וואל סטריט: ביזנעס און פינאנציעלע נייעס (אייוועלט מאני)
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם
-
- שר האלף
- תגובות: 1308
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
- לאקאציע: אינעם גרויסן עפל
היינט פרייטיג איז ארויסגעקומען גאר פאזיטיווע נייעס פאר די עקענאמיע (אין אבאמא...)
די לעיבאר דעפט. האט ארויסגעגבן זייער באריכט פאר די דזשאב מארקעט פון ינואר אין עס איז צוגעקומען 243.000 דזשאבס פארלאפענעם חודש מער ווי די 150.000 דזשאבס וואס עקאנאמיסטן האבן געהאט פאראויס געשאצט, די אנעמפלוימענט ראטע איז געפאלן פון 8.5 צו 8.3 פראצענט. דאס איז די מערסטע זינט אפריל 2010 וואס איז דעמאלט צוגעקומען 458.000 דזשאבס וואס די צענזוס ביורא האט אויפגענומען, אין איינמאל פריער איז געווען אין מערץ פון 2006.
די נומערן פון נאוועמבער זענען איבער געמאכט געווארן אויף ארויף צו 150.000
אין די נומערן פון דיסעמעבער איז ארויפגערוקט געווארן צו 203.000 צוגעקומענע דזשאבס

מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
- moshele11211
- שר האלף
- תגובות: 1271
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm
- ריק פערי
- שר האלף
- תגובות: 1767
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
- לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן
גוגל סטאק האט נארוואס (צוויי וואכן צוריק) געגרייכט $700 און היינט געבראכן א פרישע מיילסטאון צו $749 יעצט, וועט נאך ווארשיינליך גרייכן היינט $750.
פעיסבוק אראפ %10, עס האט זיך אטאמאטיש געשלאסן, (דאס איז טראצדעם וואס די סי.אי.או. האט גאר גוט אויסגענומען ביי אינוועסטערס די לעצטע וואך מיט זיין נייע רעדע שרייבער...)

ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
עס איז היינט געווארן באוואוסט א קאמישע עפיזאדע וואס איז פארגעקומען פאריאר יוני.
א בראקער פאר א קאמפאני ווואס קויפט אויל פיוטשערס (לאמיר עס אנרופן סטאקס, ס'זאל זיי מער פשוט) האט אנגעטרינקענערהייט אינמיטן נאכט איינגעקופט א ארדער פון........ 7 מיליאן פעסלעך אויל! פאר די סומע פון ....... 520 מיליאן דאלער!!
ער האט מיט זיין אייגענע האנט געריקט די גאנצער אויל מארקעט מיט איבער אנדערהאלבן דאלער, אזאך וואס געשעט געווענדליך ווען עס פאסירט עפעס ערענסט אויף דער וועלט.
למעשה ווען ער האט זיך געכאפט דעם טעות, האט ער אנגעהויבן שנעל פארקויפן, אבער נישט פאר ער האט ערלעדיגט א שאדן פאר די קאמפאני פון באלד 10 מיליאן דאלער! און די קאמפאניס גאנצע יערליכע פארדינסט איז נישט מער ווי 12 מיליאן, דאס הייסט כמעט אויסגעמעקט די קאמפאני'ס גאנצע איינקומפט.
האט ער באקומען א שטראף פון 72 טוזענט פונט, און ער טאר 5 יאר נישט האנדלן מיט קיין סטאקס.

"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- שמעק_טאביק
- שר האלף
- תגובות: 1618
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 776
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm
עפל סטאק איז יעצט און א בחינה פון בין השמשות עס איז טאקע יעצט געפאלען אבער און די נעקסטע צוויי וואכן גייט עס אדער טראסקענען און א בחינה פון כשיורדים יורדים לעפר, אדער גייט עס ארויפשיסן מיט אן אימפעט.
ווייל ווי יעדער געדענקט נאך איז יעדער יונגערמאן וואס האט ״געפליפט״ פראפערטי און געדארפט אדער געוואלט עכ״פ שפילן א ראלע האט זיך געדרייט מיט א בלעקבערי, עס האט געקענט פריזען זיך אויסלעשן האבן שוואכע בעטערי לייף אבער דאך האט יעדער איינער אנגעהאלטן זיין בלעקבערי מיט אלע כוחות.
ביז....
עס איז געקומען עפל, און די עפל מיט די בלעקבערי האבן זיך גענימען רייסען ביי די קעפ, אבער רייסן ארויף רייסן אראפ אלע רייסערס (אויזער די וואס אנשטאד סטראב לייטס פילען זיך נאך קיל מיט א אלטמאדישו טשערי לייט) זענען אריבער און די מאסן צו עפל און געלאזט בלעקבערי אויפן וואסער.
א גרויס חלק פון עפל איינגענטימער קומען פון בלעקבערי.
אבער בלעקבערי קומט די וואך ארויס מיט א נייע פאון וואס לויט ווי זיי פארקויפן (איך ווייס נישט וויפול זייער ווארט איז ווערט) גייט דאס זיין א פאון מיט אלע פיטשיווקעס, און עס קען זיין אז א גרויס חלק פון עפל קונדען וואס קומען פון בלעקבערי וואס האבן נאך טיף און הארץ א בענקשאפט פאר די קליינע D און R פון בלעקבערי מעסינטשער וועלן זיך נישט קענען איינהאלטן און גייען לויפן צו בלעקבערי.
אויב גייט דאס געשען גייט דאס קאסטן ביליאנען דאללער און שאדן פאר עפל, נישט אז זיי גייען אונטערגיין זיי האבן אנדערע פעסטע פראדאקטען ווי איי פעד איי פאד און זייער קאמפיוטער.
אבער די סטאק זייערע וועט פאלען.
אבער אלעס ווענד זיך ווי גיט די נייע בלעקבערי וועט טאקע זיין...
העמיר זעהן....

Proud to be part of the Hasidic Freaks.
אן אלטער פוקס איז בעסער ווי א יונגער פערד.
שרייט נישט ווייל איך הער נישט.
אן אלטער פוקס איז בעסער ווי א יונגער פערד.
שרייט נישט ווייל איך הער נישט.
- ריק פערי
- שר האלף
- תגובות: 1767
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
- לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן
אלטע זיידע, אין טעכנעלאגיע איז דא צוויי מיני קונים, איינער, א פען פון א געוויסע קאמפעני למשל פון עפפל, דער מענטש וועט האבן א אייפאון 4s (איין יאר אלט), די נייע אייפאון 5, אייפעד, אייפעד מיני, מעק, מעקבוק, וכו' ער דארף דען אלעס? א מכה! ער איז נאר א פען פאר די קאמפעני און יעדע נייע פראדוקט וואס די קאמפעני געט ארויס 'מוז' ער האבן.
דער צווייטער קונה איז דער וואס דארף דעם פראדוקט עס צו ניצן, ער וועט קויפן נאר וואס ער דארף.
א קאמפעני באשטייט בעיקר פון די צווייטע סארט קונים כמובן, רוב מענטשן וואס קויפן זענען נישט קיין פענ'ס זיי זוכן פשוט די פראדוקט וואס ארבעט פאר זיי.
יעצט צו אונזער נושא, די רוב בלעקבערי קאסטומערס וואס זענען געגאנגען צו עפפל, זענען נישט קיין בלעקבערי פענ'ס וואס שטייען און קוקן ארויס יעדע מינוט ווען בלעקבערי וועט שוין ענדליך ארויסגעבן די נייע בלעקבערי, און זיי וועלן שוין ענדליך קענען אוועקווארפן דעם אייפאון, זיי זענען געווען בלעקבערי קאסטומערס ווייל בלעקבערי האט צוגעשטעלט זייער נידס, און יעצט זענען זיי זשאסט העפפי מיטן אייפאן, דער אייפאון שטעלט נאך אהער אלעס וואס די בלעקבערי האט געהאט צו אפפערן און נאך מיט א שמוץ אריבער, קיינער פון זיי גייט נישט קומענדיגע וואך אוועקווארפן דעם אייפאון, צאהלן נאך עטליכע הונדערט דאללער פארן בלעקבערי 10.
ווידעראום די אנדערע - קלענערע חלק - קונים וואס זענען בלעקבערי פענס, איז אדער האבן זיי שוין איינגעפלאגט זייער סוויטש ערגעץ אנדערש און אויס פען פאר בלעקבערי, און אויב נישט זיצן זיי נאך יעצט מיטן בלעקבערי און ניצן נישט עפפל, אלזא לסיכום זעה איך נישט ווי עפפל גייט שאדן האבן שטארק פון דעם נייעם בלעקבערי, און אפי' יא אוודאי נישט און די קומענדיגע צוויי וואכן, (איך זאג נישט אז עס גייט נישט פאלן, אבער אויב יא נישט צוליב די בלעקבערי), כנלענ"ד נכון.