אמעריקא און איראן דירעקטע נוקלעארע געשפרעכן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

אמעריקא און איראן דירעקטע נוקלעארע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

נאך יארן וואס אמעריקא וויל נישט רעדן מיט איראן דירעקט וועגן זייער נוקלעארע וואפן פראגראם, האט אמעריקא היינט צוגעשטימט צו האבן דירעקטע געשפרעכן מיט איראן

די צוויי אויסערן מיניסטארן וועלן האבן די ערשטע מיטינג די וואך דאנערשטאג
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

יישר כח שנאפסי פארן ברענגען די נייעס...




און איך לייג צו: פון יעצט פאנגט זיך אהן א נייע סעריע פון מאלן וואסער, דאסמאל מיט איראן....ימים ידבירו
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ס'איז א שטאפל פאראויס. נישטא וואס צו רעדן. אבער צו דאס גייט עפעס ברענגען? נעךך
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

סאיז א קלארע רעסעפי פאר שלעפען די צייט ביז זיי גייען עס ח"ו האבען
פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריי זיך »

און וואס וועט געשען ווען זיי וועלן עס האבן
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

נשיאי ארה”ב ואיראן שוחחו טלפונית לראשונה מזה 34 שנים
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

שמעקט נישט פאר מדינת ישראל. ער קומט אהער די וואך אנצודרייען אביסל
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

derech eretz האט געשריבן:נשיאי ארה”ב ואיראן שוחחו טלפונית לראשונה מזה 34 שנים


וואס האבן זיי גערעדט?

אויב האט ער זיך נישט געוואלט טרעפן מיט אים פערזענליך פארוואס האט ער געטוישט און מחליט געווען יא צו רעדן מיט אבאמא?
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

קערי האט פריער געזאגט אז אמעריקא איז גרייט פאר א אפמאך מיט איראן אויב זיי ווייזן אויף אז זייער נוקלעארע פראגראם איז פאר פרידליכע צוועקן

מיר גיבן איבער דאס ווארט פאר די AFP נייעס אגענטור:

Washington (AFP) - US Secretary of State John Kerry said Sunday a deal with Iran could be brokered within months if Tehran proves that its nuclear program was not being used to build atomic weapons.
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

מיין שפוקעלאציע איז ווי פאלגענד,

אבאמא וויל אריינריקען איינס און א גוטס פאר מאמע רוסלאנד בכלל און פוטין בפרט, דערפאר האט ער געמאכט א פארשלאג פאר איראן אז זיי גייען איבער נעמען די קאנטראל פון רוסלאנד אויף די איראנער נוקראלע געשעפטן אין אזוי זיכער מאכען אז מען ניצט עס נאר פאר פרידליכע צוועקן (סיי ווי האט האט אמעריקע אינאיינעם מיט מדנ״י אריינגעשטעק א פיס דערין דורוך די געלונגענע וויירוס פראדוקט) און אויסטיש וועט איראן ווערן א אויל ריז (אויב זיי האבן בכלל אויל..) און אנהייבען שארען גאלד אזוי ווי זייערע שכנים, וואס דערמיט קען זיי רוסלאנד נישט העלפן ווייל רוסלאנד קען נישט ברעכן די וועלט סאנקציעס קעגן איראן, און עס איז בכלל קעגן די רוסישע אינטערסן צי באקימען נאך א לענדעל וואס פארקויפט אויל.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מען האט שוין לעצטענס אפגעשטעלט א געוויסע מארשען וואס פלעגען פארקומען מיט הילכיגע געשרייען פון "טויט צו אמעריקע". אצינד קומט די נייעס, אז מען האט באפוילן אראפ צו נעמען שילדען אין די הויפט שטאט, וואס האט גערופן צו די טויט פון אמעריקע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

מחותן האט געשריבן:מיין שפוקעלאציע איז ווי פאלגענד,

אבאמא וויל אריינריקען איינס און א גוטס פאר מאמע רוסלאנד בכלל און פוטין בפרט, דערפאר האט ער געמאכט א פארשלאג פאר איראן אז זיי גייען איבער נעמען די קאנטראל פון רוסלאנד אויף די איראנער נוקראלע געשעפטן אין אזוי זיכער מאכען אז מען ניצט עס נאר פאר פרידליכע צוועקן (סיי ווי האט האט אמעריקע אינאיינעם מיט מדנ״י אריינגעשטעק א פיס דערין דורוך די געלונגענע וויירוס פראדוקט) און אויסטיש וועט איראן ווערן א אויל ריז (אויב זיי האבן בכלל אויל..) און אנהייבען שארען גאלד אזוי ווי זייערע שכנים, וואס דערמיט קען זיי רוסלאנד נישט העלפן ווייל רוסלאנד קען נישט ברעכן די וועלט סאנקציעס קעגן איראן, און עס איז בכלל קעגן די רוסישע אינטערסן צי באקימען נאך א לענדעל וואס פארקויפט אויל.


עס איז מער א לומדישע סברא, אבער עס קען זיין אז דא איז דער הונט באגראבן, פארוואס רוסלאנד שטיצט אייביג איראן
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

עס זענען דא רומערס, אז כאמעני איז קראנק. און מען איז באזארגט, ווי עס וועט אויסקוקען ווען ער וועט פייגערען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

וואס הייסט וויאזוי עס וועט אויסקוקן? מען דארף אלץ קוקן אויפן עבר צו קענען פאראויסזאגן דעם עתיד, אלזא לאמיר כאפן א בליק...

1. כומעיני 2. כאמעני 3. כיימייניי...
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכאורה האט געשריבן:וואס הייסט וויאזוי עס וועט אויסקוקן? מען דארף אלץ קוקן אויפן עבר צו קענען פאראויסזאגן דעם עתיד, אלזא לאמיר כאפן א בליק...

1. כומעיני 2. כאמעני 3. כיימייניי...

מיינסטו "דיי דיי יינו"?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קערי פארט קיין דזשעניווע צו אנטיילנעמען אין געשפרעכען. עס קוקט אויס ווי עס איז דא א ערענסטע מעגליכקייט אויף א אפמאך. און פארשטייט זיך אז מד"י ברויזט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

עס ווערט באריכטעט אז אבאמא האט שטילערהייט שוין עטליכע חדשים צירוק גרינגער געמאכט פאר די סאנקציעס פאר איראן. גלייך מנאך די וואלען אין איראן נאך בעפאר די פאון קאול צווישען אבאמא און איראן'ס נייער פרעזידענט האט שוין אבאמא באהאלטענרהייט אראפ גענימען טייל סאנקציעס.

אבאמא'ס מהלך איז זייער אומפארשטענדליך, ווייל די סאנקציעס איז דאך דאס וואס עס האט געברענגט איראן צום טיש צו פארהאנדלען, און בעפאר די פארהאנלוגען איז אריין אין א ערענסטע פאזע אז איראן זאל עפעס נאכגעבן האט מען שוין גרינגער געמאכט די סאנקציעס. ביי די יעצטיגע קאנפרענץ האט איראן א שטארקע אויבערהאנט איבער די פינף לענדער, זיי האבן שוין היבש באקימען און זיי האבן נאך כמעט גארנישט נאכגעגעבן, איראן קען יעצט מעלקען נאך און נאך פון אמעריקע אויב אמעריקע זאל עפעס ממשות'דיג באקימען פון איראן,

נתניהו איז זייער ברוגז, ער זאגט אז די דיל איז אים נישט מחייב און ער וועט נישט לאזען אז אנדערע לענדער זאלן שפילען מיט די זיכערקייט פון מדנ"י.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

וכך הוה, איראן רירט זיך נישט און גיבט נישט אויף, אבער אבאמא האט שוין אויפגעגעבן אויף די סאנקציעס.

קאוד: וועל אויס אלע

Iranian Negotiator: Tehran Will Not Give Up Right to Enrich Uranium
Iranian officials appear pleased with potential deal
Iran will not agree to halt its nuclear enrichment rights under any deal with the West, according to the country’s lead negotiator, Foreign Minister Mohammad Javad Zarif.

“The Islamic Republic of Iran makes no deal over its right,” Zarif told reporters after daylong negotiations with the West in Geneva over Iran’s disputed nuclear program, according to Iran’s state-run Fars News Agency.

Zarif’s insistence on Iran’s right to enrich uranium, the key component in a nuclear bomb, comes as Western sources suggest that a nuclear deal could be reached as early as Friday.

The debate over Iran’s enrichment rights has been a key sticking point for negotiators on both sides.

U.S. lawmakers and the Israelis argue that Iran will continue its nuclear weapons work if it retains the right to enrich uranium. The Iranians say they will not give ground on the issue.

Zarif’s remarks indicate that Iran could be getting most of what it wants in the deal. He and other officials have praised the talks and the progress each side is making.

Iranian negotiator Seyed Abbas Araqchi revealed on Thursday that the West had accepted Tehran’s proposed framework for a nuclear deal.

Araqchi said on Friday that Iran’s enrichment rights are the country’s “redline.”

“Enrichment is important to us and is our redline,” Araqchi said in comments blasting Israeli media reports claiming that Iran would suspend its enrichment efforts.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אפיציעל זאגט העיגל אז בעיקר האט די סטראשערייען פון מד"י זיי געברענגט צום טיש.

אגב פארפירט סודיע אראמיע געפערליך איבער די פארהאנדלונגען. און עס גייען ארום שמעות, אז ס"א האט אנגעהויבן ערענסט פארהאנדלען מיט "פאקיסטאן" - א נוקליערע מאכט - צו איינקויפן ביי זיי אטאמיש געווער, אויב איראן גייט האבן די סחורה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

דערווייל איז גארנישט געווארן, מען גייט זיך נאכאמאל טרעפען נאוועמבער 20.

אין געט א קוק ווי די וועלט דרייט זיך. אמעריקע וויל נאכגעבן היפש פאר איראן, און ווער לאזט נישט?................. פראנקרייך!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיוואלדיג »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:דערווייל איז גארנישט געווארן, מען גייט זיך נאכאמאל טרעפען נאוועמבער 20.

אין געט א קוק ווי די וועלט דרייט זיך. אמעריקע וויל נאכגעבן היפש פאר איראן, און ווער לאזט נישט?................. פראנקרייך!!

פון א היסטארישע שטאנדפונקט איז פראנקרייך געווען א גרעסערע שטיצער פאר מדינת ישראל ווי אמעריקע
רבי אלחנן וואסערמאן זי"ע:
ואין לטעות... כי כל הנגררים אחריהם מזרע עמלק הן, חלילה לאמר כן, כי הדברים אמורים כאן רק על ראשיהן ומנהיגיהם מוריהם ומדריכיהם כתבניהם ודרשניהם אלו הם מזרע עמלק... אבל כל ההמון הנספח עליהם מזרע ישראל הולכים אחריהם כבהמה בבקעה
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

יעדער באשולדיגט דעם צווייטן פארוואס די זאך איז דורכגעפאלן. דערווייל איז מפטירן כדאתמול
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

סאיז נישט מפטירין כדאתמול ווייל אונצווישען האט אירן פארדינט מיט די סאנקציעס
זעהט אויס זיי האבען זיך אויסגעלערענט פין נאורט קאריע ווי אזוי מען שפילט מיט אמעריקע נאכדערצו זיי האבען געזען אז אמעריקע האט א שוואכע אינעקספיריענסד פרעזידענט
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

משנה מקום האט געשריבן:סאיז נישט מפטירין כדאתמול ווייל אונצווישען האט אירן פארדינט מיט די סאנקציעס

זיי האבן נאך גארנישט פארדינט דערווייל.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

ר' שמעון ראלניצקי האט א גאנצע אנאליז אויף ק"מ איבער די נאאיוו'קייט פון אבאמא וואס וויל אלעס נאכגעבן פאר איראן, און ער פירט אויס אז "נאך א מזל ב"ה אז די דיעל איז דורכגעפאלן, דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער".

איין פראבלעם נאר, ער איז נישט מסביר זיינע ווערטער, לא תורה היא אבל ללמוד אני צריך...

קערי האט געטענה'ט זונטאג איבער די טענות קעגן די פלאן: "קענסט נישט אראפרייסן א פלאן וואס עקזיסטירט נאכנישט און דו ווייסט נישט די דעטאלן דערפון". סוי וואסערע דעטאלן זענען ארויסגערינען צו ר' שמעון וואס ער ווייסט גענוי אז דאס וואלט ערמעגליכט איראן צו האבן אלעס וואס זיי ווילן?

(איין לימוד זכות האב איך, אז ער האט געוואלט אז זיין צווייטע טייל אנאליז קעגן די רעפובליקען'ס זאל נישט הייסן איינזייטיג :wink: )
רבינו שאג בקול גדול וגו'
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”