נעכטן איז אין סטמארע בית המדרש פארגעקומען א פעטישן דרייוו פאר עפעס א איד וואס וואונט אין מאנטריאל שוין אפאר יאהר, ער קומט משורשו פון ארץ ישראל, און ער איז אנטלאפן פון דארט צוליב חשש סכנה אז מ'וועט אים ארלעדיגן, און כעת וויל אים קאנאדא צורוק שיקן קיין ארץ ישראל, שרייבט מען אינטער פעטיציעס פאר קאנאדא זאל אים באגנאדיגן צו לאזן וואונען ווייטער אין קאנאדא.
די מעשה מיט דעם איד גייט צורוק מיט אפאר יאהר צורוק, ווען זיין פאטער, וואס איז געווען פון די תימנ'ע קינדער וואס מ'האט פארקויפט, ווי באוואוסט ביי די עליה תש"י, איז געווען די מנהג איינגעפירט ביי די מדינה הטמאה צו מאכן געלט אויף די פריש געבוירענע קינדער, אנגעבענדיג פאר די עלטערן א תירוץ אז די קינד איז געשטארבן וכו', הכלל, דער פאטער איז געווען פון אט דעי פארקויפטע קינדער, און ער האט אנגעהויבן צו עפענען א קעיס א קעגן די מדינה, זענען די חברה געגאנגן אין אים אריינגעזעצט אין תפיסה מיט עפעס א בלבול, און דארט אין תפיסה אים פאר'סם'ט אין ער איז אריינגעפאלן אין א קאומא.
בס"ה איז דער זוהן אויך אין א סכנה מ'זאל אים מסדר זיין.
אויב איינער האט מער אינפא איבער די מיסטריעזע מעשה זאל ביטע דא ארויפשמירן.
איך בין געווען פאר עטליכע יאר צוריק אין ארץ ישראל בין איך יעמאלט געווען ביי מערת אליהו בהר הכרמל האבן זיינע שטיצער אויסגעטיילט דארט ליפלעטן איבער די פרשה
אוטערמאנט סעקורעטי פאבליק: אנגעהויבן פון מאי 1 למספרם וועלן זיי מער נישט אראפקומען גיבן די געסט-פערמיטן צו פארקן אין די 2 שעה מעקס זאהנע. אנשטאט וועט מען מוזן אראפגיין אין שטאט-הויז עס אויפפיקן + זיי וועלן רעכנן 5 טאלער פער טאג.
דער פעטראל זאגט מיר אז ער איז פרייליך מיטן נייעם סדר א גאנצן טאג לויפט ער ארום טיילן פערמיטן. כ'האב אים געזאגט אז נאר פאר א יו"ט אידאס זוי ביזי. ער האט צוריקגע'טענה'ט אז יעדע ערב שבת האבן זיי א ליסטע מיט אדרעסן צו גיין. כאילו זיי האבן בעסער וואס צו טאן...
אויב אידאס ניט גענוג האבן זיי אויפגעהערט צו גיבן פרייהייט צו פארקן אויף עטליכע גאסן דורכויס יו"ט, אזאך וואס זיי פלעגן טון די לעצטע פאר יאר. לויט ווי כ'הער איז די רשענטע פארשעד אונטער דעם. כ'האפ איינער האט געהאט שכל איר צוטראגן אביסל מכות וויין ביי די טיר...