עירוב תבשילין האט געשריבן: הערסט א מעשה? זיצן זיך אידן אויף אייוועלט און שטופן די צייט און מ'איז דן צו חותם מעג יא פארשפארן JDN צו נישט, לאמיר נאר זעהן וואס דו גייסט זאגן ווען דיין פילטער קאמפעני גייט דיר מארגן שיקן א מעסעדזש אז אייוועלט ווערט פארשפארט, ווייל ס'פאסט נישט אז א היימישע איד זאל אזוי שטופן די צייט און גיי ענדערש אהיים צו די ווייב און קינדער...
זייט ווען מעג מען צווינגען א מענטש צו נוצן א געוויסע פילטער און אויב ער וויל עס נישט וועט מען שאדן מאכן די פרנסה? ע"פ רוב גייט דאס נישט צו בדרכי נועם, עס גייט מיט טעראר. מיט עטליכע יאר צוריק ווען איך האב געלערנט אין מיר האב איך געפרעגט דעם אינגערמאן וואס ארבעט דארט אין די קיאסק אין שמש אויף רחוב בית ישראל, פארוואס נוצט מען חותם, וואס איז שלעכט מיט נעטפרי אליין, זאגט ער מיר אז ער וויל נאך אז זיין געשעפט זאל נאך שטיין און ער וויל נישט אז מ'זאל חרוב מאכן זיין קלייט. דאס מיינט טעראר אין מיין לעקסיקאן.
אז מען רעדט שוין דערוועגן, איך בין דאן געווען א כולל אינגערמאן און איך בין געווען אקטיוו דא אין וועלטל אין איינער פון די קליינע געשעפטן און איך האב פארשטאנען די טאג וואס זיי האבן דאס פארשפארט אז אזוי קומט עס, די פלעצער איז נישט געמאכט פארדעם, (געדענקסט טישטוך?...) איך האב טאקע נישט געהאט קיין צוטריט צו אייוועלט פאר א לאנגע צייט, שפעטער בין איך געגאנגען ארבעטן און אין מיין אפיס איז אייוועלט אפען.
[און אויב מיין בעל הבית וועט עס פארמאכן וועל איך אים אויך גאר גוט פארשטיין....]