farshlufen האט געשריבן:יאך וואלט זיי גע'עצה'ט צו בויען וואס זיי דארפן און נישט קוקן וויפיל ס'איז גרעסער וכו', דער מהלך פירט אין ערגעץ, מיר קומען שוין פון דארט.
יאך ווייס נישט פון ווי עטץ קומטס, אבער יעדע ביהמ"ד פון יעדע גרויסע חסידות וואס איז געבויעט געווארן אין די פריערדיגע יארן (סאטמאר, בעלזא, באבוב, וויזשניץ ב"ב, מאנסי ועוד ועוד), האט געדויערט א קנאפע פופצען יאהר ביז מ'איז אויסגעוואקסן די פלאץ, איז אין די לעצטערע יארן ווען די גרויסע חסידות'ן (וויזניץ ב"ב, סקווירא, גור) בויען נייע בתי מדרשים, בויען זיי אסאך אסאך גרעסער ווי זיי דארפן יעצט, פלאס נאך אפאר גאלאריען מיט א בליק אויף להבא, לכשירחיב.
באבוב 45 נעמט די זעלבע מהלך, גראדע הייבן זיי אהן יעצט מיט שלב א', וואס גייט נאר זיין 14000 סקווער פיס'יגע היכל הביהמ"ד מיט 3 גאלאריען. נאך שלב ב' וואס נעמט אריין גאר אסאך דיטאלען (בויען א נייע בנין פאר די וויי, צוזאם ווארפן און אויפבויען פון פריש פאר א ביהמ"ד) און עס וועט נאך נעמען א שיינע פאר יאר אנצוקומען אהין, וועט דאס היכל הביהמ"ד זיין 23000 סקווער פיס, וואס קומט אויס אז דאס איז די גרעסטע בית המדרש אין ניו יארק סיטי. דאס זיין די גרעסטע ביהמ"ד איז נישט די מטרה, נאר א תוצאה. כנלע"ד