אושפיזין האט געשריבן:ניס קראכער האט געשריבן:ו, דער וואס בויעט דארט איז נישט ביים מיינונג אז מ'ברויך שיקן בילדער פון יעדע נאגל וואס מ'האקט אריין
אויפן ארט
דער וואס ברויך וויסן, ווייסט!
ס'איז דא דארט א ביהמ''ד יעצט אויך, ווי דיר עולם ווערט אינפארמירט מיט די אפדעיטס
נו אפשר אפדעיטסטו דעם וועלטעל.
ס'איז א סוד?????.
[/quote]
אז די זאגסט נישט העל איך עס ברענגען
על תילה בנויה! כוואליעס פון פרייד נעמט ארום אנשי שלומינו תושבי וויליאמסבורג ובפרט תושבי שכונת סאוט אכט ווען אין די טעג איז ב״ה פולקאם פארענדיגט געווארן די מעכטיגע יסודות הבנין פארן ביהמ״ד החדש ומפואר דקהל יטב לב סאוט אכט
קומענדיגע וואך וועט מען אי״ה אנהייבן ארויפציען די מאסיווע סטרוקטאר פונעם פראכטפולע נייעם ביהמ״ד - די ״זעקסטע״ ריזיגע תורה ותפלה צענטער דקהל יטב לב בעיר ועם בישראל וויליאמסבורג תחת נשיאות כ״ק מרן רבינו הגה״ק [מהר"א] שליט״א
די געטרייע וועד קרן הבנין לייגן אריין איבערמידליכע ארבעט צו שאפן די ריזן סכומים וואס פעלט זיך פארן פראיעקט און אזוי אויך צי פאראויס ריקן צו קענען גומר זיין דעם מאסיווע תל תלפיות כלול בהדרו ווי שנעלער
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה!