יונה כהן האט געשריבן:ניין איך האב נישט פארזען. דער נודע ביהודה איז טאקע מסכים מיט דעם פר"ח אין דעם פאל. און איך האב דאס נאר צו געברענגט צו ווייזען אז כאטש דער נו"ב האלט אז מ'דארף זיך רעכענען מיט דעם "רוב" אין מחמיר זיין, אבער מ'קען נישט דרש'ן ברבים דארט ווי עס איז דא א סברא להקל. דאס אלעס איך פארשטיי נישט וואס איר מיינט מיט out of context ווען איך רעד נאר פונעם exact context.
מיר האט א בעל מכשיר געזאגט אז ער מיט זיין בי"ד האלט אז די תולעים פון די פיש זענען מותר אבער ווי באלד רב וואזנער אין רב אלישב האלטען אז עס איז אסור פסק'נט ער ווי זיי. לענ"ד איז עס דאס זעלבע, ואולי אפשר לחלק אבל לי נראה שלכאורה נראה שדעת נו"ב שיש למורה הוראה אחריות מחיוחדת לא להחמיר לאחרים באם אפשר להקל כנראה מפשטת לשונו
איך האלט נישט אז מ'דארף צו באהאלטן פון ידיעת הרבים ענינים כאלו. בפרט פון די חשוב'ע מלומדים פון דא.
טאקע מסכים מיט דעם פר"ח אין דעם פאל. און איך האב דאס נאר צו געברענגט צו ווייזען
אבער מ'קען נישט דרש'ן ברבים דארט ווי עס איז דא א סברא להקל
הוא אשר דיברתי, מ'קען דאס נישט צוברענגען באופן כללי, לערן נישט פון דא אז "
אלעמאל ווי עס איז דא א סברא להקל" קען מען נישט דרש'ן ברבים, ס'געווענד זיך אסאך במה דברים אמורים, ביי די דאזיגע שאלה האט דער נו"ב בעיקרון געהאלטן אז מען קען מקיל זיין און עכ"ז מחמיר געווען לכתחלה. (די מעשה מיט'ן בעל מכשיר און זיין בי"ד איז שוין מער דומה, אויב דאס איז אוריגינעלי געווען אייער פוינט, איז די מעשה אנדערש. אבער סאט ניט אזוי משמע געווען)
איך זע עס נישט בפירוש אין נו"ב, אבער עס לאזט זיך זייער זאגן אז במקום שוודאי פירש -באופן שצריכים להקל לגמרי כהפר"ח נגד רוה"פ- וואלט דער נו"ב אפילו מחייב געווען מוחה זיין! דער נו"ב ניצט דעם פר"ח בקמום ספק ספיקא (שמא לא חיישינן שפירש -מחלו' מחבר רמ"א- ואת"ל חיישינן שמא התערובת מותרת אף להרמ"א, ולהפר"ח מותר התולע עצמו כשמונח בכלי אף כשוודאי פירש בתוך הכלי. וע"ז אמר שהפר"ח חזי לאצטרופי לכה"פ שלא למחות) בקיצור נמרץ: דער תשובה אין נודע ביהודה איז א פרט און נישט קיין כלל בכלל, ואין בכלל אלא מה שבפרט. לערנען פון דא אז "אויב עס איז פארהאן א היתר איז נישט שייך מוחה צו זיין" איז אינגאנצן חוץ לתחום...
אגב, הנו"ב גם כתב: "
מי שבא לשאול יאמר רוב הפוסקים מחמירין ואם אעפ״כ ירצה השואל להקל לעצמו לא ימחה בידו" איה האחריות המחיוחדת לא להחמיר לאחרים באם אפשר להקל?
ומ"ש
"וכמובן לא משהו ש "לידיעת הרבים דארף מען וויסען" חלילה נישט געוואלט בעהאלטן, נאר אזוי ווי לדעתי זה כלל לא כלל, איז עס ניט עפעס וואס מען
דארף וויסען, אבער אוואדע מעג מען עס וויסן... בפרט די חשוב'ע מלומדים דא.
מקען נאך אסאך מאריך זיין, אבער מיין פוינט איז קלאר און איר זענט דאך א די לחכימא ברמיזא, סיז היום קצר וכו' ובעל הבית דוחק. אויכעט קומט עס מיר אן שווערליך (איידל גערעדט) צו טייפן היברו... און די חשוב'ע מלומדים דא, הבחירה בידם