נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

שוין די צווייטע אדער דריטע אזא עראפלעין קראך מיט גרויסע פילאנטראפן אין די לעצטע פאר וואכן..
איז די מאפיא פארמישט דא ?
Capture.JPG
Capture.JPG (31.56 KiB) געזען 2921 מאל
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
די גאסט
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 19, 2015 11:13 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גאסט »

וואס גייט פאר מיט סאוטוועסט עירליין
אוועטאר
שיינער חלום
שר האלף
תגובות: 1877
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 11:29 am
לאקאציע: אין בעט

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינער חלום »

די גאסט האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט סאוטוועסט עירליין

וואס זאל פארגיין מיט זיי?
אבזערווירער האט געשריבן:
שטארקע מענטשן ברענגן גוטע צייטן, גוטע צייטן ברענגן שוואכע מענטשן, שוואכע מענטשן ברענגן שווערע צייטן, שווערע צייטן בויט שטארקע מענטשן...
די גאסט
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 19, 2015 11:13 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גאסט »

שיינער חלום האט געשריבן:
די גאסט האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט סאוטוועסט עירליין

וואס זאל פארגיין מיט זיי?

שוין 2 טעג וואס זיי קענסלען הונדערטער פליגערס אויב נישט טויזענטערס.
גייט ארום רומערס אז די ארבייטער רופן אריין סיק אלס א פראטעסט אקעגן דעם וואקסין מענדעיט
פאר וואס נישט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 2:50 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר וואס נישט »

?As of today, do I need to take a covid test before a domestic flight
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

פאר וואס נישט האט געשריבן:?As of today, do I need to take a covid test before a domestic flight

No
---
אוועטאר
קאפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5640
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 11:59 pm
לאקאציע: בעדפארד סטייוועסענט נ.י.

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפעלע »

viewtopic.php?p=3106401#p3106401

וואס איז פשט דערפון? אויך וועגן די וואקסין?
לינק?
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

קאפעלע האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3106401#p3106401

וואס איז פשט דערפון? אויך וועגן די וואקסין?


זיי זאגן אז נישט, נאר וועגן די וועטער..

American Airlines Cancels 104 Flights At Phoenix Sky Harbor – Whistleblower Reveals Weather Is NOT The Cause, It’s Crew Shortages
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

הײמישער זײגער האט געשריבן:
קאפעלע האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3106401#p3106401

וואס איז פשט דערפון? אויך וועגן די וואקסין?


זיי זאגן אז נישט, נאר וועגן די וועטער..

American Airlines Cancels 104 Flights At Phoenix Sky Harbor – Whistleblower Reveals Weather Is NOT The Cause, It’s Crew Shortages

אנדערע עירליינס האבן בעסערע וועטערס?...
מוח שליט על הלב
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 10:43 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוח שליט על הלב »

הײמישער זײגער האט געשריבן:
קאפעלע האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3106401#p3106401

וואס איז פשט דערפון? אויך וועגן די וואקסין?


זיי זאגן אז נישט, נאר וועגן די וועטער..

American Airlines Cancels 104 Flights At Phoenix Sky Harbor – Whistleblower Reveals Weather Is NOT The Cause, It’s Crew Shortages

שלעכטע וועטער יעצט דארט?
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

ווי קען איך טשעקן פרייזן פאר לאנג טרעם פארקינג אין נוארק עירפארט ?
אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין דו »

maybeeynot האט געשריבן:ווי קען איך טשעקן פרייזן פאר לאנג טרעם פארקינג אין נוארק עירפארט ?

https://spothero.com/search?kind=destin ... 04T23%3A00
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

maybeeynot האט געשריבן:ווי קען איך טשעקן פרייזן פאר לאנג טרעם פארקינג אין נוארק עירפארט ?

דא און דא
---
האקט מיט בעסערע לינק.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

פראבלעמען מיט דרימליינער מאטריאל
איטאליענע פאליציי קאנפיסקירן מאטריאלן פון ארטיגע קאמפאני וואס האט צוגעשטעלט פעלערהאפטיגע שטאף גענוצט אין פראדוקציע פאר באואינג'ס 787 סארט.
(אייגנטליך איז די ריכטיגע ווארט נישט "קאנפיסקירט" ווייל זיי האבן עס נישט אוועקגענומען לשם אוועקנעמען, נאר אוועקגעטראגן פאר אויספארשונגען, אויף ענגליש הייסט עס seize און אויף אידיש הייסט עס נישט… האב איך אלזא געבארגט די ווארט "קאנפיסקירט")

באואינג האט שוין געמאלדן אין אקטאובער אז זי האט געטראפן קוואליטעט שוואכקייטן אין טייל פון די עלעמענטס וואס זענען גענוצט געווארן אין קאנסטראקשן פאר די 787ס אין די לעצטע 3 יאר. די קאמפאני האט געזאגט אז זי האט זיך פארבינדן מיט די FAA און ס'איז קלאר אז די פראבלעמען זענען נישט קיין באלדיגע געפאר פאר קיינעם, אבער טוישונגען ווערן געמאכט פאר אלע אפעקטירטע פליגער און ס'וועט אפקאסטן נאנט צו א ביליאן דאללער!

יעצט אבער זענען געקומען דעטאלן פון איטאליע אז איסטאנצן האבן זיך גענומען ערנסט צו די אויספארשונג, און אוועקגענומען שטיקער פון פארשידענע סארטן אייזן פון די קאמפאני פאראנטווארטליך אויף די פראבלעמען כדי אויסצופארשן אלע קאמפאונענטס גענוצט עס צאמצושמעלצן.
די רעדע איז פון א קאמפאני גערופן Leonardo מיט וועמען באואינג ארבעט שוין אסאך יארן, בפרט מיט די דרימליינער אין וועלכע די קאמפאני האט אהערגעשטעלט א שיינע פראצענט פון די טיילן וואס מ'נוצט צאמצושטעלן דעם פליגער.

וועלן מיר דארפן ווארטן צו הערן וואס די איטאליענע חברה וועלן זאגן, און אויב באואינג וועט ליידן פון דעם אדער נישט.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

Ivelt Cockpit האט געשריבן:

ש'כח זייער אינטערסאנט
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

בראסעלס עירליין ארבעטער וועלן סטרייקן מארגן
קומט אין א גאר פארנומענע טאג, ווען אפיציעלע חגא פייערונגען הייבן זיך אן אין בעלגיע

פאר אונזערע אידישע ברודער אין אנטווערפן ווילן מיר דערמאנען אז א 24 שעה'יגע סטרייק גייט אריין אין קראפט מארגן 5:00, און 116 פלייטס זענען שוין געקענסלד געווארן, אפעקטירנדיג 3,500 פאסאנדזשירן (איך האב אייביג געמיינט אז ס'פיטן מער ווי 31 מענטשן אויף א פליגער, איך האב נאך אסאך צו לערנען זעהט אויס).

די סטרייק איז פאררופן דורך דריי יוניאן גרופעס וואס רעפרעזענטירן די ארבייטער ביי די עירליין, זיי טענה'ן אז מען שטרעגנט איבער די ארבעטער מיט צופיל ארבעט און די עס ווערט נישט אנערקענט דורך די קאמפאני ווי ס'דארף צו זיין.
די "קאמפאני" צו וועמען מען באציהט זיך איז "Lufthansa Group" וועלכע איז די owner פון בראסעלס, סוויס, אוסטריען און (פארשטייצעך) לופטהאנזא עירליינס.

איך פארשטיי נישט וויאזוי די ארבעטער זענען אזוי אנגעשטרענגט פונקט יעצט, אינדערצייט וואס אויבנאויף זעהט מיך נישט אויס אז די פאסאדזשיר ציפערן זענען צוריק צו די פרי-פאנדעמיק לעוולס. קען זיין אז די עצה צו זייערע פראבלעמען שטייט ערגעצוואו אין די וואכעדיגע סדרה, ס'רופט זיך תכבד העבודה…
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

מיליאנען פאסאדזשירן געסקרינט אין אמעריקאנע לופט-פעלדער
ארום 2 מיליאן שטייגן ארויף אויף עראפלאנען אין חגא-וויקענד טעג

די אמעריקאנע TSA האט ארויסגעשטעלט די ציפערן פון פאסאדזשירן וואס זי האט געסקרינט דורכאויס די לעצטע פאר וואכן, און עס שטעלט זיך גאנץ נאנט צוזאם מיט די נאמבערס וואס מ'האט געזעהן אין 2019.
ס'האט נישט קיין פשט אז איך זאל יעצט קאפיען און פעיסטן די נאמבערס פון די באריכט, ווייל חוץ אפמעקן די פעינט אויף מיין קיבאורד און אויסמוטשענען דיינע אויגן פון אזויפיל נאמבערס גייט גארנישט בלייבן דערפון, אבער די פוינט איז אז די עולם פארט געהעריג אויף פליגלען ווי בעפאר.

וועלן מיר ווארטן אז די חגא זאל דורכגיין, די טיקעט פרייזן זאלן פאלן, און מיר וועלן זיך אויך לאזן אין די הימלען.
כי מלאכיו…
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

Avelo לייגט צו נאך דריי רוטס
די קאמפאני הייבט אן רעדן די "היימישע" שפראך…

מיר האבן שוין מער ווי איין מאל דערמאנט די נייע עירליין Avelo, צווישן אנדערס האבן מיר געמאלדן אז די עירליין וועט גרייט זיך צו אפערירן דא אין בעקיארד, ארויס פון די Tweed New Heaven עירפארט אין קאנעקטיקוט. אינדערצייט וואס איך בין געשלאפן, האט די עירליין אבער יא אריינגעלייגט כוחות, און שוין אנגעהויבן פארן צו נאך פילע דעסטינאציעס.
די נייעסטע דריי דעסטינאציעס וועלכע זענען געמאלדן געווארן פארגאנגענע וואך זענען Northern Colorado Regional Airport אין קאלעראדא, Tucson International Airport אין אריזאנע און Palm Beach International Airport אין פלארידע.

די קאמפאני'ס סטראטעגיע איז צו פליען צו קלענערע לופט-פעלדער אין ערזאץ פון גרעסערע פראמינענטע עירפארטס, כדי צו שניידן די אפערעיטינג קאסטן און קענען אפפערן ביליגערע טיקעטס.
אלזא, FNL איז די סאבסיטוט פון דענווער (DEN), און TUS איז ווארשיינליך די סובסיטוט צו PHX, הגם ס'איז א 3 שעה אוועק פון דארט.

סיי וויאזוי, די פרישע דעסטינאציעס קלינגען היימליך אין אויער פאר אחב"י וואס האבן ליב ווארימע פלעצער אין די זומער, און דער עולם הייבט שוין אן קאנסידערן צו פליען מיטן היימישן שכן ווען מ'פארט אויף די זומער וואקאציעס.
אט איז די יעצטיגע דעסטינאנציע מאפע (קרעדיט: http://www.aveloair.com)
AVELO MAP.png
AVELO MAP.png (318.32 KiB) געזען 1993 מאל
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

לעצטע עירבאס 380 דעליווערט.
עמיראטס מאכט מיט דעם א "איינס צוויי דריי", נעמענדיג די 123'סטע דעליווערי פון דעם סארט

צו וועם זאל מען פארקויפן די לעצטע פון אן איקאנישע פליגער, אויב נישט פאר איר גרעסטע קאסטומער? טאקע אזוי האט עירבאס געטוהן דעם לעצטן דאנערשטאג, אפשיקנדיג דעם לעצטן A380 צו געבויעט ווערן אויף אייביג, צו עמיראטס עירליינס וועלכע פארמאגט די גרעסטע פלאטע פון די סארט.
די ריזיגע ציפער וואס עמיראטס האלט אויף פון די ריזיגע פויגל הייבט ברעמען, נעמענדיג אין באטראכט אז די נענטסטע A380 אפערעיטער נאך איר, סינגאפאור עירליינס, האט בלויז 24 שטיק! אינדערצייט וואס רוב עירליינס האבן דורכאויס קאוויד אוועקגעפאקט די ריזן אין סטארעדזש, מיט א אנזעהבארע פראצענט אוועקגעשטעלט צו ווערן אויף אייביג, האט אבער עמיראטס נישט בלויז געהאלטן יעדעס איינס פון איר פלאטע, נאר צוגנומען נאך 3 אין די לעצטע פאר חדשים, און די דריטע דעליווערי איז געווען די לעצטע אויף אייביג צו פראדוצירט און דעליווערט ווערן.

א גרויסע פעסטיוואל איז געפלאנט געווארן דורך עמיראטס צו אפצייכענען די מאמענט, אבער due to omicron איז עס אפגערופן געווארן. אנשטאט, איז א קלענערע פייערונג אפגעהאלטן געווארן אין האמבורג, דייטשלאנד, וואו עירבאס האלט אויף די פעקטארי אין וועלכע די פליגער איז פארענדיגט געווארן.
123.jpg
123.jpg (55.67 KiB) געזען 1803 מאל

עטליכע טעג פריער האבן עירבאס פילאטן גענומען דעם פליגער אויף די לעצטע טעסט-פלייט העכער האמבורג, זיי האבן איבערגעלאזט א מעסעדזש פון ליבשאפט אויף די הימלען, פליגענדיג אין די shape פון א heart.
heart.jpg
heart.jpg (99.25 KiB) געזען 1803 מאל

שפעטער אין די וואך האט האמבורג מקבל פנים געווען א חשוב'ן עלטערן גאסט פון פראנקרייך, דאס איז די ערשטע A380 וואס איז פראדוצירט געווארן, און דאנערשטאג האט עירבאס געשטעלט דעם עלטער באבן מיטן אור-אייניקל פנים אל פנים, וואו א הארציגע שמועס פול מיט דברי הדרכה איז איבערגעגעבן געווארן פארן אינגסטן דור.
First to last.jpg
First to last.jpg (194.9 KiB) געזען 1803 מאל

די גרעסטע עירבאס און עמיראטס איינגעשטעלטע זענען אנוועזנד געווען און נאך א קורצע פייערונג איז די סופער אפגעפלויגן און ווערט אריינגעשטעלט אין דינסט. די חתונה און שבע ברכות איז שוין פערטיג, די חתן גייט אין די ארבעט אריין…
פרייטאג האט עירבאס ארויסגעשטעלט א קורצע ווידיאו צו מוטיגן די קאסטומערס און ענטוזיאסטישע נאכפאלגער פון די סארט, אז די עראפלאן גייט ווייטער פליען, און די לעצטע דעליווערי מיינט נישט די לעצטע פלייט.

די עמיראטס CEO האט געזאגט לעצטנס אין אן אינטערוויו, אז ער ערווארט אז די מאדעל זאל בלייבן מיט די עירליין אמווייניגסטנס ביז טיף אין די 2030 יארן, זאגנדיג אז די קאמפאני גלייבט נאך אין די פליגער פונקט ווי בעפאר. ער האט קלארגעשטעלט די מעסעדזש מיט די פאלגנדע ווערטער: If people think those are going to go away, think again!

(בילדער קרעדיט: עירבאס)
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
קאלינען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 7:53 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלינען »

שכח! אינטערעסאנט, וואס טוט מען טאקע מיט אזויפיל A380'ס?
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

קאלינען האט געשריבן:שכח! אינטערעסאנט, וואס טוט מען טאקע מיט אזויפיל A380'ס?

כ'האב א שייגעץ וואס נעמט סקרעפ מעטאל בחינם...

אז ס'ווערט גראונדעד גייטעס אין גארבעדזש. ניין?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ש'כח קאקפיט פאר די אינטערסאנטע באריכטן, און נאך מיט די קאקפיט שמאלץ!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

ווי האבעך טאקע געגענט פארגעסן צו דאנקען? פארדעם האבעך דאך לכתחילה מגיה געווען.

א גרויסן יישר כח פאר די אינטערעסאנטע נייעס אראפגעלייגט אזוי זאפטיגער און געשמאק
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

א גרויסן ש'כח קאקפיט.

איך האב געווארט פאר דיין צוריק קערן אהער נאך א לאנגע פויזע.
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

שיין צו הערן פון אייך הער קאפקיט, דערצו מיט אייער זאפט צו די זייט.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”