נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- יש לו מנה
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3998
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
- לאקאציע: אונטערן מאטראץ
Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער
דיין שפראך איז זייער געשמאק.
האלט אן
האלט אן
איך גיי מיט שלייקעס...
און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
- קאמענטאטאר
- שר חמש מאות
- תגובות: 981
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
- לאקאציע: אין ביבילאטעק
Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער
פאר די וואס געדענקען נאך די קאנקארד פליגערס... יונייטעד עירליינס האט היינט געמאלדן אז זיי האבן געשלאסן א געשעפט מיט די פירמע Boom Supersonic צו קויפן סופערסאניק (ד.ה. עס פליעט שנעלער ווי דער קול) פליגערס וועלכע וועלן קענען פליען פון נוארק ביז לאנדאן אין 3.5 שעה ביי יארע 2029 למס'.
דערווייל ווארטן מיר נאך אויף די פליענדע יונייטעס טעקסיס ווי שוין געמאלדן דא viewtopic.php?f=25&t=27393&p=2622825#p2622825

- אטעטשמענטס
-
- img.jpg (112.95 KiB) געזען 2786 מאל
קאמענטארן זענען איבריג
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6376
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער
פאסט טרעגער האט געשריבן:רעדענדיג פון דזשעט בלו איז דאס אמת וואס זיי פארקויפן אז זיי האבן די מערסטע לעג-רום מער ווי עני עירליין?
יא אמת
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6376
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער
א יונייטעד פליגער מיט אידן אויפן וועג פון נוארק צו פארט-לארעדעיל פלארידע האט נארוואס געמאכט א עמערזשענסי לאנדינג אין סעווענע לופטפעלד אין דזשארדזשיע נאכדעם וואס אנגעבליך האט א פאסאזשיר אנגעצינדן א ציגארעטל
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9082
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער
א דעלטא פילאט וועלכע איז געקומען אפנעמען א פליגער פון א ערעפלאן קווארענטין צענטער אין קאליפארניע, האט געפונען א רירענדע נאטיץ אויפן דעשבאָרד אינעם קאבינע, אראפגעלייגט דורך דער פילאט וועלכע האט געברענגט און איבערגעלאזט דעם פליגער אינעם מדבר ביים אנהייב פונעם קריזיס.
איבערטייטש:
איבערטייטש:
העי פילאטן:
ס׳איז מערץ 25 [2020], און מיר זענען נארוואס אנגעקומען פון MSP (א עירפארט אין מיננעאפאליס). זייער א ציפעדיגע מאמענט זעהנדיג אזא גרויסע חלק פון אונזער פלאָטע דא אין מדבר.
אויב זענט איר דא עס אפצונעמען, איז עס ווייל די ליכט מיז שוין זיין ביים ענדע פונעם טונעל.
שטוינענד ווי שנעל דאס האט זיך געטוישט. האט א זיכערע רייזע איהם ארויסברענגענדיג פון סטאָרידזש!
הכו״ח, קעפטין משה שטינקאוויטש
- אטעטשמענטס
-
- A40683D4-6247-49A9-B9C0-0E3C33332074.jpeg (62.22 KiB) געזען 2594 מאל
רשעות קאלטע סעלצער
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 367
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 01, 2013 6:50 pm
Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער
קאמענטאטאר האט געשריבן:פאר די וואס געדענקען נאך די קאנקארד פליגערס... יונייטעד עירליינס האט היינט געמאלדן אז זיי האבן געשלאסן א געשעפט מיט די פירמע Boom Supersonic צו קויפן סופערסאניק (ד.ה. עס פליעט שנעלער ווי דער קול) פליגערס וועלכע וועלן קענען פליען פון נוארק ביז לאנדאן אין 3.5 שעה ביי יארע 2029 למס'.
דערווייל ווארטן מיר נאך אויף די פליענדע יונייטעס טעקסיס ווי שוין געמאלדן דא viewtopic.php?f=25&t=27393&p=2622825#p2622825
עס האט זיך ארום געדרייט א קליפ פון יונייטעט מיט boomsupersonic.com, קען איינער זיין אזוי גוט און אַרויף לייגן, אין אישי איז אויך גיט
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9082
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער
א קארגאו פליגער האט היינט פארטאגס געמאכט א עמערדזשענסי לאנדונג אינעם פעסיפיק אושען, נישט ווייט ארויס פון די האווייאי בארטענעס.
די פילאטן פונעם באואינג 737 קארגאו ווערסיע פליגער - פלייט 810, האבן באריכטעט ענדזשין פראבלעמען נישט לאנג נאכן זיך הייבן פון האנעלולו, און נאכן זעהן אז די פליגער האט פארלוירן צופיל אלטעטוט און ספיד עס צו קענען מאכן צום ראנוועי, זענען זיי געצווינגן געווען און געמאכט א סוקסעספולע בויך לאנדונג אינעם וואסער אריין.
די פליגער איז געבליבן גאנץ, און ביידע פילאטן וועלכע זענען געווען די איינציגסטע מענטשן אויפן פליגער זענען געראטעוועט געווארן דורך די קאוסט גארד, און די פעדעראלע אוויאציע אדמעניסטראציע האט געעפענט א אויספארשונג.

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א קארגאו פליגער האט היינט פארטאגס געמאכט א עמערדזשענסי לאנדונג אינעם פעסיפיק אושען, נישט ווייט ארויס פון די האווייאי בארטענעס.
די פילאטן פונעם באואינג 737 קארגאו ווערסיע פליגער - פלייט 810, האבן באריכטעט ענדזשין פראבלעמען נישט לאנג נאכן זיך הייבן פון האנעלולו, און נאכן זעהן אז די פליגער האט פארלוירן צופיל אלטעטוט און ספיד עס צו קענען מאכן צום ראנוועי, זענען זיי געצווינגן געווען און געמאכט א סוקסעספולע בויך לאנדונג אינעם וואסער אריין.
די פליגער איז געבליבן גאנץ, און ביידע פילאטן וועלכע זענען געווען די איינציגסטע מענטשן אויפן פליגער זענען געראטעוועט געווארן דורך די קאוסט גארד, און די פעדעראלע אוויאציע אדמעניסטראציע האט געעפענט א אויספארשונג.
און ווי איז דאס קליפטשיקל? מיטגעפלויגן אין וואסער אריין??
Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער
וואס גייט זיין מיטן פליגער און אלע סחורה דערינען?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל

- שר האלף
- תגובות: 1483
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
- לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון
- shimon7323
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5625
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
- פארבינד זיך:
Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער
הענדימען האט געשריבן:וואס גייט זיין מיטן פליגער און אלע סחורה דערינען?
ס'וועט אנקומען נעקסט דעי סי, אנשטאט נעקסט דעי עיר
- פארוואס נישט
- שר חמש מאות
- תגובות: 772
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
- לאקאציע: רינגס און ארום
Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער
Transair flight 810 דאס איז די פלייט אינפא
- אטעטשמענטס
-
- 20210702_194009.jpg (271.17 KiB) געזען 2057 מאל
- קאמענטאטאר
- שר חמש מאות
- תגובות: 981
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
- לאקאציע: אין ביבילאטעק
Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער
קאמענטאטאר האט געשריבן:פאר די וואס געדענקען נאך די קאנקארד פליגערס... יונייטעד עירליינס האט היינט געמאלדן אז זיי האבן געשלאסן א געשעפט מיט די פירמע Boom Supersonic צו קויפן סופערסאניק (ד.ה. עס פליעט שנעלער ווי דער קול) פליגערס וועלכע וועלן קענען פליען פון נוארק ביז לאנדאן אין 3.5 שעה ביי יארע 2029 למס'.
דערווייל ווארטן מיר נאך אויף די פליענדע יונייטעס טעקסיס ווי שוין געמאלדן דא viewtopic.php?f=25&t=27393&p=2622825#p2622825
יונייטעד ווערט נישט מיד...
אצינד האט יונייטעד געשלאסן א געשעפט (ווי געמאלדן דא) צו איינקויפן 100 עלעקטראנישע פליגערס וועלכע וועלן האפענטליך אין יאר 26' למס' קענען אקאמאדירן 19 פאסאנדזשירן און פליען ביז 250 מייל אויסשליסליך אויף באטעריע קראפט.
- אטעטשמענטס
-
- ES_19_United.jpg (15.9 KiB) געזען 1900 מאל
קאמענטארן זענען איבריג
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 632
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
- לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל
Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער
נראה לי אז יונטייד פרובירט צו קאנקערירען און ארויסשטיין פון יעדעם מיט די הנחה אז זיי זענען די סאליד אהערגעשטעלטע אופ-טו-דעיט אירליין
עלעקטראנישע פליגערס
קאנקארד פליגערס
פליענדיגע טעקסיס וכדו'
עלעקטראנישע פליגערס
קאנקארד פליגערס
פליענדיגע טעקסיס וכדו'
- Ivelt Cockpit
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 272
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
- לאקאציע: ביי די קאנטראלס
Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער
יונייטעד שיקט מעגליך אפ בארימטע פליגער צו איר אייביגן רוה
פליגער פארוויקלט אין אינצידענט פאריגן פעברואר איז אפעפלויגן צום "בית הקברות פאר פליגער"
איר געדענקט מעגליך די שרעקעדיגע געשיכטע וויינגער ווי האלבע יאר צוריק ווען די ענדזשין פון א יונייטעד 777 פליגער ארויס פון דענווער האט אויפגעריסן אין פלאמען און אראפגעלאזט גרויסע שטיקער ברוכווארג העכער רעזידענטשל געגנטער.
אקעי, איר געדענקט עס מעגליך נישט, אבער איך וועל עס נישט פארגעסן אזוי שנעל, ווייל ביי יענעם אינצידענט האב איך מיך דערזעהן אז "אוויאציע נייעס" ווערט נישט גענוג געקאווערט אויף אייוועלט און איך האב אנגעהויבן באריכטן אין דעם ווינקל.
אזוי צו אזוי האט די פאסירונג בשעתו געשאפן אסאך קאפ-וויי פאר באואינג, די 777-200 מאדעל איז געווען געגראונדט ביי אסאך פאר א תקופה, די פי. אר. פאר די קאמפאני איז געווען שרעקליך נעגאטיוו, און באואינג איז געשטאנען נאנט צו א נערוון-בראך לכבוד דעם. אבער אין ענדע האבן זיך זאכן גאנץ גוט אויסגעשטעלט און אויסער פרעשור האט עס צופיל נישט געקאסט פאר קיינעם.
די אייגנטליכע פליגער פארוויקלט אין יענעם אינצידענט איז זינט דאן געבליבן אויף די ערד וואו פעדעראלע אויספארשער האבן עס גרונטליך אנאליזירט און געקליבן אינפארמאציע איבער דעם קראך.
אבער נעכטן איז די 26 יעריגע פליגער ווידער געזעהן געווארן אין די הימלען, מאכנדיג א קורצע רייזע פון דענווער קיין Victorville קאליפארניע. די דעסטינאציע איז אן ארט באוואוסט אלס "די בית הקברות פאר פליגער", אהין ווערן געליפערט עראפלאנען וועלכע גייען ארויס פון באנוץ צוליב אלטקייט אד"ג, און ווערן דארט אוועקגעלייגט אדער צעקליבן אויף parts.
די עירליין האט נישט געמאלדן אז די עראפלאן איז ווירקליך ארויס פון דינסט, אבער ווען א קראנקער ווערט ארויסגעפירט פון שפיטאל אריין אין בית הקברות קלערט קיינער נישט אז ער איז בלויז געגאנגען שעפן פרישע לופט פאר א וויילע.

אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
- Ivelt Cockpit
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 272
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
- לאקאציע: ביי די קאנטראלס
Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער
נייע דייטשע עירליין "תל אביב"
וועט פליען צווישן האמבורג און תל אביב אנגעהויבן פון קומענדיגן סעפטעמבער.
זאכן זענען טיילמאל נישט אויף זייער ריכטיגע פלאץ. פונקט ווי Kansas City איז אין Missouri נישט אין Kansas, און די Mega 53 סופערמארקעט איז אויף דרייצענטע עוועניו, נישט אויף 53'ד סטריט, און איך בין ביים קאמפיוטער און נישט אין בעט, אזוי איז די נייע "תל אביב עירליינס" באזירט אין האמבורג, נישט אין תל אביב!
אידישע אינוועסטירער אין דייטשלאנד האבן געגרינדעט א נייע לופט-ליניע וואס האט דערווייל בלויז איין פליגער און א וועבסייט, אבער זיי זאגן אז אנגעהויבן פון סעפטעמבער 19 וועלן זיי מאכן צוויי מאל א וואך די רוט צווישן האמבורג און תל אביב.
אויבנאויף זעהט עס אויס מאדנע צו אפערירן אן עירליין מיט איין איינציגע רוט, אבער די גרינדער טענה'ן אז זיי קענען די מארקעט און ס'איז דא א שטארקע פארלאנג פאר דעם.
איינע פון די הויפט גרינדער איז א געוועזענע לאנג-יעריגע טרעוול אגענט און ער זאגט אז פון די אינדוסטרי שטאנדפונקט און קענענדיג די אידישע פאפולאציע אין דייטשלאנד ווייסט ער אז עס איז יא עפעס וואס וועט האבן גרויסע סוקסעס.
יעצט איז נישט דא קיין איין דירעקטע רוט צווישן האמבורג און תל אביב, דירעקטע רוטס קיין דייטשלאנד גייען אלע פון\קיין בערלין.

יונגע אמעריקאנער Avelo לייגט צו א רוט
אן אפנויג פון איר ביז יעצטיגע ביזנעס מאדעל צו פליען נאר פון איין hub.
Avelo עירליינס האט סוקסעספול אנגעהויבן פליען דעם פארגאנגענעם אפריל, מיט א פאקוס אויף רוטס אין די מערב שטאטן פון אמעריקע. אבער קורץ נאכן אריינטאנצן אין ביזנעס האט די האט די עירליין געמאלדן אז זיי גרייטן זיך צו קומען צו די איסט סייד אויכעט.
זעהט זיך אויס אז די אפעטיט קומט מיטן פליען, ווייל יעצט האט די עירליין געמאלדן אז זי עפנט נאך א רוט צווישן Santa Rosa, California און לאס וועגאס.
די נייע רוט איז די איינציגסטע רוט וואס איז נישט אריין אדער ארויס פון זייער hub אין Burbank עירפארט, אויך איז עס אנדערש מיט דעם וואס עס פליט קיין לאס וועגאס צו די גרויסע McCarran עירפארט, אנדערש ווי די ביזנעס מאדעל וואס איז אויסגעשטעלט נישט צו פליען פון גרויסע עירפארטס.
די אפנויג זעהט זיך שטארק אן ווען מען קוקט אויף די איבערגעמאכטע מאפע וואו די נייע רוט קומט פאר ווי א ניו יוטרעקט אויף די בארא פארקע מאפע.

עירבאס האט שוין נישט קיין ווייסע עראפלאנען
נאך א angle פון וואו צו באטראכטן אינדוסטריע ערהוילונג.
אין געווענליכע צייטן זענען שוין דא עקזיסטירנדע קונים אויף יעדע פליגער וואס ווערט פראדוצירט, ד.ה. אז נאך איידער א פליגער ראולט ארויס פון די פראדוקשען פעקטארי ווייסט מען שוין צו וועלכע עירליין עס וועט גיין. אין אזא פאל ווערט די עראפלאן גלייך אפגעפארבט מיט די Livery פון די עירליין און נאכדעם אפגעשיקט צו די קאסטומער.
ביי די שפיץ פון די קאוויד עפידעמיע איז אבער עירבאס געזעסן מיט אסאך פליגער וואס זענען פראדוצירט געווארן אבער נישט געהאט קיין קאסטומער אויף דעם. אין דעם פאל איז די פליגער געבליבן ווייס, אומגעפארבט, ווארטנדיג אז א קונה זאל עס קומען קויפן און דירעקטירן וואס ארויפצופעינטן אויף דעם.
אזעלכע נאקעטע פליגער ווערן גערופן White-tail, און אזא ווייסע וויידל איז על פי קבלה נישט קיין סימן ברכה פאר א קאמפאני.
אבער אין די רעקאווערי וואס די אינדוסטרי מאכט אין די יעצטיגע חדשים ווערט באריכטעט אז קיין איינע פון די עראפלאנען זענען שוין נישט ביי עירבאס, נאר זענען שוין אלע פארקויפט געווארן פאר קאסטומערס.
די רעקאווערי פון די אינדוסטרי קען מען זעהן פון פארשידענע זייטן. טייל קוקן אויף די ציפערן פון רייזנדע, אנדערע אויף עירליין רוטס און די נייעס איז נאך א צייכן.
די נייעס קומט אין א צייט וואס א רעפארטער דערציילט אז עירבאסט גייט דורך זייער העפטיג קוואוט-"פליגער ביי פליגער, עירליין ביי עירליין, קאסטומער ביי קאסטומער" און שטעלט זיך זייער שטרענג אויף יעדע קאנטראקט און איז נישט מוותר אז פעימענטס און דעליוועריס זאלן געמאכט ווערן אין צייט.
אסאך עירליינס זוכן נאך יעצט צו באקומען גרינגערע תנאים ווי די ארגינעלע קאנטראקטס. למשל, עירליינס קענען בעטן צו באקומען זייערע פליגערס דעליווערט אויף א שפעטערע דאטום ווי געפלאנט, אזוי ארום וועלן זיי האבן א לענגערע צייט צו שאפן די חלק געלט וואס זיי דארפן צאלן ביים באקומען די עראפלאן.
אבער עירבאס לאזט זיך שוין נישט היינט, נאר שטייט שטארק אז די דעטאלן פון יעדן קאנטראקט זאלן ווערן ערפילט ווי אפגעשמועסט.

זייער אינטערסאנט. שכח
Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער
Thank you!!!
- הרב יואל קליין
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3106
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm
Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער
וואס הערט זיך מיטן 737 מעקס?
- Ivelt Cockpit
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 272
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
- לאקאציע: ביי די קאנטראלס
Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער
הרב יואל קליין האט געשריבן:וואס הערט זיך מיטן 737 מעקס?
ס'רינט מיר שוין אביסל פון די נאז האב איך עס נישט געוואלט באריכטן. אבער אז דו פרעגסט וועל איך דיר זאגן.
אויבנאויף זעהט אויס אז דער עולם האט זיך געהעריג איבערגעבעטן. 50 פון 79 פליגערס וואס באואינג האט דערליווערט אין די צווייטע קווארטל זענען געווען MAX. עירליינס לייגן נאך כסדר פרישע ארדערס, Aeromexico האט נארוואס געסיינט א קאנטראקט פאר 12 פרישע שטיק און יונייטעד האט נארוואס אנגעהויבן נוצן די MAX פאר זייערע רוטס.
איין עירליין אין די עמירעטס האט יא געקענסלט 65 פון א גרויסע MAX ארדער פון 250 שטיק, אבער ס'האט צו טוהן מיט א טויש אין זייער סטראטעגיע ענדערש ווי מיט די מאדעל.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער
Ivelt Cockpit האט געשריבן:הרב יואל קליין האט געשריבן:וואס הערט זיך מיטן 737 מעקס?
ס'רינט מיר שוין אביסל פון די נאז האב איך עס נישט געוואלט באריכטן. אבער אז דו פרעגסט וועל איך דיר זאגן.
אויבנאויף זעהט אויס אז דער עולם האט זיך געהעריג איבערגעבעטן. 50 פון 79 פליגערס וואס באואינג האט דערליווערט אין די צווייטע קווארטל זענען געווען MAX. עירליינס לייגן נאך כסדר פרישע ארדערס, Aeromexico האט נארוואס געסיינט א קאנטראקט פאר 12 פרישע שטיק און יונייטעד האט נארוואס אנגעהויבן נוצן די MAX פאר זייערע רוטס.
איין עירליין אין די עמירעטס האט יא געקענסלט 65 פון א גרויסע MAX ארדער פון 250 שטיק, אבער ס'האט צו טוהן מיט א טויש אין זייער סטראטעגיע ענדערש ווי מיט די מאדעל.
יש״כ.
וואס איז טאקע די סיבה אז דער עולם וויל אזוי שטארק די מעקס? וואס פעלט עס די קאפוויי? איז דען נישט דא אן אנדערע מאדעל וואס טוט די זעלביגע?
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 30688
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
טענקס קאקפיט!
שיינע נייעס און נאך בעסער אראפגעלייגט.
שיינע נייעס און נאך בעסער אראפגעלייגט.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]

Re:
קנאפער ידען האט געשריבן:טענקס קאקפיט!
שיינע נייעס און נאך בעסער אראפגעלייגט.
גאמ