נאך פונדערהיים האט געשריבן:פריילאך האט געשריבן:
אונזער אלטע הארדווער סטאר אססא שליסט אויך אירע טויערען
פארוואס?
מען האט געשמועסט אז מען האט אים אנגעטראגן א הון רב פאר זיין אנליין ביזנעס, איז דאס טאקע די סיבה?
זאג מיר נישט.... פארוואס טוען זיי דאס?
בכלל, איז די בלאק פון די איינציגע אין ווילאמסבורג וואס האבן נאך סטארס פון 50 יאר צירוק. איך האב אמאל געזאגט, אז ווער עס וואינט אויף לי קארנער ראס, האט אין די צוויי גאסן איעדע מין סטאר וואס מען דארף. קלאדינג, בוטשער, גראסערי, בעקעריי, קענדי, ספרים, זילבער, פאנדזשעלאס, שיך און אפילו א פעינט סטאר.
אז מען רעד שוין, ווער געדענקט?
- איצאס! מען האט געגעסן פרישטאג 7 פארטאגס אויף די באר סטולס.
- שאכי רייך'ס גראסערי! ווען די מרס. האג געזען א מייז, האט זי געזאגט פארן מאן ברמיזה, מיר האבן געסט. האט ער גענטפערט באלד וועט אויך קומען הרב קאץ...
- לאנדאס רעסטוראנט! ווי קני ראטענבערג זצ"ל (יא, ער איז געווען א צדיק!) האט געהאט זיין העדקווארדערס!
- סטוארט פארמאסי א מעשה פאר זיך... דער גייט נאך אן...
- ווער געדענקט נאך די אינדאר מאל מיט אירע עפעטייזאינג, בעקעריי און נאך מער...
- שווארץ קענדי סטאר...
- וויינגארטן פיש סטאר...
- די פרוכט געשעפט פאר עס איז געווען דארט ראסס סטריט מיני מארקעט...
- די סאטמארע באזאר...
און וואס פלעגט נאר נישט פארקומען אין די צוויי גאסן...