יוראפ האט געשריבן:קלוגער האט געשריבן:דעת בעל הבית האט געשריבן:קלוגער האט געשריבן:די פלאן פון לב טהור גיין קיין איראן איז מעגליך א ברייטערע סואיסייד פלאן, נישט טרעפענדיג קיין אנדערע אויסוועג צו ענדיגען זייער MADNESS, יש אומרים אז העלבראס וואס איז אנגעבליך געשטארבען אין וואסער אין מיסטעריעזע אונמשטענדען איז אויכעט געוועזען א סואיסייד
I wouldn't say so
זייער א טראגישע ענד...
ס’דא אסאך גרינגערע וועגן, ווען זיי וואלטן געזוכט,
און אפי’ מ’וואלט אנגענימען ווי די ’יש אומרים’ איז דאס זייער א שווערע צוזאם שטעל צו זייער איראן’ע פלענער.
ס'איז אלעס טעראריעס פון מענטשען, ס'איז זייער שווער אריינצוקריכען אין פארדרייטע קעפ צו טרייען צו פארשטיין וואס מ'וויל, ספעשעל אז ס'איז דא אינסייד פאליטיקס צווישען די פינעף פירערס היינט צוטאגס,
דאס איז קלאר, אז איראן האט זיי מער פיינט ווי איזראעל, איזראעל האט נישט געוויסט פון זיי צו זאגען ביז 2-3 יאר צוריק ווען א משפחה וואס האט דארטען פארלוירען נפשות האבען אגעפאנגען אנדרייען די מידיע און איזרעלי פאלעטישענס, האבען זיי זיך געלאזט הערען, דער העלבראנס פלעגט וויינען מיט קארקאדייל טרערען א געבאקענע שקר אז מדינת ישראל זוכט אים, פון נטורי קרתא, עדה חרדית און אלע טויזענטער קנאים וואס קענען פיין וואוינען אין ארץ ישראל, זוכען זיין פונקט נאר איהם....... די מדינה האט קיינמאהל נישט געוויסט אז ער עקזיסט בכלל אויף די וועלט
ווען אמעריקא האט אים אפגעליפערט אפאר יאר צוריק קיין איזראעל, האט ל"ט אויך פארפירט אז ס'איז די ערגסטע... למעשה די גאנצע צייט וואס ער איז דארט געווען האט קיימיצער געקוקט אויף זייער זייט
איזריעל האט שוין איינמאל געוואוסט פון אים און זיין קולט פאר זייער א לאנגע צייט, אויב נישט די גאנצע צייט. דארט זענען פארהאן פון די בעלי תשובה וואס האבן איבערגעלאזט משפחה פרייע אין איזריעל. זיי זענען שוין פיין ברוגז געווען אויף אים און געזוכט מיטלען אים מסדר צו זיין. זיי זענען נישט היצט געוואויר געווארן פון אים.
אויב ער איס געווען זייער פריאריטעט שונא? ווענציך ועם מען הערט און גלויבט. לויט ווי ער פלעגט האלטן אין איין שרייען איז ער געווען זייער נעקסטע קרבן איז נאך דעהאן, סעגעלאוו און יאסעלע שוכמאכערס זיידע. די טענה האט זיך אים געלוינט די גאנצע צייט. ער האט פארכאפט אסאך תמימי לב צו גלויבן אזוי, ער איז געווארן א העראו אין סאטמאר נאכדעם וואס עס האט געשטימט מיט זיינע קונטרסים וואס ער פלעגט ארויסגיבן וואו עס זענען געשטאנען די שווערסטע לשונות אויף די איזרעאיילים.. אם מען האט עכט געקענט מיינען אז ער איז טאקע אן עכטער ציהל ברעט פון די איזרעאיילים.
וואס איז טאקע די מעשה? גוטע קושיא.. ביידע קענען זיין אמת.. דער קען טאקע זיין א ציהל ברעט נאכן האבן אנגעווייטיקטע פאמיליע מעמבערס וואס זענען ברוגז אויף זייערע נאענטע וואס זענען דארט פארכאפט.
און עס קען פונקט אזוי זיין אז עס איז געווען סתם פראפאגאנדע פון העלבראנס'ן...
זייער ווארטזאגער אוריאל גולדמאן האט זייער א פאנטאסטישע מעשה צו פארציילן. ער איז זאגאר געווען א הויכראנגיקער אין די מדינת ישראל מיליטער, און האט איינגעזען דעם אמת ביי העלבראנס'ן.. ווען די מידיע האט אנגעפרעגט די איזרייילים איבער דעם האבן זיי געזאגט אז זיי האבן קיין אהנונג ווער ער איז, און איז קיינמאל געווען ביי זיי אין די מיליטער... גולדמאן טענהט אבער אז זי האבן פארמעקט זיין נאמען פון זייער דאטאבעיס ווייל זיי שעמען זעך אז ער האט זיי אזוי צוגעפיקסט מיטן ווערן א מעמבער אין די גרופע וואס שטורעמט אויף די וועלט אקעגן זיי...
זיינע רדיפות אין קאנאדע איז שטארק מעגליך א טייל אינעם רינגעלע פון די משפחות וואס זענען אנגעווייטאגט אויף אים און פרובירן צו באקומען צוריק זייער משפחה מיטגלידער וואס זענען לויט זיי פארכאפט דארט שלא מרצונם הטוב, נאר אז העלבראנס מיט זיין צינגל האלט זיי פארכאפט דארט.