מוטער ראטעוועט איר פינף יעריג קינד פון א מאונטן לייב
- unnamed (30).jpg (174.96 KiB) געזען 1812 מאל
א מאמע אין קאליפארניע האט געראטעוועט איר קינד פון א מאונטן לייב, דערנאך וואס די ווילדע חיה האט אטאקירט דאס קינד.
די מאונטן לייב האט אטאקירט דאס קינד און אים געשלעפט פאר קרוב צו זעכציג פיס, אבער ווען די מאמע האט געהערט די געשרייען פון איר קינד איז זי געקומען צו לויפן און אנע טראכטן בעפאר, האט זי מיט אירע הענט אטאקירט די לייב און אים דערלאנגט עטליכע שטארקע קאפעס, ביז דער לייב האט זיך דערשאקן און איז פון דארט אנטלאפן.
דאס קינד איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט וואונדן און דער מאמע ווערט אויסגעלויבט דורך די באאמטע פאר איר העראישע אקט צו ראטעווען איר קינד.
באאמטע האבן געשאסן א מאונטן לייב נישט ווייט פון דער ארט און גלייבנדיג אז ס'איז דער זעלבע לייב וואס האט פריערט אטאקירט די קינד, און טאקע דערנאך ווען מ'האט גענומען די ען עי אפדרוק איז באשטעטיגט געווארן אז דער געשאסענע לייב איז געווען דער אטאקירער.
ווי איז יש ברירה ווען מען דארף אים...