מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re:

תגובה דורך זילבערווערק »

סטיטשינער האט געשריבן:מען האט שוין איינמאל געמעקט די שמועס בנוגע מרדי שפירא, ביטע נישט ממשיך זיין נאכאמאל.

בנוגע די עצם שמועס, מיך איז שווער א צווייטע זאך. פאר שמירת שבת האט מען נישט אראפ געשיקט די אדמורי''ם. פאר כשרות אויך נישט. פאר די כותל אויך נישט, און פאר חד פעמי אויך נישט. פאר וואס יא? פאר די וועד הרבנים. והדבר אומר דרשינו..

לאמיר דיר אנטפלעקן, טאמער וועט דאס גורם זיין א פריצת גדר בתוך המחנה צו פארמערן נישט כשר'ע טעלעפאנ'ס, איז דאס היבש הערגער ווי חילול שבת בפרהסיא, איבערגעבן די כותל פאר רעפארמער, אא"וו, דאס איז א חורבן בתוך המחנה וואס קען ח"ו ברענגען שריפת הנשמה וגוף קיים, רח"ל.
און זיי קלאר, איך פערזענליך האלט אז די ועדת הרבנים האט עסקנים וואס זיי זענען פארברעכער, און נישט נאר איך האלט אזוי, זיי האבן שוין אויך דערלייגט א דין תורה אין די 'עדה החרדית' אין די לעצטע יאר (כ'מיין אז איך האב דאס ערשט אויפגעדעקט יעצט אין אייוועלט!)
אבער ס'איז קלאר, אז אן זיי וואלט דער מצב געווען פיל ערגער
אוועטאר
ר' איד
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: Re:

תגובה דורך ר' איד »

זילבערווערק האט געשריבן:

;l;p-
קלארע ווערטער
אוועטאר
ר' איד
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובה דורך ר' איד »

קיינער איז דאך נישט חושד ויז'ניצער רבי אדער א צווייטע פון די רבנים אז זיי מיינען עפעס אנדערש,
פארשטייט זיך אז ס'נאר די עסקנים וואס שלעפען זיי,

איז די רבנים דארט זענען אזעלכע נער'נים אז ס'פאלט זיי נישט אליין איין די גאוינתדיגע שאלות וואס מ'פרעגט דא אויף זיי?

נאר וואס דען, זיי פארשטייען די אמת, אז ווען מ'וועט פארמאכען די וועדת התקשורת, וועט אפשר כלל ישראל אפ אטעמען פאר אפאר טעג,
אבער נאך אפאר חודשים וועט מען זיך כאפען ביים קאפ, אוי רבש"ע ווי האלט מען דא
אבער ס'וועט שוין זיין צו שפעט.
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובה דורך זילבערווערק »

און בעפאר איינער גייט צו פתיחה אויף א באזונדערע אשכול ארום דער 'ועדת התקשורת', איז וויכטיג אויסצוקלארן די פשוט'ע בילד:
זיצט א איד, ס'כאפט אים א שוואכע מינוט, ער וויל א סמארטפאון, טאמער דארף ער דאס פאר פרנסה, דאן באקומט ער א סמארטפאן פון זיין קהלה, מיט א פילטער... און מ'נעמט אן זיינע קינדער אין מוסדות.
והיה, אז ער האט נישט קיין בארעכטיגטע סיבה צו האבן א סמארטפאן, אדער וויל ער דוקא אן א פילטער, דאן וועט מען נישט אננעמען זיינע קינדער אין מוסדות, איז וואס טוט ער, ער קויפט איין כשר'ע טעלעפאן און די נומער גיט ער ארויס, און באהאלטענערהייט קויפט ער א סמארטפאן שלא לצורך אדער אן א פילטער.
וואס איז יעצט? ער וויל ארבעטן אויפן סיסטעם, זיין א שקרן און א רמאי, און ארויפלייגן זיין כשר'ע נומער אויף די סמארטפאן, האבן א סמארטפאן און דאס באהאלטן פון זיינע ארומיגע...
און יעצט... קומען די אלע טוויטער שרייבערלעך, קעמפן פארן שקרן...
(זאלן זיי ביטע נישט האבן קיין טענות אויף בנט אז ער איז א שקרן...)
אוועטאר
ר' איד
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובה דורך ר' איד »

סאבאבא האט געשריבן:
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:בדרך העולם, איז פאר אזא צאמטרעף רעדן אפ די גבאים מיט די מענטשן פון די שר אביסל דרכי התנהגות, ממאכט זיכער יענער זאל נישט בלייבן קיין גלוי ראש, זאל רעדן מיט'ן פולסטע דרך ארץ - זאגן 'כבוד הרבנים' און נישט 'אתם', און די עיקר נישט צו רעדן דברי חוצפה.
דערווייל קוקט אויס ווי די גבאים האבן זייער ארבעט נישט געמאכט, הנדל וואס פלעגט יאהרן ארבעטן אין די פרעסע, האט עס גוט אויסגענוצט, געמאכט בילדער פון אלע זייטן ווי די פרומע לעקן און בעטן זיך ביי איהם, און למעשה זיי גארנישט צוגעזאגט.
אריינגעזאגט ברוב טפשותו אז ער איז די פולע וואגן, ער זארגט פאר זיינע קינדער פונקט ווי די פרומע, און ער די גרויסע קלוגער לייגט נישט זיין קאפ אין זאמד.
וכדי ביזיון וקצף.

איך וויל נישט בארעדן קיינעם, אבער אויב מ'דארף צוקומען אז די גבאים דארפן צוגרייטן די מנהיגים האלטן מיר זייער זייער שוואך....
די גאנצע וועדת הרבנים איז א פשוט'ער געלט מעשה און פארדעם טאקע זענען די מנהיגים אזוי קאלט צו די מלחמה אז מ'דארף צוקומען אז די גבאים זאלן זיי אנגרייטן....
ווען ס'איז צוגעקומען צו ערנסטע גזירות ווי גיוס נשים אד''ג האבן די גבאים נישט ''צוגעגרייט'' די מנהיגים נאר זיי זענען געקומען ''אומצוגעגרייט''און געשריגן מנהמת ליבם און דעמאלטס האט מען אלעס אויפגעטוהן.
ווען די גבאים דארף משכנייכעך זיין די רבנים אז מ'דארף גיין פועלן ביי יועז העז פנים האט עס אזא פנים....
כל זאת לענ''ד.

;l;p-

ליין איבער,
קיינער רעדט נישט פון צוגרייטען רבנים,
ער האט געשריבען צוגרייטען די שר, זאל זיך אויף פירען אביסעל מער מענטשליך צו די רבנים.
itsi
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 9:44 am

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובה דורך itsi »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן:'וועדת הרבנים' דארף זיך פארמאכען.
ס'האט שוין גארנישט מיט 'רבנים' נאר מיט אייגענע געלט און פאליטישע אינטערעסן, די 'הכשרים' איז נאר א מאנטל זך צו באהאלטן דערין און איר נאמען ארויפצווינגן מיט געוואלד און טעראר זייערע הימלשרייענדע החלטות אויפן ציבור אלץ לויט זייערע קריזעס און אינטערעסן . ואמר כל העם אמן דער עולם גייט זיי נאך ווי א סטאדע שאף און מ'רעדט זיך נאך איין אז זיי מיינען זייער טובה.
ס'האט נישט קיין זין, דער היימישע ציבור איז ברוטאל פארקנעכטעט געווארן צו א קליקע עסקנים וואס שארן געלט אויף זייער חשבון און מ'דארף מאכן צו דעם א סוף, ביי דער פאל איז יועז הנדל- טראץ זיין פרעכע דיבורים- אויף 'אונזער' זייט . ווי מ'האלט יעצט וועט נאר זיין אריימישונג ראטעווען די מצב

איי ואס וועט זיין מיט אידישקייט?
אין חו"ל איז נישט דא קיין 'וועדת הרבנים' און כ'זעה נישט אז 'אידישקייט' איז אין א פראבלעם, מ'קען האבן א נארמאלע טעלעפאן אן אינטערנעט אבער קענען קלינגען נארמאל אן יעדע צווייטע נאמבער זאל ווערן נחסם.

וועדת הרבנים דארף זיך נישט פארמאכן כל עוד שטעלסט נישט אויף א צווייטן.
זייענע נזקים זענען גרויס, אבער די נזק אן זיי וועט זיין ערגער.
און דאס איז די סיבה אז אין ארץ ישראל איז פראצענטיש דא א ריזיגע עולם וואס האט כשרע טלפונים.
צא וחשוב וויפל יונגעלייט האבן היינט טלפונים תומכי כשר ואוס האט נאר א קעמרא אדער נאר שיקן טקסט אדער נאר אנדערע נארישקייטן, די איינציגסטע סיבה פארוואס זיי קויפן נישט א טרפה'נע איז צוליב די כשר'ע נומער, אן דען וואלטן צענדליגע טויזנטע געקויפט טרפה'נע טלפונים.

פונקט פארקערט. איך אליין קען אזוי פיל מענטשן וואס האבן געקויפט סמארטפונס צוליב די אזויגערופענע 'וועדת רבנים'.
ווען מ'וואלט ערלויבט אין ארץ ישראל צו האבן נארמאלע טעלעפאן מיט טעקסט (אדער אפילו אן) אן אפצוהאקן יעדע צווייטע נאמבער און אן רייסן אזויפיל געלט פאר א פשוטע פאון וואלט געווען אסאך ווייניגער סמארטפאונס. וואס מיינסטו אז מיט אנווארפן א פחד און טעראר כאילו אז נישט קיין כשרע נאמבער איז 'טרף' און איינער וואס האט עס איז 'שגץ',וועט מען מצליח זיין? האסט א ביטערע טעות!
מ'קען פאדרייען א קאפ פאר א חלק פון די ציבור א גאנצע צייט אדער די גאנצע ציבור אחלק צייט אבער מען קען נישט פאדרייען די קאפ פון די גאנצע ציבור די גאנצע צייט

א אלטע טענה אז די כשרע ברענגט צו טרפה'נע, די שאלה איז פון וועלכע נומערן מ'רעדט.
למעשה גיי קוק וויפל האבן תומך כשר, קענסטו קלאר פארשטיין וויפל צענדליע טויזנטע וועלן קויפן א טרפה נע אויב האבן זי יא כשר'נע נומער.
און דעס אז אחלק פון די מענטשן וואס האבן געקויפט סמארטפון'ס מיט דעי תירוץ, מיינט נישט אז דאס איז טאקע די סיבה.
איך קען דיר צוזאגן אז נאכן מבטל זיין די כשר'ע נאמבערס וועסטו נישט זעהן בעלי סמארטפון וואס האבן געמוזט נעבעך עד קויפן, געבן עס צוריק און קויפן א פשוט'ע טלפון אן אינטרנט ווייל יעצט קען מען שוין.

קען זיין ביסט גירעכט, אבער קען זיין דו וויסט נישט די נומבערס פון אינגעלייט וואס האלטן צוויי כלים.
אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובה דורך יהלום »

עס איז דא 3 עקסטרע נושאים דא אוון מען דארף רעדן פון יעדער זאך עקסטער..
1. אויב "קומה הכשרה" איז א גוטע זאך אדער נישט? איך מיין אז כמעט יעדער איז מודה אז יא!
2. אויב "וועדת הרבנים" איז א גוטע גוף אדער נישט? איך מיין אז כמעט יעדער איז מודה אז נישט!
3. אויב דער שר האט זיך אויפגעפירט מכובעדיג אדער נישט? איך מיין אז יעדער איז מודה אז נישט!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובה דורך סטיטשינער »

אביסל בעסער צו מאכן. כמעט יעדער איז טאקע מודה אז די יעצטיגע וועדת הרבנים איז נישט גוט, אבער כמעט יעדע איז מודה אז די געדאנק פון א וועדת הרבנים איז יא גוט.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: Re:

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

יהלום האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:מען האט שוין איינמאל געמעקט די שמועס בנוגע מרדי שפירא, ביטע נישט ממשיך זיין נאכאמאל.

בנוגע די עצם שמועס, מיך איז שווער א צווייטע זאך. פאר שמירת שבת האט מען נישט אראפ געשיקט די אדמורי''ם. פאר כשרות אויך נישט. פאר די כותל אויך נישט, און פאר חד פעמי אויך נישט. פאר וואס יא? פאר די וועד הרבנים. והדבר אומר דרשינו..

בשם מענדי גרוזמאן :lol:

ער האט אליין געזאגט אין א קו נייעס.

נאר אגב, ביי יענע קו נייעס ווי ער האט געזאגט קען מען הערן רדיו, רעקארדינג פון תוכניות רדיו מיט נשים, פון תוכניות טלווזייה מיט די ערגסטע זאכן.
און קוויי נייעס זענען נאך די קליינע פראבלעמען פון נישט כשר'ע טלפונים.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

נאך א נקודה, אלעס וואס מרופט אן שלטון הפחד און צווינגען מענשטן.

איך בין עס מגדיר אנדערש. ווען איינער שיקט זיין קינד אין תלמוד תורה, וויל ער זיכער מאכן אז זיינע קינדער לערנען נישט מיט קינדער וואס ביי זייער שטוב איז דא טריפה'נע טלפונים.
ביז יעצט איז דא א סיסטעם צו עס נאכקוקן, אויב נעמסטו דאס אוועק, העלפסטו פאר א געווייסע פראצענט וואס וועט זיך פרייען צו פטור ווערן פון די שלטון הפחד און די כשר'ע טלפונים,
לעומת דעם טשעפעט דאס אלע עלטערן וואס ווילן אכטונג געבן אויף א געוויסע סארט סביבה.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובה דורך סאבאבא »

די פראוון מיך אראפצולייגן אלץ איינער וואס האקט קעגן רבנים איז לעכערליך ביז גאר און דעשרעקט מיר נישט קיין סאך ב"ה.
איך בין עכט נישט פון די סארט מענטשן וואס האקן קעגן די 'סיסטעם' און רעדן קעגן גדולי ישראל דוגמת גרוזמן טוקר ודומיהם, און בכלל איך בין א קאנסערוואטיווע פון נאטור אויס.
כ'פארשטיי אז אנשי א"י קענען שווער מכיר זיין די חילוק, און יעדע טענה ווערט באלד באטיטלט אלץ 'חורבן היהדות' און אנדערע לאזונגען כ'האב נישט געהאט קיין אנדערע עקספעטעשנס אבער לאמיר פראבירן זיך אביסל בעסער מסביר זיין:

וואס איך טענה דא איז אז אין ארצ ישראל הערשט א פאלשע קאנסעפציע וואס נעמט זיך פון א גרויסע צמצום המוחין, און די דאזיגע קאנסעפציע דארף מען טוישן מן היסוד.
די קאנסעפציע זאגט אז מקען אנכאפן די גאנצע ציבור ביים קארג און אים 'מחנך' זיין . אזוי ווי אין קינדערגארטן.
יעדער צווייטע עסקן שטעלט אויף א וועדה וואס איז געאייגנט צו פארסן די ציבור אויף אן אנדערע נושא. דער אויף די נושא פון פילטערס אין מקווה, דער אויך די נושא פון ציונות דער אויף דער נושא פון כשרע נאמבערס,
יעצט וויאזוי ארבעטן זיי ? די אלע וועדות ווארפן א טעראר אויף יעדע וואס גייט נישט מיט, ביי די ליטווישע גייט די טירוף נאך ווייטער און מ'רודפט דארט אפילו ווער ס'גייט ארויס ארבעטן! (וואס דאס איז אויך די גורם צו די נעבעכדיגע תופעה פון 'חרדים מודרניים' חרדים עובדים')
אויז אפילו זיי זענען מצליח צו ווארפן א פחד אויפן ציבור און מ'פאלגט זיי לעת עתה אבער דאס איז נישט די וועג. ווייל ווילאנג קענסטו האלטן א גאנצע ציבור ביים קארג ? אויב וועט מען ממשיך זיין אזוי ווי ביז יעצט וועט זיך עס נישט גוט ענדיגן צוביסלעך וועט מען אויפהערן צו מורא האבן פון זיי און די עולם וועט זיך צולאזן אין א הפקרות ווי א חיה וואס איז ארויס פון שטייג.

די וועג וויאזוי צו מחנך זיין די ציבור צו זיין ערליך איז אזוי ווי מ'טוט עס אין די גאנצע וועלט און וואזוי מ'האט עס געטון און אלע דורות ווי ס'נישט געווען די אלע וועדות. אזוי ווי די פשוטע משמעות פון די ווארט 'מחנ'ך' זיין, אוילערנען פון יונגווארג אן אין די מוסדות, אינדערהיים און די קהילה איזער די ריכטיגע וועג וויאזוי מ'דארף זיך פירן.
אוודאי איז אויך דא דער פלאץ פאר ארגענעזאציעס אין יעדער קהילה צו מטפל זיין בענייני טעכנאלאגיע וכדומה אבער דאס געהערט צו ייעדער קהילה עקסטער און יעדער לויט זיין מנהיג, לדוגמא איך ווייס פון א גרויסע מנהיג און אר. ישראל וואס האלט אז מ'זאל נישט אסרן טעקסט נאר ער וויל נישט ארויסגיין אפן קעגן די וועדה.
והדברים עמוקים הם ודקים מאוד כ'האב געשריבן אויפן שפיץ גאפל. ס'קען זיין כ'בין נישט איגאנצן גערעכט און אדרבא כ'בין אפען צו הערן אנדערע מיינונגן אויך..
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

זייער שיין געשריבן.
איך פארשטיי נאר נישט וויאזוי די פאקט אז מ'ממאכט א סימן היכר אויפן טלפון צו ס'איז כשר האט מיט טרור.
ס'איז נישט טרור נאר לחץ חברתי אויף מענטשן צו האבן א כשרע פאון.
איז א חלק פון מענטשן איז עס גורם זאלן זיי האבן צוויי טלפונים, אבבער א גרויסע עולם בלייבט טאקע נאר מיט א כשר'ע.

און אגב, זיי נישט איינגערעדט אז ס'דא אזא מושג פון מחנך זיין א דור נאר מיט זאגן אז אזוי שארף זיך פירן און נישט אזוי, ווייל דא רעדט מען גאר אסאך אויך פון זאכן וואס האט מיט נסיונות וואס אויף דעם איז אין אפוטרופוס.
מ'קען לפי דעם שיטה אויך זאגן אז יעדער מעג האבן א טרפה'נע און מ'שארף איהם נאר מסביר זיין אז ס'איז נישט כדאי צו קוקן אין געוויסע פלעצער... משום מה ארבעט עס נישט אזוי.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובה דורך זילבערווערק »

סאבאבא האט געשריבן:די פראוון מיך אראפצולייגן אלץ איינער וואס האקט קעגן רבנים איז לעכערליך ביז גאר און דעשרעקט מיר נישט קיין סאך ב"ה.
איך בין עכט נישט פון די סארט מענטשן וואס האקן קעגן די 'סיסטעם' און רעדן קעגן גדולי ישראל דוגמת גרוזמן טוקר ודומיהם, און בכלל איך בין א קאנסערוואטיווע פון נאטור אויס.
כ'פארשטיי אז אנשי א"י קענען שווער מכיר זיין די חילוק, און יעדע טענה ווערט באלד באטיטלט אלץ 'חורבן היהדות' און אנדערע לאזונגען כ'האב נישט געהאט קיין אנדערע עקספעטעשנס אבער לאמיר פראבירן זיך אביסל בעסער מסביר זיין:

וואס איך טענה דא איז אז אין ארצ ישראל הערשט א פאלשע קאנסעפציע וואס נעמט זיך פון א גרויסע צמצום המוחין, און די דאזיגע קאנסעפציע דארף מען טוישן מן היסוד.
די קאנסעפציע זאגט אז מקען אנכאפן די גאנצע ציבור ביים קארג און אים 'מחנך' זיין . אזוי ווי אין קינדערגארטן.
יעדער צווייטע עסקן שטעלט אויף א וועדה וואס איז געאייגנט צו פארסן די ציבור אויף אן אנדערע נושא. דער אויף די נושא פון פילטערס אין מקווה, דער אויך די נושא פון ציונות דער אויף דער נושא פון כשרע נאמבערס,
יעצט וויאזוי ארבעטן זיי ? די אלע וועדות ווארפן א טעראר אויף יעדע וואס גייט נישט מיט, ביי די ליטווישע גייט די טירוף נאך ווייטער און מ'רודפט דארט אפילו ווער ס'גייט ארויס ארבעטן! (וואס דאס איז אויך די גורם צו די נעבעכדיגע תופעה פון 'חרדים מודרניים' חרדים עובדים')
אויז אפילו זיי זענען מצליח צו ווארפן א פחד אויפן ציבור און מ'פאלגט זיי לעת עתה אבער דאס איז נישט די וועג. ווייל ווילאנג קענסטו האלטן א גאנצע ציבור ביים קארג ? אויב וועט מען ממשיך זיין אזוי ווי ביז יעצט וועט זיך עס נישט גוט ענדיגן צוביסלעך וועט מען אויפהערן צו מורא האבן פון זיי און די עולם וועט זיך צולאזן אין א הפקרות ווי א חיה וואס איז ארויס פון שטייג.

די וועג וויאזוי צו מחנך זיין די ציבור צו זיין ערליך איז אזוי ווי מ'טוט עס אין די גאנצע וועלט און וואזוי מ'האט עס געטון און אלע דורות ווי ס'נישט געווען די אלע וועדות. אזוי ווי די פשוטע משמעות פון די ווארט 'מחנ'ך' זיין, אוילערנען פון יונגווארג אן אין די מוסדות, אינדערהיים און די קהילה איזער די ריכטיגע וועג וויאזוי מ'דארף זיך פירן.
אוודאי איז אויך דא דער פלאץ פאר ארגענעזאציעס אין יעדער קהילה צו מטפל זיין בענייני טעכנאלאגיע וכדומה אבער דאס געהערט צו ייעדער קהילה עקסטער און יעדער לויט זיין מנהיג, לדוגמא איך ווייס פון א גרויסע מנהיג און אר. ישראל וואס האלט אז מ'זאל נישט אסרן טעקסט נאר ער וויל נישט ארויסגיין אפן קעגן די וועדה.
והדברים עמוקים הם ודקים מאוד כ'האב געשריבן אויפן שפיץ גאפל. ס'קען זיין כ'בין נישט איגאנצן גערעכט און אדרבא כ'בין אפען צו הערן אנדערע מיינונגן אויך..

למעשה ביסטו דא רחמנות צו האבן אויפן ארץ ישראלדיגן ציבור וואס מ'איז נעבעך מחנך אין א שטייג. גוט פארשטאנען?
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

תרמב האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:היהפוך כושי עורו??? דער הרצוג פלעגט זיין ממנהיגי השמאל, וואס איז טאקע פשט???

איך וואלט אים נישט אנגערופען ממנהיגי השמאל ווייל איז ער קיינמאל נישט געווען דעי עקסטרעם לינקע, אבער אנצינדען א לעכט אין חברון איז גאנץ שטארק רעכט.

שטעלט זיך ארויס אז סאיז געווען א קלוגע מהלך פון די רעכטע אריינציוועלן א לינקע נשיא וואס שטעלט זיך צו די רעכטע ענדערש ווי א רעכטער וואס שטעלט זיך צו צי די לינקע, נישט אז מ'פארדינט עפעס פון זיין צינדן חנוכה ליכט אין חברון, אבער ס'ווייזט ווי מ'שטייט מיט אים.

7.PNG
7.PNG (16.2 KiB) געזען 688 מאל
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

קיינער האט זיך נישט איינגערעדט אז ער ווערט א פרומער, אבער דערווייל פירט ער זיך אויף גאנץ ארנטליך.
לאמיר זעהן וואס וועט זיין ווייטער.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובה דורך יצחק אייזיק »

סאבאבא, אין אמעריקע צווינגט מען אויפן זעלבן אופן ווי אין ארץ ישראל. אין אמעריקע ווארפט מען אויך פון די מוסדות, פונקט ווי אין בני ברק. די איינציגסטע חילוק איז, אין אמעריקע ארבעט עס מיט א סטיקער, אין ארץ ישראל מיט א טעלעפאן נומער. און אין ארץ ישראל איז אויך דא פראטעסטן קעגן די געשעפטן...

זאגסט א וויכטיגע נקודה לגבי מחנך זיין, אבער סיי אין ארץ ישראל און סיי אין אמעריקע טוט מען דאס יא אדער נישט, יעדע קהילה פאר זיך. ס'איז נישט קיין כלל פון אמעריקע אדער ארץ ישראל.

ווען אמעריקע וואלט געהאט דעם סיסטעם מיט די נאמבערס, וואלטן עס משומר און טעג אדאפטירט בו ביום און יעדע מוסד וואלט אנגענומען קינדער לויט דעם סיסטעם. קיינער איז נישט חולק אויף דעם.

דיין נקודה לגבי טעקסט, קווים וכדו' זענען זיי טאקע שטרענגער ווי ערגעץ אנדערש אין די וועלט. אבער ווי מ'זעט ווערן זיי געשטיצט דורך גדולי הרבנים וראשי ישיבה, איז מסתמא זענען זיי מסכים צו די תקנות.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובה דורך תרמב »

סאבאבא האט געשריבן:דער אמת איז אז וואס הערצאג טוט איז בכלל נישט מאדנע, דאס איז די תפקיד פון די נשיא, צו באהעפטן צווישן אלע חלקים פון די פאלק.
דאכטס זיך מיר אז ביי די התחלת זמן הלימודים האט ער אנגעפאנגען אין א חרדישע מוסד.
הערצאג איז נישט קיין רעכטע. ער איז א ריכטיגע 'ממלכתי' וואס פראבירט טון זיין תפקיד. פונקט פארקערט ווי דער פריערדיגע נשיא ריבלין וואס איז אפעציעל געווען א רעכטע האט געטאנצען 'מה יפית' און מצוה טאנץ פאר די לינקע מידיע און נישט אויפגעהערט רעדן און העצן קעגן די רעכטע לאגער כדי צו אויפוויזן אז ער איז 'נישט' קיין רעכטע, און דערפאר איז ער טאקע פארהאסט געווארן בי א גרויס חלק פון פאלק.
און ווי @תרמב זאגט דאס איז טאקע געוווען די סיבה פארוואס די פרומע און א גרויס חלק רעכטע האבן געוועלט פאר הערצאג וואס איז פון די לינקע העבודה פארטיי און נישט פאר מרים פרץ וואס איז א רעכטע און א מזרחי, זיי האבן שוין געזען וואס געשעט ווען א רעכטע קומט צו די תפקיד און מוז זיך אויפווייזן פאר די מידיע, און זיי האבן געקענט באשטיין א לינקע וואס זאלן דארפן זיך אויפוויזן פאר די רעכטע חלק פונעם פאלק און נישט פארקערט

איך מיין אז מיט פרס איז אויך געווען די זעלבע מעשה ווען סאיז געקומען צו נשיאות האט ער זיך זייער שיין צוגעשטעלט, אזוי האב איך געלייענט פון יעקב ריבלין.
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובה דורך סאבאבא »

אין אנדערע נייעס האט שר הבטחון בני גנץ געצינדן נעכטן מיט די רעפארמער זאגנדיג 'שעשה ניסים לאבותינו ולאמותינו'..
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובה דורך משה בעלז »

סאבאבא האט געשריבן:אין אנדערע נייעס האט שר הבטחון בני גנץ געצינדן נעכטן מיט די רעפארמער זאגנדיג 'שעשה ניסים לאבותינו ולאמותינו'..

ס'יענץ געלעכטער...
(שאף הם היו האותו הנס...)
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

סאבאבא האט געשריבן:אין אנדערע נייעס האט שר הבטחון בני גנץ געצינדן נעכטן מיט די רעפארמער זאגנדיג 'שעשה ניסים לאבותינו ולאמותינו'..

אף הן היו באותו הנס...
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובה דורך ישראל_הלוי »

.
אטעטשמענטס
IMG-20211201-WA0024.jpg
IMG-20211201-WA0024.jpg (298.71 KiB) געזען 530 מאל
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובה דורך סטיטשינער »

חחח

יעלון האט אליין געזאגט?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re:

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

סטיטשינער האט געשריבן:חחח

יעלון האט אליין געזאגט?

"יעלון" "אייזנקוט", "הארץ" צו א שוואכע סקופ..
פראגראם
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 5:02 pm

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובה דורך פראגראם »

יצחק אייזיק האט געשריבן:סאבאבא, אין אמעריקע צווינגט מען אויפן זעלבן אופן ווי אין ארץ ישראל. אין אמעריקע ווארפט מען אויך פון די מוסדות, פונקט ווי אין בני ברק. די איינציגסטע חילוק איז, אין אמעריקע ארבעט עס מיט א סטיקער, אין ארץ ישראל מיט א טעלעפאן נומער. און אין ארץ ישראל איז אויך דא פראטעסטן קעגן די געשעפטן...

זאגסט א וויכטיגע נקודה לגבי מחנך זיין, אבער סיי אין ארץ ישראל און סיי אין אמעריקע טוט מען דאס יא אדער נישט, יעדע קהילה פאר זיך. ס'איז נישט קיין כלל פון אמעריקע אדער ארץ ישראל.

ווען אמעריקע וואלט געהאט דעם סיסטעם מיט די נאמבערס, וואלטן עס משומר און טעג אדאפטירט בו ביום און יעדע מוסד וואלט אנגענומען קינדער לויט דעם סיסטעם. קיינער איז נישט חולק אויף דעם.

דיין נקודה לגבי טעקסט, קווים וכדו' זענען זיי טאקע שטרענגער ווי ערגעץ אנדערש אין די וועלט. אבער ווי מ'זעט ווערן זיי געשטיצט דורך גדולי הרבנים וראשי ישיבה, איז מסתמא זענען זיי מסכים צו די תקנות.

איך מיין אז מען דארף צוטיילען די צווינגען און צוויי
עס דא די חלק פון אונטערנעט וואס דעס איז איבעראל שטרונג און ווער עס גייט נישט מיט מיט די תקנות יעדער לויט זיין קהילה האט א פראבלעם
און עס איז דא א טעלעפואן אן אונטרנעט וואס איבעראל און חוץ לארץ קען יעדער האבן וויאזוי ער פארשטייט זאל זיין א קעמערע, טעקסט, מוזיק, האטליין ווילאנג עס פארמאגט נישט אונטערנעט איז גוט, אבער אין ארץ ישראל קומט וועד הרבנים און זאגט וואס די מעגסט יא אדער נישט האבן אויף א פושטע טעלעפאון און עס גייט נאך ווייטער ער זאגט דיך אפילו וועם די מעגסט יא אדער נישט רופן און אזוי ווייטער, וואס דעס איז א גענצליך אנדערע סיסטעם וואס עקזעסטירט נישט אין קיין שום קהילה בישראל.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פראגראם האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:סאבאבא, אין אמעריקע צווינגט מען אויפן זעלבן אופן ווי אין ארץ ישראל. אין אמעריקע ווארפט מען אויך פון די מוסדות, פונקט ווי אין בני ברק. די איינציגסטע חילוק איז, אין אמעריקע ארבעט עס מיט א סטיקער, אין ארץ ישראל מיט א טעלעפאן נומער. און אין ארץ ישראל איז אויך דא פראטעסטן קעגן די געשעפטן...

זאגסט א וויכטיגע נקודה לגבי מחנך זיין, אבער סיי אין ארץ ישראל און סיי אין אמעריקע טוט מען דאס יא אדער נישט, יעדע קהילה פאר זיך. ס'איז נישט קיין כלל פון אמעריקע אדער ארץ ישראל.

ווען אמעריקע וואלט געהאט דעם סיסטעם מיט די נאמבערס, וואלטן עס משומר און טעג אדאפטירט בו ביום און יעדע מוסד וואלט אנגענומען קינדער לויט דעם סיסטעם. קיינער איז נישט חולק אויף דעם.

דיין נקודה לגבי טעקסט, קווים וכדו' זענען זיי טאקע שטרענגער ווי ערגעץ אנדערש אין די וועלט. אבער ווי מ'זעט ווערן זיי געשטיצט דורך גדולי הרבנים וראשי ישיבה, איז מסתמא זענען זיי מסכים צו די תקנות.

איך מיין אז מען דארף צוטיילען די צווינגען און צוויי
עס דא די חלק פון אונטערנעט וואס דעס איז איבעראל שטרונג און ווער עס גייט נישט מיט מיט די תקנות יעדער לויט זיין קהילה האט א פראבלעם
און עס איז דא א טעלעפואן אן אונטרנעט וואס איבעראל און חוץ לארץ קען יעדער האבן וויאזוי ער פארשטייט זאל זיין א קעמערע, טעקסט, מוזיק, האטליין ווילאנג עס פארמאגט נישט אונטערנעט איז גוט, אבער אין ארץ ישראל קומט וועד הרבנים און זאגט וואס די מעגסט יא אדער נישט האבן אויף א פושטע טעלעפאון און עס גייט נאך ווייטער ער זאגט דיך אפילו וועם די מעגסט יא אדער נישט רופן און אזוי ווייטער, וואס דעס איז א גענצליך אנדערע סיסטעם וואס עקזעסטירט נישט אין קיין שום קהילה בישראל.

יעדע קהלה וואלט עס געוואלט

צענדליגע האטליינס וואלטן בלאקירט געווארן וכדו'
פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”