עלען גראס באפרייט - אמעריקע און קובא ווארעמען אן באציאונגען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס איז
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:43 am

עלען גראס באפרייט - אמעריקע און קובא ווארעמען אן באציאונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס איז »

(קען זיין ס'דארף זיין עקסטערע אשכולות?)

קובא האט געמאלדן אז זי באפרייט אידישן ארעסטאנט, עלען גראס, נאך 5 יאר זיצן פון א 15 יאריגן טורמע אורטייל אויף שפיאנאזש קלאגעס.

אין די זעלבע צייט האבן ביידע לענדער געמאלדן אז זיי הייבן אן דירעקטע געשפרעכן אנצואווארעמען די באציאונגען וואס זענען שוין קאלט צענדליגער יארן.
וואס איז
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס איז »

WOW, רוקט זיך אסאך שנעלער ווי כ'האב געמיינט...

אבאמא און קאסטרא האבן גערעדט אויפ'ן טעלעפאן, און אמעריקע מעלדט שוין אז זיי גייען צוריק איינשטעלן פולקאמע דיפלאמאטישע באציאונגען מיט קובא. מיינט מסתמא אויך א נייע אמבאסאדע?
וואס איז
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס איז »

אמעריקע האט אויך באפרייט 3 קובאנער שפיאנען - וואס קובא האט געהאט פארלאנגט אין אויסטויש פאר גראס - אבער טעכניש איז עס נישט געווען אין אויסטויש פאר גראס, נאר אין אויסטויש פאר אן אמעריקאנער שפיאן וואס זיצט שוין 20 יאר אין קובא. 'אפיציעל' איז גראס באפרייט געווארן צוליב וואס ער איז קראנק, אויף 'הומאניטארישע גרונדן'.
אוועטאר
איךביןשויןגרויס
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2011 9:36 am
לאקאציע: אונטער די קאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איךביןשויןגרויס »

יא די נ.י. טיימס שרייבט אז אמעריקא גייט עפענען א אמבאסעדע אין האוואנע די הויפט שטאט פון קובא
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

סאו צוויי אמעריקאנער זענען היינט באפרייט געווארן?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

ס׳טוט זיך לעבעדיג אין סענאט איבער די באריכטן אז אבאמא וויל אנקניפן באציאונגען מיט קובא. ניו דזשערסי סענאטאר באב מענענדעז שרייט אז דאס אויסטוישן שטעלט א געפארפולע פרעצעדענט אין אזעלכע איינגעלעגענהייטן, רוביא האט אנגערופן דאס שלום מאכן מיט קובא ׳אבסורד׳, און עטליכע אין קאנגרעס פארפירן אז בעת וואס די אבאמא אדמיניסטראציע קען נישט לייקענען באריכטן איבער אמעריקאנע סאנקציעס אויף מדינת ישראל גייט מען גאר שלום מאכן מיט קובא. די צד השוה איז אז קאנגרעס - ביידע הייזער - ברויזן און די אדמיניסטראציע האט, כדרכם, ארויסגעלייגט א סטעיטמענט אז דער פרעזידענט טוט אלעס אין זיינע מעגליכקייטן וואס ער איז ערלויבט ״אן קאנגרעס״.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

סאו איך פארשטיי נישט די טענה;
אז ס'איז אים ערלויבט וואסערע טענות קענסטו האבן?

אפשר גאר איז די טענה אז ער פארלעצט דעם לאנגיעריגן טראדיציע אין די וואשינגטאן געזעצהייזער אז מ'פירט קיינמאל אויס עפעס זאכליך?
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

כאפצעם האט געשריבן:סאו איך פארשטיי נישט די טענה;
אז ס'איז אים ערלויבט וואסערע טענות קענסטו האבן?

1) אז ער זאגט ער מעג מיינט נישט אז ער מעג. (כ׳זאג נישט ער טאר נישט, כ׳זאג ער וואס ער זאגט איז נישט מאסנגעבענד.)
2) אז ער מעג עפעס טון מיינט נאכנישט אז יעדער דארף מיטשטימען. זיי האלטן נישט אז זיין אויסערן איינגעלעגענהייטן פאלאסיס זענען אויסגעהאלטן און לאזן זיך הערן. עפטער אל זענען זיי דאך סענאטארס.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

וואס האט עס מיט די רעכטע? פארוואס זאלן די רעכטעס זיין דערקעגן? שטעלט דען קובא א געפאר פאר אמעריקע? עס גייט דאך זיין סופער פאר ביזנעס אז די אמעריקאנער ביזנעסער וועלן קענענן אנהייבען טיען ביזנעס דארט..

איך פארשטיי אז עס איז דא אין אמעריקע קובא אפשטמיגע גרופעס וואס זענענן דערקעגן וויבאלד זיי ווילען זען א נקמה אין קאסטראו און נישט קיין שלום, און דערפאר וועלן טייל סענטארען זיין דערקעגן וויבאלד זיי האבן אין זייער דיסטריקט אסאך פון די גרופעס און זיי דארפן זיי סערווירען, אבער איך פארשטיי נישט פארוואס די רעכטע דארפן זיין דערקעגן..
לעצט פארראכטן דורך מחותן אום מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 11:50 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

יואב בן צרויה האט געשריבן:ס׳טוט זיך לעבעדיג אין סענאט איבער די באריכטן אז אבאמא וויל אנקניפן באציאונגען מיט קובא. ניו דזשערסי סענאטאר באב מענענדעז שרייט אז דאס אויסטוישן שטעלט א געפארפולע פרעצעדענט אין אזעלכע איינגעלעגענהייטן, רוביא האט אנגערופן דאס שלום מאכן מיט קובא ׳אבסורד׳, און עטליכע אין קאנגרעס פארפירן אז בעת וואס די אבאמא אדמיניסטראציע קען נישט לייקענען באריכטן איבער אמעריקאנע סאנקציעס אויף מדינת ישראל גייט מען גאר שלום מאכן מיט קובא. די צד השוה איז אז קאנגרעס - ביידע הייזער - ברויזן און די אדמיניסטראציע האט, כדרכם, ארויסגעלייגט א סטעיטמענט אז דער פרעזידענט טוט אלעס אין זיינע מעגליכקייטן וואס ער איז ערלויבט ״אן קאנגרעס״.

הצד השוה, אז די רעפובליקאנער (און געציילטע נעאקאנסערוואטיווע דעמאקראטן) וואס שטופן שוין צענדליגע יארן די אומפארשטענדליכע, אומאפעקטיווע פאליסי קעגן קובא, וואס האט נישט געברענגט קיין שום נוצן די לעצטע פערציג יאר, חוץ אומגעהויערע שוועריגקייטן פאר ציווילע קובאנער, ברויזן און שימפן אז אבאמא גייט אויסנוצן זיין פרעזידענטשאפט און פארבעסערן די לעבנס פון מיליאנען קובאנער, און פילע קובאנער אפשטאמיגע אין אמעריקע.
עס איז גאנץ פשוט אז די אמעריקאנער אויסערן פאליטיק ליגט אין די הענט פון דעם אמעריקאנער פרעזידענט, און ער באשלוסט מיט וועלכע לאנד אמעריקע וועט האבן באציאונגען, און וואס און וויאזוי די באציאונגען גייען זיין.

עס איז דאך און אומגלויבליכן טפשות פארצוזעצן מיט א פערציג יאר אלטע פאליסי, וואס האט נישט געברענגט קען שום נוצן פאר אמעריקע אדער ציווילע קובאנער, און אדרבה גאר שווערע אפעקטן אויף אומשולדיגע קובאנער און זייערע פאמיליעס אין קובא און אין אמעריקע.
אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונהלע »

כאפצעם האט געשריבן:סאו איך פארשטיי נישט די טענה;
אז ס'איז אים ערלויבט וואסערע טענות קענסטו האבן?



לויט די אמעריקאנע געזעץ האט די פרעזידענט יעדע רעכט היינט צו ריזיינען פון פרעזידענטשאפט... כ'בעט ווער ס'קען מ'זאל איהם פליז איבערגעבן זיינע רעכטן!
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

יונהלע האט געשריבן:לויט די אמעריקאנע געזעץ האט די פרעזידענט יעדע רעכט היינט צו ריזיינען פון פרעזידענטשאפט... כ'בעט ווער ס'קען מ'זאל איהם פליז איבערגעבן זיינע רעכטן!


נאו, נישט ווען ביידען איז ווייס פרעזידענט.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

שלמה, זעט אויס איר זענט גוט באקאנט, זייטזשע מוחל און טיילט אונז מיט וואס איז געווען די סיבה און וואס האט גורם געווען די ביז איצטיגע פאליסי קעגן קובא.
א דאנק
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

בילד ביים אראפ שטייגען פון פלען
אטעטשמענטס
image.jpg
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

די פויבסט איז געווען שטארק אינסטרומענטעל אין די פארהאנדלונגען.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

מחותן האט געשריבן:וואס האט עס מיט די רעכטע? פארוואס זאלן די רעכטעס זיין דערקעגן? שטעלט דען קובא א געפאר פאר אמעריקע? עס גייט דאך זיין סופער פאר ביזנעס אז די אמעריקאנער ביזנעסער וועלן קענענן אנהייבען טיען ביזנעס דארט..

איך פארשטיי אז עס איז דא אין אמעריקע קובא אפשטמיגע גרופעס וואס זענענן דערקעגן וויבאלד זיי ווילען זען א נקמה אין קאסטראו און נישט קיין שלום, און דערפאר וועלן טייל סענטארען זיין דערקעגן וויבאלד זיי האבן אין זייער דיסטריקט אסאך פון די גרופעס און זיי דארפן זיי סערווירען, אבער איך פארשטיי נישט פארוואס די רעכטע דארפן זיין דערקעגן..

ווייל אבא מא טוט עס. נישט גענוג?
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

מענענדעז און רוביא ?
אומפארטייאישע קריטיק איז א זעלטענע זאך,

יש דברים בגוי
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

מיט פרעזידענטליכען פליגער? ממש מענינא דיומא, פון תפיסה צו מלכות.
#תורה לשמה
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

מארקא רוביא האט נארוואס אפגעהאלטן א פרעסע קאנפרענץ אין וועלכע ער האט ארויסגעברענגט אז קובא דארף זיין נארמאל אז מיר אמעריקאנער זאלן וועלן נארמעליזירן באציאונגען און, טענה׳ט ער, קובא איז ווייט פון נארמאל. ער האט געטייטלט אויף די פולע יו. ען. רעזולוציעס און אמעריקאנע סאנקציעס וואס קובא האט געבראכן און אויך צוגעלייגט אז קובא האט נישט גענומען קיין שום סטעפ אין ריכטונג פון דעמאקראטיע, וועלכע ער האלט איז א מוז אין סיי וועלכע פארהאנדלונג מיט זיי. ער האט באסיג געפרעגט ווי זוי ארויסלאזן 53 פאליטישע ארעסטאנטן וועלכע די רעזשים קען עניטיים נאכאמאל ארעסטירן קען ווערן קאנסידערד א סטעפ אין די גוטע ריכטונג.
לעצט פארראכטן דורך יואב בן צרויה אום מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 1:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

יואב בן צרויה האט געשריבן:מארקא רוביא האט נארוואס אפגעהאלטן א פרעסע קאנפרענץ אין וועלכע ער האט ארויסגעברענגט אז קובא דארף זיין נארמאל אז מיר אמעריקאנער זאלן וועלן נארמעליזירן באציאונגען און, טענה׳ט ער, קובא איז ווייט פון נארמאל. ער האט געטייטלט אויף די פולע יו. ען. רעזולוציעס און אמעריקאנע סאנקציעס וואס קובא האט געבראכן און אויך צוגעלייגט אז קובא האט נישט גענומען קיין שום סטעפ אין ריכטונג פון דעמאקראטיע, וועלכע ער האלט איז א מוז אין סיי וועלכע פארהאנדלונג מיט זיי. ער האט באסיג געפרעגט ווי זוי ארויסלאזן 53 פאליטישע ארעסטאנטן וועלכע די רעזשים קען עניטיים נאכאמאל ארעסטירן קען ווערן קאנסידערד א סטעפ אין די גוטע ריכטונג.

דאכצעך אז אויפן עקאנאמישן פראנט איז דא שנוים לטובה
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
וואס איז
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס איז »

אינטערעסאנט אז נעכטן האט אבאמא'ס USAID אדמיניסטראטאר געמאלדן אז ער טרעט אפ נעקסטן חודש, נייגעריג אויב ס'איז פארבינדן.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

סמארט גאי האט געשריבן:מענענדעז און רוביא ?
אומפארטייאישע קריטיק איז א זעלטענע זאך,

יש דברים בגוי

שלמה האט זיך פון דעם ארויסגעדרייט דורכן דערקלערן מענענדעז נעא-קאנסערוואטיוו.
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

הפלה וויאזוי היסטאריע פון יארן טוישן זיך אין מינוט'ן
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

יואב בן צרויה האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן:מענענדעז און רוביא ?
אומפארטייאישע קריטיק איז א זעלטענע זאך,

יש דברים בגוי

שלמה האט זיך פון דעם ארויסגעדרייט דורכן דערקלערן מענענדעז נעא-קאנסערוואטיוו.


וועלכע צוויי סענאטארן (איינער א רעפובליקאנער און איינער א דעמאקראט) זענען די הויפט שטיצער פון אלץ און אלעמען וואס האט צוטון מיט סאנקציעס, עמבארגאס, און דאס גלייכן?
מענענדעס (ד.) און קירק (ר.) זענען די אריגינאלע ספאנסערס פאר רוב איראן סאנקציעס, עס איז נישט קיין נייעס (אדער 'זיך ארויסגעדרייט') אז מענענדעס איז, און איז אלץ געווען שפארבעריש אויף אויסערן פאליטיק, דאס מיינט נאך ווייט נישט 'ביי-פארטיזאן' קריטיק.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”