נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

פראקטיש האט געשריבן:
גאפל האט געשריבן:
פיינעלי!!
OTTAWA: Canada plans to drop the COVID vaccine requirement for people who enter the country by September 30, same day it ends random testing of arrivals. Masks still required on trains and planes.
און אמעריקע?
כוואלט געזאגט אז סגייט גיין צוזאמען.

די נעכטיגע ווערטער פון ביידען, אז מאיז אווער מיט קראונע, האט לכאורה געשטיפט קאנאדע אראפצונעמען די טרעוועל ריסטריקשענס.

ערייוו קען וועט לכאורה ווערן אפשינעל ווען מפליט קיין קאנאדע.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

די וואקסין מאנדאט קומט אראפ, מזל טוב!
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

תמים תהיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 2:54 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמים תהיה »

וואס טיט זיך מיט קווארעטינען?
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

נוצענדיג א טרעקער אין א קאר האבן שומרים אין מאנטרעאל געטראפן עטליכע קארס באהאלטן און פארשטעלט אונטער מאדראצן, דורך א גענג וועלכע האלט אין איין רויבן קארס פון היימישע איינוואוינער.
אטעטשמענטס
53967.jpeg
53967.jpeg (95.1 KiB) געזען 647 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
אלעס איז גוט!!!
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2021 1:34 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעס איז גוט!!! »

גאפל האט געשריבן:
פיינעלי!!
OTTAWA: Canada plans to drop the COVID vaccine requirement for people who enter the country by September 30, same day it ends random testing of arrivals. Masks still required on trains and planes.
בעת וואס אין אמעריקא חלומ'ט מען נאכנישט פון אראפנעמען די וואקסין מאנדאט.
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

גאפל האט געשריבן:
פיינעלי!!
OTTAWA: Canada plans to drop the COVID vaccine requirement for people who enter the country by September 30, same day it ends random testing of arrivals. Masks still required on trains and planes.
ווייסט איינער די דעטאלן פון די בעפארשטייענדע וואלן אנקעטעס?
די ליבעראלן זענען שמאל אז מען נעמט אראפ די רעסטריקשענס?
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

אלעס איז גוט!!! האט געשריבן:
גאפל האט געשריבן:
פיינעלי!!
OTTAWA: Canada plans to drop the COVID vaccine requirement for people who enter the country by September 30, same day it ends random testing of arrivals. Masks still required on trains and planes.
בעת וואס אין אמעריקא חלומ'ט מען נאכנישט פון אראפנעמען די וואקסין מאנדאט.
סי׳ז נישט צום גלייבן אז זיי האלטן נאך דארט
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

בעל מנוחה האט געשריבן:
גאפל האט געשריבן:
פיינעלי!!
OTTAWA: Canada plans to drop the COVID vaccine requirement for people who enter the country by September 30, same day it ends random testing of arrivals. Masks still required on trains and planes.
ווייסט איינער די דעטאלן פון די בעפארשטייענדע וואלן אנקעטעס?
די ליבעראלן זענען שמאל אז מען נעמט אראפ די רעסטריקשענס?
די בעפארשטייינדע וואלן זענען פראווינציאנעלע בעת וואס די וואקסין מאנדאטן זענען פעדעראלע.

אליבא דאמת זענען די וואקסין מאנדאטן אויך נישט צו פאפולער איבערן לאנד.

עס לאזט זיך גלייבן אז פאליווערס אומגלויבליכע לענדסלייד זיג אלץ פירער פון די קאנסערוואטיווע פארטיי האט געהאלפן אז מען זאל אים אכט נעמען אז די סייענס האט זיך געביטן.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

תמים תהיה האט געשריבן:
וואס טיט זיך מיט קווארעטינען?
מ'ווייסט נאכנישט גארנישט, דערווייל איז אלעס בלויז מידיא באריכטן.
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

תגובה דורך נעם אין אכט »

פראקטיש האט געשריבן:
תמים תהיה האט געשריבן:
וואס טיט זיך מיט קווארעטינען?
מ'ווייסט נאכנישט גארנישט, דערווייל איז אלעס בלויז מידיא באריכטן.
קווארענטין גייט נאך אן?
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

נעם אין אכט האט געשריבן:

וודאי
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

תגובה דורך אבזערווירער »

משה צימערינג האט געשריבן:
אלעס איז גוט!!! האט געשריבן:
גאפל האט געשריבן:
פיינעלי!!
OTTAWA: Canada plans to drop the COVID vaccine requirement for people who enter the country by September 30, same day it ends random testing of arrivals. Masks still required on trains and planes.
בעת וואס אין אמעריקא חלומ'ט מען נאכנישט פון אראפנעמען די וואקסין מאנדאט.
סי׳ז נישט צום גלייבן אז זיי האלטן נאך דארט

א אמעריקאנער האט קיינמאל געדארפט א וואקסין אדער הויז ארעסט פאר צװײ וואכן אריין צו גיין אין זיין אייגן לאנד אפילו ער איז געווען נעגאטיוו.
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

נארמאליזעם האט געשריבן:

מקומט נאך קוקן צו מאיז קווארענטינט?

יעדע שטיק צייט קומען זיי
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
פאפושקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 7:34 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפושקא »

אבזערווירער האט געשריבן:
קוקט אייך בעסער אום אויף די יערלעכע צעטלעך אין די בתי מדרשים "ב"ה נאך די שטדלנות פוןcjhq .. וועט מען נישט מאכן קיין פראבלעמען ביים גרעניץ..." און די וועד שטייט זיך לייגט אויך צעטליך..
דאס איז צוויי באזונדערע זאכן.
די פראבלעם וואס איז היינט געווען, איז געווען פאר די פארקויפער, זיי האבן נישט געלאזט אריינברענגן סחורה.
און די יערליכע איינבעטעניש (?) איז אז סתם מענטשן וואס קומען און פארן פון און צו קאנאדע זאלן קענען אריבערטראגן זייער אתרוג. (לעגאל טאר מען נישט דורכטראגן פרוכט און גרינצייג וכו')
אגב אין טאהש האב איך נאך קיינמאל נישט געזעהן הענגען אזאנע צעטלעך.

הארזים האט געשריבן:
נוצענדיג א טרעקער אין א קאר האבן שומרים אין מאנטרעאל געטראפן עטליכע קארס באהאלטן און פארשטעלט אונטער מאדראצן, דורך א גענג וועלכע האלט אין איין רויבן קארס פון היימישע איינוואוינער.
די טרעקער מיט וואס זיי האבן זיך באנוצט איז געליגן אונעם תפילין בייטל פונעם אינגערמאן.

עס איז א גוטע אויפוואכונג'ס רוף, אז עס איז גוט אריינצולייגן א טרעקער אונעם בייטל
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

פאפושקא האט געשריבן:
אבזערווירער האט געשריבן:
קוקט אייך בעסער אום אויף די יערלעכע צעטלעך אין די בתי מדרשים "ב"ה נאך די שטדלנות פוןcjhq .. וועט מען נישט מאכן קיין פראבלעמען ביים גרעניץ..." און די וועד שטייט זיך לייגט אויך צעטליך..
דאס איז צוויי באזונדערע זאכן.
די פראבלעם וואס איז היינט געווען, איז געווען פאר די פארקויפער, זיי האבן נישט געלאזט אריינברענגן סחורה.
און די יערליכע איינבעטעניש (?) איז אז סתם מענטשן וואס קומען און פארן פון און צו קאנאדע זאלן קענען אריבערטראגן זייער אתרוג. (לעגאל טאר מען נישט דורכטראגן פרוכט און גרינצייג וכו')
אגב אין טאהש האב איך נאך קיינמאל נישט געזעהן הענגען אזאנע צעטלעך.
ביי קראונע איז געווען
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
פאפושקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 7:34 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפושקא »

עס איז גראדע נישט די ערשטע מאל וואס זיי כאפּן קאר גנבים.
אין די לעצטע שטיק צייט האבן זיי שוין געכאפט עטליכע שטיק.
אוועטאר
פאפושקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 7:34 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפושקא »

נארמאליזעם האט געשריבן:
פאפושקא האט געשריבן:
אבזערווירער האט געשריבן:
קוקט אייך בעסער אום אויף די יערלעכע צעטלעך אין די בתי מדרשים "ב"ה נאך די שטדלנות פוןcjhq .. וועט מען נישט מאכן קיין פראבלעמען ביים גרעניץ..." און די וועד שטייט זיך לייגט אויך צעטליך..
דאס איז צוויי באזונדערע זאכן.
די פראבלעם וואס איז היינט געווען, איז געווען פאר די פארקויפער, זיי האבן נישט געלאזט אריינברענגן סחורה.
און די יערליכע איינבעטעניש (?) איז אז סתם מענטשן וואס קומען און פארן פון און צו קאנאדע זאלן קענען אריבערטראגן זייער אתרוג. (לעגאל טאר מען נישט דורכטראגן פרוכט און גרינצייג וכו')
אגב אין טאהש האב איך נאך קיינמאל נישט געזעהן הענגען אזאנע צעטלעך.
ביי קראונע איז געווען
ביי קראונע האבן געהאנגען אסאך סארטן צעטלעך.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

פאפושקא האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
פאפושקא האט געשריבן:
אבזערווירער האט געשריבן:
קוקט אייך בעסער אום אויף די יערלעכע צעטלעך אין די בתי מדרשים "ב"ה נאך די שטדלנות פוןcjhq .. וועט מען נישט מאכן קיין פראבלעמען ביים גרעניץ..." און די וועד שטייט זיך לייגט אויך צעטליך..
דאס איז צוויי באזונדערע זאכן.
די פראבלעם וואס איז היינט געווען, איז געווען פאר די פארקויפער, זיי האבן נישט געלאזט אריינברענגן סחורה.
און די יערליכע איינבעטעניש (?) איז אז סתם מענטשן וואס קומען און פארן פון און צו קאנאדע זאלן קענען אריבערטראגן זייער אתרוג. (לעגאל טאר מען נישט דורכטראגן פרוכט און גרינצייג וכו')
אגב אין טאהש האב איך נאך קיינמאל נישט געזעהן הענגען אזאנע צעטלעך.
ביי קראונע איז געווען
ביי קראונע האבן געהאנגען אסאך סארטן צעטלעך.
אויך א שכח פאר cjhq איבער די גרענץ זאכן
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
פאפושקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 7:34 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפושקא »

איך כאפּ זיך יעצט ווי האבן געקענט הענגען צעטלעך, די בתי מדרש זענען געווען פארשפארט... :roll:
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

פאפושקא האט געשריבן:
איך כאפּ זיך יעצט ווי האבן געקענט הענגען צעטלעך, די בתי מדרש זענען געווען פארשפארט... :roll:
ביסטו נישט געווען אין טאהש :P
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

פאפושקא און אנדערע איר זענט פולקאם גערעכט אז עס איז צוויי באזונדערע זאכן, דאס וואס איך האב געשריבן איז געווען בנוגע א פריערדיגע תגובה און די פאוינט איז געווען אז אינז האבן זיך נאכנישט אויף וואס צו קלאפן אין רוקן און זיך אויף בלאזן די בריסטקאסטענעס אז אינז טויגן אויף עסקנות ווייל ס'איז געלונגען אז מען לאזט אינז האבן ד מינים אויף יו"ט.
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

אבזערווירער האט געשריבן:
משה צימערינג האט געשריבן:
אלעס איז גוט!!! האט געשריבן:
גאפל האט געשריבן:
פיינעלי!!
OTTAWA: Canada plans to drop the COVID vaccine requirement for people who enter the country by September 30, same day it ends random testing of arrivals. Masks still required on trains and planes.
בעת וואס אין אמעריקא חלומ'ט מען נאכנישט פון אראפנעמען די וואקסין מאנדאט.
סי׳ז נישט צום גלייבן אז זיי האלטן נאך דארט

א אמעריקאנער האט קיינמאל געדארפט א וואקסין אדער הויז ארעסט פאר צװײ וואכן אריין צו גיין אין זיין אייגן לאנד אפילו ער איז געווען נעגאטיוו.
אמת. בכלל האט אן אמעריקאנער נישט געדארפט זיין קווארענטינט און איזאלירט ווען מ'איז געווען געטעסט פאזיטיוו. די פראווינצן אין קאנאדא האבן דאס שטערקער אינפארסירט ווי די סטעיטס אין אמעריקע, א לאנגע שמועס פארוואס דאס איז אזוי.

זיך דארפן קווארענטירן ביים צוריק קומען פון די פרעמד איז קאנאדע נישט געווען אנדערש ווי אסאך אנדערע לענדער (איך רעדט נישט פון די האטעלן...). מדנ"י, אויסטראליע ועוד האבן זיך געהאט זייערע תקופות אייגנארטיג לויט זייערע סייענס.

אבער די חידוש פון קאנאדע איז די פאלגענדע צוויי.

איינס, אז איצט ווען קיין איין פראווינץ לענגאויס קאנאדא פארלאנגט נישט קיין קווארענטין ביים זיך טעסטן פאזיטיוו, פארלאנגט נאך אלץ די פעדעראלע פובליק העלט אז אומוואקסינירטע צוריקקומענדיגע ריינזדע זאלן זיך קווארענטירן אפילו בעת וואס די טעסט איז נעגאטיוו. האלאו? זאג עס נאכאמאל? די פראווינצן פארלאנגען נישט די קראנקע זיך צו איזאלירן אבער די פעדס פארלאנגען די געזונטע זיך צו אריינשפארן אויב מ'איז נישט וואקסינירט. ווער רעדט נאך פון די רענדאם טעסטינג ביי די עיר פארט, ווי אפילו וואקסינירטע ווערן פארלאנגט צו מאכן טעסטס. דאס איז שוין נאכדעם ווי מאנאטן צוריק האט די וו. ג.א. און יעדע אינדעפענדענט גרופע אין לאנד זיך געבעטן דאס צו סטאפן, נו גיי פארהאנדל מיט סייענס.... ס'איז נישט געווען צו וועם צו רעדן.

דאס צווייטע איז דאס בלאקירן אויסלענדישע אומוואקסינירטע אריינצוקומען אין לאנד. נאכדעם וואס כמעט אלע אנדערע ציוויליזירטע לענדער אריינגערעכנט די שטרענגע אויסטראליע האט דאס שוין פון לאנג אראפגענומען איז אמעריקע און קאנאדע פון די לעצטערע לענדער ווי די סייענס איז פארעקשנט.

און צו דעם האט מען זיך דא באצויגן אז אויב קאנאדא גייט דאס אנולירן, דאן פארוואס פון אמעריקע הערט מען נישט גארנישט.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

נעם אין אכט האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
נעם אין אכט האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
תמים תהיה האט געשריבן:
וואס טיט זיך מיט קווארעטינען?
מ'ווייסט נאכנישט גארנישט, דערווייל איז אלעס בלויז מידיא באריכטן.
קווארענטין גייט נאך אן?
וודאי
מקומט נאך קוקן צו מאיז קווארענטינט?
צו מ'קומט קוקן צו נישט איז נישט משנה צום שמועס. געזעצלעך איז דאס פארלאנגט, און די קענסט זיכער זיין אז אויב שטעלט דיך א לאקאלע פאליציי אפ פאר א טרעפיק פארלעצונג, גייסטו קריגן א בילעט פאר ביידע.

שמועסן שמועסט מען אז זיי האבן נישט באנייט די קאנטראקט מיט גארדא, פארדעם זעהט מען זיי נישט.

אבער פארן אלגעמיינעם קאנאדישער איז דאס א קנאפע נחמה. דער אומוואקסינירטער קאנאדישע טראכט צוויי מאל אונטער צו נעמען א רייזע וויסנדיג אז ער און זיין פאמיליע גייט זיך דארפן קווארעטינען פאר צוויי גאנצע וואכן און האבן ווער ס'זאל זיי צוברענגען עסן און אנדערע באדערפענישן, בו בזמן וואס זיין נעקסט דאאר קראנקע נעיבאר, וואקסינירטע און נישט וואקסינירטע צוגלייך, קען זיך ארום דרייען פראנק און פריי.

#לאנג לעבן זאל סייענס.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”