נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

די FAA און TSA וועלן ארבעטן אינאיינעם קעגן ווילדע פאסאנדזשירן
שווערע געלט שטראפן ווערן נאך כסדר ארויפגעלייט אויף מענטשן וואס פירן זיך נישט אויף ווי מ'ברויך.

מיר האבן שוין עטליכע מאל באריכטעט איבער פאסאנדזשירן וואס פארלירן זיך אין די לופטן. די FAA און עירליינס האבן געטוהן וואס זיין קענען נאר אראפצוברענגן די געפארפולע מציאות, אריינגערעכנט גרויסע ציווילע געלט שטראפן וואס קאנגרעס האט געגעבן די רעכט פאר די FAA ארויפצושטעלן. ביז אין פארגאנגענעם אוגוסט זענען שוין ארויפגעלייגט געווארן איבער א מיליאן דאללער אין penalties בסך הכל!
אויסער דעם שיקט די FAA מער ערנסטע קעיסעס צו די FBI ברענגנדיג פאטענציאל פאר געהעריגע קרימינאלע קלאגעס אין א געריכט. א שטייגער ווי א פרוי וואס האט נעכטן געplead גילטי אויפן אטאקירן א סאוטוועסט פלייט אטענדענט צוריקן אין מאי. די פרוי וועט יעצט אויסשטיין א סענטענסינג וואו 20 יאר אין טורמע מיט $250,000 איז די מאקסימום שטראף. פראסיקיוטערס אויף דעם קעיס זאגן אבער אז זיי וועלן בלויז פארשלאגן עטליכע חדשים הונטער גראטעס און נאך עטליכע פון הויז-ארעסט.

די FAA האט אויך אונטערגענומען א צייט צוריק אן אייגנארטיגע אומקאנווענציאנאלע קאמפיין, מיטן פארשפרייטן פארשידענע mems אויף די אינטערנעט צו ווארענען פאטענציאלע בורדאקעס קעגן זייער אויפפירונג. צווישן אנדערס האבן זיי געלייגט איינס ווי א באבע זיצט אינעם קאקפיט און מיט א ווארענונגס פינגער זאגט זי "פארשעם מיך נישט, איך האב דיך נישט אזוי ערצויגן…" אנדערע memes האבן געציהלט צו ווארענען אויף די גרויסע געלט שטראפן.
בילד
6112fad840ea660018d70220.jpg
6112fad840ea660018d70220.jpg (52.34 KiB) געזען 3006 מאל

די וואך האט די FAA געמאלדן א שותפות מיט די TSA, יעצט וועלן די צוויי אגענטורן ארבעטן אינאיינעם אויף קעיסעס, די TSA וועט ארויסהעלפן מיטן צושטעלן די נויטיגע אידענטיפיקאציע אינפאו וואס די FAA דארף האבן אראפצוטרעקן די פארלעצער און ברענגען קלאגעס קעגן זיי.
נאך א שטראף ברענגט די דיעל, אז פאסאנדזשירן וואס וועלן זיין ווילד ביים פליען וועלן פארלירן זייער TSA Precheck מעמבערשיפ! די TSA זאגט אז די פראגראם איז ספעציעל געמאכט פאר לאו-ריסק טרעוולערס, א קאטעגאריע אין וועלכע ווייאלענט מענטשן קענען זיכער נישט אריינגערעכנט ווערן. איך בין נישט באקאנט אויב דאס טוט שוין מאמענטאל אפעקטירן סיי וועמען, און אויב יא וויפיל.

דאס איז אויסער די שריט וואס עירליינס האבן אליין גענומען, ווי למשל לייגן מענטשן אויף די נאו-פליי ליסטע און פארבאטן אייגענע אלקאהאלישע געטראנקן אויפן פליגער.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

טויזנטע פלייטס געקענסלט אלוועלטליך אין די פארנומענע חגא טעג
קומט אין רעזולטאט פון ארבעטער מאנגל, טרעוול באגרעניצונגען לייגן נאך צו מער צום לאסט.

ארבעטער-מאנגל איז א זאך וואס אפעקטירט כמעט יעדע גרויסע אינדוסטריע נאציאנאל, די דאזיגע מאנגל וואס גייט שוין אן פאר עטליכע חדשים האט זיך געשאפן צוליב פילע עקענאמישע סיבות, אריינגערעכנט פארברייטערטע רעגירונגס ארבעטסלאזיקייט בענעפיטן, מענטשן וואס האבן רעטייערט פרי-צייטיג צוליב קאוויד, מענטשן האבן מער אנגעהויבן זוכן דזשאבס וואו מ'קען ארבעטן ווירטואל, מענטשן בלייבן אינדערהיים זיך אפצוגעבן מיט משפחה וואס האבן נישט קיין סקול\ארבעט און נאך אסאך סיבות.

אבער דאן איז געקומען א גאסט פון סאוט אפריקע, גערופן אמיקראן (גיי ווייס פארוואס איינער מיט א גריכישן נאמען וואוינט אין אפריקע), און דער אמיקראן האט אריינגעשליידערט טויזנטע איבערן לאנד אין איזולאציע, ברענגענדיג אז א גרויסע פראצענט עירליין ארבעטער זאלן דארפן בלייבן אינדערהיים פאר די 10 טאגיגע פארלאנגטע קוואראנטין פעריאד.
דאס האט געברענגט אז אינדערצייט וואס מיליאנען האבן זיך ארויסגעלאזט אויף עראפלאן רייזעס דעם יעצטיגן וויקענד צוליב די גוי'שע חגאות, האבן עירליינס געדארפט קענסלעןם טויזנטע פלי-רייזעס צוליב דעם וואס פילאטן, פלייט אטענדענטס און עירפארט ארבעטער האבן אריינגערופן מעלדן אז זיי זענען קראנק.

דעלטא, יונייטעד און דזשעט בלו האבן אלע אפגערופן א שטוינענדע 12 ביז 14 פראצענט פון זייערע נעכטיגע רייזעס, דאס שטעלט זיך צוזאם צו איבער 600 רייזעס נעכטן אליינס! דאס איז אויסער נאך הונדערטער רוטס וואס זענען נישט געדעקט געווארן פרייטאג.
אויסער אנטשולדיגונגען און פארשפרעכונגן קענען די עירליינס קיין סך נישט טוהן. ווי זיי האבן אלע אליינס געזאגט האבן זיי באשטעלט פיל מער סטעף פאר די וויקענד ווי זיי וואלטן געדארפט האבן כדי ליתן ריוח פאר אזא כמו באפפער זאנע אין פאל זאכן גייען נישט ווי געפלאנט, אבער מיט דעם אלעם האבן זיי זיך נישט געקענט גענוג צוגרייטן צו די פלייץ פון ארבעטער וואס זענען איינגעשפארט אדער אפגעשוואכט.
פאריגע וואך האט דעלטא עירליינס אפגעשיקט א בריוו צו די CDC בעטנדיג אז מ'זאל רעדוצירן די פארלאנגטע 10 טעג איזולאציע צו בלויז 5 טעג אין אפזונדערונג פאר וואקסינירטע ארבייטער. דאס וואלט פיל גרינגער געמאכט די סיטואציע (פאר עירליינס, נישט פאר די ארבעטער פארשטייט זיך), קיין פאליסי טויש איז אבער דערווייל נישט געמאלדן געווארן.

על גבי דעם זענען נאך דא אסאך רייזעס וואס ווערן געקענסלט צוליב פרישע טרעוול ריסטריקשנס אין רעזולטאט פון אמיקראן, אבער דאס קומט פאר אמערסטנס אין לענדער ווי כינע און נאך, און אפעקטירט נישט צו שטארק די אמעריקאנע מארקעט.

דערווייל גייט מיך נישט אן וויפיל כאאס ס'ווערט געשאפן ביי לופט-ליניעס אין די יעצטיגע וויקענד, די עיקר איז אז ביז כ"א אדר זאל אלעס זיין צוריק אין פלאץ, און די סדר זאל אנהאלטן אמווייניגסטנס ביז נאך ג' אייר…
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

Ivelt Cockpit האט געשריבן:טויזנטע פלייטס געקענסלט אלוועלטליך אין די פארנומענע חגא טעג

אז די רעדט פון כ"א אדר און ג' אייר איז לכאורה די בעסטע עצה טשארטער פליגערס וואס די עירליינס פרייען זיך צו געבן און מאכן אפאר דאלאר ענדערש ווי די פליגערס זאלן שטיין ליידיג א שטייגער פון די שבת אין סיגוט און אומאן פארגאנגענעם ר"ה. אונז יודעלעך קענען רוהיג אנפילן א דרימליינער סיי פאר כ"א אדר און סיי פאר ג' אייר
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

LOT וועט צוריקברענגען איר רוט צווישן JFK און בודאפעסט
רוט וועט צוריקגיין אין סערוויס איז יוני פונעם קומענדיגן יאר

אז מ'רעדט שוין פון ג' אייר האט די פוילישע עירליין געמאלדן גוטע נייעס פאר אחב"י, אז די רוט צווישן ניו יארק אין בודאפעסט וועט ווידער-אמאל סערווירט ווערן ווי אין די גלאנציגע צייטן.
LOT איז א פוילישע עירליין וועמענס עיקר אפעראציעס זענען פון ווארשא עירפארט (WAW), אבער אין 2018 האט זי אנגעהויבן דורכפירן רייזעס פון די בודאפעסט עירפארט (BUD) צו עטליכע דעסטינאציעס איבער די וועלט, אריינגערעכנט - און אממערסטנס נוגע פאר מיר - ניו יארק.

אונגארן האט נישט קיין אייגענע גרויסע עירליין זינט איר פינאנציעלע צאמפאל פון Malev Hungarian אין 2012, די גרעסטע עירליין וואס איז באזירט אין אונגארן איז WIZZ, אבער זי סערווירט בעיקר די אייראפעאישע מארקעט, און א קלענערע צאל פלייטס קיין אזיע און אפריקע. אויסער דעם איז WIZZ א לאו-קאסט קעריער, ועל כולם איז זי בכלל נישט קיין אונגארישע עירליין, נאר איז רעגיסטרירט אין א צווייטע קליינע לאנד. אזוי אז מ'קען רואיג זאגן אז אונגארן האט נישט קיין אייגענע עירליין.

אין 2018 האט LOT געמאלדן אז זי וועט אנהייבן סערווירן די אויסגעשפילטע אונגארישע בירגער, מיט א סקעדזשועל פון פלייטס ארויס פון בודאפעסט צו\פון עטליכע גרויסע וועלטס-צענטערן, אריינגערעכנט ניו יארק און סאאל, קארעא (פרעג נישט נארט אדער סאוט, נוץ דיין קאפ).
די מעלדונג האט שטארק דערלייכטער פאר אחב"י וואס האבן ליב צו פארן אויף מקומות, א געסקעדזשועלטע פול-סערוויס 787 ארויס פון ניו יארק קיין אונגארן איז געווען א גוטע זאך פאר די היימישע טרעוול אגענטן, און גם אני הכותב בין געפארן מיט LO34 צוויי (אפשר דריי) מאל אין די שיינע תקופה.

אבער פונקט ווי טראמפס פרעזידענטשפאט האט די פלייט זיך אויפגעהערט, ווען אין קאוויד האט די עירליין געמאלדן אז די רוט ווערט ארויסגענומען.
אבער פונקט ווי טראמפס פרעזידענטשפאט איז די רוט צוריקגעקומען נאך א קורצע איבעררייס און יעצט האט די קאמפאני געמאלדן אז זי וועט ווידער אנהייבן פליען צווישן ניו יארק און בודאפעסט אנגעהויבן פון קומענדיגן יוני הבעל"ט. זיי האבן עס שוין פארפאסט אויף ג' אייר תשפ"ב, אבער אויף ת'הא ש'נת פ'וילישע ג'נבים וועט מען שוין קענען נוצן די רוט פאר די נסיעות.
די פליגער וועט פארן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג אום 5:30 נאכמיטאג ארויס פון JFK, און צוריק זונטאג 12:15 אדער דינסטאג און פרייטאג 12:25. (מיט נאך א שבת נאכמיטאג רוט פון JFK וואס איז אונז נישט נוגע).

מיר האפן אבער אז די מלך המשיח וועט פריער אנרוקן, און אונז נעמען אויף א דירעקטע רוט צווישן ארבע כנפות הארץ און ירושלים עיר הבנויה, נישט אויף קיין 787ס נאר אויף כנפי נשרים, אמן.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

דער ווערט בעסער פון באריכט צו באריכט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

שכח קאקפיט, און יא פילאטן מיט סענס אוו יומער איז א געשמאק.
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

פילאט ארויסגעראטעוועט אין די לעצטע סעקונדע פון פליגער נאך קראך
פליגער געקראכט אויף באן שינעס, באן צושמעטערט פליגער סעקונדעס נאך פילאט ווערט ארויסגעשלעפט

א שרעקעדיגע אינצידענט האט זיך נעכטן אפגעשפילט אין קאליפארניע ווען א פליגער האט געקראכט אויף באן שינעס און פאליציאנטן אויפן סצענע האבן באוויזן ארויסצושלעפן דעם שווער פארוואונדעטן - אבער לעבעדיגן - 70 יעריגן פילאט סעקונדעס איידער א באן האט אריינגעזעצט מיטן גאנצן קראפט אינעם disabled פליגער.
אויף די ATC טעיפ הערט מען ווי די פילאט Mark Jenkins באווייזט נאך צו דערקלערן אן עמערדזשענסי א קורצע מינוט נאכן זיך הייבן פון Whiteman Airport, דא איז א קליינע לאקאלע עירפארט אין די גלילות פון לאס אנדזשעלעס, אבער די פליגער האט תיכף אראפגעקראכט אויף באן שינעס.

דערשראקענע צושויער זענען געקומען צו לויפן און אלארמירט 911, צו מזל געפונט זיך א פאליס סטאנציע ממש אראונד די קארנער פון די עירפארט, און א קורצע פאר גאסן צו גיין צום קרעש-סייט, און יוניטס זענען געווען אויפן סצענע גאר שנעל.
ביים אנהייבן ארבעטן ארויסצושלעפן דעם פילאט פונעם פליגער האט זיך פלוצלינג געהערט די פייפערייען פון א באן וואס קומט צו פליען אין די ריכטונג פונעם פליגער וואס איז געזעצן דירעקט אויף די שינעס. פארפאניקטערהייט האבן עטליכע אפיצירן אנגעכאפט דעם שווער געשעדיגטן פילאט און אים ארויסגעשלעפט צו די לעכטיגע זון (פארגין יא צו נישט, אין קאליפאניע איז יעצט זוניג) און סעקונדעס דערנאך האט די מעטרא-צוג אריינגעשמעטערט אינעם פליגערל פארנדיג ביי א שנעלקייט פון ארום 80 מפ"ה, ווען פון די קראפט זענען זיך שטיקער פון די פליגער צופלויגן אויף אלע זייטן אן קאנטראל.

די פילאט איז א געוועזענע עיר-פארס פילאט און די משפחה זאגט אז די פליגער איז געהאלטן געווארן אין זייער א גוטע קאנדישן דורכאויס די צוואנציג יאר זינט ער האט עס געקויפט.
דער האט מזל ווי א גוי…

ווידיאו פונעם אינצידענט
סלאו מאושען ווערסיע
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

א נחת צו ליינען דיינע באריכטן! יישר כח!
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

Major U.S. airlines warn 5G could ground some planes, wreak havoc

https://www.reuters.com/technology/excl ... 022-01-17/
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
תיקו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 11:00 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תיקו »

עפר איז געווען מיט א ינייטיט אירליין פרייטאג עס האט זיך צרוקגעדרייט קיין ניא יארק נאך א שעה א האלב צליב פאסנדשירן וואס האבן זיך נישט אויף געפירט שיין
זאגט די הייליגע קדשת לוי פאר וואס תשבי נישט משה ?
ווייל תשבי לעבט אין אונזער דור און ווייסט אונזער ניסיונות
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

פע
תיקו האט געשריבן:עפר איז געווען מיט א ינייטיט אירליין פרייטאג עס האט זיך צרוקגעדרייט קיין ניא יארק נאך א שעה א האלב צליב פאסנדשירן וואס האבן זיך נישט אויף געפירט שיין

קולמע האט שוין אויך געמאלדן עפעס דאנערשטאג ווען אן אמעריקן פלייט וואס האט זיך צוריקגעדרייט.
דעיס איז די נעקסטע ומניח טרענד צווישן עראפלעינס?
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
תיקו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 11:00 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תיקו »

[image][/image]
שטומפיג האט געשריבן:פע
תיקו האט געשריבן:עפר איז געווען מיט א ינייטיט אירליין פרייטאג עס האט זיך צרוקגעדרייט קיין ניא יארק נאך א שעה א האלב צליב פאסנדשירן וואס האבן זיך נישט אויף געפירט שיין

קולמע האט שוין אויך געמאלדן עפעס דאנערשטאג ווען אן אמעריקן פלייט וואס האט זיך צוריקגעדרייט.
דעיס איז די נעקסטע ומניח טרענד צווישן עראפלעינס?

איך האב רחמנות אויף די מענטשן ענדליך מען האלט שוין א שעה א האלב אריין אין וועג דרייט מען זיך צריק דאס איז פענפול
זאגט די הייליגע קדשת לוי פאר וואס תשבי נישט משה ?
ווייל תשבי לעבט אין אונזער דור און ווייסט אונזער ניסיונות
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

א בריטיש עירוועיס פליגער האט כמעט געקראכט ביים לאנדן אין היטרו לופטפעלד צוליב וואס שטארקע ווינטן פון שטורעם קארי האבן געווארפן די פליגער צו ביידע זייטן, צווינגענדיג די פּילאט צוריק צו ארויפפליען און סוקסעספול געלאנדעט נאך א צווייטן פרואוו.
https://drive.google.com/file/d/1qRFqUs ... sp=sharing
▫️אידישער ווינקל ▫️
----
פארראכטן די לינק
לעצט פארראכטן דורך eller אום מיטוואך פעברואר 02, 2022 2:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

זייער אינטרעסאנט, א דאנק.
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

מאסק מאנדאט אראפ!
נאך חדשים פון מאטערנישן און שוועריגקייטן פאר מענטשן צו פליען, האט די פעדעראלע רעגירונג ענדליך אראפגענומען די מאסק מאנדאט אויף פאבליק טראנספארטאציע.
דאס קומט נאך וואס די מאנדאט האט שוין עטליכע מאל געדארפט אפלויפן אבער איז יעדעס מאל פון פריש באנייט געווארן. דאס לעצטע מאל האט עס געדארפט אפצולויפן היינט מאנטאג אבער די CDC האט עס פארלענגערט ביז מאי דעם 5טן, זאגנדיג אז זיי דארפן נאך מער צייט צו שטודירן די עפפעקט וואס די נייע BA.2 וועריאנט פון קאוויד קען אנבראענגען.
אבער היינט האט א פעדעראלע ריכטער פון פלארידע געאורטיילט אז די מאנדאט איז מעיקרא נישט אויסגעהאלטן די ביידן אדמיניסטראציע האט פאלגזאמערהייט תיכף אנולירט די מאנדאט.
רוב אמעריקאנע עירליינס אריינגערעכנט דעלטא, יונייטעד, אמעריקען, סאוטוועסט און נאך האבן שוין געמאלדן אז זיי טוען זאפארט אויפהערן פארלאנגען מאסקעס פון פאסאדזשירן און ארבעטער, אויך די TSA האט געמאלדן אז זי וועט שוין נישט פארלאנגען קיין פנים צודעק אין אמעריקאנע לופט-פעלדער.
מ'דארף קלאר מאכן אז ווען מ'פארט אינטערנאציאנאל קען מען טייל מאל זיין געבינדן צו די פאליסי פון די אויסלענדישע עירליין אדער גאווערמענט, ווי אויך קענען זיך מוניציפאלע אויטאריטעטן מאכן זייערע אייגענע געזעצן. צ.ב. אויב די NY&NJ פארט אויטאריטי מאכט א פאליסי צו פארלאנגען מאסקעס קענען זיי עס אינפארסירן אין זייערע לופט-פעלדער.
מיר זענען דא צו באריכטן בלויז די נייעס, פאר אנאליזן, מער אפדעיטס און שפעקולאציעס קענט איר באזוכן ביים שכן
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16964
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

באמבע שרעק אויף א פליגער פון דובאי קיין ווארשא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

ישראל_הלוי האט געשריבן:פוילן האט באקומען א באריכט איבער א באמבע אויף א באוינג 777 פליגער אויפן וועג פון דובאי קיין ווארשע. די עירפארט איז פארמאכט און עמערדשענסי סערוויסעס זענען אויפן סצענע.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16964
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: פאניק אין פוילן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

IMG_20220421_152211_125.jpg
IMG_20220421_152211_125.jpg (128.81 KiB) געזען 2003 מאל
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: פאניק אין פוילן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

את פתח לו האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:פוילן האט באקומען א באריכט איבער א באמבע אויף א באוינג 777 פליגער אויפן וועג פון דובאי קיין ווארשע. די עירפארט איז פארמאכט און עמערדשענסי סערוויסעס זענען אויפן סצענע.

א היידזעקינג?
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16964
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: באמבע שרעק אויף א פליגער פון דובאי קיין ווארשע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

נישט קיינאנוג...
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: באמבע שרעק אויף א פליגער פון דובאי קיין ווארשע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

ווען וועט עס לאנדען?
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: באמבע שרעק אויף א פליגער פון דובאי קיין ווארשע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

שוין געלאנדעט פינף מינוט צוריק
אטעטשמענטס
01ECB36E-4565-4A25-958D-C9B65B577164.jpeg
01ECB36E-4565-4A25-958D-C9B65B577164.jpeg (85.23 KiB) געזען 1851 מאל
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: באמבע שרעק אויף א פליגער פון דובאי קיין ווארשע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

יצויין: נעכטן האבן די פולישע אויטאריטעטן באקומען 2 אזעלכע מעססעדשעס און עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פאלש.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: באמבע שרעק אויף א פליגער פון דובאי קיין ווארשע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

.
אטעטשמענטס
Screenshot_20220421-154103_Twitter.jpg
Screenshot_20220421-154103_Twitter.jpg (47.54 KiB) געזען 1768 מאל
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16964
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: באמבע שרעק אויף א פליגער פון דובאי קיין ווארשע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

און??????
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: באמבע שרעק אויף א פליגער פון דובאי קיין ווארשע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

את פתח לו האט געשריבן:און??????

און גארנישט

ווען יא וואלט געווען אפדעיטס
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”