דזשואיש קראניקל באריכטעט דעם עצרת למען "הצלת הישיבות"
עדיוקעישאן סעקרעטאר געווארנט: פלאן צו רעגולירן ישיבות מיינט גירוש פון ארטאדאקסישע אידנטום
א פראטעסט אנטקעגן די סקולס ביל האט צוזאמגעברענגט א גרויסע צוזאמקונפט אין סטאמפארד הילל
א געשאצטע ציבור פון 2,000 מענטשן האבן זיך מאנטיג באטייליגט ביי אן אסיפה אין סטאמפארד היל צו פראטעסטירן אנטקעגן די רעגירונג'ס פלענער צו רעגולירן ישיבות.
לויט די מיטלען וואס זענען פארגעשלאגן געווארן אין דעם נייעם סקולס ביל, וועלן ישיבות וואס ווערן אנגעפירט דורך די אלטרא רעליגיעזע קאמיוניטי - וועלכע זענען ביז יעצט נישט דעפינירט געווארן אלס שולעס - זיך מוזן רעגיסטרירן מיט דער דעפארטמענט אף עדיוקעישאן, וואס וועט זיי צווינגען צו לערנען סעקולערע לעקציעס און זיי אויסשטעלן פאר אינספעקציעס פון אפסטעד.
א עלטערע מיטגליד פונעם חרד'ישן געמיינדע פון נארט לאנדאן האט געשריבן צום עדיוקעישן סעקרעטאר נאדים זאהאווי, און געווארנט אז אויב דער ביל וועט ווערן געזעץ, וועט עס באדייטן א "גירוש" אויף די ארטאדאקסישע אידן, וועלכע וועלן זיין געצוואונגען מחנך צו זיין זייערע קינדער אין אויסלאנד.
דער אסיפה איז, צווישן אנדערע, געווארן אדרעסירט דורך דעם הונדערט יאריגער ראש ישיבה הרב אליקים שלעזינגער, וועלכער איז פארבונדן מיט די מער קאנסערוואטיווע פראקציעס אין סטאמפארד היל, און א מיטגליד פון דער ראבינאט פון התאחדות קהלות החרדים, דער דיין הרב שלום פרידמאן.
די התאחדות קהלות החרדים האט מאנטאג גערופן פאר א טאג פון תפילה צוליב די זארגן וועגן דער סקולס ביל.
עס ווערט געשאצט אז ארום 1,000 ביז 1,500 יונגע בחורים אין סטאמפארד היל לערנען יעצט אין ישיבות.
דער סקולס ביל וויל אויך אז די קאונסילס זאלן האלטן א רעדזשיסטער פון קינדער וואס באקומען חינוך אינדרויסן פון שולע אינסטאנצן און געבן דעם עדיוקעישאן סעקרעטאר נייע מאכטן צו סוספענדירן זעלבסטשטענדיגע שולעס וועלכע ווערן גערעכנט אז זיי שטעלן זייערע קינדער אין געפאר.
חרד'ישע שולעס זענען שוין אין קאנפליקט מיט די עדיוקעישאן אויטאריטעטן מיט זיך אנטקעגנשטעלן צו לערנען וועגן תועבות, וואס ווערט פארלאנגט אין די עקוואליטי גיידענס און אויך אין די שפעטערע עדיוקעישאן פאליסי בנוגע עניני תועבות.
הרב אשר גראד האט געשריבן צו מר זאהאווי די וואך, און האט געזאגט "עס קוקט אויס אז דער ביל האט א באהאלטענע אגענדא, אונז אויסצומישן מיט די לעבנ'ס שטייגער פון די אלגעמיינע באפעלקערונג".
דער וויכטיגסטער חלק אין חינוך, האט ער געזאגט, "איז אויפצוהאלטן לימוד און שמירת התורה, כדי צו פארזיכערן אז אונזערע עיקרי היסודות זאלן זיך האלטן פעסט און נישט ווערן פארוואסערט. אונזערע שולעס און ישיבות שפילן די מערסטע קריטישע ראלע אין מחנך זיין דעם קומענדיגן דור".
"נאך דעם וואס מיר האבן פארלוירן אין די צווייטע וועלט מלחמה, מוזן מיר נאכמער באשיצן דעם יסוד פון אונזער עקזיסטענץ און אונזער יומען רייטס."
אונזערע ישיבות, האט ער געזאגט, "ערמעגליכן פאר ארטאדאקסישע משפחות מחנך צו זיין זייערע קינדער אויף הויכע מאראלישע סטאנדארטן און פרינציפן. עס איז ברייט באקאנט אז ביי אונז קומען כמעט נישט פאר קיין פארברעכנס אזוי ווי ביי אנדערע".
ער האט ערקלערט אז "עס איז ביי אונז איינגעפירט אז ביים עלטער פון 13 יאר גייען די בחורים אין די ישיבות. זיי באקומען אויך הדרכות אינדערהיים אין אלגעמיינע ענינים. די רעליגיעזע לימודים און די אלגעמיינע ענינים האבן אבער נישט קיין שום שייכת איינס מיט די אנדערע. אונזער ציבור פירט זיך שוין אזוי מערערע דורות".
"אבער די תוצאה פון באהאנדלען ישיבות ווי זיי וואלטן געווען סקולס איז ארויפצוצווינגען אויף זיי א פליכט צו לערנען סעקולערע לימודים אויסער די רעליגיעזע לימודים. דאס מיינט צו טוישן יסודות'דיג זייער ראלע און זייער מטרה. דאס גראבט אונטער די רעכטן פון עלטערן און פון קינדער צו פראקטיצירן זייער רעליגיע".
"אסאך מיטגלידער פון אונזער קאמיוניטי זענען שאקירט וועגן די הצעות", האט ער געזאגט.
"איך גלייב נישט אז איר באטראכט ארויסצוטרייבן די ארטאדאקסישע אידנטום פון ענגלאנד, אבער דאס איז למעשה וואס די דיסקרימינאציע ביל וועט טון" האט ער געווארנט.
אין א דעבאטע ביי די לארדס פאריגע וואך, האט די רעגירונג באקומען קראס-פארטיי שטיצע פאר די רעגולאציע פארשלאגן, ווי אויך פאר געבן אפסטעד מער מאכט צו אינספעקטירן אומרעגיסטרירטע מוסדות.
כאטש די ישיבות זענען נישט דערמאנט געווארן בפירוש ביי די לארדן, האבן רעגירונגס שריפטן בנוגע דער סקולס ביל, רעפערירט צו זיי.
"דער לעיבאר פיער, לארד מענדלסאהן האט געזאגט ביי די דעבאטע אז "די רעגירונג דארף זיך פארמעסטן מיטן פאקט, אז עס זענען דא ארגאניזירטע גרופעס, מוסדות, קהילות, וואס נעמען אוועק די קינדער-רעכטן".
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.
moishy56 האט געשריבן:[align=center]Cabinet minister Michael Gove during a visit to Stamford Hill on Thursday Seen are Berish Berger, Shimon Cohen of PR Office, Aron Goldman, Yoel Friedman and more
moishy56 האט געשריבן:[align=center]Cabinet minister Michael Gove during a visit to Stamford Hill on Thursday Seen are Berish Berger, Shimon Cohen of PR Office, Aron Goldman, Yoel Friedman and more
[/align]ווער ווערט געזעהן מיטן רוקען?
הרה''צ אב''ד ביאלא לאנדאן שליט''א [בעל אכסניא?]
.
לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב