צהלה ושמחה האט געשריבן:איך זאג נישט אז מען דארף עס טיען, עס קען טאקע זיין אז עס איז ווי דו זאגסט אז דער עולם איז נישט קלוג אריינצורעדן אין די נושא ווי אזוי די שטאט זאל זיך פירען, אבער דיינע סיבות וואס דו געסט עס נישט צו מאכען איז נישט ריכטיג, ווייל "פובליק קאמענט" האט א סיסטעם ווי אזוי עס ארבייט, און עס ארבייט איבעראל בדרך כלל גוט.
כ'האב נישט געגעבן קיין שום סיבה אויף נישט צו מאכן נאר אדרבה, דוקא דאס האב איך געמיינט אז די געווענליכע סיטעם פון "פובליק קאמענט" גילט נישט דאהי פונקט ווי איבעראל
ווייל אין ק"י בפרט איבערן נושא פון פארקינג ספעציעל פאר שולן - זאלן וכדו' איז שוין דא א שטיקל בעקגראונד ווי ס'שוין געווען געפעכטן מיטן ווילעדש ווען זיי האבן געוואלט אפהאלטן פון געבן פערמיט'ס אויף צו בויען שולן אין שוין אנגעלייגטע ביזי ערטער, מיט די טענה קעגן דעם ווילעדש אז דא און דארט ביי די באהערדע'ס אייגענע בנינים איז אויך נישטא גענוג פארקינג
און ס'זעהט אויס דער ווילעדש האט מחליט געווען זיך נישט ארומצורייסן דעראויף, און האבן זיי געלאזט אלע צוגלייך אן קיין שום דיסקרימינאצע טון וואס זיי ווילן אפילו מ'האט געוויסט ברור אז ס'גייט זיין גרידלאק'ס
סעפייער האלל, חרדים, ביהמ"ד ויואל משה, אפיסעס נעבן אבני צדק, 4 בתי מדרשים מיט צוויי וואכעדיגע שמחה זאלן אויף קארטער, ביהמ"ד ברך משה קאזניץ, לעגאויס סאטמאר דרייוו, די ליסטע איז צו לאנג אבער יעדער ווייסט עטליכע פלעצער ווי ס'איז כסדר אנגעשטויסן
נאר ס'קען זיין אז וויבאלד דער עולם הייבט שוין אביסל אן שפירן די גרידלאק'ס, און מ'האט נישט גענוג ספעיסעס ווי צו פארקן ווינטער כדי' מ'זאל קענען שארן שניי, און אויף עטליכע פלעצער אין שטעטל דארפן פיסגייער ווארטן כמעט 5 מינוט צו קענען קראסן די גאס סעיף, איז אפשר ווערט שוין דער באדן גענוג רייף צו קענען אויפקלערן די עולם און באקימען א צוזאמען ארבייט פון נארמאלע ערנסטע פידבעק פונעם עולם
ס'זעהט נישט אויס אז נישט יעדער זעה'ט די מצב, במילא דרארף ארויסגעברענגט ווערן פארן עולם קלאר די איצטיגע מצב, און וויאזוי ס'גייט אויסקיקן אין 10 יאר ארום אויב ס'ווערט נישט קיין טויש אין די טרעפיק און בילדונג קאודס, ווייל כ'זעה למשל חברינו ggg האלט בכלל נישט אז ס'אזוי שלעכט (אפשר קומט ער פון די סיטי במילא איז נאך ק"י בחסדים), אבער ווען מ'טראכט וויאזוי ס'וועט אויסזעהן אפאר יאר ארום אן קיין טויש איז עס נישט ריאליסטיש גערעדט
וואס איז געווען ביז אהער איז שוין א פאקט, און צוריק גייט א קאזע, אבער אויף להבא, אויב מ'קען אוועק שטעלן בילדינג קאודס געבויעט אויף די פידבעק פון רוב מנין ובנין צוגלייך און מ'נעמט אריין יעדעם אינעם פראצעס פון אוועקשטעלן די קאודס וועט דער ווילעדש נישט האבן קיין שום פראבלעם צו אינפארסירן (און אפילו געווינען אין קארט ח"ו אויב איינער וויל זיך אנטקעגן שטעלן מיטן טענה אז דא און דארט איז אויך נישטא גענוג פארקינג)