שמועסן און געדאנקען צו פארבעסערן די פארקינג און טראפיק אין קר"י

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ישי כץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2022 12:45 am

Re: שמועסן און געדאנקען צו פארבעסערן די פארקינג און טראפיק אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישי כץ »

Rak Tov האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
א מחיצה אויפן באס איז לכאורה נישט שייך וויבאלד דאס איז אונטער די רעגירונג. מ'דארף ווען מאכן א סיסטעם אז ס'זאל זיין עקסטערע באסעס פאר מענער, פארשטייט זיך נישט אפיציעל, אבער יעדער זאל וויסן וועלכע רוטס זענען פאר מענער און וועלכע פאר פרויען.
פארוואס זאל נישט קענען זיין קיין מחיצה? עס טאר נאר נישט שטיין וואו איז פאר מענער און וואו פאר פרויען
עיין ברוח החיים פארק
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

צל עובר האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
דער עולם ברויך דרייוון נארמאל.
אבער פאליציי זאל בלייבן אינדרויסן בכל אופן.
וואס איז שלעכט צו בלינקן פאר יעדע דריי, פארן ווייניגער ווי צען העכערן לימיט, סטאפן ביי יעדן סטאפ סיין, און געבן די רייט אף וועי ווען געפאדערט?
כ'פארשטיי נישט דיין שאלה, און וואו קומט עס אריין בכלל אלס א ציטאט אויף מיין תגובה?

טרעפיק פאליציי איז נישט דא צו ברענגען ארדענונג אויף די ראוד!
טרעפיק פאליציי איז דא פאר 1 סיבה, פארטיילן וואס מער טיקעטס!

פארסירן געזעצן איז 1 זאך, און אוודאי זאל יעדער פאלגן די געזעצן.
אבער פאליציישע אנוועזענהייט אין שטעטל וועט נישט ברענגען דאס.
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!

אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: שמועסן און געדאנקען צו פארבעסערן די פארקינג און טראפיק אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

ישי כץ האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
א מחיצה אויפן באס איז לכאורה נישט שייך וויבאלד דאס איז אונטער די רעגירונג. מ'דארף ווען מאכן א סיסטעם אז ס'זאל זיין עקסטערע באסעס פאר מענער, פארשטייט זיך נישט אפיציעל, אבער יעדער זאל וויסן וועלכע רוטס זענען פאר מענער און וועלכע פאר פרויען.
פארוואס זאל נישט קענען זיין קיין מחיצה? עס טאר נאר נישט שטיין וואו איז פאר מענער און וואו פאר פרויען
עיין ברוח החיים פארק
אז מען האט געדארפט אראפנעמען די סיינס פון אינגלעך/מיידלעך אבער די קאלערס און צוויי עקסטערע פארקס איז געהעריג געבליבן

די זעלבע זאג איך דא, סיינס טאר מען טאקע נישט לייגן, אבער א מחיצה יא, און מען קען לייגן א צעטל אז איין זייט מחיצה איז פאר די וואס זענען מקפיד צו גיין מיט א מאסק
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
קשורה בנפשו
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 11:45 am

Re: שמועסן און געדאנקען צו פארבעסערן די פארקינג און טראפיק אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קשורה בנפשו »

מידער האט געשריבן:
די איצטיגע באסעס זענען נישט אויסגעשטעלט פאר מענער. (די באסעס ברויכן זיין מיט צוויי טירן און א ווענטל אינדערצווישן.)

א טראנספארטאציע סיסטעט קען העלפן:
1) אראפנעמען צענדליגער טעקסיס פונעם ראוד (= ליידיגערע גאסן + מער עוועילעבל טעקסיס.)
2) אראפנעמען צענדליגער טריפס פאר די ווייב און קינדער.
2) ווייניגער אינגעלייט זאלן זיין געצווינגן צו שאפן אן אייגענעם קאר.
3) ווייניגער אייגענע קארס מיינט ווייניגער קארס אינעם פארקינג לאט.
;l;p-

אה... מ'קען שוין מאכן א פעטיציע דרייוו, ווי שטעלט מען אויף די טישלעך?...

איינער מיט די נומער פון די אנ"ש גוים וואס שטייען פארנט פון קרן ביי די וואלן?..
אוועטאר
עס וועט זיין גיט
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גיט »

זעה איך אז די סטעיט טרופפער האלטן די זעלבע[/quote]
קען איינער זעהן אז די סטעיט טרופפער זאל דא אויך מאכען עפעס
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (139.3 KiB) געזען 1515 מאל
יאנקי
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 30, 2019 8:56 pm

Re: שמועסן און געדאנקען צו פארבעסערן די פארקינג און טראפיק אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקי »

זעה איך יעצט אז מירון ביי די דריי ליגט שוין אפאר שטיקער סימענטענע בלאקס נישט צי פארקען דארט
קארופציע
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 31, 2017 12:46 pm

Re: שמועסן און געדאנקען צו פארבעסערן די פארקינג און טראפיק אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארופציע »

קשורה בנפשו האט געשריבן:
מי אנכי צו לאזן הערן מיינע צוויי צענט, אבער זעענדיג ווי די אשכול גייט מטה מטה ווי כאילו ס'עקזיסטירט מער נישט קיין טראפיק קריזיס און בעיקערטאון פארט שוין ווי א שיף אין רואיגע וואסערן, אזוי אויך האבעך געזעהן אז ממש קיינער ברענגט נישט ארויס מיינע געניאלע געדאנקן אויפן פאפיר האבעך געזעהן אז ס'איז כלו כל הקונצן אין כ'וועל אליין ברויכן שרייבן...

אלזא, נאכן ליינען די הקדמה און איר מיינט שוין אז דא קומט אניידיע וואס די גרעסטע טראפיק אנאלאזירער זענען אדערווייל נאכנישט אויפגעקומען קעמען צוטרעטן צום וואזשנעם חלום מיינע...

צום ענין. מיר אלע האלטן מיט און שפירן אויף די אייגענע זעקל ביינער אז קרית יואל גייט אין די איצטיגע זמנים דורך א היסטארישע טראנספארמאציע פון א שטעט'ל צו א פולשטענדיגע "סיטי" יא אזוי איזעס! די וואלקען קראצער און שכונת ויואל משה זענען ווארשיינליך שפילצייגן צו וואס ס'איז ערווארטעט צו נאכפאלגן, די אינפלאציע פון פרישע אויטא'ס אויף אינזערע שוין קרעכצענדע גאסן איז ערווארטעט צו שטייגן פילפאכיג.

איז אינז געבליבן צוויי אפציעס.

איינס. זיך שפריצן זאמד אין די אויגן און שרייען מיט אלע כוחות חי' וקים מיר זענען א שטעטל אין אזוי זאל עס בלייבן, מען זאל תיקף ומיד אפשטעלן דאס בויען גרעסער צו קענען נאכקומען דאס פארלאנג פון אינזערע קינדער וואס גארן צו וואוינען אינעם טשאלנט טאפ וואלקינג דיסטענס צו אינז זייערע עלטערן, און די וואס ווילן זיך געפונען אינעם רוחניות'דיגע אטמעספערע וואס הערשט אינעם טשאלנט טאפ, בעיסיקלי מיר ווילן בלייבן זיך אפרעדן אויף איי וועלט אין פארטיג....

א צווייטע אפציע איז פארהאנען איז דאס שלום מאכן מיטן מצב, זיך ארויפכאפן אויפן "קרית יואל סיטי באס!".

יעצט האלט קאפ. אז קרית יואל ווערט א סיטי דאס איז א פאקט, פינטל. זאל די ווילעדזש זיך ארויפשארצן די ארבל אין אנהייבן צושטעלן די געברויכן.

א מאסע פון צוואנציג באסעס זאלן יעדע פארטאגס פינף דרייסיג זיך ארויסשארן פון די פארקינג לאט ביים געריכט הויז און אנהויבן קורסירן די גאסן פונעם סיטי אף קעי דזשעי, די סטאפס וועלן זיין בלויז ביי די צענטראלע בתי מדרשים, די באסעס וועלן זיין דעזיגנירט בלויז פאר מענער די עזרת נשים וועלן זיין שטרענג פארבאטן צו שטעלן טריט אויף די מענער דעזיגנירטע באסעס.

נאכן אראפ לייגן די לעצט פארבליבענע פארשלאפענע מענער וועלן זיך די באסעס אויטאמאטיש טיילווייז טוישן פונעם היכל הבית המדרש צום ווייבער שוהל די באסעס וועלן קורסירן פון שאפינג סענטער צו שאפינג סענטער, וחוזר חלילה...

שטייצעך די קומענדיגע דעוועלאפמענטס וואס וועלן באשטיין פון זעקס שטאק מיט שטאנדהאפטיגע עלאוועטארן און עפארדעבל דירות, וועלן ברויכן צושטעלן באס ליניעס צו פארשנעלערן די מאסיווע אפעראציע...

דאס אלעס? יא דאס איזעס.. געב איבער פאר גדלי'...
שרייבסט דאך צו דער זאך

און דאס איז טאקע אין פלאן

כפי ידיעתי גרייט די הנהלת הקרי' צו א מאסיווע טראנספארטאציע סיסטעם פון 6:00 אינדערפרי ביז 11:00 אויפדערנאכט מיט כסדרדיגע רוטס אויף אלע עקן און ווינקלען פון 'שטאט קרית יואל'

עס וועט נאר נעמען צייט ביז מען קען דאס אהערשטעלן בשלימות אבער די ערשטע שטאפל פון די עקספרעס שאטל איז א שטארקע סוקסעס אויפן וועג אהין
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: שמועסן און געדאנקען צו פארבעסערן די פארקינג און טראפיק אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

קארופציע האט געשריבן:

שרייבסט דאך צו דער זאך

און דאס איז טאקע אין פלאן

כפי ידיעתי גרייט די הנהלת הקרי' צו א מאסיווע טראנספארטאציע סיסטעם פון 6:00 אינדערפרי ביז 11:00 אויפדערנאכט מיט כסדרדיגע רוטס אויף אלע עקן און ווינקלען פון 'שטאט קרית יואל'

עס וועט נאר נעמען צייט ביז מען קען דאס אהערשטעלן בשלימות אבער די ערשטע שטאפל פון די עקספרעס שאטל איז א שטארקע סוקסעס אויפן וועג אהין
;l;p-
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

עס וועט זיין גיט האט געשריבן:
זעה איך אז די סטעיט טרופפער האלטן די זעלבע
קען איינער זעהן אז די סטעיט טרופפער זאל דא אויך מאכען עפעס[/quote]
דארט שטייט מען אויף אלע זייטן..

ווייסעך נישט פארוואס דו מיינסט אז נאר די וועג וואס דו ניצט איז אנגעלייגט, און דארט האטעס נישט מיט א נארישע בלינקינג לייט (סטאפ סיין..)
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
יין המשומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 08, 2015 12:55 pm

Re: שמועסן און געדאנקען צו פארבעסערן די פארקינג און טראפיק אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין המשומר »

די גוטע נייעס איז אז די טרעפיק לאמפ ביים ווינקל פון 208 קארנער מאונטעין איז שוין אינסטאלירט און גייט בקרוב אריין אין קראפט.

איך ווייס נישט וואס די פלענער זענען, אבער ווי איך זע עס, אויב גייט נישט זיין א טורניג לעין אויפן 208 (קומענדיג פון בלומינגראוו מאכנדיג א לינקס צו מאונטעין) איז חבל על הזמן.

ווער עס פארשטייט נישט פארוואס קען איבערפרעגן.
ווער עס האט געטרינקען אונגארישע וויין, אים קען מען נישט אפנארן.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: שמועסן און געדאנקען צו פארבעסערן די פארקינג און טראפיק אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

יאנקי האט געשריבן:
זעה איך יעצט אז מירון ביי די דריי ליגט שוין אפאר שטיקער סימענטענע בלאקס נישט צי פארקען דארט
און די בעסטע און זיסטע זאך דארט.
אז מענשטן פארקירן אינצווישן איין שטיין און די צווייטע...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
קארופציע
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 31, 2017 12:46 pm

Re: שמועסן און געדאנקען צו פארבעסערן די פארקינג און טראפיק אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארופציע »

Screenshot_18.jpg
Screenshot_18.jpg (363.63 KiB) געזען 575 מאל
אוועטאר
יין המשומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 08, 2015 12:55 pm

Re: שמועסן און געדאנקען צו פארבעסערן די פארקינג און טראפיק אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין המשומר »

מיין חלום פלאן פאר די אריינגאנג צום שטעטל דורך די פארעסט עוו אווערפעס.

(מען קען עס עפלייען ביי נאך ערטער, א שטייגער ווי מאונטעין ביים טרייענגל...)
אטעטשמענטס
overpass current.jpg
overpass current.jpg (163.69 KiB) געזען 521 מאל
overpass roundabout.jpg
overpass roundabout.jpg (291.72 KiB) געזען 521 מאל
ווער עס האט געטרינקען אונגארישע וויין, אים קען מען נישט אפנארן.
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: שמועסן און געדאנקען צו פארבעסערן די פארקינג און טראפיק אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

יין המשומר האט געשריבן:
מיין חלום פלאן פאר די אריינגאנג צום שטעטל דורך די פארעסט עוו אווערפעס.

(מען קען עס עפלייען ביי נאך ערטער, א שטייגער ווי מאונטעין ביים טרייענגל...)

און ביי פארעסט מאונטען קארלין
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: שמועסן און געדאנקען צו פארבעסערן די פארקינג און טראפיק אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

יין המשומר האט געשריבן:
די גוטע נייעס איז אז די טרעפיק לאמפ ביים ווינקל פון 208 קארנער מאונטעין איז שוין אינסטאלירט און גייט בקרוב אריין אין קראפט.

איך ווייס נישט וואס די פלענער זענען, אבער ווי איך זע עס, אויב גייט נישט זיין א טורניג לעין אויפן 208 (קומענדיג פון בלומינגראוו מאכנדיג א לינקס צו מאונטעין) איז חבל על הזמן.

ווער עס פארשטייט נישט פארוואס קען איבערפרעגן.
אוודאי גייט זיין, פארוואס דען לייגט מען א פול רויט לייט אויף די 208 טרעפיק?
אין עוד מלבדו
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2469
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

תגובה דורך פארפלאנטערט »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:

עס גייט מסתם זיין אזויווי ביי די אנדערע לייטס אויפן 208, אז די ערשטע פאר סעקונדעס גייט נאר זיין גרין פאר די זייט וואס קומט פון בלומינגראוו
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
אוועטאר
יין המשומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 08, 2015 12:55 pm

Re: שמועסן און געדאנקען צו פארבעסערן די פארקינג און טראפיק אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין המשומר »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:
יין המשומר האט געשריבן:
די גוטע נייעס איז אז די טרעפיק לאמפ ביים ווינקל פון 208 קארנער מאונטעין איז שוין אינסטאלירט און גייט בקרוב אריין אין קראפט.

איך ווייס נישט וואס די פלענער זענען, אבער ווי איך זע עס, אויב גייט נישט זיין א טורניג לעין אויפן 208 (קומענדיג פון בלומינגראוו מאכנדיג א לינקס צו מאונטעין) איז חבל על הזמן.

ווער עס פארשטייט נישט פארוואס קען איבערפרעגן.
אוודאי גייט זיין, פארוואס דען לייגט מען א פול רויט לייט אויף די 208 טרעפיק?
דו זעסט א צייכן פון קאנסטרוקציע פאר א טורנינג לעין? אדרבא, כ'וועל זיך פרייען צו הערן.

א פול רויטע לייט פארן 208 בעת עס איז גרין פאר מאונטעין איז פשוט. אבער נישט דארט איז מיין פראגע. נאר איך פרעג, אז ווען עס ווערט גרין פאר די 208 ביידע ריכטונגען און עס זענען דא אזאנע וואס שטייען און ווארטן צו מאכן א לינקס צו מאונטעין און דערווייל קומט אן ענדלאזע שטראם פון קארס פון קעגנאיבער, וואס דאן ווערט א טרעפיק אויף די וואס קומען פון בלומינגראוו, אזש אפילו ווען מען וויל פארן גראד ווערט מען פארהאלטן.

כעין זה שפילט זיך אפ טעגליך אויף די רוט 45 ביים אריינגאנג צו שיכון סקווירא.
ווער עס האט געטרינקען אונגארישע וויין, אים קען מען נישט אפנארן.
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: שמועסן און געדאנקען צו פארבעסערן די פארקינג און טראפיק אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

נאכאמאל, ווילאנג עס איז גרין אויף ביידע זייטן "גראדע" טרעפיק אויפ'ן 208, וועלן די קארס אויף מאונטעין ווארטן מיט געדולד.

נאך א האלבע מינוט, לאמיר זאגן, טוישט זיך די לייט צו רויט, און ביידע זייטן טראפיק אויפ'ן 208 ווערן אפגעשטעלט, און די קארס פון מאונטען קענען רואיג מאכן א רעכטס אדער לינקס בשעת די קארס אויפ'ן 208 ווארטן מיט געדולד.

אזוי ווי ביי יעדע נארמאלע "טי" (אגב, ווי האט יענער געזאגט, ווען דו פארסט אויפ'ן הייוועי און קומסט צו א טי, נעם עס...)

מאכט סענס? וואס האב איך נישט פארשטאנען?

אה, פרעגסטו יעצט, וואס טוט זיך מיט די וואס קומען "פון" בלומינגראוו, און ווילן מאכן א לינקס ארויף די בארג מאונטעין, בשעת די קארס אויפ'ן 208 וואס פארן גראד פארן ווייטער, נו, איך בין זיכער דאס איז אויך אדרעסירט. ימים ידברו. מ'דארף נישט 'טאמער'ן הייפעטעטיקלס, דערווייל זעהט מען די ארבייט פון פארבעסערן דאס פלאץ, לאמיר זעהן.
אין עוד מלבדו
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: שמועסן און געדאנקען צו פארבעסערן די פארקינג און טראפיק אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

יין המשומר האט געשריבן:
מיין חלום פלאן פאר די אריינגאנג צום שטעטל דורך די פארעסט עוו אווערפעס.

(מען קען עס עפלייען ביי נאך ערטער, א שטייגער ווי מאונטעין ביים טרייענגל...)
וויאזוי האסטו געמאכט די גרעפיקס פון די ראונדעבאוט אזוי קלאר-עכט?
אין עוד מלבדו
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4530
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: שמועסן און געדאנקען צו פארבעסערן די פארקינג און טראפיק אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

יין המשומר האט געשריבן:
מיין חלום פלאן פאר די אריינגאנג צום שטעטל דורך די פארעסט עוו אווערפעס.

(מען קען עס עפלייען ביי נאך ערטער, א שטייגער ווי מאונטעין ביים טרייענגל...)
ווילעדזש אקטיווע פלאן
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2469
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: שמועסן און געדאנקען צו פארבעסערן די פארקינג און טראפיק אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:

אה, פרעגסטו יעצט, וואס טוט זיך מיט די וואס קומען "פון" בלומינגראוו, און ווילן מאכן א לינקס ארויף די בארג מאונטעין, בשעת די קארס אויפ'ן 208 וואס פארן גראד פארן ווייטער, נו, איך בין זיכער דאס איז אויך אדרעסירט. ימים ידברו. מ'דארף נישט 'טאמער'ן הייפעטעטיקלס, דערווייל זעהט מען די ארבייט פון פארבעסערן דאס פלאץ, לאמיר זעהן.
ווי איך האב געשריבן אויבן וועט עס מסתמא זיין די זעלבע ווי ביי די לייט ווי מען מאכט א לינקס זיך איינצודרייען צום 17
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
אוועטאר
יין המשומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 08, 2015 12:55 pm

Re: שמועסן און געדאנקען צו פארבעסערן די פארקינג און טראפיק אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין המשומר »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:
נאכאמאל, ווילאנג עס איז גרין אויף ביידע זייטן "גראדע" טרעפיק אויפ'ן 208, וועלן די קארס אויף מאונטעין ווארטן מיט געדולד.

נאך א האלבע מינוט, לאמיר זאגן, טוישט זיך די לייט צו רויט, און ביידע זייטן טראפיק אויפ'ן 208 ווערן אפגעשטעלט, און די קארס פון מאונטען קענען רואיג מאכן א רעכטס אדער לינקס בשעת די קארס אויפ'ן 208 ווארטן מיט געדולד.

אזוי ווי ביי יעדע נארמאלע "טי" (אגב, ווי האט יענער געזאגט, ווען דו פארסט אויפ'ן הייוועי און קומסט צו א טי, נעם עס...)

מאכט סענס? וואס האב איך נישט פארשטאנען?

אה, פרעגסטו יעצט, וואס טוט זיך מיט די וואס קומען "פון" בלומינגראוו, און ווילן מאכן א לינקס ארויף די בארג מאונטעין, בשעת די קארס אויפ'ן 208 וואס פארן גראד פארן ווייטער, נו, איך בין זיכער דאס איז אויך אדרעסירט. ימים ידברו. מ'דארף נישט 'טאמער'ן הייפעטעטיקלס, דערווייל זעהט מען די ארבייט פון פארבעסערן דאס פלאץ, לאמיר זעהן.
דאס האב איך גראד געפרעגט, ליין איבער.

אז ביסט זיכער איז דאך גוט... למעשה איז עס נישט אזוי פשוט מיט א טורנינג לעין, און ביי פלעצער וואו ס'איז פארהאן א שטארקע דימענד פון קארס וואס דרייען זיך לינקס (למשל אויפן רוט 45 אריין קיין סקווירא) און עס איז נישטא א טורנינג לעין, איז עס טאקע א דיזעסטער.
ווער עס האט געטרינקען אונגארישע וויין, אים קען מען נישט אפנארן.
אוועטאר
יין המשומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 08, 2015 12:55 pm

Re: שמועסן און געדאנקען צו פארבעסערן די פארקינג און טראפיק אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין המשומר »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:
יין המשומר האט געשריבן:
מיין חלום פלאן פאר די אריינגאנג צום שטעטל דורך די פארעסט עוו אווערפעס.

(מען קען עס עפלייען ביי נאך ערטער, א שטייגער ווי מאונטעין ביים טרייענגל...)
וויאזוי האסטו געמאכט די גרעפיקס פון די ראונדעבאוט אזוי קלאר-עכט?
א דאנק פארן קאמפלימענט...

דער באשעפער האט מיר געגעבן טאלאנטן, און איך טו גרעפיקס פאר די לעצטע כמעט צען יאר.
ווער עס האט געטרינקען אונגארישע וויין, אים קען מען נישט אפנארן.
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: שמועסן און געדאנקען צו פארבעסערן די פארקינג און טראפיק אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

אז מען פרעגט פשוט און גראד הייסט עס נישט קיין באצאלטע אנאנס, האסט געלייגט א גוט שטיקל ארבייט, קענסט געבן קאנטאקט אינפאו.
אין עוד מלבדו
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: שמועסן און געדאנקען צו פארבעסערן די פארקינג און טראפיק אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

פארפלאנטערט האט געשריבן:
פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:

אה, פרעגסטו יעצט, וואס טוט זיך מיט די וואס קומען "פון" בלומינגראוו, און ווילן מאכן א לינקס ארויף די בארג מאונטעין, בשעת די קארס אויפ'ן 208 וואס פארן גראד פארן ווייטער, נו, איך בין זיכער דאס איז אויך אדרעסירט. ימים ידברו. מ'דארף נישט 'טאמער'ן הייפעטעטיקלס, דערווייל זעהט מען די ארבייט פון פארבעסערן דאס פלאץ, לאמיר זעהן.
ווי איך האב געשריבן אויבן וועט עס מסתמא זיין די זעלבע ווי ביי די לייט ווי מען מאכט א לינקס זיך איינצודרייען צום 17
גראדע דארט טויג נישט ווייל סאיז נישט דא קיין טוירנינג לעין און מדארף ווארטן געדולדיג אדער זיך קרומען רעכטס און האפן אז די פאליצע זעהט נישט
אין עוד מלבדו
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”