק טון מיט זיין געלט וואס ער האט אריינגעלייגט אין ספעיס עקס, ער איז נייגעריג אין ספעיס! (און ער וויל ווייזן אז ער קען עס אויספירן..)

היות ער האט אבער נישט קיין IRS וואס שאפט אים געלט, מוז ער אויך נוצן ספעיס עקס פאר א ביזנעס וואס מאכט געלט, אבער דאס געלט וויל ער ווייטער נוצן פאר ספעיס עקספלארעישאנס, די ציהל פון ספעיס עקס איז נישט פראפיט, עס איז אינספיראציע.


ע''כ.
זקן מלא רחמים.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

קנאפער ידען האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:מורא האבעך אז די גאנצע טעסלא מיט איר א"ג מילעיניום דזשעני, זענען א לופטיגע באלון.
די סטאקס ווערד באשטייט בס"ה פון ערווארטונגען

אזוי האסטו אליינס געזאגט... למעשה איז דא א גרויסע נומער פון ערענסטע פינאנצינאלע אנאליסטן וואס זאגן אויך אז דער קאמפאני איז זייער מעגליך ווערד גאר גאר אסאך. און דער חלום אז "א צווייטע קאמפאני וועט אים פארשטעקן" איז זיכער נאר א חלום ווייל סאו פאר איז טעסלע דער זיכערער לידער אין עלעקטאראניק קארס

אויב דו קוקסט אויף סאו פאר.

ווערט זאגט דיך אז טעסלא וועט מארגן האבן טעכנעלאגיע? די פאקט אז זיי האבן עס געהאט אין די עבר.
זאג איך די זעלבע זאך, סאו פאר איז דא נאך א שיינע צאל קאמפעניס וועלכע קענען צושטעלן אלעס וואס טעסלא שטעלט צו און זיי האבן עס געפראווד אין די עבר,(מיטן אויסנאם פון בעטערי קארס.. אבער אויב דאס איז דאס גאנצע וואס טעסלא האט צו ווייזן דאן זענען זיי טאקע גוט אויף צרות..),

שטעל דיך פאר אז מארגן שטעלט זיך עפל צוזאם מיט סיי וועלכע אנדערע טייערע קאר קאמפעני...
לעצט פארראכטן דורך שיעלע בהמה אום דינסטאג יאנואר 28, 2020 1:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:נאסא שפענדט שווערע ביליאנען פאר פארשונגען אויפן מארס, טיפן ספעיס, א.א.וו. .

ני ני, טאקע וועגן דעם האלט איך בשיטה פון סמאלל גאווערנמענט, קיינעם טוט דארטן נישט וויי די טאש ווען געלט גייט אין מיסט...

דאס איז אויך די חורבן פון די אלע סאציאלע פראגראמען, יעדער ליבעראל קויפט די וואלן מיט מיינע און דיינע געלט און צוריק גייט א קאזע... אבער דא איז בעצם נישט די פלאץ דערפאר.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

די עווריזש מיינונג פון סטאק מארקעט אינסטעטוציעס לויט א אויספרעג פון רויטערס נייעס אגענטור:

8 אנאליסטן זאגן אז עס לוינט זיך צו כאפן די סטאק אפילו מיט די איצטיגע הויכע פרייז - דאס איז אראפ פון 9 וואס האבן אזוי געזאגט א פאר וואכן צוריק
2 אנאליסטן האלטן אז די סטאק גייט נאך גוט ארויפגיין און זיין בעסער ווי די אלגעמיינע מארקעט.
9 אנאליסטן זאגן אז זיי קענען נישט רעקאמענדירן צו קויפן די סטאק אבער זיי רעקאמענדירן אויך נישט צו פארקויפן
10 זאגן אז די סטאק גייט אראפגיין אדער עכ''פ זיין שוואכער פון די אלגעמיינע מארקעט
3 אנאליסטן זאגן אז מען זאל עס ווי שנעלער פארקויפן.

די עווריזש פון די אלע דיעות איז 'האלד' דהיינו נישטא קיין שטארקע 'קויף' אדער 'פארקויף' רעקאמענדאציעס.

פארשטייט זיך אז פעסטע קאמפאניס ווי מייקראוסאפט האט א בעסערע בליק פון די אנאליסטן ווי טעסלא האט, אבער צו זאגן אז די עסטאבלישמענט איז דערקעגן איז נישט ריכטיג.
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (20.03 KiB) געזען 1469 מאל
זקן מלא רחמים.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

אריסטאו און רוב חוקרים זענען געווען בעלי השקפה און זיי האבן געוואלט דערטאפן און זיך דערגיין צו א הויעכן אידעאל, (בשעתן איגנארירן דעם אויבערשטן..)
אבער סתם פארשווענדן די לעבן פאר אינפארמאציע.. אזאנס האב איך נאכנישט געהערט, יתכן סאיז דא אזא זאך..
אבער במציאות זעמיר אונז אזוי לימיטעט אז סלאזט זיך גארנישט זאגן, און טאקע ווי מער מווייסט ווייסט מען ווי גארנישט אונזערע מעגליכקייטן זענען,

לאמיר נעמען איין נערישן ביישפיל,
די שנעלסטע ספיד וואס מקען נאר גיין איז 186000 מייל א סעקונדע,
סאו לויט די שנעלסטע וואס אונז קענען פליען וואו מיינסטו קען מען אנקומען?
אין ערגעץ נישט!!(די שבעה כוכבי לכת זענען נישט וואוינבאר)

סאו וואס פונקטליך וויל ער דא?
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”