נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3723
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

בוטשער האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 3:41 pm
אז מען רעדט שוין פון דרייוועי'ס, וועל איך מיטיילן א אינטרעסאנטע עפיזאד.
האב איך א שכן, א איטאליענער פענסיאנירטע גוי, הערסטו מיט אלע פארבן, א כעסן וואס די וועלט האט נאכנישט געזעהן. און דער טשאבער גאו האט נישט עכט וואס צו טוהן מיט זיין טאג, אדער בעסער געזאגט, האט 'עכט נישט' וואס צו טוהן.

האט אים די אייבערשטער געהאלפן אז ער האט א דרייוועי, און אסאך אידישע שכנים...

יעדן טאג זעצט ער זיך אינדרויסן כחום היום אזויווי אברהם אבינו וואס ווארט פאר געסט, ווארט ער אז איינער זאל פארקן ביי זיין דרייוועי. און דעמאלטס...
דעמאלטס הייבט זיך אן זיין טאג, ער זעהט אויס ווי א עיברעמס טאנק אין עקשאן. ער הייבט אן צו שרייען ווי א מאניאק, לויפט ארום ווי א וואנזיניגע, קלאפט אויף אלע טירן, בקיצור א אינטרעסאנטע ספעקטאקעל צו מיטהאלטן, אבער נישט פון די נאנט.

ויהי' היום,
ס'געוועהן קאכעדיג הייס אינדרויסן, אומגעפער פינעף און אכטציג דעגרי. און דער אייזל קומט ארויס פון זיין הייזקע און ער זעהט א אלטער קרייזלער בלאקירט זיין דרייוועי.
זיין פנים האט גלייך אויפגעלאכטן, אה ער האט שוין וויאזוי צו אנברענגען זיין לאנגווייליגע טאג!

האו איז בלאקינג מיי דרייוועי???
האט זיין הייזעריגע שטומע אפגעדינערט אין דעם גאנצן סטריט, זיין פנים רויט פארשוויצט און זיין באקן איז אים אויפגעבלאזן ווי קיינמאל ביפאר.
מיט דראענדע פויסטן לויפט ער פון טיר צו טיר כדרכו בקודש, און פרעגט אן ווער ס'איז דער חצוף המתחצף וואס האט זיך דערוואגט צו טוהן אזאנס, אבער אין קול ואין עונה...

גייט אריבער פופצן מינוט, אבער אלץ איז געבליבן אין די זעלבע סטאטוס קווא, חוץ פון זיין נערווען, וועלעכע האט אלמאוסט געקראכט, ( וואס ווען דאס פארסירט, איז א וואלקעינא א אנדערסטעיטמענט צו שילדערן זיין רעאקציע).

זיין שטום בענדער זענען שוין געווען אויסגעריבן און זיין שפייאכטס שוין פארטריקענט, אבער ער גיבט חלילה נישט אויף, נאר מיט די גרעסטע מאס ענערגיע לויפט ער ארום פון טיר צו טיר, פון קאר צו קאר , און פון מענטש צו מענטש.
איך האב באמת געשוינט דער מענטש וואס האט געפארקט דארטן, אויב דער מאנסטער טרעפט אים אן וועט ער שוין נישט האבן קיין צייט צו זאגן ווידוי.

נאך א האלבע שעה איז פארביי, און איך זעה ווי דער שגץ מאכט זיין וועג צו זיין בעק יארד. וואס קומט יעצט? טראכט איך צו מיר מיט אנגסט,
ער האט מיר נישט געלאזט לאנג ווארטן,
מיט שטייפע שריט קומט ער צו וואקן, און אין זיין הענט ליגט א גרויסע שרעקעדיגע אייזן, מיט געמאסטענע טריט גייט ער צו צום קאר. איך בין שוין געלאפן כאפן א טעלעפאון צו זיין גרייט צו ריפן שמירה 'דשאסט אין קעיס'. אבער דאן האט זיך דער גוי בארעכנט, און ער האט געמאכט א ריקצוג, שטייטעליך לייגט ער אראפ די אייזן אין א זייט.
אהה האב איך אפגעאטעמט. אבער נישט פאר צו לאנג, וויסנדיג וואס ער איז אומשטענד צו טוהן.

דאן זעהט אויס אז ער איז געווארן איבערגעהיצט, און ער איז אריין אין זיין שטאל צו כאפן א טרינק. און אזווי ער גייט אריין אין זיין הויז, קומט צוגיין א חסידיש אידל און מיט א רואיגקייט זיצט ער זיך אריין אין זיין קאר און היידע, געפארן. מיט אן צו וויסן בכלל אין וואס פאר אסכנה ער איז געווען.

צוויי מינוט שפעטער: דער גוי קומט ארויס. (דא קומט אריין די אויסדרוק אז די פעדער איז צו ארום צו באשרייבן, ווייל ס'איז טאקע צו ארום.)
מיום שנברא העולם איז נישט אראפגעקומען אזוי סאך כעס אין איין מינוט, גארענטירט. אויב האב איך געמיינט אז ביז יעצט איז ער געווען רויט האב איך מיר גראב טועה געווען, רויט ווי א בוריקע איז ער געווען! זיין גרומאסן אויפן פנים איז געווען בכוח צו הרג'נען א עלעפאנט. איך וויל נישט דא אויסרעכענען אלע זיינע קללות, אבער איינער וואס וויל וויסן וויאזוי צו שעלטן זאל נעמען ביי אים סמיכה. וליהודים היתה אורה ושמחה... א נקמה אינעם דייטש...

דאס איז פשט אין דער פסוק, הללו את ה' כל גוים. דוקא דער גוי זאל דאנקען, ווייל ער ווייסט וואס ער האט געפלאנט אויף דעם איד, דאגען דער איד האט ניאמאל א אנונג פון וואס דער בורא האט אים באהיטן...
ס'זאל אים נישט גערעכנט ווערן די הנאה וואס יעך האב געהאט בשעת'ן ליינען די ארטיקל
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

farshlufen האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 5:11 pm
בוטשער האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 3:41 pm
דאס איז פשט אין דער פסוק, הללו את ה' כל גוים. דוקא דער גוי זאל דאנקען, ווייל ער ווייסט וואס ער האט געפלאנט אויף דעם איד, דאגען דער איד האט ניאמאל א אנונג פון וואס דער בורא האט אים באהיטן...
לעושה נפלאות גדולות לבדו
?
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8855
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

שטארקע טרעפיק ארום 49 און14 צוליב די ביעם'ס לייגן ביי באבוב 45

טשאקלעד פלעטטער אלערט...
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 8570
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

צוויי גילדען האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 10:40 pm
שטארקע טרעפיק ארום 49 און14 צוליב די ביעם'ס לייגן ביי באבוב 45

טשאקלעד פלעטטער אלערט...
איך קען נישט דעסיידען וועלכע וועג איז בעסער.. לייגען ביעמס בייטאג מיט א שרעקלעכע טרעפיק אדער ביינאכט מיט קולת וואס וועקט אויף אלע מענטשען ארום.. אבער דער אמת איז אז באבוב 45 פראבירט זיך צוצישטעלען מיטן עס טיען ביינאכט איך גלייב אז עס קאסט זיי אפ אסאך מער געלט! און זיי טיען עס סייוי כדי צו שטערן די גאס וואס ווייניגער
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
לעצטע ווארט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 23, 2023 1:01 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעצטע ווארט »

15 50-51 is blocked for construction 🚧
לא עליך המלאכה לגמור
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

מיט געהאלטן היינט א פאליס טשעיס 65th st. x 5 ave געווען אייזערנע פייגל. ארום 7:45
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
לעצטע ווארט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 23, 2023 1:01 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעצטע ווארט »

latter האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 11:24 pm
מיט געהאלטן היינט א פאליס טשעיס 65th st. x 5 ave געווען אייזערנע פייגל. ארום 7:45
video?
לא עליך המלאכה לגמור
משגיח תמידי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 2:45 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח תמידי »

מאכט מען היינט קרנסטראקשען ביי די אונטערסעקשאן פון 12 און new Utrecht major traffic expected in the area
אוועטאר
לעצטע ווארט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 23, 2023 1:01 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעצטע ווארט »

משגיח תמידי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 25, 2023 9:55 am
מאכט מען היינט קרנסטראקשען ביי די אונטערסעקשאן פון 12 און new Utrecht major traffic expected in the area
going on for ever
לא עליך המלאכה לגמור
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

א עקלדיגע אנטיסעמיטישע אטאקע היינט צופריא אויף 42 ביי דע פובליק סקול ווען א גוי האט אראפגעשניטן א שטיקל פאה פון יונגל אויף די וועג צו גור’ע חדר
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

תגובה דורך פרומע לבוש »

משגיח תמידי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 25, 2023 9:55 am
מאכט מען היינט קרנסטראקשען ביי די אונטערסעקשאן פון 12 און new Utrecht major traffic expected in the area
היינט? די וואוינסט אין אינדיע….?
דאס גייט שוין אן זייט אנפאנג ווינטער יעדן טאג פין וואך אינקלאדינג ערב שבת ערב יו״ט, לדאבון לב אלע תושבי בארא פארק, איך ווייס נישט ווי די עסקנים זענן, און מאנסי ווען מען ברויך מאכן ארבעט אויף מעפל עוועניו, טוט מען עס ביינאכט, פארוואס קען מען עס דא נישט טוען ביינאכט?
אוועטאר
סעקאנד אפינניען
שר האלף
תגובות: 1139
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:21 am

תגובה דורך סעקאנד אפינניען »

פרומע לבוש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 25, 2023 2:43 pm

פאר פסח האבן זיי נישט געארבעט לכורה צילוב די העצע פון די שכנים שושן פורים ווען זיי האבען פארלאשען די וואסער אין א טאג וואס יעדער איז אינדערהיים,
זיי האבען געטאנענט אז זיי האבן נישט קיין ציזאם ארבעט מיט די קאמיוניטי. (מפי השמועה)
burich mechel
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:10 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך burich mechel »

דורך געטראכטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 25, 2023 2:34 pm
א עקלדיגע אנטיסעמיטישע אטאקע היינט צופריא אויף 42 ביי דע פובליק סקול ווען א גוי האט אראפגעשניטן א שטיקל פאה פון יונגל אויף די וועג צו גור’ע חדר
42 ביי ווי 14? 16 ?
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8855
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

דורך געטראכטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 25, 2023 2:34 pm
א עקלדיגע אנטיסעמיטישע אטאקע היינט צופריא אויף 42 ביי דע פובליק סקול ווען א גוי האט אראפגעשניטן א שטיקל פאה פון יונגל אויף די וועג צו גור’ע חדר
וואס ווען ווי?

עפעס מער אינפא?
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

איך ווייס נישט צופיל דעטאלן איך האב נאר געען א מחנה דעטעקטיווס ביי 16 אין 42 און איך האב געפרעגט דארט איינעם וואס ס’געשען
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
טשעק אריין
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 2:09 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעק אריין »

סעקאנד אפינניען האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 25, 2023 2:47 pm
פרומע לבוש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 25, 2023 2:43 pm
משגיח תמידי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 25, 2023 9:55 am
מאכט מען היינט קרנסטראקשען ביי די אונטערסעקשאן פון 12 און new Utrecht major traffic expected in the area
היינט? די וואוינסט אין אינדיע….?
דאס גייט שוין אן זייט אנפאנג ווינטער יעדן טאג פין וואך אינקלאדינג ערב שבת ערב יו״ט, לדאבון לב אלע תושבי בארא פארק, איך ווייס נישט ווי די עסקנים זענן, און מאנסי ווען מען ברויך מאכן ארבעט אויף מעפל עוועניו, טוט מען עס ביינאכט, פארוואס קען מען עס דא נישט טוען ביינאכט?
פאר פסח האבן זיי נישט געארבעט לכורה צילוב די העצע פון די שכנים שושן פורים ווען זיי האבען פארלאשען די וואסער אין א טאג וואס יעדער איז אינדערהיים,
זיי האבען געטאנענט אז זיי האבן נישט קיין ציזאם ארבעט מיט די קאמיוניטי. (מפי השמועה)
ביי דע וועי, וואס מאכט מען דארט אזוי וויכטיג?
אוועטאר
סעקאנד אפינניען
שר האלף
תגובות: 1139
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:21 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעקאנד אפינניען »

טשעק אריין האט געשריבן: מוצ"ש מאי 27, 2023 5:34 pm

ביזדערווייל האט מען ארויסגעצויגען די סיידוואק אריין אין די גאדער כדאי יודלס זאל זיך קענען מער אויסשפרייטען
אוועטאר
סעקאנד אפינניען
שר האלף
תגובות: 1139
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:21 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעקאנד אפינניען »

פילע קארס האבען היינט בייקומען מיטער טיקעטס במשכ׳ן יו״ט
סאיז צי ערווארטען אז די אז די פאליטיקאנטען זאלען פארדאמען די אנטיסמיטעשע אטאקע פארן נישט אנערקענען אינזער יו״ט
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

סעקאנד אפינניען האט געשריבן: מוצ"ש מאי 27, 2023 11:34 pm
פילע קארס האבען היינט בייקומען מיטער טיקעטס במשכ׳ן יו״ט
סאיז צי ערווארטען אז די אז די פאליטיקאנטען זאלען פארדאמען די אנטיסמיטעשע אטאקע פארן נישט אנערקענען אינזער יו״ט
שיק אריין א בריוו אז עס איז געוועזן האלידעי.
משה בארא פארק
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 2:35 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בארא פארק »

דורך געטראכטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 25, 2023 2:34 pm
א עקלדיגע אנטיסעמיטישע אטאקע היינט צופריא אויף 42 ביי דע פובליק סקול ווען א גוי האט אראפגעשניטן א שטיקל פאה פון יונגל אויף די וועג צו גור’ע חדר
what when where?
אוועטאר
סעקאנד אפינניען
שר האלף
תגובות: 1139
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:21 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעקאנד אפינניען »

אינטערסאנטע עפיזאד האט זיך אפשעפילט אין בפ די ערשטען טאג יו״ט 7 אזייגער אינדערפרי ווען שומרי אמונה אין שומר שבת האבן זיך צאנגשטעלט פאר מנין נאכדעים וואס פון שומרי אמונה איז מען געקומען זיכען מנין אין שומר שבת אין זיי האבן געטראפען אז אין שומר שבת ווארט מען אויך פאר מנין האבען די יודן פון שומר שבת געגאנגען דאווענען אין שומרי אמונה
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

סעקאנד אפינניען האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 1:20 am
אינטערסאנטע עפיזאד האט זיך אפשעפילט אין בפ די ערשטען טאג יו״ט 7 אזייגער אינדערפרי ווען שומרי אמונה אין שומר שבת האבן זיך צאנגשטעלט פאר מנין נאכדעים וואס פון שומרי אמונה איז מען געקומען זיכען מנין אין שומר שבת אין זיי האבן געטראפען אז אין שומר שבת ווארט מען אויך פאר מנין האבען די יודן פון שומר שבת געגאנגען דאווענען אין שומרי אמונה
ווער איז אויפגעווען דעמאלטס מיטצוהאלטן די מעשה?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

סעקאנד אפינניען האט געשריבן: מוצ"ש מאי 27, 2023 11:34 pm
פילע קארס האבען היינט בייקומען מיטער טיקעטס במשכ׳ן יו״ט
סאיז צי ערווארטען אז די אז די פאליטיקאנטען זאלען פארדאמען די אנטיסמיטעשע אטאקע פארן נישט אנערקענען אינזער יו״ט
מיטערס איז נישט געוועהן סוספענדירט.
פארוואס אנטעסמיטיש?
אוועטאר
סעקאנד אפינניען
שר האלף
תגובות: 1139
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:21 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעקאנד אפינניען »

פרומע לבוש האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 2:00 am
סעקאנד אפינניען האט געשריבן: מוצ"ש מאי 27, 2023 11:34 pm
פילע קארס האבען היינט בייקומען מיטער טיקעטס במשכ׳ן יו״ט
סאיז צי ערווארטען אז די אז די פאליטיקאנטען זאלען פארדאמען די אנטיסמיטעשע אטאקע פארן נישט אנערקענען אינזער יו״ט
מיטערס איז נישט געוועהן סוספענדירט.
פארוואס אנטעסמיטיש?
מיטערס איז געמאכט צישטעלען פארקינג פאר קאסטומערס,
זעלבסט פארשטענדליך אז א געיגענט ווי די טעקס פעירס אנוואוינערס האלטען א רי טאג אין געשעפטען זענען געשפארט, אל יצא איש ממקומו. א טויטע געגעינט. נישט מפארט נישט געשעפטען זענען אפען מעיג מען רעקספטירען די לאקאלע געמיינדע
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

סעקאנד אפינניען האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 2:06 am
פרומע לבוש האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 2:00 am
סעקאנד אפינניען האט געשריבן: מוצ"ש מאי 27, 2023 11:34 pm
פילע קארס האבען היינט בייקומען מיטער טיקעטס במשכ׳ן יו״ט
סאיז צי ערווארטען אז די אז די פאליטיקאנטען זאלען פארדאמען די אנטיסמיטעשע אטאקע פארן נישט אנערקענען אינזער יו״ט
מיטערס איז נישט געוועהן סוספענדירט.
פארוואס אנטעסמיטיש?
מיטערס איז געמאכט צישטעלען פארקינג פאר קאסטומערס,
זעלבסט פארשטענדליך אז א געיגענט ווי די טעקס פעירס אנוואוינערס האלטען א רי טאג אין געשעפטען זענען געשפארט, אל יצא איש ממקומו. א טויטע געגעינט. נישט מפארט נישט געשעפטען זענען אפען מעיג מען רעקספטירען די לאקאלע געמיינדע
קומענדיגע מאנטאג-מעמאריעל זענן די מיטערס סוספענדירט?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”