נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

שמחה ונחת האט געשריבן:
מר קאפלאווסקי האט געשריבן:איך קעניש פונקטליכע דיטעילס אבער בין גברא לגברא האביך אויפגעכאפט בערך די נייע סטארי מיט פישער

פאר סא"ם ריזע"ן האט אייזענבאך אפגטרעטען אלס טראסטי,
----
האבען זיי איבערגערעדט יוסף הערש גראס צו לויפען אלס טראסטי אין באותו זמן זיך ארויס געלאזט אויף א מסע הקודש צו אלע רבנים זאלען מיט גוט'נס אין בייזען פרעשורע'ן יוסי פישער צו ארויסדראפען היתכן?! צוליב איהם קענען אונז נאך פארלירען די ווילעדזש נאך אזופיל בלוט אין שווייס (דמים תרתי משמע) וואס מ'האט אריינגעגאסען.

אפשר אז מ'קען נישט קיין דיטעילס - שרייבט מען נישט (כלל גדול שטענדיג)

אייזענבאך איז פיין טראסט"י ב"ה
און "זיי" האבן נישט געהייסן ר' יוסף הערש'ן לויפן.
זיי האבן געזעהן אז ער קומט אריין שטארק - האבן זיי זיך צוגעשטעלט מיט/צו אים

קען זיין לגבי אייזענבאך אבער יוסי פישער איז געבעטען געווארען דורל די עסקנים צו לויפען דערנאך האבען זיי איהם געהייסען אפטרעטן און ער האט זיי געזאגט בשו"א עטס האטס מיך אריינגעלייגט און יעצט הייסט עטץ ארויסגיין איך בין נישט ענקער דאלי
למעשה, האבען זיי געלייגט אסאך פרעשו"ר און מ'איז געקומען צו א פשרה אז ער לאזט זיך ארויס און ער באקומט א ליעזאן פאזיציע אין די ווילעדזש

זעהט אויס אז למעשה האט ער נאכנישט באקומען זיין פאזיציע ווייל היינט צופרי האט ער נאך געטיילעט צעטלעך...
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

בבקשה האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
שמחה ונחת האט געשריבן:און "זיי" האבן נישט געהייסן ר' יוסף הערש'ן לויפן.
זיי האבן געזעהן אז ער קומט אריין שטארק - האבן זיי זיך צוגעשטעלט מיט/צו אים

אין א אנדערע ווערטער, אין א קומענדיגע געלעגנהייט כאפט ער א שטויס איינס און א גוטס פון זיי!

ער האט שוין לאנג צוריק געכאפט א שטויס פון זיי.

יא יא איך האב נאך די סליחות וואס ער האט געטיילעט לעצטע מאל ווען ער איז געלאפען אלס מעיאר
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

וואס איז שלעכט מיט א ווארד סיסטעם?
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5440
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

שמואל בארג האט געשריבן:וואס איז שלעכט מיט א ווארד סיסטעם?

עס זענען דא 3 פראבלעמען מיט א ווארד סיסטעם

1. אין די יעצטיגע סיסטעם, דער וואס האט די majority פון די וואוטס, ער האט די גאנצע באורד. אין א ווארד סיסטעם, וועט די באורד זיין מער ווייניגער צוטיילט לויט די אויסשטעל פון די ווילעדזש.

2. א ווארד סיסטעם געבט אויס זיצן לויט די פאפולאציע, די יעצטיגע סיסטעם געבט אויס לויט שטימען. געווענליך קומען אידן ארויס שטימען מער ווי גויים פרעצונוטואל לויט די פאפולאציע

3. ווארדס ווערן געמאכט נאך די צענזוס, דאס מיינט אז אידן וואס מאפען אריין אין א אידישע ווארד, לייגן נישט צו קיין שום פאליטישע כח, ביז 10 יאר ווען מען מאכט די צענזוס, משא״כ אין די יעצטיגע סיסטעם, געבט יעדע איד וואס מאפט אריין, גלייך א פאליטישע כח, ווי נאר ער רעגיסטריט זיך צו וואוטען.
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2675
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובה דורך פעטער שמואל »

אין א געוויסע זין איז אבער א ווארד סיסטעם יא בעסער. ווייל אזוי דארף מען נאר ארבעטן צו באקומען 51% פון די וואוט אין 3/4 ווארדס צו האבן א מאיאריטעט.
משא''כ אן א ווארד סיסטעם דארף מען 51% פון די גאנצע שטאט.

עס ווענדט זיך אין אסאך זאכן. יעדע שטאט האט אנדערע מציאות'ער.
גראדע אין ספרינג וועלי וואלט א ווארד סיסטעם לכאורה נישט צו שטארק געשאדט מיט די יעצטיגע צענזוס.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?

פעטער שמואל האט געשריבן:

כדי צו באקומען 51% אין 3/4 ווארדס, ווען די האסט נישט די מערהייט פון די פאפולאציע, דארפן די ווארדס געמאכט ווערן לויט וויאזוי די ווילסט, עפעס וואס גייט לכאורה נישט געשען.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

פון די אנדערע זייט באקומען די וויילער א שטערקערע ווארט אויף די ערוויילטע, יעדע ווארד האט זיין אחראי.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5440
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

איך האב נישט געזאגט אז ס׳איז נישט דא קיין מעלות מיט א ווארד סיסטעם, די האסט גפערעגט וואס די פראבלעמען זענען, האב איך דיר געשריבן די פראבלעמען, אויב ס׳איז דא מעלות, יכול להיות, באמת ווענדט זיך ווען און ווי מען מאכט די ווארד.

דרך אגב, דיין טענה איז אומריכטיג, אין א ווארד סיסטעם אויב איז א ווארד 80% אידיש (וואס זיי גייען לכאורה טוהן, זיי גייען מאכן ״אידישע״ ווארדס, ספאנישע ווארדס, שווארצע ווארדס וכו׳) , דארף נישט די טראסטי דיין שטימע בכלל, משא״כ אין די יעצטיגע סיסטעם
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

דער עיקר פראבלעם וואס איך - אלץ וויילער - זע אין טוישן צו א ווארד סיסטעם אין דזשענעראל איז דער וועג וויאזוי דאס גייט צו. עס איז דא פאר יארן א סיסטעם וויאזוי מען וועלט (און דאס איז דער וועג וויאזוי עס ארבעט אין רוב פלעצער) און ווייל עפעס א צד געוואונט נישט די וואלן דרייען זיי די וואלן אז זיי זאלן עס יא קענען געוואונען.

בעיסיקלי געטראפן וועג וויאזוי אויסצושפילן דעמאקראטיע. די פראפאונענטס דערפאר דאהי האבן נישט דייקא אן אפיניען אז א ווארד סיסטעם איז מער ריכטיגע רעפרעזענטאציע, נאר פשוט דא איז עס אין זייערע אינטערעסן צו מאכן א פאוער גרעב.

די זעלבע איידיע איז מיט דער סקול באורד מאניטאר (לכה"פ אויב ער האט א וועטאו רעכט). עס איז דא א סיסטעם פון סקול באורד וואלן, און היות איינעם געפעלט נישט דער תוצאה דערפון נעמט ער פשוט אוועק די כח פון די וויילער (taxation without representation במלא מובן המילה.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

געווענליך שרייב איך נישט קיין פאליטיק, ווייל 1) איך בין נישט קיין שרייבער, און 2) איך קען מעך נישט אויס אין קיין פאליטיק, איך טראסט נישט קיינעם אין פאליטיק און וואוט כמעט אייביג מיט א write in.

איך וויל נאר שרייבען איין קליינע נאוט.

הער איך זיך אזוי צו אויף קול מבשר און איך הער א באמבע. אז דער אייצינגסטער וואס האט געטוהן פאר די מוסדות אין די קאוויד צייטען איז געווען אונזער ירום הודו עלען זז"ג (יא, דער וואס איר קענט זעהן א בילד פון איהם אין מיין בילדער אשכול, ווי ער האלט אינמיטען זיין טשיעס דעלקעלע מיט אנדערע צוויי פאר שיך אויף די פוס).

עס איז מיר נאר אינטערעסאנט אז מיר הערן די מעשה איצט ביי די וואלען.

ווען די ליפט איז דיק געווען, די געמוטער אונגעצויגען, מאנכע האבן פארגלייכט רעגירונג רעגולאציעס צו די נאציס (איך זאג נישט אז דאס איז אויסגעהאלטען צו זאגען - באט יו געט דע פוינט), ישיבות האבען געלעבט אין א פחד, קיינער האט נישט געזעהן די ליכטיקייט נאך. געדענקט איך דאמעלס בשעת מעשה (נישט ביי וויילען) ווי די אדמיניסטראטער פון די מוסדות ווי מיינע קינדער לערנען (פון די איינציגסטע אינעם רויטע זאון - רוב מוסדות זענען געווען אין אראנזש) האט געשריבען "איך גלייב אליינס נישט אז איך וועל דאס שרייבען, אבער דער וואס עס קומט צו דאנקען אז די מוסדות קענען אנגיין איז די קאונטי עקזעקוטיוו עד דעי!"

פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל ווען עס קומט צו די וויילען הערט מען פליצלונג די אויפטוהען פון אלע קאנדידאטען וואס די זייט אדער יענע זייט וויל פראמאוטען, אבער בעידנא דלא עסק בה הערט מען נישט פון קיינעם קיין ווארט.

נאכאמאל, איך זאג נישט פארוועם צו וואוטען, איך בין אינגאנצען נישט באקאנט, ר' יוסף הערש קען איך גוט, א גאלדענע הארץ, א טייערע אונגערמאן (סארי איך קען נישט די אנדערע), עלען קען איך נאר פון קאורט רום נישט מער געדאכט (ווער עס איז שוין אמאל געזעסען ביי איהם ווייסט אז די גלעכטער לעוועל פלעגט הויעך זיין). די פאונט איז, טוהט וואס "איר אליין ווילט", און דער באשעפער וועט אונז העלפען אז די גאווערמענט וועט געפירט ווערן על מי מנוחות דורך whoever עס וועט ערוועלט ווערן. און מיר זאלען קיינמאל נישט דארפען צוקומען צו פריוואטע טובות פון פאליטישאנס. משיח זאל שוין קומען און ער וועט זיין מעיאר דיירעקטלי און אפענהערהייט אונטער השי"ת, וראו כל עמי הארץ כי שם השם נקרא עליה ויראו ממך בב"א
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

שמו האט געשריבן:לידיעה בעלמא, ר' יוסי פישער, מיין איך איז נאך אלץ אויפן צעטל (טראץ ס'געשטאנען אז ער איז אראפ) מען קען נישט אראפגיין, ס"ה האט מען אים אפגעשטעלט דעם קאמפיין.

וכל ערום יעשה בדעת...

מיר האבן געוואוט פאר יוסי פישער
גאפל
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאפל »

ב"ה צירוק געקומען פון די וואוטינג אין געוואוט פאר די רבנים אין מוסדות אינדערסירטע קאנדידאטן
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2675
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

אמת בנוגע עד דעי. ער האט געמאכט אן אינטערעסאנטע בואי בשלום.
ווי עס זעהט אויס גייען די מוסדות נישט שטיצן זיין קעגנער דעם נאוועמבער. עס גייען אפילו זיין עטליכע וואס גייען אים דירעקט אידארסירן.
ער איז אלץ געווען א טיפ וואס צוקריגט זיך מיט זיינע ארומיגע יעדע פאר יאר (ובתוכם זיין אייגענע קינדער) אבער אויפן מינוט שפילט ער מיט אונז.

ער האט זיך פאריגע וואך ציקריגט מיט עטליכע זיינע נאנסטע אנטיסעמיטן, א שטייגער ווי רארי ברעדלי, בנוגע עפעס וואלן אין סטאוני פוינט וואס האט נישט קיין שייכות מיט אידן. זיי טענה'ן אז ער איז פשוט משוגע געווארן. באטטאם ליין, דער גלגל החוזר איז אויף א ווילדע רייד און אונז האמיר הנאה דערפון.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
פאראיעריגער שניי
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

דא איז גראדע אינוואלווד אפאר אנדערע פאקטארן פארוואס דעי איז געווארן אויף אינזער זייט נישט פאסיק דא אויסצושמועסן
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

נישטאמת האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:לידיעה בעלמא, ר' יוסי פישער, מיין איך איז נאך אלץ אויפן צעטל (טראץ ס'געשטאנען אז ער איז אראפ) מען קען נישט אראפגיין, ס"ה האט מען אים אפגעשטעלט דעם קאמפיין.

וכל ערום יעשה בדעת...

מיר האבן געוואוט פאר יוסי פישער

זייער גוט
וכן עושים רבים
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

גאפל האט געשריבן:ב"ה צירוק געקומען פון די וואוטינג אין געוואוט פאר די רבנים אין מוסדות אינדערסירטע קאנדידאטן

איך האף האסט געפרעגט דיין רב אישית'דיג (ווייל איך האב אזוי געטון)

נ.ב. ס'דא א גאנצע ליסטע פון רבנים אים ספרינג וואלי וואס זענען נישט אויף די חתימות (איך רעדט פון גרויסע רבנים, מיט שיינע קהילות) א חלק זענען כאטש אויף די בילדער, און א חלק דאס אויך נישט.

אז מען שרייבט שוין יא
וכן המקום להודות, אז דערווייל איז נאכנישט געקומען קיין איין ראבאקאל, כן יעזור ה' להלאה.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
פרעג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:43 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעג »

שמו האט געשריבן:
גאפל האט געשריבן:ב"ה צירוק געקומען פון די וואוטינג אין געוואוט פאר די רבנים אין מוסדות אינדערסירטע קאנדידאטן

איך האף האסט געפרעגט דיין רב אישית'דיג (ווייל איך האב אזוי געטון)

נ.ב. ס'דא א גאנצע ליסטע פון רבנים אים ספרינג וואלי וואס זענען נישט אויף די חתימות (איך רעדט פון גרויסע רבנים, מיט שיינע קהילות) א חלק זענען כאטש אויף די בילדער, און א חלק דאס אויך נישט.

געוואוט פאר יוסי פישער, אלס הכרת הטוב.
פאר די אנדערע האב איך צייט צו וואוטן פאר זיי ווען מען וועט זיי צווינגען נישט צו לויפן...
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

פרעג האט געשריבן:

;l;p- ;l;p- ;l;p-
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

גאפל האט געשריבן:ב"ה צירוק געקומען פון די וואוטינג אין געוואוט פאר די רבנים אין מוסדות אינדערסירטע קאנדידאטן

לפי מיטב ידיעתי האבען די מוסדות נישט אידארסעט קיינעם היי יאר

קען זיין האסט געפאלגט 'די עסקנים' אזוי ווי אלע יארען

פעטער שמואל האט געשריבן:אמת בנוגע עד דעי. ער האט געמאכט אן אינטערעסאנטע בואי בשלום.
ווי עס זעהט אויס גייען די מוסדות נישט שטיצן זיין קעגנער דעם נאוועמבער. עס גייען אפילו זיין עטליכע וואס גייען אים דירעקט אידארסירן.
ער איז אלץ געווען א טיפ וואס צוקריגט זיך מיט זיינע ארומיגע יעדע פאר יאר (ובתוכם זיין אייגענע קינדער) אבער אויפן מינוט שפילט ער מיט אונז.

ער האט זיך פאריגע וואך ציקריגט מיט עטליכע זיינע נאנסטע אנטיסעמיטן, א שטייגער ווי רארי ברעדלי, בנוגע עפעס וואלן אין סטאוני פוינט וואס האט נישט קיין שייכות מיט אידן. זיי טענה'ן אז ער איז פשוט משוגע געווארן. באטטאם ליין, דער גלגל החוזר איז אויף א ווילדע רייד און אונז האמיר הנאה דערפון.

יע יע וואס קאומא האט געזאגט ניין האט דעי געזאגט יא...

די שאלה איז... צו זענען מיינע פיינט'ס שונאים מיינע חבירים (אבער עכ"פ א טובה קען מען זיכער באקומען פון איהם)
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

אומפארטייאישע עסקנים (אדער עשקנים) ווייזן אן אז אויב עימצער גייט וועלן, אפי' ער וועלט פארן קעגנער די אינדארסירטע קאנדידאטן, טוט ער נאך אלץ אויף פיל מער פארן ציבור, ווי ווען ער זיצט אין שטוב, און נעמט נישט אטייל אין די פאליטישע פראסעס.
גאפל
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאפל »

מר קאפלאווסקי האט געשריבן:
גאפל האט געשריבן:ב"ה צירוק געקומען פון די וואוטינג אין געוואוט פאר די רבנים אין מוסדות אינדערסירטע קאנדידאטן

לפי מיטב ידיעתי האבען די מוסדות נישט אידארסעט קיינעם היי יאר

קען זיין האסט געפאלגט 'די עסקנים' אזוי ווי אלע יארען

מיין זוהן האט אהיים געברענגט א צעטל פון אפשר 30 נעמען וואס פירן מוסדות אין ספרינג וואלי , אים לגבי רבנים איך האב באקימן א קאל פון מיינע דיינים צו וועלן פאר די קאנדידאטן
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

גאפל האט געשריבן:
מר קאפלאווסקי האט געשריבן:
גאפל האט געשריבן:ב"ה צירוק געקומען פון די וואוטינג אין געוואוט פאר די רבנים אין מוסדות אינדערסירטע קאנדידאטן

לפי מיטב ידיעתי האבען די מוסדות נישט אידארסעט קיינעם היי יאר

קען זיין האסט געפאלגט 'די עסקנים' אזוי ווי אלע יארען

מיין זוהן האט אהיים געברענגט א צעטל פון אפשר 30 נעמען וואס פירן מוסדות אין ספרינג וואלי , אים לגבי רבנים איך האב באקימן א קאל פון מיינע דיינים צו וועלן פאר די קאנדידאטן

לגבי פירן מוסדות, שרייב ארויס, אדמיניסטראטן, נישט קיין תורה'דיגע אטראריטעטן (ניטאמאל מנהלי המוסדות)
לגבי רבנים, אויב דיינע דיינים האבן דיר געקאלט, איז אוודאי זאלסטו פאלגן דעת תורה.

דערווייל האבן מיר מיינע דיינים נאכנישט געקאלט.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2675
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

גאפל האט געשריבן:
מר קאפלאווסקי האט געשריבן:
גאפל האט געשריבן:ב"ה צירוק געקומען פון די וואוטינג אין געוואוט פאר די רבנים אין מוסדות אינדערסירטע קאנדידאטן

לפי מיטב ידיעתי האבען די מוסדות נישט אידארסעט קיינעם היי יאר

קען זיין האסט געפאלגט 'די עסקנים' אזוי ווי אלע יארען

מיין זוהן האט אהיים געברענגט א צעטל פון אפשר 30 נעמען וואס פירן מוסדות אין ספרינג וואלי , אים לגבי רבנים איך האב באקימן א קאל פון מיינע דיינים צו וועלן פאר די קאנדידאטן

אויב איך מעג פרעגן, וויפיל דיינים האבן דיר געקאלט?
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”