וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
באזיכענדיג אין זו האט איר זיך שוין מן הסתם באגעגענט מיט דעם באשעפעניש, "די רינג טעילד לימור" (די נאמען איז אבוויעס..) וועלכע קומען ארגינעל פין די - באשעפענישן רייכע - 'מעדעגאסקאר"
א פרישע באזארגענדע שטודיע צייגט אז די באשעפעניש און מעמבער פון די "פריים מעיט" פאמיליע איז אין א ערענסטע סכנה פון גענצליך אונטערגיין אין די וויילד.
ווערענדיג אויסגעשאסן פאר איר פעל און דורך האנטערס פאר עסן איז זי גענצליך אויסגעראטן געווארן פון אסאך ערטער ווי זיי פלעגן וואוינען, און די אמאל לעבהאפטיגע וועלדער שטייען פארשטומט אן קיינע איינוואוינער, מיט ביימער פול מיט פרוכט אבער קיינעם נישט צו שפייזן
לויט די נייע שאצונג איז זייער פאפולאציע געפאלן זינט יאר 2000 מיט א שטוינדע 95٪! אין עס זענען היינט פארבליבן בלויז בערך 2000 פון זיי אויף דערפריי
צו לייגן דעם ציפער אין קאנטעקסט: עס זענען היינט פארהאן מער פון די באשעפעניש אין טיהר גערטנער ארום די וועלט, ווי אויף דערפריי
פארשער רופן צו נעמען דרונגענדע שריט פאר איר קאנסערווירונג איידער זי ווערט גענצליך אויסגעראטן

די קאליפארניע דיפארטמענט אוו טרענספארטעישן האט ארויסגעשטעלט א פלאן און צוזאמארבייט מיט קאנסערווירונג גערופעס צו בויען די גרעסטע "וויילדלייף קארידאר" אין די וועלט
די קארידאר וועט קומען אין די שעיפ פון א הויעכע ברייטע בריק געבויעט העכער איינע פון די פארנומענסטע הייוועיס אין די וועלט גערופן די "101" ווי עס פארן אריבער נאנט צו 200,000 קארס טעגליך
שוין א לאנגע צייט וואס חיות פארשער צייגן אן אויף די שוועריקייטן וואס מאנטען לייענס האבן צו טרעפן נייע שטח און נייע פּארן ווערענדיג אריין געבאקסט אין זייער שמאלע טערעטאריע דורך די פארצווייגטע לאס אנדשעלעס הייוועי סיסטעם
איין גאר באקאנטע מאנטען לייען גערופן "P22" האט דורך געמאכט צוויי הייוויעס אנצוקומען צו די "גריפיט פארק" פון די דערנעבענדיגע סענטע מאניקע בערג, די לייב וועלכע איז יעצט פארכאפט אין א קליינע אכט מייל שטח אפגעהאקט פון אלע זייטן מיט הייוועיס איז געווארן די פראפעגאנדע מיטל צו ברענגען פאבליק עוועירנעס פונעם פראבלעם
אנדערע מאנטען לייענס זענען נישט געוועהן אזוי "גליקליך" און אזויפיל ווי 12 זענען שוין געהארגעט געווארן אויף די הייוועי אליינס, פראבירענדיג עס אריבערצולויפן און רוב וועלן עס ניטאמאל פראבירן
די נייע בריק פלאן וועט צוזאם ברענגען צוויי וויכטיגע מאנטען לייען שטחים און עס לינקען צוזאמען שאפענדיג א זיכערע וועג פאר די לייבן אריבער צו גיין פרייערהייט אין זיך פאר שפייז און פאר א פּאר
לויטן פלאן וועט די בריק ווערן איבערגעדעקט מיט געוואקסן פונקט פון די סארט וואס וואקסן אינעם ארום און וועט דעריבער אויסזעהן נאטירלעך צו די חיות
די בריק איז געפלאנט צו זיין 200 פיס לאנג און 165 פיס ברייט טראגט א פרייז טעג פון צווישן 30 און 50 מיליאן דאלער און די געלט מיזן ווערן באצאלט ווערן דורך פריוואטע נדבות און א פאנדרעיזינג קאמפיין דערפאר איז אונטעוועגנס

- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
- משהזוךמיר
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5021
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
- לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן
יישר כח ברירה פאר די כסדר'דיגע אפדעיטס.
סתם פאר אינטערעסאנטקייט, וואס גייט מען טוען צו מאכן די מאונטען לייענס אריבערגיין נאר דארט? גייט מען טיילן טיקעטס פאר איינער וואס קראסט ערגעץ אנדערש אזויווי מען טוט פאר א הערש וואס קראסט נישט ביי א DEER WARNING סיין?...

Get your facts first, then you can distort them as you please.
ס'איז א גוטע פראגע... זעהט אויס אז זיי לערנען זיך אויס
די עצם געדאנק איז שוין א אלטע און עס ארבעט, פאר מער זעה דא

לכאורה האט געשריבן:יישר כח פאר די באריכט.
יעצט זוכט מען נדבות צו מאכן בריקן פאר מענטשן וואס ווילן אדורכגיין די גאסן פון ניו יארק סיטי און נישט ווערן באטראפן דורך ראטן, די בריקן וועלן זיך ציען פון מיין הויז ביז צום בית המדרש / גראסערי וכו'.
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........
עס איז שוין לאנג באקאנט אז די גרויסע שלענג אין אינדאניזיע (Reticulated Python), וואס קענען זיין לענגער ווי 20 פוס האבן די מעגליכקייט צו דערשטיקן ל"ע און איינצושלינגען מענטשן גאנצערהייט.
עס איז אבער נישט געווען קיין סייענטיפישע באווייזן דערויף אדער א דאקומענטירטע פאל. ליידער איז דאס יעצט באשטעטיגט געווארן, ווען א Reticulated Python וואס איז געווען 23 פוס לאנג האט איינגעשליגען א 25 יעריגע אינדיאנאזער גוי.
אקבאר איז געגאנגען אין פעלד, אבער ווען זיין משפחה האט געזען אז ער קומט נישט אהיים, האבן זיי דאס געמאלדן פאר די פאליציי וואס האט אים געזוכט און נישט געטראפן. איינוואוינער דארט האבן באמערקט דעם שלאנג זיך אפרוען נעבן די פעלדער וואס באלאנגן צו די משפחה. האט מען געפאנגען דעם שלאנג און עס אויפגעשניטן, דאן האט מען דערין געטראפן דעם טויטן קערפער.
מה ענין שמיטה אצל הר סיני? דארף מען וויסן אז גארנישט פאסירט אויף די וועלט סתם אזוי, עפעס א וואונק וויל מען אונז געבן פון הימל. וועל איך עס אביסל איבערטייטשן אין אנדערע ווערטער אז מ'זאל פארשטיין.
דער שלאנג איז מקורו ממקור הטומאה, דער ס"מ אליין, וואס ער קען שלונגען מענטשן גאנצערהייט. והנמשל מובן מאליו. ודו"ק

עטליכע עדותשאפטן האבן איבערצייגט פארשער אנצוהייבן מיט א מאסיווע זוך אקציע נאך א באשעפעניש וועלכע איז באטראכט געווארן אלץ "עקסטינקט" פאר מער ווי 80 יאר נאכדעם וואס די לעצטע פון די סארט איז געשטארבן אין א טור גארטן אין 1936
די באשעפעניש גערופן "טאסמעיניען טיגער" צוליב די שווארצע פאסן וואס זי האט פארמאגט אויפ'ן רוקן איז געווען בערך אזוי גרויס ווי א ערוואקסענע הינט און האט פארמאגט א עקסטערע גרויסע מויל װעלכע זי האט געקענט עפענען ביז 80 דעגריס
זי פלעגט זיין פארשפרייט איבער גאנץ אוסטראליע אבער נאכן באקומען די רעפוטאציע אלץ א באשעפעניש וועלכע לאקערט אויף פריוואטע פארמס איז זי געווארן אויסגעראטן פונעם גאנצן לאנד איבערלעבענדיג בלויז אויף די טאסמעיניען אינזל וועלכע איז היינט א חלק פון אוסטראליע
א צאל "סייטינגס" פון די חיה זענען באריכטעט געווארן אין לויף פון די יארן אבער זיי זענען שטענדיג געווארן אויפגענומען מיט סקעפטעסיזם. ביז א שטיק צייט צוריק ווען צוויי מענטשן אינעם זעלבן געגענט אויפן אינזעל האבן באריכטעט אז זיי האבן געזעהן די באשעפעניש פון די נאנט. איינער פון זיי א לאנג יעריגע איינגעשטעלטער ביי די ארטיגע נעשנעל פארק דעפארטמענט און די צווייטער א אפטער קעמפּער אינעם געגענט
מער ווי פופציג קאמערע טרעפּס וועלן ווערן אויסגעלייגט אין די געגענט אזוי פרי ווי קומענדע חודש און א ברייטע סערוועי וואס וועט ווערן א אנגעפירט דורך א אוסטראליעשע יוניווערסיטי

-
- שר האלפיים
- תגובות: 2190
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am
- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6858
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6416
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
א דאנק יעדעם פאר די שיינע באריכטן,
איך האב זיך אלס געווינדערט וואס איז אזוי געפערליך אז א מין חיה גייט אינטער און ווערן אויסגעראטען ? וועמען שטערט עס ?,
איך רעד שוין נישט פין דעם וואס די באהערדע פון די רעגירינג זעהט אויס מער אינטעסירט צו ראטעווען די חיות ווי מענטשען , אבער אז אויב %95 איז שוין אינטערגעגאנגען , וואס וועט שוין פאסירען אויב די איבעריגע %5 וועלען אויך פארשווינדען ווערען ?

דניאל אויערבאך האט געשריבן:א דאנק יעדעם פאר די שיינע באריכטן,
איך האב זיך אלס געווינדערט וואס איז אזוי געפערליך אז א מין חיה גייט אינטער און ווערן אויסגעראטען ? וועמען שטערט עס ?,
איך רעד שוין נישט פין דעם וואס די באהערדע פון די רעגירינג זעהט אויס מער אינטעסירט צו ראטעווען די חיות ווי מענטשען , אבער אז אויב %95 איז שוין אינטערגעגאנגען , וואס וועט שוין פאסירען אויב די איבעריגע %5 וועלען אויך פארשווינדען ווערען ?
פרעגסט גוט, און באמת פאדערט זיך א לענגערע אפהאנדלונג אויף דעם. אבער אויפן שפיץ גאפל איז אזוי, דער באשעפער האט באשאפן די וועלט מיט א סדר און א באלאנס אז איין חיה עסט די אנדערע, און יעדע ארט פארמאגט אנדערע בעלי חיים, אזוי גייט די Food Chain פון אויבן אראפ און ס'לעבט זיך.
זענען געקומען די מענטשן במשך די לעצטע צוויי הונדערט יאר, און דאס געטוישט, מיינענדיג אז זיי פארשטייען בעסער און אנגעמאכט אן אויסטערלישן חורבן. לאמיר דיר געבן איין משל, אויף די Galápagos Islands האט מען געברענגט ציגן, זיי האבן אויפגעגעסן די גראז וואס די Galápagos tortoise פלעגט עסן, און אז ס'נישטא וואס צו עסן זענען זיי אויסגעשטארבן אין די מאסן.
היינט איז מען שוין אביסל קלוגער און די וועלט פראבירט צו פאריכטן אביסל די שאדנס וואס מ'האט אנגעמאכט, און עס פארמיידן ווען מעגליך.
אמאל נעמען עס די גוים אביסל עקסטרעם אויך, אבער דאס איז שוין א צווייטע נושא.
לעצט פארראכטן דורך אייוועלט ארכיוו אום דאנערשטאג מארטש 30, 2017 4:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.