נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: באמבע שרעק אויף א פליגער פון דובאי קיין ווארשע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

מען האט בודק חמץ געווען און נישט אנגעגרייט קיין 10 ברעקלעך און עס איז געווען א ברכה לבטלה.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

'דעלטא עירלייינס' היינט געמאלדן אז, אנגעהויבן פון יוני 2, וועט איר פלי מאנשאפט באקומען באצאלט אויך פאר זייער ארבעט אין די צייט וואס פאסאזשירן שטייגן אויף אויפן פליגער.

דאס איז אנדערש ווי די אלגעמיינע סטאנדארט ביז היינט וואס פלי מאנשאפט באקומען באצאלט בלויז פון נאך וואס די פליגער טירן ווערן פארמאכט, און דעלטא ווערט די ערשטע אמעריקאנע עירליין צו נעמען די ליניע.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:'דעלטא עירלייינס' היינט געמאלדן אז, אנגעהויבן פון יוני 2, וועט איר פלי מאנשאפט באקומען באצאלט אויך פאר זייער ארבעט אין די צייט וואס פאסאזשירן שטייגן אויף אויפן פליגער.

זייער אינטערעסאנט

פונקט יעצט מיט די הויכע פרייזן....
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

דאס הייסט אז זיי גייען זיך שויניש יאגן אזוי שנעל צו פארמאכן די פליגער ווייל זיי באקומען עניוועי באצאלט? און ווער האט זיי באצאלט ביז היינט פאר די צייט?
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:'דעלטא עירלייינס' היינט געמאלדן אז, אנגעהויבן פון יוני 2, וועט איר פלי מאנשאפט באקומען באצאלט אויך פאר זייער ארבעט אין די צייט וואס פאסאזשירן שטייגן אויף אויפן פליגער.

דאס איז אנדערש ווי די אלגעמיינע סטאנדארט ביז היינט וואס פלי מאנשאפט באקומען באצאלט בלויז פון נאך וואס די פליגער טירן ווערן פארמאכט, און דעלטא ווערט די ערשטע אמעריקאנע עירליין צו נעמען די ליניע.

זייער אינטערעסאנט

פונקט יעצט מיט די הויכע פרייזן....

פונקט יעצט ווען עירליינס מוטשענען זיך צו טרעפן גענוג ארבעטערס…
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:דאס הייסט אז זיי גייען זיך שויניש יאגן אזוי שנעל צו פארמאכן די פליגער ווייל זיי באקומען עניוועי באצאלט? און ווער האט זיי באצאלט ביז היינט פאר די צייט?

דעלטא אויך געמאלדן אז די אויפשטייגונג צייט אויף פארשידענע קלענערע פליגער וועט ווערן פארלענגערט מיט עטליכע מינוט.

ביז היינט האט מען נישט באקומען באצאלט דערפאר.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

אין אנדערע נייעס גייט די נייע עירליין Breeze אנהייבן צו פליען פון וועסטשעסטער עירפארט צו עטליכע דעסטינאציעס, אריינגערעכנט לאס אנדזשעלעס און סאן פראנסיסקא.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

באואינג סי.אי.או. דעיוויד קאלהאון זאגט היינט אז די פירמע האט דערלייגט העכער 600 מיליאן דאלער נאכפאלגענדיג א ידעל מיט די טראמפ אדמיניסטראציע צו בויען צוויי פליגער וואס זאלן דינען אלס פרישע עיר פארס וואן.

קאלהאון זאגט אז די פארלוסט איז מיינסטענס געטריבן דורך די אלגעמיינע העכערונג אין פרייזן אלוועלטליך.
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:באואינג סי.אי.או. דעיוויד קאלהאון זאגט היינט אז די פירמע האט דערלייגט העכער 600 מיליאן דאלער נאכפאלגענדיג א ידעל מיט די טראמפ אדמיניסטראציע צו בויען צוויי פליגער וואס זאלן דינען אלס פרישע עיר פארס וואן.

קאלהאון זאגט אז די פארלוסט איז מיינסטענס געטריבן דורך די אלגעמיינע העכערונג אין פרייזן אלוועלטליך.

דאס מיינט אז וועניש פרייזען העכערן זיך וואלטן זיי אדער נישט דערלייגט אדער געמאכט סאך מער. נו. שוין געהערט אזאנס. זאג אים אז מיין גראסערי ארדער קאסט אויך מער צוליב פרייז העכערונג.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:

ער זאגט אז ער האט דערלייגט - דאס איז ווי זאגן אז דיין גראסערי מאן זאל דערלייגן ביים דיר פארקויפן ...
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:באואינג סי.אי.או. דעיוויד קאלהאון זאגט היינט אז די פירמע האט דערלייגט העכער 600 מיליאן דאלער נאכפאלגענדיג א ידעל מיט די טראמפ אדמיניסטראציע צו בויען צוויי פליגער וואס זאלן דינען אלס פרישע עיר פארס וואן.

קאלהאון זאגט אז די פארלוסט איז מיינסטענס געטריבן דורך די אלגעמיינע העכערונג אין פרייזן אלוועלטליך.

ווי זאכן ארבעטן מיט די פעדעראלע רעגירונג גייט ער זיי זאגן אז עס האט געקאסט מער, און גייט עס באקומען ווי גארנישט.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

Wow a1 האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:באואינג סי.אי.או. דעיוויד קאלהאון זאגט היינט אז די פירמע האט דערלייגט העכער 600 מיליאן דאלער נאכפאלגענדיג א ידעל מיט די טראמפ אדמיניסטראציע צו בויען צוויי פליגער וואס זאלן דינען אלס פרישע עיר פארס וואן.

קאלהאון זאגט אז די פארלוסט איז מיינסטענס געטריבן דורך די אלגעמיינע העכערונג אין פרייזן אלוועלטליך.

ווי זאכן ארבעטן מיט די פעדעראלע רעגירונג גייט ער זיי זאגן אז עס האט געקאסט מער, און גייט עס באקומען ווי גארנישט.

אזוי ארבעט עס?
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:באואינג סי.אי.או. דעיוויד קאלהאון זאגט היינט אז די פירמע האט דערלייגט העכער 600 מיליאן דאלער נאכפאלגענדיג א ידעל מיט די טראמפ אדמיניסטראציע צו בויען צוויי פליגער וואס זאלן דינען אלס פרישע עיר פארס וואן.

קאלהאון זאגט אז די פארלוסט איז מיינסטענס געטריבן דורך די אלגעמיינע העכערונג אין פרייזן אלוועלטליך.

ווי זאכן ארבעטן מיט די פעדעראלע רעגירונג גייט ער זיי זאגן אז עס האט געקאסט מער, און גייט עס באקומען ווי גארנישט.

אזוי ארבעט עס?

אייביג, איך זעה עס איז די נייעס יעדע שני וחמישי.
אוועטאר
מהיות טוב
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 9:05 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהיות טוב »

Wow a1 האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:באואינג סי.אי.או. דעיוויד קאלהאון זאגט היינט אז די פירמע האט דערלייגט העכער 600 מיליאן דאלער נאכפאלגענדיג א ידעל מיט די טראמפ אדמיניסטראציע צו בויען צוויי פליגער וואס זאלן דינען אלס פרישע עיר פארס וואן.
קאלהאון זאגט אז די פארלוסט איז מיינסטענס געטריבן דורך די אלגעמיינע העכערונג אין פרייזן אלוועלטליך.

ווי זאכן ארבעטן מיט די פעדעראלע רעגירונג גייט ער זיי זאגן אז עס האט געקאסט מער, און גייט עס באקומען ווי גארנישט.

אזוי ארבעט עס?

אייביג, איך זעה עס איז די נייעס יעדע שני וחמישי.

אזוי ארבעט עס ווען טראמפ מאכט די דיעל
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

ווען די נייע Tappan Zee Bridge איז פארטיג געווארן, האט די קאמפאני וואס האט עס איבערגעמאכט געבעטן די Port authority נאך ניין הונדערט מיליאן דאלאר מער ווי אפגעמאכט!

איך ווייס נישט אויב זיי האבן עס שוין באקומען, אדער מען שלאגט זיך נאך, אבער און אלגעמיין וואטשן סטעיטס מער אויף געלט ווי די פעדעראלע רעגירונג ַ.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

Wow a1 האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:באואינג סי.אי.או. דעיוויד קאלהאון זאגט היינט אז די פירמע האט דערלייגט העכער 600 מיליאן דאלער נאכפאלגענדיג א ידעל מיט די טראמפ אדמיניסטראציע צו בויען צוויי פליגער וואס זאלן דינען אלס פרישע עיר פארס וואן.

קאלהאון זאגט אז די פארלוסט איז מיינסטענס געטריבן דורך די אלגעמיינע העכערונג אין פרייזן אלוועלטליך.

ווי זאכן ארבעטן מיט די פעדעראלע רעגירונג גייט ער זיי זאגן אז עס האט געקאסט מער, און גייט עס באקומען ווי גארנישט.

נישט מער ווי רעכט (ספעציפיש ביי די יעצטיגע קאנטראט)...

די טראמפ אדמיניסטראציע האט אראפגערוקט די קאנטראט פון 5.8 ביליאן צו א נישטיגע 3.9 ביליאן.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

Wow a1 האט געשריבן:ווען די נייע Tappan Zee Bridge איז פארטיג געווארן, האט די קאמפאני וואס האט עס איבערגעמאכט געבעטן די Port authority נאך ניין הונדערט מיליאן דאלאר מער ווי אפגעמאכט!

איך ווייס נישט אויב זיי האבן עס שוין באקומען, אדער מען שלאגט זיך נאך, אבער און אלגעמיין וואטשן סטעיטס מער אויף געלט ווי די פעדעראלע רעגירונג.

אוודאי אזוי.

רוב סטעיטס האבן א קאנסטיטוציאנאלע פארבאט אויף אויסגעבן מער געלט ווי זיי נעמען אריין אין איינקונפט.

די םעדעראלע רעגירונג האט נישט אזא אפהאלט און קען אויסגעבן וויפיל ס'פעלט (נישט) אויס.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:'דעלטא עירלייינס' היינט געמאלדן אז, אנגעהויבן פון יוני 2, וועט איר פלי מאנשאפט באקומען באצאלט אויך פאר זייער ארבעט אין די צייט וואס פאסאזשירן שטייגן אויף אויפן פליגער.

דאס איז אנדערש ווי די אלגעמיינע סטאנדארט ביז היינט וואס פלי מאנשאפט באקומען באצאלט בלויז פון נאך וואס די פליגער טירן ווערן פארמאכט, און דעלטא ווערט די ערשטע אמעריקאנע עירליין צו נעמען די ליניע.

לויט ווי איך פארשטיי האט עס דעלטא נישט געטון מרוב טובם, נאר זיי האבן זיך דערמיט געשפארט עפעס ערגער מיט די יוניאן וכו',
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אידישליך האט געשריבן:פראנטיער לופטליניע האט געמאלדן אז זיי קויפן אפ ספיריט עירליינס, פאר 2.9 ביליאן דאלער אין קעש און סטאקס.

צוזאמען וועלן זיי זיין די 5'טע גרעסטע לופטליניע אין אמעריקע.

סיפריט געמאלדן אז שעירהאלדער וועלן שטימען אויף די פארשלאג אום יוני 10.

בלויז אזעלכע וואס האבן שוין פארמאגט די סטאק אום מאי 6 וועלן קענען אנטיילנעמען אין די ספעציעלע אפשטימונג.
אטעטשמענטס
Screenshot 2022-05-11 232426.png
Screenshot 2022-05-11 232426.png (133.11 KiB) געזען 2089 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אמעריקאנע טי.עס.עי. אגענטור געמאלדן אז פארלאפענע זענען געווארן געסקרינט 2.49 מיליאן פאסאזשירן אין לופטפעלדער איבערן לאנד, די העכסטע טעגליכע ציפער זינט פעברואר 2020 איידער די וויירוס אויסברוך.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

איזי-זשעט שעף אפערעישאנס אפיסער פיטער בעלאו האט פרייטאג געמאלדן זיין רעזיגנאציע.

דאס קומט נאך וואס די עירליין, פונקט וויל פילע אנדערע, מוטשעט זיך מיט מאסן אפגערופענע און פארשפעטיגטע פליגער.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

'עקספרעס זשעט' געפייעלט פאר טשעפטער 11 באנקראט.
אטעטשמענטס
Screenshot 2022-08-25 215222.png
Screenshot 2022-08-25 215222.png (221.14 KiB) געזען 1519 מאל
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

די סאוט אמעריקאנע עירליין אוויאנקא (Avianca), פלעג קעריער פון קאלאמביע, האט אונטערגעשריבן אן אינטערליין עגרימענט מיט באליוויאנא (Boliviana de Aviación).
די עגרימענט וועט ערמעגליכן קאסטומערס פון ביידע עירליינס צו קויפן קאנעקשאן פלייטס קאמבינירט פון ביידע עירליינס מיט איין טיקעט. (ענליך צו דאס וואס מ'קען קויפן א טיקעט ביי אמעריקען און האבן א חלק פון די וועג מיט בריטיש א.ד.ג.).
די אפמאך טוט נאך מער צעמענטירן אוויאנקא'ס שטארקקייט אין די ראיאן.
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

יונייטעד און עמיראטעס שרייבן אונטער א קאוד שעיר אפמאך
יונייטעד עירליינס און עמיראטעס האבן אנאנסירט א נייע פארטנערשיפ ביי א צערעמאניע אין וואשינגטאן-דוללעס אינטערנעשאנאל עירפארט. די מעלדונג איז א באדייטענע נייעס, וויבאלד אנגעצויגנקייט צווישן די פארייניגטע שטאטן און גאלף קעריערס איז געווען אין א היסטארישע הויכפונקט בלויז פינף יאר צוריק.
מיט פינף יאר צוריק האט סקאט קירבי (דעמאלטס'דיגע פרעזידענט פון יונייטעד עירליינס) עפנטליך דערקלערט אז ער ערווארט אז די יו עס רעגירונג זאל נעמען שריט קעגן די גאלף קעריערס פארן באקומען פינאנצירונג פון זייערע רעגירונגען.
אין יענע צייט, זענען אמעריקאנער קעריערס געווען אויפגעברויזט אז די דריי הויפט גאלף קעריערס פארפלייצן די מארקעט מיט ביליגע פלייטס.
די 'גרויסע דריי' יו עס קעריערס, אמעריקען, יונייטעד, און דעלטא, האבן גע'טענה'ט אז עטיהאד, קאטאר עירוועיס און עמיראטעס האבן באקומען מער פון 50 ביליאן דאלאר אין רעגירונג סובסידיעס זינט 2004.
די גאלף קעריערס האבן געלייקנט די באשולדיגונגען און געזאגט אז די הילף וואס זיי באקומען פון זייערע רעגירונגען איז ענליך צו די הילף וואס אמעריקאנע און אייראפעישע קעריערס באקומען פון זייערע רעגירונגען.
יארן זענען דורכגעגאנגען זינט די עפנטליכע געראטשקע צווישן די יו-עס און גאלף קעריערס. אין 2020, האט אמעריקען עירליינס געמאלדן א קאוד-שעיר אפמאך מיט קאטאר עירוועיס, און זייט דעמאלט האבן ביידע עירליינס פארשטערקערט זייער צוזאמענארבעט. אמעריקען פלאנט אויך אנצוהייבן א פלייט צו דאהא, קאטאר אום קומענדיגע June, פון זייער JFK האב אין נ"י סיטי.
די נעכטיגע מעלדונג פון יונייטעד און עמיראטעס איז זייער באדייטנד, כאטש באגרעניצט. דער יעצטיגער קאוד-שעיר אפמאך וועט בלויז דעקן עמיראטעס פלייטס קיין טשיקאגא, היוסטאן און סאן פראנסיסקא, ווי אויך די צוקונפטיגע יונייטעד'ס פלייט פון נוארק קיין דובאי, וואס איז פלאנירט זיך צו הייבן אום March קומענדיגע יאר. דער פאקט אז סיי וועלכע שותפות איז געמאלדן געווארן צווישן די צוויי עירליינס איז א גרויסע זאך, נעמענדיג אין באטראכט די שפאנונג וואס האט עקזיסטירט צווישן די צוויי מיט בלויז עטליכע יאר צוריק.
די נייע פארטנערשיפ וועט געבן עמיראטעס' קאסטומערס א בעסערע צוטריט צו די פארייניגטע שטאטן דורכ'ן זיי ערמעגליכן צו קאנעקטן מיט 200+ יונייטעד'ס דעסטינאציעס. יונייטעד'ס קאסטומערס וועלן אויך באקומען פארברייטערטע צוטריט צו עמיראטעס נעץ אין אפריקע און אינדיע.
עמיראטעס און יונייטעד זענען גרויסע שפילערס אין די ראיאנען וואס זיי דינען. יונייטעד סערווירט מער ווי 200 דעסטינאציעס, און עמיראטעס נאך 200+, צוזאמען מיט איר שוועסטער עירליין, פליידובאי.
קוקנדיג פאראויס, עס איז דא גענוג און נאך פלאץ פאר א נאכמער-פארברייטערטע פארטנערשיפ צווישן די צוויי ריזן אויף ביידע זייטן פון די וועלט. ביידע עירליינס האבן א וואקסנדע רוט נעץ, ווי אויך טוט די יעצטיגע קאוד-שעיר דערווייל דעקן בלויז דריי פון עמיראטעס יו עס ראוט'ס. עס איז גאנץ זיכער אז דאס וועט פארברייטערט ווערן צו מער שטעט אין דער צוקונפט.
מאנכע אנאליסטן גלויבן אויך אז עמיראטעס טוט זיך צוגרייטן אריינצוגיין אין די סטאר עלייאנס, צייגנדיג אז זיי האבן לעצטנס אויך געמאלדן א קאוד-שעיר מיט עיר קאנאדע (ביידע יונייטעד און עיר קאנאדע זענען הויפט מעמבערס אין סטאר עלייאנס). צייט וועט דערציילן וואס די צוויי עירליינס באשליסן ווייטער, וואס איז זיכער איז אז די יעצטיגע שריט איז גאר גינסטיגע נייעס פאר פאסאדזשירן.
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

א דאנק פאר די באריכט, זייער אינטרעסאנטע און גוטע נייעס, איז דאס נאכקאפירט פון ערגעץ אדער האסט עס אליינס אפגעשריבן?

כקען קוים ווארטן צו בוקן פירסט קלעסס עמירעטס מיט עיראפלען פוינטס פון עיר קאנאדע.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”