אשכול ענבים - וואס גייט פאר מיט די טרויבן?

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

אשכול ענבים - וואס גייט פאר מיט די טרויבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

גייט דערווייל אויפן זעלבן וועג ווי סטראבעריס?
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

דיטעילס?

א אשכול פון איין שורה קומט געווענליך אין פארברענגען ...
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

ס'דא א ערנסטע חשש פון ווערים, נאכנישט קאנפירמד אבער דער חשש איז דא, אגב האט האדמ"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א נישט געגעסן קיין טרויבן שבת ביים טיש צוליב די חשש, אין האט אנשטאט געגעסן אראנדשען אין עפל, אין האט ארויסגעגעבן אן הוראה אז מ'זאל דערווייל נישט עסן קיינע טרויבן ביז די זאך קלארט זיך אויס
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

געהערט אז אין לאנדאן איז תשרי געהאנגען צעטלעך מטעם כדתיא אז עס איז געקומען א ידיעה פון אמעריקע וועגן שרצים אין טרויבן בעת דא האט מען נאך גארנישט געשמועסט
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

און וואס איז מיט היימישע מאסט און וויין?
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

DotCom האט געשריבן:און וואס איז מיט היימישע מאסט און וויין?

איז דאך דאס נישט קיין ברי' ועוד.
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 10:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעקבערי פען »

איך מיין אז עס איז שוין גרינגער אויסצורעכען זאכען וואס האבען נישט קיין ווערעם
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

הושעעעענא דגן מתולעת הושע נאאאא
אוועטאר
הארסי(פערד)
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 11:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארסי(פערד) »

באשפער אין הימל ״העלף״
נאך אביסיל גייט מען שוין מעגן עסן גראז אויך נישט!!!
אויב זוכט איר אן ארבעט פאר 1500 דאלער א וואך, 2 שעה א טאג, 3 טעג א וואך, פונדערהיים, פליז קאנטאקט מיך, און מיר וועלן זוכן צוזאמען
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

דארט זיך מיר, אז אין לאנדאן האט געהאנגען צעטלעך וועגן ווערים אין ראזשינקעס, נישט אין טרויבן
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
הארסי(פערד)
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 11:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארסי(פערד) »

יאפין האט געשריבן:דארט זיך מיר, אז אין לאנדאן האט געהאנגען צעטלעך וועגן ווערים אין ראזשינקעס, נישט אין טרויבן

נישט נאר ראזינקעס כמעט אלע גטריקענטע פרוכט
אויב זוכט איר אן ארבעט פאר 1500 דאלער א וואך, 2 שעה א טאג, 3 טעג א וואך, פונדערהיים, פליז קאנטאקט מיך, און מיר וועלן זוכן צוזאמען
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

דאס געדענק איך שוין נישט
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיגוט »

ווינקל האט געשריבן:הושעעעענא דגן מתולעת הושע נאאאא

הושענא כרם מתולעת הושענא איז די ריכטיגע לשון
אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיגוט »

derech eretz האט געשריבן:געהערט אז אין לאנדאן איז תשרי געהאנגען צעטלעך מטעם כדתיא אז עס איז געקומען א ידיעה פון אמעריקע וועגן שרצים אין טרויבן בעת דא האט מען נאך גארנישט געשמועסט

עס איז ארויסגעקומן ר"ה צייט א צעטל פון סקווירא בי"ד נאכגעפאלגט מיט א בריוו פון התאחדות טאקע געווען נאר אדווערטייזט אין דבר יום ביומו אולי ווייל אידן אין ב"פ אדער אנדערע מקומות דארפן נישט נזהר זיין אזוי
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

DotCom האט געשריבן:און וואס איז מיט היימישע מאסט און וויין?

מען זייעט עס אדורך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

איך האב געטראפן אינמיטן דעם פארגאנגענעם זומער בשעת'ן עסן פיינע פרישע זאפטיגע טרויבן, א גרויסן זעהבארען (טאקע די זעלבע קאליר פון די טרויבן) נישט איידעלן ווארעם שפאצירן אויף די טרויבן, איך האב מיך פשוט אזוי פארעקלט אז איך האב אוועקגעווארפן די גאנצע פעקל תיכף ומיד לאשפה, און די קומענדיגע פאר טעג האב איך נישט געקענט קוקן אויף קיין טרויבן.
למעשה האב איך געמיינט אז עס געווען א מקרה ביי מיר, פונקט ביי די פעקל, אבער אפאר וואכן שפעטער האב איך טאקע געזעהן די מודעה פון התאחדות, וואס פון דארט איז טאקע משמע אז די ווערעם זענען נישט אין די טרויב אליינס, נאר שפאצירן ארום צווישן די טרויבן, זיי האבן געשריבן דעמאלטס אז מען דארף זיך אכטונג געבן ביז די קומענדיגע מודעה, למעשה האב איך נישט געזעהן און געהערט זינט דעמאלטס גארנישט דערוועגן.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

סיגוט האט געשריבן:עס איז ארויסגעקומן ר"ה צייט א צעטל פון סקווירא בי"ד

לויט ווי איך הער, האט דער סקווירא'ער רבי שליט"א יא געגעסן טרויבן פארגאנעם שב"ק, נאכן עס גוט אפשווענקען.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

דאכצעמעך אז אין די התאחדות צעטל וואס איז בשעתו געווארן מפורסם איז געשטאנען דארט אז מען דארף עס גוט אפשווענקען (טאקע מיינעך ווייל די ווערעם זענען פונדרויסן אבער אסאך מאל זענען די טרויבן שטארק צוקוועטשט צווישן די צווייגן ממילא דארף מען עס גאר גוט אפוואשן)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ואיך יתפרש הכתוב 'יאכלו ענבים וישבעו'?........
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אקוראט די זעלבע ווי שובר כל עצמותיו אחת מהנה לא נשברה
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

סיגוט האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:געהערט אז אין לאנדאן איז תשרי געהאנגען צעטלעך מטעם כדתיא אז עס איז געקומען א ידיעה פון אמעריקע וועגן שרצים אין טרויבן בעת דא האט מען נאך גארנישט געשמועסט

עס איז ארויסגעקומן ר"ה צייט א צעטל פון סקווירא בי"ד נאכגעפאלגט מיט א בריוו פון התאחדות טאקע געווען נאר אדווערטייזט אין דבר יום ביומו אולי ווייל אידן אין ב"פ אדער אנדערע מקומות דארפן נישט נזהר זיין אזוי


;l;p-
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

אז מרעדט וועגן סטראבעריס, מיין רעביצין האט די וואך געליינט מיט די דריי יעריג טאכטערל א קינדער-בוך, מיט בילדער פון אלע סארט פרוכטן.

פארציילט זי אז ווען מען איז אנגעקומען צו די "סטראבעריס", האט שיינדעלע נישט געהאט די מינדעסטע השגה פון וואספארא סארט זאך מען רעדט דא, נישט דערקענענדיג אזא בילד בכלל.

א מעשה רב..
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

יהיה כן האט געשריבן:ואיך יתפרש הכתוב 'יאכלו ענבים וישבעו'?........


דאס מיינט מיין פריינט "פארדרייען דעם שמועס" (קרעדיט: קרעמער)

[ג' במסורה-וישמחו כל חוסם.......וישמחו כי ישתוקו....יראו ענבים וישמחו......]
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
מלאכי
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2011 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלאכי »

איך האב א צעטל פון ר' הלל וויינבערגער שליט"א, דאטירט י"א כסליו תשע"ב, וואס ער שרייבט פאר בני קהלתו [מאנט קיסקאו].

איך ווייס נישט וויאזוי מ'סקענט, און איך האב נישט קיין געדולד איבערצוטייפן די גאנצע צעטל, ע"כ שרייב איך ראשי פרקים.

"זינטן פאריגן בריוו, מאכט מען כסדר בדיקות אויף טרויבן, ונתברר עוד יותר בוודאות שכך המציאות ביתר שאת ועוז, אפילו אויף די וואס בהשקפה ראשונה האט מען נישט געזעהן קיין חשש ריעותא.

"מ'האט בודק געווען אלע סוגים וואס איז דא, קאליפארניע, בראזיל, ניו יארק סטעיט, ועוד.

"ע"כ למעשה לעת כזאת אין מנוס, רק לשוטפם הדק היטב ברצינית, כמה וכמה פעמים, תחת קילוח חזק של מים קרים.

"נישט עס טוהן שבת, מחשש איסור בורר.

"מ'מאכט נאך בירורים, יעדע שינוי אשתדל להודיע בל"נ.

ביז אהער אויסצוגן פונעם בריוו, שמעתי אז ער וויל נישט ארויסקומען ברבים אונטער התאחדות לעטטערהעד, ביזן ענדיגן די בירורים
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

דאס האב איך יעצט באקומען אויף אימעיל.
---
מודעה צו דער שיקער, איך האב נישט קיין אנונג ווער האט מיר ארויף געלייגט אויף דיין ליסטע, ביטע נעם מיר אראפ, א דאנק....
אטעטשמענטס
crc grapes.pdf
(200.25 KiB) געווארן דאונלאודעד 329 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”