נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סעלצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 18, 2015 1:28 am
לאקאציע: דא, זייער באקוועם

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלצער »

קדוש ונורא האט געשריבן:
מאסיווע קורצשלוס ביי 'ראדזשערס קאמיוניקעישאנס' אין קאנאדא טוט אפעקטירן ווייערליס אין מאנטריאל און אין קרית טאהש

חברה הצלה פארן יעצט ארום מיט הויכהילכער אין די חרידישע געגענט און אין קרית טאהש, צו מעלדן איבער הצלה סטאנציעס און וועגן וויאזוי צו רופן שנעל הילף אין פאל פון אן אמערזשענסי.

איז לענדליינס אויך געווען אפעקטירט?
פאטעיטא מען
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 9:22 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא מען »

קדוש ונורא האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט FIDO ווען וועט זיין קאנעקשן צוריק?
וואס איז געשעהן?

חברה הצלה פארן יעצט ארום מיט הויכהילכער אין די חרידישע געגענט און אין קרית טאהש, צו מעלדן איבער הצלה סטאנציעס און וועגן וויאזוי צו רופן שנעל הילף אין פאל פון אן אמערזשענסי.

ווי אזוי האבן זיי אויסגעקראסט די "נישט חרדישע" געגענטער אין טאהש?
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3566
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

פאטעיטא מען האט געשריבן:
קדוש ונורא האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט FIDO ווען וועט זיין קאנעקשן צוריק?
וואס איז געשעהן?

חברה הצלה פארן יעצט ארום מיט הויכהילכער אין די חרידישע געגענט און אין קרית טאהש, צו מעלדן איבער הצלה סטאנציעס און וועגן וויאזוי צו רופן שנעל הילף אין פאל פון אן אמערזשענסי.

ווי אזוי האבן זיי אויסגעקראסט די "נישט חרדישע" געגענטער אין טאהש?

:lol:
ער מיינט להוציא די חרידישע געגענט אינדרויסן פון טאהש..., דארט האט מען זיך באגניגנט מיט אויסקלאפן אין ביהמ"ד ביי מעריב
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3222
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע: אויפן טיש

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

איינער מיט אינפאו וועגן טוישונגען ביים גרעניץ?
אוועטאר
פליישיג
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:00 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליישיג »

הינגער האט געשריבן:איינער מיט אינפאו וועגן טוישונגען ביים גרעניץ?

אינטערוויו: קאנאדא: די קאנאדישע רעגירונג האט געמאלדן אז אנגעהויבן קומענדיגע וואך גייט צוריק אריין אין אפעקט די טעסטינג ביי די עירפארט / נייעס פון די עירפארט סיסטעם
ה' בלק פ״ב

העסקן הרב מרדכי יצחק היימליך, קאנאדא
https://www.yiddish24.com/interviews/12/65705
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5637
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

איך גלויב אז די אינטרעסט ראטע העכערונג האט א גרעסערע אימפאקט אויף היימישע אידן ווי די העכערונג אין רענדאם טעסטס אין לופטפעלד
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5637
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

עפעס פארגעקומען אין און ארום ברך משה קאנטרי? טארנעידא צו וואס?

קען איינער אריינקומען מיט באריכטן און בילדער?
פאטעיטא מען
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 9:22 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא מען »

פראקטיש האט געשריבן:
עפעס פארגעקומען אין און ארום ברך משה קאנטרי? טארנעידא צו וואס?

קען איינער אריינקומען מיט באריכטן און בילדער?
איך הער אז דער עולם האט געפאקט פעק
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21108
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

פאטעיטא מען האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
עפעס פארגעקומען אין און ארום ברך משה קאנטרי? טארנעידא צו וואס?

קען איינער אריינקומען מיט באריכטן און בילדער?
איך הער אז דער עולם האט געפאקט פעק
וואס הייסט וואס איז געשעהן דארט?
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8368
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

נארמאליזעם האט געשריבן:
פאטעיטא מען האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
עפעס פארגעקומען אין און ארום ברך משה קאנטרי? טארנעידא צו וואס?

קען איינער אריינקומען מיט באריכטן און בילדער?
איך הער אז דער עולם האט געפאקט פעק
וואס הייסט וואס איז געשעהן דארט?
מאסיווע טארנעידא שטורעם האט אדורכגעריסן די סענט-אדאלף-דעהארווערד געגענט אין קאנאדא, אפעקטירענדיג אויף מחנה ברך משה

מוצ״ש פנחס פ״ב

ביי די ברך משה קאנטרי האט היינט בערך 6 נאכמיטאג אדורכגעריסן די טארנעידא, עס האט אויסגעריסן די ביימער און אלעקטעריק שטאנגן ,אנזייענדיג ערענסטע חורבנות, און האט אויסגעשאלטערט די אלעקטעריק אין די גאנצע געגענט, בחסדי השם איז קיינער נישט געשעדיגט געווארן. לויט די אלעקטעריק פירמע קען נעמען עטליכע טעג ביז מען שטעלט צוריק די אלעקטעריק.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/66339
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21108
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

Thank you האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
פאטעיטא מען האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
עפעס פארגעקומען אין און ארום ברך משה קאנטרי? טארנעידא צו וואס?

קען איינער אריינקומען מיט באריכטן און בילדער?
איך הער אז דער עולם האט געפאקט פעק
וואס הייסט וואס איז געשעהן דארט?
מאסיווע טארנעידא שטורעם האט אדורכגעריסן די סענט-אדאלף-דעהארווערד געגענט אין קאנאדא, אפעקטירענדיג אויף מחנה ברך משה

מוצ״ש פנחס פ״ב

ביי די ברך משה קאנטרי האט היינט בערך 6 נאכמיטאג אדורכגעריסן די טארנעידא, עס האט אויסגעריסן די ביימער און אלעקטעריק שטאנגן ,אנזייענדיג ערענסטע חורבנות, און האט אויסגעשאלטערט די אלעקטעריק אין די גאנצע געגענט, בחסדי השם איז קיינער נישט געשעדיגט געווארן. לויט די אלעקטעריק פירמע קען נעמען עטליכע טעג ביז מען שטעלט צוריק די אלעקטעריק.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/66339
Wow
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
בעסטע בחור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 3:45 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע בחור »

Thank you האט געשריבן:
[מאסיווע טארנעידא שטורעם האט אדורכגעריסן די סענט-אדאלף-דעהארווערד געגענט אין קאנאדא, אפעקטירענדיג אויף מחנה ברך משה
מוצ״ש פנחס פ״ב
ביי די ברך משה קאנטרי האט היינט בערך 6 נאכמיטאג אדורכגעריסן די טארנעידא, עס האט אויסגעריסן די ביימער און אלעקטעריק שטאנגן ,אנזייענדיג ערענסטע חורבנות, און האט אויסגעשאלטערט די אלעקטעריק אין די גאנצע געגענט, בחסדי השם איז קיינער נישט געשעדיגט געווארן. לויט די אלעקטעריק פירמע קען נעמען עטליכע טעג ביז מען שטעלט צוריק די אלעקטעריק.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/66339
קען איינער ביטע אריינקומען מיט פרטים און בילדער
איך הער אז עס איז געעוווען עטליכע ניסים גלוים און השגחה פרטיות גלוי לעין כל
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3222
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע: אויפן טיש

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

בעסטע בחור האט געשריבן:

Sound ווי א סיקרעט....
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3222
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע: אויפן טיש

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

פראקטיש האט געשריבן:
עפעס פארגעקומען אין און ארום ברך משה קאנטרי? טארנעידא צו וואס?

קען איינער אריינקומען מיט באריכטן און בילדער?
C/P
הטוב כי לא כלו רחמיך!

א קליינער באריכט פון שבת פרשת פנחס אין קרית ברך משה קאנטרי.

נישט דא קיין ווערטער וואס צו שרייבן נאך די אפענער ניסים וואס האט פאסירט און קרית ברך משה קאנטרי און קוויבעק דעם פארגאנגענעם שבת בערך 6:00 נאכמיטאג, נאכדעם וואס א א גרויסע שטורעם - טארנעדא (וואס האט געדוערט אפשר 1 מינוט) מיט קולי קולות, וואס הונדערטער גרויסע ביימער בלי גוזמא האבן זיך ארויסגעריסן פון פלאץ און אראפ געפאלן אויף הייזער און גאסן, גאנצעטע וועלדער זענען פלאך געווארן, אבער בחסדי השם נישט דא קיין איין געשעדיגטע!

אונטערסאנט אז די הייזער וואס איז נישט אזוי שטארק האבן זיך נישט מיט געשלעפט מיט די געוואלדיגע ווינטן.

ס'איז יא געווען עטליכע קינדער וואס זענען געווען אינדרויסן בשעת מעשה און ביימער זענען געפאלן ממש נעבען זיי, ב''ה.

מ'האט געדאווענט מנחה א שעה פריער ווילאנג מ'קען נאך ליינען צו די ליכטעגקייט, נאך דעם האט דער דיין שליט"א געזאגט אפאר וויכטיגע הלכות בנוגע די blackout און נאכדעם האט מען זיך ארויס געלאזט מיט א פייערדיגע ריקודין חסדי השם כי לא תמנו - עד הנה עזרונו, נאך דעם האט יעדער זיך געוואשן אינדערהיים אזוי ווי די מנהג הקאנטרי דאהו, און נאך דעם איז א גרויס חלק פון די קאנטרי צוריקגעקומען זינגען די זמירות אינדרויסען אין די טינקל תחת קיפת השמים אויפ'ן גרויסע פארטש מיט ניגוני גלות וגאולה נאכדעם האט דער דיין משמיע געווען ווארימע תורה.

מוצ''ש האב'ן צענדליגער בעלי בתים יונגערלייט און בחורים זיך גענומען צו די ארבייט מיט האנט זעגן, מיט גרויסע האקס אזוי אויך איז מאנטריאל חברים אנגעקומען מיט וואלענטירן מיט עלעקטריק זעגן צו העלפען אוועקנעמען צענדליגע ביימער וואס האט פשוט געבלאקט די גאסן.

דערווייל איז נישט דא קיין לעקטער, און רוב משפחות זענען אהיים געפארן עד יעבור זעם.
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4704
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

קרית ברך משה קאנטרי
IMG_3119 (6).jpg
IMG_3119 (6).jpg (239.72 KiB) געזען 1733 מאל
IMG_3115 (1).jpg
IMG_3115 (1).jpg (232.11 KiB) געזען 1733 מאל
9991.jpg
9991.jpg (226.94 KiB) געזען 1733 מאל
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4704
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

IMG_3099 (2).jpg
IMG_3099 (2).jpg (250.62 KiB) געזען 1723 מאל
IMG_3097 (2).jpg
IMG_3097 (2).jpg (243.57 KiB) געזען 1723 מאל
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
אוועטאר
bundel
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 9:18 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bundel »

איך האב בילדער אבער איך ווייס נישט וויאזו ארויפצולייגן
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3222
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע: אויפן טיש

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

קעפל: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
עטליכע מענטשן זענען טויט, נאך א סעריע שיסערייען ביי א מעטרא נעבן ווענקואווער, קאנאדע.

ערשטע באריכטן זענען איבער א ווייסע מאן וועלכע האט געעפענט פייער אויף היימלאזע מענטשן. צווישן די אומגעקומענע איז אידענטיפיצירט געווארן אן אינדיאנער מאן.

פאליציי האבן געמאכט אן ארעסט.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5637
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

כאפט א פחד זעהן די בילדער דארט אין ברך משה, ניסי ניסים האבן זיי דארט געהאט.
לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

יפול מצידך אלף, ורבבה מימינך, אליך לא יגש!
איינדרוקן און באריכטן פונעם שבת של נס בקרב
קרית ברך משה ד'סאטמאר, קאנאדע,
אונטער'ן שאטן פונעם געפארפולן טארנעידא

* * * * * *

מיט גאר געהויבענע געפיהלן האבן אנ"ש תושבי קרית ברך משה ד'סאטמאר אין קיובעק, קאנאדע, אפגעצייכנט די וואונדערליכע קייט פון ניסים וואס האט באטראפן דעם קאנטרי דורכאויס דעם פארגאנגענעם שבת פרשת פנחס, בעת די זעלטענע טארנעידא האט געבוזשעוועט אין געגענט.

קרית ברך משה ד'סאטמאר איז סטאנציאנירט אויף די בערגיגע קאנטרי געגענט "סט. אגאט", אפגערוקט א שעה פון די שטאט מאנטרעאל, במשך דעם זומער האלטן זיך דארט אויף אריבער 50 משפחות פון אנ"ש חברי קהילתינו הק', וואס נוצן אויס דעם זומער אויף א געהויבענע פארנעם מיט תורה עבודה און גמילות חסדים, על דרך סהלולה לנו מרבותה"ק נבג"מ ויבלחט"א כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
ווי יעדע סאטמארע צענטער איבער די וועלט, איז דאס שטעטל אויסגעשטעלט מיט אלע צוגעהערן פאר חסידישע אידן, אנגעהויבן מיט דעם הערליכן בית המדרש 'אהל משה' אין סאמע צענטער, וואו עס איז צוגעשטעלט ברייטע לופטיגע חדרי תפילה, מיט א רחבות'דיגן מקום תורה, אוצר הספרים מיט אלע נוטיגע ספרים אויפ'ן גאנץ זומער, מניני שחרית מנחה מעריב, שיעורי תורה, כולל אברכים, דאס ווערט נאכגעפאלגט מיט די תלמוד תורה, מקוה טהרה, עירוב המהודר, און אלע הצטרכות ברוחניות ובגשמיות.

פארלאפענעם שבת קודש פנחס נאכמיטאג, בעת ווען תושבי הקריה זענען ווי יעדע וואך געווען פארזאמלט אינעם פראכטפולן היכל בית המדרש אהל משה, וואו עס האט געדונערט א איינגענעמע קול תורה במשך לענגערע שעות, זקנים עם נערים זענען געזעצן און עוסק געוען בתורה ברוב עם, אויסצונוצן דעם שבת קודש אונטערן שאטן פון דעם אויבערשטנס בריאה מיט שעות לימוד התורה. אינדרויסן האט זיך אראפגעלאזט א שלאקס רעגן, אבער אינעווייניג איז געווען לעכטיג, דער בית המדרש האט געווירבלט מיט חברותות, און סוף נאכמיטאג האט געזאלט פארקומען די בארימטע וועכנטליכע 'שבת נאכמיטאג שיעור' פארגעלערנט דורך הרה"ג רבי מנחם מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ הקריה, וואו מען לערנט דורך גאר אינטערסאנטע און וויכטיגע ענינים, אינעם היי-יעריגן מחזור לערנט מען 'הלכות עירובין', וואו עס ווערט הערליך אויסגעשמועסט און צולייגט אלע הלכות וואס זענען נוגע אין אלגעמיין, און באזונדער אין די קאנטרי געגענטער.
שפעט נאכמיטאג האט מען באמערקט פון די פענסטער מיט שטוינונג ווי עס לאזט זיך אראפ א מאסיווע האגל, גרויסע שטיקער אייז זענען געפאלן מיט קראפט, אזאנס וואס מען זעט נישט אפילו אינעם פארפרוירענעם ווינטער, די קינדערלעך האבן זיך לוסטיג געשפילט אין די גאסן און באטראכט מיט וואונדער די נפלאות הבורא.

געציילטע מינוטן דערויף האט פלוצלינג אנגעהויבן צו בוזשעווען אויסטערלישע ווינטן, מען האט געזען ווי די ביימער בייגן זיך מיט די קעפ אראפ, ריזיגע צוייגן האבן גענומען פליען אין די לופטן, די קינדער אויף די גאסן זענען זיך באלד צולאפן זוכן שוץ אין די הייזער. דער זייגער האט געשפילט מיט סעקונדעס, ווען עס האבן גענומען פאלן ריזיגע ביימער, איינס נאכ'ן צווייטן, קליינע קינדער וואס זענען אהיים געלאפן האבן אויסגעכאפט די פאלענדיגע ביימער מיט קארגע סעקונדעס איידער זיי האבן געטראסקעט מיט א מעכטיגן זעץ, ווערנדיג געראטעוועט בדרך נס פון דאס ערגסטע ה"י.

ביז געציילטע מינוטן האט זיך אפגעהאקט די עלעקטריק, נאך וואס די ביימער האבן איבערגעריסן מערערע ווייערס, דאס האט איינוועגס אויך אפגעהאקט די וואסער אינעם גאנצן שטעטל. ווען דער שטורעם איז פארביי זענען תושבי הקריה אהיימגעלאפן מיט די נשמה אין די הענט זען וואס דא האט פאסירט.
עס האט נאך געדויערט א היבשע וויילע ביז מען האט זיך אריענטירט, און באמערקט וואס דא איז פארגעגאנגען, די וואונדערליכע ניסים האבן יעדן דורכגענומען, פון אלע זייטן האט מען געהערט מעשיות וויאזוי קליינע קינדער זענען געלאפן אויף די וועגן און שטעגן, בשעת ווען עס פליען ביימער און די לופטן און לאנדן אויף יענעם ארט בלויז מיט געציילטע סעקונדעס שפעטער.

עקסטער האט זיך דערקענט דעם יד ה' וואס האט אפגעהיטן און באשיצט דעם שטעטל, ווען פון אלע ארומיגע גויאישע קאנטריס זענען געפלויגן דעכער, ביימער האבן דורכגעלעכערט הייזער, מיילן מיילן ווייט זענען אויסגעריסן געווארן גאנצעטע וועלדער, די שיין באוואקסענע געגענט איז געווארן פלאך מיט די ערד, יפול מצדך אלף - טויזענטער ביימער האבן געטראסקעט פון די ווילדע טארנעידא, אבער 'אליך לא יגש', בחסדי ה' איז דער קאנטרי שטעטל באהיטן געווארן, און איבערגעלאזט בלויז מינדערוויכטיגע שאדנס איבער געציילטע הייזער.

ווען די שטורעם האט זיך בארואיגט איז מען זיך צוזאמגעקומען דאווענען מנחה אין א פריערדיגע שעה ווי געווענליך, אריינצוכאפן קריאת התורה ווילאנג עס איז נאך ליכטיג אינדרויסן.
באלד נאך מנחה האט הרה"ג דומ"ץ הקריה שליט"א איבערגעגעבן א קורצע שיעור מיט די העכסט וויכטיגע הלכות אין דעם סיטואציע, נאך וואס די עירוב האט זיך איבערגעריסן פון די פאלנדע ביימער, עס איז נישט געווען קיין לעקטער, וואסער, סוער, א.א.וו. אין קורצן האט ער מסביר געווען די הלכות פון פחות פחות מד' אמות, די גדרים פון פקוח נפש, טראגן וואסער, און נאך קריטיש וויכטיגע הלכות.

דאן האט מען געזאגט תהלים "ליום השבת", ווי שוין איינגעפירט אין שטעטל פאר לאנגע יארן. דאס האט נאכגעפאלגט מיט פייערדיגע ריקודים "חסדי ה' כי לא תמנו", ווען מען קען זיך נישט גענוג אפוואונדערן פון די אויסטערלישע ניסים וואס האבן באגלייט און געשיצט די נפשות און הייזער אינעם שטעטל.

נאך א קורצע הפסקה ווי דער עולם האט געגעסן שלש סעודות אין די הייזער, איז מען זיך צוזאמגעקומען ביים בית המדרש. צוליב די טונקל האט מען געפראוועט דעם שלש סעודות אויפ'ן גרויסן פארטש הארט נעבן דעם בית המדרש, וואס איז אויך געווען טיילווייז אנגעלייגט מיט מאסיווע ביימער וואס זענען דארט עגפאלן.
הרה"ג הדומ"ץ שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א ווארימע שלש סעודות תורה, ציענדיג שטריכן פונעם שרעקליכן שטורעם צו די צייט וואו מען האלט, די ימי בין המצרים, באטאנענדיג אז אזעלכע סארט האגל, טארנעידא'ס, זענען נישט געווען אין די לעצטע הונדערטער יארן אין דעם גאנצן געגענט, מען זעט בחוש וואו עס שאקלט זיך פון הימל רודערט מען אויף די וועלט, מיט אומגעווענליכע פאסירונגען וואס מען האט נישט געזען און געהערט פאר לאנגע יארן. דערביי האט דער דיין שליט"א ארויסגעברענגט די געוואלדיגע הרגשי הודאה, ווען מען האט געזען בחוש ווי דער שומר ישראל האט באשיצט תושבי הקריה אויף א וואנדערליכן אופן.

דאס האט נאכגעפאלגט מיט הארציגע ניגוני התעוררות וצפיה לגאולה, וואס מען האט געזונגען א לענגערע צייט, ווייט ווייט האט אפגעקלינגען די געהויבענע זמירות און ניגונים, וואס קומען ארויס פון איבערגעפילטע הערצער מיט רגשי קודש און שבח והודאה צום אויבערשטן.

מוצאי שבת נאכ'ן אפשאצן דעם מצב זענען תושבי הקריה געקומען צום באשלוס אריינצופארן צוריק אין שטאט קיין מאנטריאל, איבערווארטן די פאר טעג ווילאנג עס געדויערט צו פאררעכטן אלע געשעדיגטע עלעקטריק דראטן און צוגעהער.
באלד האט מען זיך גענומען צו די ארבעט אפצורייניגן די גאסן וואס זענען געווען געדעכט אנגעלייגט מיט ביימער און שטרויכלונגען. מיט די הילף פון "חברים ד'מאנטרעאל" און צענדליגע וואלונטירן מתושבי הקריה, האט מען העפטיג געארבעט אויף די וועגן ארויס פונעם שטעטל, אפצושניידן און אוועק רוקן די ריזיגע ביימער וואס זענען געלעגן אויסגעשטרעקט אויף די גאסן.

נאך א לענגערע שעה ארבעטן זענען די וועגן געווארן פריי, און א גרויסע ציבור האבן זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועגן, איבערגעפילט מיט רגשי שבח והודאה לה' נאך די אויסערגעווענליכע איבערלעבענישן.

זונטאג אינדערפרי נאך תפילת שחרית זענען די פארבליבענע תושבים אין שטעטל אין שפיץ פון די געטרייע מענעדזשערס, אריבער אויפ'ן שטח זען וואס דא האט פאסירט, די בילד וואס האט זיך אנטפלעקט איז געווען אומגלויבליך; פון אלע זייטן ארום דעם שטעטל, האט מען געזען הונדערטער מיילן וועלדער וואס זענעו געווען גענצליך פלאך מיט די ערד, פון ארומיגע גויאישע קאנטריס האט זיך דערקענט חרוב'ע הייזער, אויפגעבראכענע דעכער וואס דער ווילדער טארנעידא האט פארניכטעט, אבער אין שטעטל אליינס זענען די הייזער געבליבן גאנץ אן קיין שאדן, איינצעלע הייזער וואס מען דארף פארריכטן קליינע שאדנס אין די דעכער, פארטשעס, וכדומה.
דער וואונדער איז געוען נאכמער, זעענדיג ריזיגע ביימער אויסגעצויגן אויף די דעכער פון עטליכע הייזער, אבער באופן פלא האט זיך עס אנגעהאלטן אויף די ברייטע צווייגן און נישט געשעדיגט די הייזער זעלבסט.

ביי איין הויז האט זיך דערקענט ווי אלע ביימער אויף די אונטערשטע זייט פונעם הויז זענען געפאלן אויף צוריק, ווידער די ביימער פארנט פונעם הויז זענען געפאלן זייטיג, אוועק פון דעם הויז וואו עס וואוינען אידישע קינדער; ביי די גרויסע פארקינג לאט נעבן דעם בית המדרש זענען געווען געפארקט פילע קארס במשך דעם שבת, בלויז איין ליידיגע פלאץ איז געבליבן, דארט און נאר דארט איז געפאלן א מאסיווע בוים, ארום און ארום זענען די אלע קארס געשטאנען באשיצט פון א הימלישן האנט וואס האט אפגעהיטן תושבי הקריה, די נפשות מיט די הייזער און רכוש.

במשך די וואך האט מען אריינגעלייגט אסאך כוחות צוריקצושטעלן אלע איינריכטונגען פונעם שטעטל, און אויף שבת קערן זיך שוין רוב תושבים צוריק, מיט געהויבענע געמיטער און אויסטערלישע דאנק צו השי"ת אויף די שמירה עליונה און ניסים וואס מען האט זוכה געווען.

הטוב כי לא כלו רחמיך והמרחם כי לא תמו חסדיך כי מעולם קוינו לך
אלץ ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:31 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ ווייזער »

זייער שיין באשריבן,
און עקסטער קענען מיר פארשטיין ווען מיר געדענקן נאך די פילע ביימער וואס נעמט ארום די קאנטרי איבעראל
חסדי ה’ כי לא תמנו
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3222
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע: אויפן טיש

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

לא ימושו מפיך האט געשריבן:

שכח! שיין באשריבן!
א פשוטע הייליגע איד
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 10:34 am

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פשוטע הייליגע איד »

עס איז דא אן אינטערוויא אויף קול מבשר מיט העסקן ר' יואל בערגער וועגן דעים זייער אינטערסאנט

א פשוטע הייליגע איד האט געשריבן:
עס איז דא אן אינטערוויא אויף קול מבשר מיט העסקן ר' יואל בערגער וועגן דעים זייער אינטערסאנט
https://www.yiddish24.com/interviews/12/66553
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”