אידישע נייעס ארום די וועלט

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

הענדימען האט געשריבן:
eller האט געשריבן:ס'שטעלט זיך א גרויסע פראגע אווי קען זיין אז 24 פראצענט אידן האלטן אז ס'פעלט נישט אויס צו געדענקן די האליקאוסט ???

אלץ אידישע אידענטיטעט איז וויכטיג צו געדענקען דעם האלאקאוסט?

די שש זכירות איז וויכטיג

זכור את אשר עשה לך עמלק איז פון די שש זכירות.

איך גלייב היטלער קען זיך פארמעסטן מיט אגג'ן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

דארף מען אריין גיין אין די טעמי המצוה, אויבן אויף איז דער זכירת מעשה עמלק דער אשר קרך.. ויזנב בך כל הנחשלים... ולא ירא אלוקים... און דאס קען קיינער נאך עמלק'ן זיך נישט פארמעסטן מיט
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

און אלע נאך עמלק שטאמען נאר פון אים בשורש ס’איז אלעס איינס
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דארף מען אריין גיין אין די טעמי המצוה, אויבן אויף איז דער זכירת מעשה עמלק דער אשר קרך.. ויזנב בך כל הנחשלים... ולא ירא אלוקים... און דאס קען קיינער נאך עמלק'ן זיך נישט פארמעסטן מיט

ווי באקאנט האבן זיך נישט די נאציס ימ"ש געמאכט פאר א ציל אריינצוברענגען יראת שמים אין די הערצער פון אייראפעער.

איך פסק'ען נישט אז ס'איז א מצוה מן התורה צו געדענקען יעדן טאג מיט'ן מויל דעם האלאקאוסט, אבער מ'קען זאגן מיט א זיכערקייט אז א אידיש געוויסן וועט קיינמאל נישט פארגעסן דאס פארגאסן בלוט פון זיינע זעקס מיליאן געשוויסטער. אין רציחה באקומען זיכער די נאציס דעם אויבנאן פון דער וועלט'ס היסטאריע.

מ'קען מאכן א שמועס צו מסביר זיין פארוואס געדענקען היסטאריע איז *זייער* א וויכטיגע זאך, פאר דער מענטשהייט בכלל און פאר אידן בפרט, אבער דעם גרעסטן חורבן מאז היתה ישראל לגוי דארף מען לכאורה קיינעם נישט ערקלערן פארוואס ס'איז אזוי וויכטיג צו קענען.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

די ספר החינוך איז שיין מסביר די טעם המצווה פון זכר את אשר עשה לך עמלק.

פאר מ'שרייבט דא שטותים איז כדי עס דורך צו קוקן.....
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איפכא מיסתבר האט געשריבן:די ספר החינוך איז שיין מסביר די טעם המצווה פון זכר את אשר עשה לך עמלק.

פאר מ'שרייבט דא שטותים איז כדי עס דורך צו קוקן.....

מצוה תר"ג
שנצטוינו לזכור מה שעשה עמלק לישראל, שהתחיל להתגרות בם בצאתם ממצרים, בטרם נשא גוי וממלכה ידו עליהם, וכענין שכתוב (במדבר כד כ) ראשית גוים עמלק. ותרגומו, ריש קרביא דישראל הוה עמלק, שהכל היו יראים מהם בשמעם היד הגדולה אשר עשה להם השם במצרים, והעמלקים ברע לבם ובמזגם הרע לא שתו לבם לכל זה ויתגרו בם, והעבירו מתוך כך יראתם הגדולה מלב שאר האומות, וכענין שמשלו בזה רבותינו זכרונם לברכה (פסיקתא רבתי פרשה יב תנחומא כאן) משל ליורה רותחת שאין כל בריה יכולה לירד לתוכה ובא אחד וקפץ וירד לתוכה, אף על פי שנכוה הקר אותה לאחרים, ועל זכירת ענינם זה נאמר (דברים כה יז) זכור את אשר עשה לך עמלק בדרך בצאתכם ממצרים.

משרשי המצוה. לתת אל לבנו שכל המצר לישראל שנאוי לפני השם ברוך הוא, וכי לפי רעתו וערמת רב נזקו תהיה מפלתו ורעתו, כמו שאתה מוצא בעמלק כי מפני שעשה רעה גדולה לישראל שהתחיל הוא להזיקם צונו ברוך הוא לאבד זכרו מני ארץ ולשרש אחריו עד כלה (עי' ספהמ"צ להרמב"ם עשה קפט).
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

די נעמען פון די אומגעקומענע ביי די איטאליע קעיבל קאר קראך פון jd media:

צווישן די אומגעקומענע זענען ליידער געווען 5 מדינת ישראל בירגער, וועלכע זענען געווען אויף די טשעיר לופט. די נעמען פון די אידישע אומגעקומענע זענען די פארפאלק עמית בירן ע"ה און טל פלג-בירן ע"ה און זייער צוויי יעריג קינד ע"ה וועלכע האבן געוואוינט צייטווייליג אין איטאליע צוליב ביזנעס, און די זיידע באבע פון די פארפאלק יצחק כהן ע"ה און ברברה כהן ע"ה פון ארץ ישראל וועלכע זענען געקומען באזוכן זייערע אייניקלעך. זק"א איז אפוין וועג קיין איטאליע צו פארזיכערן אז די נפטרים קומען לקבר ישראל.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

נאך בילדער פון די אינצידענט אין איטאליע:

_118644035_067564179.jpg
_118644035_067564179.jpg (142.41 KiB) געזען 3409 מאל

די קעיבעל קאר האט זיך אריינגעהאנקערט אין א בוים

_118644033_067564151.jpg
_118644033_067564151.jpg (277.58 KiB) געזען 3409 מאל
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

וויפיל מאל פאסירט אזוינע עקסידענטען ?
און ווי שטארק איז דאס פארזיכערט ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

eller האט געשריבן:וויפיל מאל פאסירט אזוינע עקסידענטען ?
און ווי שטארק איז דאס פארזיכערט ?

אין אלגעמיין זענען קעיבל קארס גאר פארזיכערט בעז"ה אבער עקסידענטן קענען אלס פאסירן
דארף מען עפענען א באזונדערע אשכול און אנהייבן דעבאטירן די נושא אזוי ווי ביי די פארענטשעס..
משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בעלז »

eller האט געשריבן:ברוקלין - א דראמאטישער סיפור וואס הערט זיך גראד ארויס פון די מעשה ביכלעך האט זיך טאקע אפגעשפילט דא אין ניו יארק לויט ווי עס דערציילן די ברודער למשפחת פרחי. די ברידער יצחק און אלבערט פרחי וועלכע פארמאגן בשותפות א דיאמאנט געשעפט האבן געפראוועט די סעודת ליל שב"ק אינאיינעם בשבת אחים, ווען פלוצלינג האט זיך דער טעלעפאן צוקלינגען. זיי האבן פארשטייט זיך נישט אויפגעהויבן אבער באלד דערנאך האט זיך געהערט א היסטערישער געשריי אויפן ענסערינג מאשין אז גנבים האבן זיך איינגעבראכן אין זייער געשעפט און זיי מוזן שוין אראפ קומען אהין. איבריג צו זאגן אז פאר די ברודער האט דאס געמיינט זייער גאנצע פרנסה וועלכע איז אין א סכנה, פארט האבן זיי אבער באשלאסן תיכף אז אזוי ווי עס איז שבת וועלן זיי גארנישט טון און האבן ווייטער ממשיך געווען מיט דער סעודה כאילו לא היה.

מוצאי שבת ווען די ברודער זענען ענדליך אראפ געפארן צום געשעפט אויסטשעקן די שאדנס האבן זיי געפונען די שלעסער אויפגעבראכן און אינעווייניג האט זיך געטון א באלאגאן, אבער עפענענדיג דעם סעיף האט ער געזען אז עס פעלט נישט קיין געלט און נישט קיין דיאמאנטן, די גנבים האבן גארנישט געקענט נעמען. אין גאנצן פארוואונדערט זענען זיי ארויס אויף דער גאס ווי א פאליציי אפיציר האט זיי דערציילט די אומגלויבליכע געשיכטע וואס האט זיך אפגעשפילט: די גנבים, נישט קענענדיג עפענען דעם סעיף, האבן באשלאסן אריין צו נארן די ברודער אראפ צו קומען אין געשעפט, און דערנאך זיי צווינגען מיט געווער צו עפענען דעם סעיף, און שפעטער וואלטן זיי ווארשיינליך ערמארדעט די אייגנטומער. דערפאר האבן זיי געמאכט דעם טעלעפאון רוף, וועלנדיג זיי זאלן אראפ קומען צום געשעפט. וויבאלד אבער די ברודער האבן געהאלטן שבת האבן די גנבים געווארט און געווארט א לענגערע צייט און זעהנדיג אז זיי קומען נישט אן זענען זיי בלית ברירה אוועקגעגאנגען מיט ליידיגע הענט.דער פאליציאנט האט אויסגעפירט זיינע ווערטער זאגנדיג: "עס איז זיכער אז ענקער שבת האט ענק אפגעהיטן".

פון JD MEDIA

תנא-קמא האט געשריבן:https://dl.torahanytime.com/mobilevideo/151233--____04_01_2021__48377f5c-a4e1-4265-8db2-2e0f3b6cd29e.mp4

viewtopic.php?p=2791135#p2791135
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער @יידישע קהילות און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

די פליגער וואס טראגט די גופים פון די אומגעקומענע ביי די קעיבל קאר קראך אין איטאליע קומט היינט אן קיין ארץ ישראל ארום 8 אזייגער ווי זיי וועלן געברענגט ווערן לקבירה
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2261
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

א בריטישער געריכט האָט באפוילן צו מארדן א צוויי-יעריג אידיש מיידל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

א בריטישער געריכט האָט באפוילן צו מארדן א צוויי-יעריג אידיש מיידל
דאס בריטישע געריכט האט געאורטיילט אז די צוויי און א האלב יעריגע אלטע פיקסלער זאל ווערן אוועקגעריסן פון דעם ווענטילאטאר. • אירע עלטערן קעמפן מיט דעם באשלוס און ווילן איר ברענגען קיין ישראל. "איך האב די רעכט איר צו האלטן בײַם לעבן," האָט איר פאָטער אברהם געזאָגט צו דער N12. ח"כ אייכלער האָט צוגעגעבן: "מיר האָבן זיך געוואָנדן צום געזונט-מיניסטער און צום פראקוראר - פאר אונדז איז דאָס רציחה."
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2261
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

הרב יצחק יוסף בעט דעם ארכיבישאָפּ פון ענגלאנד ער זאָל באפעלן איבערצופירן דאָס מיידל קיין ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

הרב יצחק יוסף בעט דעם ארכיבישאָפּ פון ענגלאנד ער זאָל באפעלן איבערצופירן דאָס מיידל קיין ישראל
בילד
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2261
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

אינטערוויו: מאנטשעסטער, ווייטערדיגע באריכטן איבער דאס קאמף צו ראטעווען דאס לעבן פון דאס יונג קינד וואס ליגט אויף א רעספרעיטאר און די אוטאריטעטן ווילן אויסלעשן די מאשינען, "אין רעזולטאט פון די פארלאפענע אינטערוויו, האט רעאגירט א זוהן פון דער לעיקוואודער ראש ישיבה, וועלכער האט דאס געטראגן ביז צום ווייסן הויז"

הרב יונתן שווארץ ‎
https://cloudfront.yiddish24.com/KM_N11 ... 659613.mp3
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: א בריטישער געריכט האָט באפוילן צו מארדן א צוויי-יעריג אידיש מיידל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

תנא-קמא האט געשריבן:א בריטישער געריכט האָט באפוילן צו מארדן א צוויי-יעריג אידיש מיידל
דאס בריטישע געריכט האט געאורטיילט אז די צוויי און א האלב יעריגע אלטע פיקסלער זאל ווערן אוועקגעריסן פון דעם ווענטילאטאר. • אירע עלטערן קעמפן מיט דעם באשלוס און ווילן איר ברענגען קיין ישראל. "איך האב די רעכט איר צו האלטן בײַם לעבן," האָט איר פאָטער אברהם געזאָגט צו דער N12. ח"כ אייכלער האָט צוגעגעבן: "מיר האָבן זיך געוואָנדן צום געזונט-מיניסטער און צום פראקוראר - פאר אונדז איז דאָס רציחה."

אפאר חדשים צוריק, איז געוועהן א campaign צו דעקן די לעגאלע קאסטן.

viewtopic.php?p=2673590#p2673590
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2261
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

פאליציי אין באלטימאר ארעסטירן נאך צוויי פאברעכער אין פארבינדונג מיט די מארד פון אפרים גארדן הי"ד

פרייטאג האבן די פאליציי געמאלדן די ארעסט פון א 16 יעריגער פארשוין, שפעטער האבן די פאליציי ארויסגעשטעלט די אינפארמאציע איבער נאך צוויי פאברעכער אין עלטער פון 17 און 18 יאר, וואס האבן אנטיילגענומען די שיסעריי אויף אפרים, וועלכע איז בארבאריש אראפגעשאסן געווארן ביים אריינגיין צו די שטוב פון זיינס א קרוב, ווען ער איז געווען צוגאסט פון אר"י צו א חתונה וואס איז פארגעקומען ל"ג בעומר.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א בריטישער געריכט האָט באפוילן צו מארדן א צוויי-יעריג אידיש מיידל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

תנא-קמא האט געשריבן:א בריטישער געריכט האָט באפוילן צו מארדן א צוויי-יעריג אידיש מיידל
דאס בריטישע געריכט האט געאורטיילט אז די צוויי און א האלב יעריגע אלטע פיקסלער זאל ווערן אוועקגעריסן פון דעם ווענטילאטאר. • אירע עלטערן קעמפן מיט דעם באשלוס און ווילן איר ברענגען קיין ישראל. "איך האב די רעכט איר צו האלטן בײַם לעבן," האָט איר פאָטער אברהם געזאָגט צו דער N12. ח"כ אייכלער האָט צוגעגעבן: "מיר האָבן זיך געוואָנדן צום געזונט-מיניסטער און צום פראקוראר - פאר אונדז איז דאָס רציחה."

viewtopic.php?f=6&t=23704&start=2550#p2818729
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8358
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

Please! Everybody should sign now

http://chng.it/JJFscDp9GR
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

Thank you האט געשריבן:Please! Everybody should sign now

http://chng.it/JJFscDp9GR

אומגלויבליך אויב איז ריכטיג וואס שטייט דארט אז דער שופט האט געזאגט אז וויבאלד דאס קינד האט נאכנישט געהאט קיין געלעגנהייט צו פראקטיצירן אידישקייט האט ער נישט קיין דין ווי א איד
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

ירושלים - באזוכער ביים ציון פון הייליגן אוהחה"ק האבן אויפגעפאסט א אינטערעסאנטע פענאמאנען, נעמליך אז פונקט אקעגן איבער דעם קבר, אויף די מויער פון ירושלים, וואקסן ארויס גראזן אינעם פארעם פונעם שם הוי"ה ברוך הוא! די לעצטע ה' פעלט און איז לויט אבזערווירער אפגעשניטן געווארן דורך שטאטישע ארבעטער ביים אפזויבערן די מויער, אבער עס וואקסט אויך צוריק ווי א ה'. דאס האט דערמאנט די באקאנטע עובדא פון הרה"ק מ'הוסיאטין זי"ע וועלכער האט געזאגט אז די נאצי'ס ימ"ש וועלן נישט קענען אנקומען קיין ארץ ישראל, נאכן זעהן דעם שם הוי"ה שיינען כסדרן אויפן קבר פון אור החיים הקדוש.

unnamed.jpg
unnamed.jpg (52.26 KiB) געזען 1603 מאל
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעחדך קאפ »

eller האט געשריבן:ירושלים - באזוכער ביים ציון פון הייליגן אוהחה"ק האבן אויפגעפאסט א אינטערעסאנטע פענאמאנען, נעמליך אז פונקט אקעגן איבער דעם קבר, אויף די מויער פון ירושלים, וואקסן ארויס גראזן אינעם פארעם פונעם שם הוי"ה ברוך הוא! די לעצטע ה' פעלט און איז לויט אבזערווירער אפגעשניטן געווארן דורך שטאטישע ארבעטער ביים אפזויבערן די מויער, אבער עס וואקסט אויך צוריק ווי א ה'. דאס האט דערמאנט די באקאנטע עובדא פון הרה"ק מ'הוסיאטין זי"ע וועלכער האט געזאגט אז די נאצי'ס ימ"ש וועלן נישט קענען אנקומען קיין ארץ ישראל, נאכן זעהן דעם שם הוי"ה שיינען כסדרן אויפן קבר פון אור החיים הקדוש.

unnamed.jpg

viewtopic.php?p=2903427#p2903427
אני ישנה ולבי ער
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

ברעחדך קאפ האט געשריבן:

אהא אינטעראסנט כ'האב נישט געזעהן די נייעס דארט
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

א נייע בוך דורך א היסטאריקער טענה'ט אז אלעקסאנדער העמילטאן, אמעריקע'ס ערשטער טרעזשורי סעקרעטאר, איז געבוירן א איד און אויפגעצויגן געווארן א איד.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

eller האט געשריבן:א נייע בוך דורך א היסטאריקער טענה'ט אז אלעקסאנדער העמילטאן, אמעריקע'ס ערשטער טרעזשורי סעקרעטאר, איז געבוירן א איד און אויפגעצויגן געווארן א איד.

ס'איז נישט קיין אויפדעקונג. שוין יארן וואס היסטאריקער טענה'ן אזוי, נאר ער ברענגט פרישע באווייזן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”