נאטא: שטארקע מעגליכקייט אז רוסלאנד וועט אינוואדירען אוקריינא

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובה דורך געלעגער »

יעצט געקוקט דיין לינק. זאגסט דאך יא אלעס. יישר כוח פארן עס ברענגען
עפל-בוים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:38 pm

תגובה דורך עפל-בוים »

כמיין מדארף טוישן דעם קעפל צו: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע. סאיז שויניש קיין שטארקע מעגליכקייט לויט די עקספערטן, סאיז א פאקט.
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובה דורך green »

די מעגליכקייט ווערט פשוט שטערקער...:lol:
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך ענדע צדיק! »

איך פארשטיי נישט, צו וויסן צו עס איז דא אינוואזיע דארף מען עקספערטן?

-
הער איך אויף קולמע היינט אז אבאמא מיט קעמעראן האבן אינאיינעם ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אז נאטא דארף קלערן פון "מילטערישע מאכט" אין אוקראינא.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

עס איז געווען אין פארום פון א בריוו אין טיימס אוו לאנדאן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קנאפער ידען האט געשריבן:עס איז געווען אין פארום פון א בריוו אין טיימס אוו לאנדאן.

האט איינער געליינט די בריוו? איך האב נאכנישט געזען די בריוו, אבער די העדליינס באציען זיך בעיקר צו אייסיס, כ'מיין אז אזא זאך - ווי סטראשענען מיליטעריש רוסלאנד - וואלט געווען אין די העדליינס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

נאטא מעמבערס האבן היינט פרייטאג געשטימט אויפצושטעלן א "רעפיד ריספאנס טיעם" דאס איז א מיליטער צוזאם געשטעלט פון סאלדאטען פון עטליכע לענדער, און מען וועט עס ניצען אין פאל איינע פון די נאטא לענעדער וועלן זיין אטעקירט, די עיקר ציל איז צו שיקען א ווארענוג פאר "פוטין" אז ער זאל נישט וואגען צו טשעפן זיינע אנדערע שכנים - געוועזענע רוסישע לענדער וואס זענענן היינט נאטא מעמבערס, מען וועט עס אבער נישט ניצען אין אוקריינע וויבאלד אוקריינע איז נישט קיין נאטא מעמבער.

NATO member states voted on Friday to form a "rapid response force" aimed at countering the Russian invasion of Ukraine, while reassuring the organization's eastern member states that they would be protected in case of further aggression. Countries such as Lithuania, Latvia and Estonia fear that Moscow may target them next

NATO chief Anders Fogh Rasmussen said on Friday that the creation of the force sends a clear message to any potential aggressor. "Should you even think of attacking one ally, you will be facing the whole alliance," Rasmussen said, according to the Associated Press

The new force's command headquarters will be set up in Eastern Europe and member states will contribute forces on a rotational basis. Troops are expected to be able to mobilize and deploy quickly in the face of a threat
לעצט פארראכטן דורך מחותן אום פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 12:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובה דורך מי חכם »

שוין דא א פייער אפשטעל
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
זיי קלוגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:34 am

תגובה דורך זיי קלוגער »

פון אן אנדערע אשכול

זיי קלוגער האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
עניוועי דער תירוץ פון שיקען יומאנטערישער הילף, אנוואפענען בלע"ז האט פוטין נישט באשאפען מען האט זיך משתמש געווען דערמיט און אלע מלחמות.

אמעריקע האט דאס נישט געניצט ווען זי האט געוואלט?

תמצית היוצא לדינא, דו שרייבסט גוט און האלט אן


זייער אינטערעסאנט איך האב קיינמאהל נישט געטראכט דערפון, אין איז זייער א שטארקע פאונט.

אמעריקא -ווי אויך אנדערע גרויסמאכטן- אבער בעיקר אמעריקא, האט אין די לעצטע 60-70 יאר געניצט אזאליכע און ענדליכע תירוצים אריין צו שטעקן א פיס און לענדער איבער די וועלט ווי זיי האבן געהאט אינטערעסן, יעצט ביים רוס קען מען עס ממש נישט פארשטיין היתכן.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובה דורך געלעגער »

מי חכם האט געשריבן:שוין דא א פייער אפשטעל

געווען עפעס אן אגריעמענט, היינט איז ווידער פארגעקומען שיסערייען אין יענע געגענט און מ'האט מורא אז די גאנצע סיס-פייער גייט ווערן אויס
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פרישע סאנקציעס האט אמעריקע געלייגט אויף רוסלאנד.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

תגובה דורך private »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:פרישע סאנקציעס האט אמעריקע געלייגט אויף רוסלאנד.

וואס איז יעצט געשען ? נעבך קיינער רעדט שוין אפילו נישט פין דעם... חוץ חילי שטייט זיך.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

נעכטען איז אדורוך א פרישע קאנוועי מיט הילף.. טראץ די אוקריינע פראטעסטען און טראץ די פייער אפשטעל..
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

תגובה דורך private »

מחותן האט געשריבן:נעכטען איז אדורוך א פרישע קאנוועי מיט הילף.. טראץ די אוקריינע פראטעסטען און טראץ די פייער אפשטעל..

און טראץ די פרישע סאנקציעס...
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובה דורך green »

וואס "גייען" אריין גיין אין קראפט! מווייסט נאר נאכנישט ווען
מחר
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:30 pm

תגובה דורך מחר »

קען איינער אראפברענגען די קליפ פון די מיניסטער אין גארביטש ביטע?
חיים משה
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:11 pm

תגובה דורך חיים משה »

מחר האט געשריבן:קען איינער אראפברענגען די קליפ פון די מיניסטער אין גארביטש ביטע?

https://copy.com/AEEnboqoQTdQ

דער פאליטישאן איז אריינגעווארפן געווארן אין דאמפסטער צוליב האבן א חלק אינעם ביל פון וויקטאר יאנקאוויטש איבער פרידאם אף ספיטש.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

חיים משה האט געשריבן:
מחר האט געשריבן:קען איינער אראפברענגען די קליפ פון די מיניסטער אין גארביטש ביטע?

https://copy.com/AEEnboqoQTdQ

דער פאליטישאן איז אריינגעווארפן געווארן אין דאמפסטער צוליב האבן א חלק אינעם ביל פון וויקטאר יאנקאוויטש איבער פרידאם אף ספיטש.

טענקס.

הרב בלייך פון קול מבשר\אוקריינא איז נעכטען געווען מיט א רעפארטאזש איבער די "דאמפן דעם דאמפ אין דאפסטער", פארציילט ער אז מען האט היפש נאכגעגעבן פאר רוסלאנד.

עס איז וואר דאס מען האט נעכטען אריבערגעפירט די אנקניפ מיט אייראפע כאטש וואס רוסלאנד איז ברוגז, אבער מען האט אריינגעלייגט אז עס נעמט ערשט אפעקט אין א יאר - פארוואס דאס בארואיגט רוסלאנד ווייסעך נישט - און אויך האט מען עקסטער צוגעטיילט געוויסע אוטאנאמישקייט פאר די מזרח אוקריינער שטעט, אז זיי זאלן זיך שפירן אביסעל מער אינדעפענדענט, אז רוסלאנס - וואס זארגט זיך "שרעקליך" אויף זייער וואוילזיין - זאל זיך בארואיגן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
מחר
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:30 pm

תגובה דורך מחר »

חיים משה האט געשריבן:
מחר האט געשריבן:קען איינער אראפברענגען די קליפ פון די מיניסטער אין גארביטש ביטע?

https://copy.com/AEEnboqoQTdQ

דער פאליטישאן איז אריינגעווארפן געווארן אין דאמפסטער צוליב האבן א חלק אינעם ביל פון וויקטאר יאנקאוויטש איבער פרידאם אף ספיטש.


א גרויסן יישר כח
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

מחותן האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
שלום אויש האט געשריבן:א געוויסע חב"ד רב איז פארטריבן געווארן פון רוסלאנד און סיבות געבן אהן אז עס איז צוליב וואס ער האט שפיאנירט פאר מדינת ישראל
..... ר' אשר איז א לב טוב באמת, שלא על מנת לקבל פרס העלפט ער און ער שתדל'ט פאר ווער עס דארף א טובה, ביודעי ומכירי קאמינא. לאמיר האפן ס'וועט זיך נאך טוישן צום גיטן.


שכוח פאר די אינהאלטסרייכע באריכט.

מיין עצה פאר׳ן רב איז אז ער זאל בעסער גיין מיט גיטען.. פוטין איז נישט באוויסט פאר קיין בעל רחמנות, און זיינע אינטערפירער זיכער נישט..

חיך קודמין, אז מען האט דיר געשיקט פון דארט.. גיי, ווארט נישט עס ז׳אל בעסער ווערן.

ווי עס זעהט אויס האט דער רב נישט אנגענומען אייער עצה, ער האט אפעלירט פאר א פעיר הערינג, און אפילו די פמ"ס האט נישט עמטליך געזאגט פארוואס זיי ווילן אים פארשיקן, די פרלימינערי הערינג האבן זיי אויפגעברענגט 3 קלאגעס, 2 ספידינג טיקעטס, און איינס פאר פארקויפן אלקאהאל אין שוהל, די אפיציעלע הערינג געברויכט פארקימען דעם 25סטען איז אויפן פארלאנג פון רב צוריק געריקט געווארן איין טאג צוליב ראש השנה.
.
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובה דורך שלום אויש »

זייער א מיסטריעזע און אינטערסאנט אדער גאר קאמפליצירטער געשיכטע
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

אוקריינע פרעזידענט אדרעסירט ביידע הייזער פון קאנגרעס יעצט
http://video.foxnews.com/v/255356509400 ... watch-live
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובה דורך כאפצעם »

די אומרוען אין אוקריינע הייבן צוביסלעך אן זיך צוריק אויפצו-וועקן;
נעכטן האבן די סעפראטיסטן אין דאנעסק טראץ די פייער אפשטעל דורעכגעפירט פרישע אטאקעס אויף די אוקריינער מיליטער און אומגעברענגט צענדליגע,
קוקט נישט אויס אזא פייער אפשטעל זאל נאך קענען צו לאנג אנהאלטן.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

פוטין האט אויסגעניצט די וואך פון די וואלן ווען די מידיא האט נישט קיין צייט צו באריכטען זיינע אקטיוויטעטן, און ער האט אריינגעשיקט קיין (אמאליגע) אוקריינע טאנקען און אנדערע מלמחמה מאשינערי, אזוי אויך האבן די רעבלען אפגעהאלטען אייגענע וואלן אויף זייער שטל זיי ריפן עס ״פיפלס רפובליק״

פוטין גרייט זיך איבער צו נעמען איסט אוקריינע, עס שוין האלט שוין נאנטער ווי סיי ווען.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

_78936288_024676377-1.jpg

Ukraine crisis: Russian troops crossed border, Nato says


Russian tanks, Russian artillery, Russian air defence systems and Russian combat troops" were sighted, US Gen Philip Breedlove said

Russia's defence ministry denied that its troops were in eastern Ukraine to help pro-Russian separatists there

However, the rebels have admitted being helped by "volunteers" from Russia

The United Nations Security Council is convening an emergency session later on Wednesday to discuss the reported sightings


___

אידיש: נאטא זאגט אז רוסישע קרעפטען זענען אריין אין אוקריינע, אינאיינעם מיט מלחמה מאשינערי.
רוסלאנד דיפענס מיניסטע לייקענט עס, זי זאגט אז רוסשע סאלדאטען זענענן נישט אין אוקריינע.
אבער די רעבעלן זאגען אז "וואלאנטירן" פון רוסלאנד העלפן זיי ארויס אינעם קאמף קעגן אוקריינע.
די "יו ען" גייט האבן א עמערשענסי מיטיניג וועגן די סוטאציע שפעטער איבערן טאג..
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”