טשיקאווע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

טשיקאווע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

נאכנישט דא אזא אשכול?

דאס אליינס איז א טשיקאַווע נייעס!

נו חברה צו דער ארבעט! זעהט אז ס'זאל פון וואס צו שמייכלען. און גלויבט מיר, ס'דא אסאך...

נאר איין שטרענגע תקנה וויל איך איינפירן: בלויז עכטע נייעס האבן דא דאס פלאץ!


כדי שלא להשאיר את הנייר חלק...
מ'קען זיך אונטערהאלטן מיט קרעמער'ן viewtopic.php?p=385984#p385984
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

פארשריבן, קרעמער האט גענומען א געהעריגע נייעס און באשריבן טשיקאוו. איז דאס דיין ציל?
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

ניין. דער אשכול איז געווידמעט בלויז פאר אזעלכע נייעס, וואס זיי זעלבסט זענען טשיקאווע.
איך האב בלויז פארנאטירט דעם קרעמער שלא להשאיר הנייר חלק...
(דאס מיינט אויף אידיש: אז איך עפן אן אשכול, זאל כאטש זיין עפעס א גוטס דערין, והבן).
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

ווי אזוי צו מאכן געלט, the American way!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

אדער זאל איך שרייבן "the Liberal way?"
זייט איר אליין מחליט.


איר וועט ע"פ דרך הטבע נישט מאכן קיין $152 מיליאן אויף אייער דזשאב, אפגעזעהן פון ווי שווער איר ארבעט. די ריכטיגע געלטער מאכט מען מער נישט, אין די היינטיגע אמעריקע, דורך ארבעטן שווער, בויען א ביזנעס און רייכטום פאר אייך און אייערע ארבעטער און זייערע פאמיליעס, נאר דורך בא'גנב'ען די וואס האבן געבויעט א ביזנעס.

במה דברים אמורים?

אט לייענט:
איינער האט פארדינט $152 מיליאן נאכ'ן אנקלאגן א ציגארעטן פירמע פאר'ן הארגענען זיין מאמע. וואס האבן זיי געטוהן? זיי האבן אויסגעטיילט ציגארעטלעך סעמפעלס ווען זיין מאמע איז געווען א קינד פון 9 יאר. אזוי ארום, האט דער זון געטענה'ט, האבן זיי צוגענומען פון איר דעם זכות בחירה. זי האט פשוט קיין ברירה נישט געהאט און געמוזט רייכערן ביז ...זי האט אפגעשטארבן. נעבעך.


http://www.boston.com/news/local/breaking_news/2010/12/tobacco_company.html?p1=News_links

The son of a Roxbury (Massachusetts) woman who died from lung cancer said today he wished his mother was still alive — and not the reason Lorillard Inc. has been ordered to pay her $152 million in compensatory and punitive damages for starting her lifelong addiction to smoking when she was a child.

"This is a bittersweet moment,'' William Evans said today at Suffolk Superior Court in downtown Boston after a jury awarded his mother's estate $81 million in punitive damages. The same jury on Tuesday awarded $50 million in compensatory damages to the estate and $21 million to William Evans.

"If I had my choice I'd rather have my mom here,'' Evans said today. "I'd rather be able to go back in time and not have Lorillard give her free cigarettes when she was 9 years old and get her addicted to cigarettes and ultimately cause her death. That would be my wish.''

אין אסאך געגענטער האט מען געטיילט אמאל סעמפלס פון ציגערעטלעך, אבער דארט איז א שווארצע געגענט. נו, שוין. וואס פארשטייסטו נישט?!

און פארוואס האט זיך נישט געהאט קיין ברירה נאר געמוזט רייכערן ניופארטס ביז זי האבן באקומען יענע מעשה אין די לונגען?

"She made over 50 attempts to try to stop smoking and she was addicted. She had no free will.''


און ער האט נאך די חוצפה צו זאגן אז "ווען איך האב ווען די ברירה וואלט איך ענדערש געוואלט האבן מיין מאמע" ווי איידער די פעטע מעלאנס!
גיי דערצייל דיין באבע! ווייל דיין מאמע וועט דיר אויך נישט גלייבן!

מיר איז נאר שווער איין קלייניגקייט: וואס איז מיט די הונדערטער טויזענטער מענטשן וואס געוויינען זיך אפ יערליך פון רייכערן? זיי האבן יא געהאט א בחירה?
אה, ווייל זיי האט קיינער נישט געגעבן קיין ציגארעטל אומזיסט אין די יונגע יארן. נעה...

--

און פאר אייך אלע מיינע ליבע ברודער, זאגט אייך אפ פון אייער זכות בחירה! אפשר וועט איר (אדער אייערע קינדער לכה"פ) קענען באקומען עפעס וואס איר האט נישט פארדינט א דאנק געלט-גייציגע אדוואקאטן און דזשורי'ס אין די קראנקע סיסטעם פון ליבעראל-אמעריקע וואס האט זיך אנגעקלעפט פון די קאמוניסטישע "שיכטן קריג" אנווייזונג וואס לויטעט Eat the Rich! עס אויף די רייכע! אראפ מיט די קעפ פון די קאפיטאליסטישע שוויינען וואס ווילן נישט טיילן זייער רייכטום מיט די ארימע שיכטן, זיי ווילן נישט גייען אין שפאן מיט דעם מארקסיסטישן פרעזידענט'ס פלאן פון Redistribution of Wealth! נידער מיט די רייכע!

..ביז עס וועלן מער קיין רייכע נישט זיין, און דאן וועלן אלע זיין ארים! א הערליכע מארקסיסטישע טרוים!
א חוץ פון די פאליטישע קלאס פארשטייט זיך. זיי, די פאליטביורא, די קרובים אל הקרעמלין, זיי וועלן קיינמאל נישט הונגערן. זיי וועלן נאר צוקוקן מיט א שמייכל ווי די נארישע ארימעלייט, די שאף וואס לאזן זיך פירן פונעם בלינדן ציג, לאזן זיך אזוי לייכט שערן די וואל און שינדן די הויט!

אחרי הדברים האלה, קלער איך אז די אויבנדערמאנטע שורות זענען אריינגעפאלן בטעות אין דעם אשכול. ס'איז שוין גארנישט קיין טשיקאווע נייעס. ס'איז ליידער ווייטאגליך ביז גאר. (אויך דערפאר ווייל נישט איך בין דער פארדינער פון די $152,000,000.00 ...)
אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטיש »

המממ... איז די מעשה עכט?? עס סאונד נישט עכט
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

פאקטיש האט געשריבן:המממ... איז די מעשה עכט?? עס סאונד נישט עכט


קליק די לינק.
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

געלעגער
שר האלפיים

הודעות: 2010

כאב מורא ער וועט מוזן ווארטן אפאר טאג ביז די נעקסטע תגובה...

איי וועסטו פרעגן ווי קומט דאס אריין אין טשיקאווע נייעס???
וועל איך דיר ענטפערן אז דאס איז טאקע טשיקאווע נייעס, אז מען באריכט דאס אין טשיקאווע נייעס...
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

די מערסטע מענטשן האבן געשטימט אין אן אנקעטע, אז די ווארט "וואַטעווער" (אין קרעטשמע לענגוויטש: וועא"מ) מאכט זיי ס'מערסטע נערוועז.

אנדערע ווערטער נאך דעם זענען: "סאו וואַט", און "לייק".
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פארשריבן האט געשריבן:די מערסטע מענטשן האבן געשטימט אין אן אנקעטע, אז די ווארט "וואַטעווער" (אין קרעטשמע לענגוויטש: וועא"מ) מאכט זיי ס'מערסטע נערוועז.

אנדערע ווערטער נאך דעם זענען: "סאו וואַט", און "לייק".

די ווארט 'לייק' איז טאקע געפערליך, איך שפאציר אסאך אין די גוי'אישע געגנט, און מערסטנסטייל פון די איבערגעהערטע שמועסן פון זייטיגע פארבייגייער איז "הי וואז לייק.. ענד איי וואז לייק.."
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

יואלי ווייס איז אויך א שטארקע חסיד פון די ווארט "לייק"
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

קרעמער האט געשריבן:
פארשריבן האט געשריבן:די מערסטע מענטשן האבן געשטימט אין אן אנקעטע, אז די ווארט "וואַטעווער" (אין קרעטשמע לענגוויטש: וועא"מ) מאכט זיי ס'מערסטע נערוועז.

אנדערע ווערטער נאך דעם זענען: "סאו וואַט", און "לייק".

די ווארט 'לייק' איז טאקע געפערליך, איך שפאציר אסאך אין די גוי'אישע געגנט, און מערסטנסטייל פון די איבערגעהערטע שמועסן פון זייטיגע פארבייגייער איז "הי וואז לייק.. ענד איי וואז לייק.."

;l;p- לייק!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

וואטעווער, איי לייק דעט סאבדזשעקט.
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

געלעגער האט געשריבן:יואלי ווייס איז אויך א שטארקע חסיד פון די ווארט "לייק"


געלעגער, איך בין א חסיד פון 'טענקס'.
'לייק' איז א צווייטנס געדאנק.
__________________________________
This signature was intentionally left blank
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

אזוי ווי איך בין שוין צום צווייטן מאל דורכגעפאלן מיטן נאכברענגען דיעות און פסקים פונעם ציוניסטישן רב הרשע, און אצינד האבן מיר שוין עטליכע שארף אראפגעריסן דערפאר. דעריבער וועל איך אלס "תשובת המשקל" נאכברענגן דעם פאלגענדען טשיקאווע נייעס.
און כאטש עס איז אלטע נייעס, און ס'איז אצינד בכלל נישט די צייט דערפאר, זענען מיר דאך אבער טיילמאל למעלה מן הזמן... און באמת איז פאר ליצונתא ד... אייביג דא צייט.

וועלט מלחמה צווישן ענגלאנד און אמעריקע איבער תימנער מגילות

צעמישעניש ביי מדינת ישראל מיליטער זעלנער איבער שבת זכור


ירושלים – א וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן צווישן ענגלאנד און אמעריקע, נאכדעם וואס פארגאנגענעם מוצאי שבת איז אומגעראכטן ארויפגעשווימען צום אויבערפלאך דאס גרויסע חשיבות פון מגילות וואס ווערן געשריבן דורך תימנער פרויען.
אזוי וואלט מען געזאגט אז עס איז א שיינע פורים-דרשה, אבער נישט ווען עס איז ארויסגעקומען מפורש יוצא פון דעם גייסטישן מנהיג פון די ספרדישע ש"ס פארטיי אין מדינת ישרא, הרב עובדיה יוסף, וועלכער האט אין די לעצטע יארן זיך איינגעשאפן א זעלטענע רעפוטאציע מיט זיין ליבשאפט צו פליטי תימן – אנטשולדיגט (טעות הבחור הזעצער), פליטת פה.
איצט איינמאל האט די שערורי' נישט אויפגעפלאקערט ביים ארטאדאקסישן אידענטום, נאר דוקא ביי די רעפארמער קרייז, וועלכע זענען ארויס פון די כלים און זיך גענומען לויבן הרב יוסף ביז'ן הימל אריין, פאר זיין פסק הלכה אז פרויען מעגן פארליינען די מגילה פאר מענער אין שוהל.
"אויב איז דא א דערפל וואו ס'איז נישט דא קיין געהעריגער בעל קורא, און ס'איז דא א בית יעקב תלמידה וואס קען ליינען חומש מיט טראפן, קען זי פארליינען די מגילה אין שוהל", איז געווען דער אומצווייפלדיגער פסק פון הרב יוסף ביי זיין וועכנטליכן שיעור פארגאנגענעם מוצאי שב"ק – א פסק וואס איז קעגן רוב דעות הפוסקים (ווייל אפילו מען איז מתיר פאר א פרוי צו פארליינען די מגילה פאר אנדערע פרויען, איז מען אבער נישט מתיר פאר מענער).
הרב יוסף האט ארויסגעגעבן דעם פסק טראצדעם וואס דער מחבר שרייבט יש אומרים אז נשים קענען נישט מוציא זיין מענער מיט קריאת המגילה (אפילו ביחיד, און זיכער נישט ברבים), און טראץ וואס דער ש"ס מנהיג האט שוין איינמאל ארויסגערופן קאנטראווערסיע מיטן אוועקמאכן די פסקי הרמ"א ז"ל, ווייל לדעתו דארף מען אין ארץ ישראל זיך פירן נאר לויט די פסקי המחבר, דער בית יוסף ז"ל.
איי וואס טוט זיך מיט "קול באשה ערוה"? זאגט הרב יוסף, קול באשה ערוה איז נאר ווען פרויען זינגען. און טראץ וואס דער מחבר פסק'עט אז מען דארף ליינען די מגילה מיט די טראפן, זאגט איצט הרב יוסף אז ליינען מיט טראפן הייסט נישט געזינגען, עס הייסט גערעדט, און עס איז נישט קול באשה.
האט הרב יוסף אויפגעטוהן א געוואלדיגן חידוש אין "קול באשה", און ביים ארטאדאקסישן אידענטום האט דאס ארויסגערופן א חרפה "ובושה". אבער ביי די רעפארמער און "פרויען רעכט" ארגאניזאציעס איז ששון ושמחה ליהודים ולהיודענעס.
בלויז איין שאלה איז נאכנישט פארענטפערט, וויאזוי די פרויען בעלי קורא'ס וועלן אויסזינגען (אנטשולדיגט: נישט זינגען, נאר רעדן) אין ביהמ"ד דעם "להיות כל איש שורר בביתו".
אויך האט דער מאדנער פסק צוריקגעקלאפט אין פנים אריין, ווייל איצט ווילן די פרויען-רעכט ארגאניזאציעס גיין א שטאפל ווייטער, און פארלאנגען אז קומענדיגן מוצאי שבת זאל ציפי ליבני פארלערנען דעם מוצאי שבת שיעור.
א ווארטזאגער פון הרב יוסף האט געאנטווארט אויף דעם פארלאנג מיט כעס: אזוי זענען זיי, מען גיבט זיי א פינגער און זיי פארלאנגען א האנט.
אבער די קאנטראווערסיע איז נישט געבליבן שטיין ביי דעם. אינעם שיעור האט הרב יוסף אויך ערווענט אז פרויען זענען כשר צו שרייבן א מגילת אסתר (אויך א זאך וואס איז אסור לויט רוב פוסקים), און געברענגט א ראי' אז מען האט געטראפן אין תימן אנטיק-מגילות געשריבן דורך נשים. הרב יוסף האט דערביי אויך צוגעגעבן אביסל עקאנאמישע-ראט. אז פרויען וואס זענען געענגט אין פרנסה, קענען ציען חיונה פון ווערן מגילה סופרים.
הדבר יצא מפי המלך, האט זיך אנגעהויבן א וועלט-מלחמה צווישן די אמעריקאנער און ענגלישע אויסערן מיניסטעריומס, וועלכע האבן ביז איצט געצעגערט ביים ארויסגעבן וויזעס פאר די פארבליבענע אידן אין תימן, אבער גלייך נאך הרב יוסף'ס עקאנאמישע ראט האבן ביידע לענדער געעפנט ברייט די גרעניצן און מען רייסט זיך ארום נאך די תימנער פאמיליעס, ווייל אין ביידע לענדער הערשט א רעסעסיע און אצינד וויל יעדער אריינכאפן צו זיך אין לאנד די תימנער פרויען סופרים, וואס וועט לויט הרב יוסף, זיכער געבן א געוואלדיגע אויפוואכונג פאר די עקאנאמיע.
אין אומפארבינדענע נייעס, האט הרב עובדי' יוסף געקוואלן נחת די וואך ווען מען האט געזעהן אז זיין זון, הרב יעקב יוסף, גייט אין טאטנ'ס דרכים, און אויך אויפגעשאקלט מדינת ישראל מיט אן אייגענעם פסק, אז די רעליגיעזע מדינת ישראל מיליטער זעלנער זענען מחוייב צו נעמען אורלויב אויף שבת זכור, ווייל אלע ספרי תורה אין די מדינת ישראל מיליטער אנשטאלטן זענען פסול און מען קען נישט יוצא זיין דערין מצות קריאת זכור.
אויב איז דער פאטער פארנומען בלויז מיט די "טראפן", רעדט דער זון פון ריין וואסער. דער פראבלעם מיט די ספרי תורות אין די מדינת ישראל מיליטער אנשטאלטן איז –זאגט הרב יוסף- אז אויף יעדע ס"ת ווערט ארויפגעזיגלט מיט א "וואסער זיגל" די ווערטער "רכוש מדינת ישראל מיליטער", כדי צו פארמיידן גניבות. די וואסער זיגל פסל'ט די ס"ת און מען טאר דערויף נישט מאכן קיין ברכה. איז מילא א גאנץ יאר, אבער שבת זכור וואס דאס ליינען פרשת זכור איז דאך מדאורייתא, קען מען נישט יוצא זיין אין אזא ס"ת און דעריבער ליגט א פליכט אויף די זעלנער צו בעטן אורלויב, צו קענען גיין הערן ליינען אין א כשר'ע ס"ת.
דער פסק דין האט איבערגעלאזט מער קשיות ווי תירוצים:
א) אויב די מדינת ישראל מיליטער אנשטאלטן אליין זענען נישט פארזיכערט פון גניבות, וויאזוי קען מען זיך פארלאזן אויף מדינת ישראל מיליטער זיכערהייט אין אנדערע ערטער פון לאנד?
ב) אויב די ווערטער "רכוש מדינת ישראל מיליטער" זענען געשריבן געווארן דורך א תימנער סופר'טע, איז די ס"ת יא כשר?
ג) און וואס טוט זיך אויב א מדינת ישראל מיליטער זעלנער טראגט מיט זיך א ס"ת אין עזה, און טרעפט דארט אן רחל אמנו, מעג ער זי יא מכבד זיין צו ליינען זכור? אמער, זי איז דאך א פרוי און כשר צו קריאת המגילה.
ד) די ליטווישע זענען דאך מקפיד צוליינען דעם פסוק "תמחה את זכר עמלק" צוויי מאל, איינמאל "זייכער" און די צווייטע מאל "זעיכער". וואס טוט זיך אויב א פרוי איז די בעל קורא, מעג זי איבערליינען א דריטן מאל, דאס מאל "זוכאָר"?
ה) ווען א בעל קורא באגעגענט זיך מיט די ווערטער "רכוש מדינת ישראל מיליטער" אינמיטן ליינען, וויאזוי דארף ער ליינען צהַ"ל" אדער צהָ"ל"?
די פילע פראגעס האבן איבערגעלאזט גרויס צעמישעניש צווישן די מדינת ישראל מיליטער זעלנער, און לויט קוועלער, וועלן 99.99 פראצענט מדינת ישראל מיליטער זעלנער איגנארירן דעם פסק פון הרב יוסף, יא בלייבן אין מדינת ישראל מיליטער און ענדערש נישט הערן קריאת זכור, ווי איידער זיך אריינצולאזן אין ספיקות.


קלאגע אין בג"ץ קעגן קופת העיר


בני ברק – געניטע אַדוואָקאַטן זענען אויפגענומען געווארן דורך "קופת העיר", צו פארטיידיגן א קלאגע אינעם ציוניסטישן בג"ץ, וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך א געוועזענער קופת-העיר-שטיצער, וועלכער האט אנגעקלאגט די קופה אין שווינדלערייען.
די קלאגע איז אריינגעגעבן געווארן נאך די ענדע פון די פארלאפענע מדינת ישראל-כאמאס קריג, דורך דעם דערמאנטן שטיצער וועלכער טענה'ט אז די אנאנסן פון קופת העיר זענען פארפירעריש.
דער שטיצער טענה'ט, אז ער האט מנדב געווען א גרויסע סומע פאר די קופה, נאכדעם וואס ער האט געליינט זייער'ס א רעקלאמע אז אויב מען איז מנדב אזא סומע, וועלן שלוחים פון קופת העיר מתפלל זיין פערציג טעג פארן נדבן ביים קבר פון רחל אמנו.
אין די געריכטליכע פאפירן שרייבט דער אנקלעגער: "איך האב געגעבן א גרויסע סומע פאר קופת העיר, און זיי האבן מיר פארשפראכן און אפילו געוויזן בילדער ווי מען איז מתפלל פאר מיינעט וועגן ביי קבר רחל. דערווייל שטעלט זיך ארויס אז אינעם זיבן און דרייסיגסטן טאג איז רחל אפי' נישט דארט געווען – קראנטע עדות האבן געזאגט פאר איינעם פון די ספרדישע חכמים אז זיי האבן געזעהן רחל אין עזה פאס, וואו זי האט געגעבן עצות פאר די מדינת ישראל זעלנער ווי אזוי צו קעמפן קעגן די כאמאסניקעס".
קופת העיר האט שוין צוריקגעגעבן זייערע לעגאלע פאפירן, וואו זיי טענה'ן צווישן אנדערן: "אמת אז ביינאכט האט זיך פאר די עדות געדאכט אז זיי האבן געזעהן אין עזה רחל, אבער צופרי האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז גאר געווען לאה, און די פערציג טעג ביי קבר רחל זענען דורך בשלום".
אויך האבן די אדוואקאטן פון קופת העיר צוגעגעבן אין די פאפירן אז דער ספרדישער חכם וואס האט גובה עדות געווען, איז א משפחה מיט לבן הארמי, און דערפאר נישט באגלייבט מיט זיין גביית עדות.
אלע תןמכים פון קופת העיר ערווארטן יעצט דעם אויסגאנג פונעם ציוניסטישן בג"ץ.
over night kugel
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך over night kugel »

;l;p-
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

התשובה נתקבלה על נכון...

פיין געזאגט.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

באקומען אין אי-מעיל
אטעטשמענטס
protast.jpg
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פארשריבן האט געשריבן:באקומען אין אי-מעיל

פאלש!

נישט רוים, נאר רומעניע (די קליינע רוים)
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ועמך כולם צדיקים
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

דער קרעמער איז ווי אלעמאל גערעכט...

דאס איז די נייעס אין קורצן.
א טעלעוויזיע ארבעטער איז געווען אנוועזנד ביי א אפשטימונג אינעם פארלאמענט אין בוקארעסט, רומעניע. ווען דער פארלאמענט האט באשטעטיגט מאסיווע בודזשעט שניטן, און ווי אויך שניטן און רעגירונגס בענעפיטן און פראגראמען.
דער מענטש האט א קינד וועלכער ליידט פון אוטיזם, דעריבער האט ער זיך גענומען אזוי צום הארצן אז ער וועט שוין נישט באקומען אזויפיל הילף פון די רעגירונג פאר זיינע געברויכן.
דערפאר האט ער זיך אויפגעשטעלט אויפן צוים פון די גאלעריע אינעם פארלאמענט זאל, און אראפגעטאנצן פארנט פון אלע פארלאמענט מיגלידער וועלכע האבן דאס צוגעקוקט מיט אנגסט, און אים נישט געקענט אפשטעלן.
ער איז אפגעפירט געוארן אין שפיטאל מיט היפשע וואונדן, פאלנדיג פון דריי און צוואנציג פוס הויעך.

-----------

ביקסאד האקט...
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

פרענטש פריי'ס געפעכט (און פעילין) פאראורזאכט שיסעריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

נאכדעם וואס א קריגעריי איבער פרענטש פריי'ס אין די שווארצע געגענט פון פילאדעלפיע האט זיך אנגעווארעמט, האט איינער ארויסגענומען זיין ביקס און דערשאסן זיין בר פלוגתא. דער שיסער האט איבערגעלאזט זיין קרבן אין א קריטישע צושטאנד און דאן אפגעפארן אין זיין זילבערנע-פארב מערצעדעס.

PHILADELPHIA (CBS) - A man was shot after an apparent argument over fast food in the city’s Northern Liberties section early Monday morning.

The two men were in a parked car near the intersection of 2nd and Callowhill Streets, eating fast food when an argument broke out over french fries, according to police.

The two men got out of the car, started fighting, and investigators say that’s when one of them pulled a gun and shot the other.

The victim was taken to Hahnemann University Hospital in critical condition.

Witnesses tell police the shooter drove off in a silver Mercedes. The hunt continues for that car.

No word on what started the argument over the fries.

זעהט דא

עס ווערט ערווארטעט שארפע קריטיק אין די אלגעמיינע פרעסע קעגן די היציגע רעטאריק פון די טי-פארטי, קאנסערוואטיווע ראדיא טאלק-שאו האוסטס, פעילין, בוש, און די איבריגע יוזשעל סאספעקטס וועלכע זענען שולדיג אין די שיסעריי.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

יודל מענדלזאהן האט געשריבן: עס ווערט ערווארטעט שארפע קריטיק אין די אלגעמיינע פרעסע קעגן די היציגע רעטאריק פון די טי-פארטי, קאנסערוואטיווע ראדיא טאלק-שאו האוסטס, פעילין, בוש, און די איבריגע יוזשעל סאספעקטס וועלכע זענען שולדיג אין די שיסעריי.

;l;p-
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

אין "דער בליץ" איז באריכטעט אז אין רוסלאנד האט א פרוי געבוירן "עשרה בכרס אחד".
אבער בייגעלייגט דארט, איז בלויז א בילד פון זיבן.

און נאכן צולייגן דעם פאקט אז ס'איז ווארשיינליך קעגן די טבע אז אלע זאלן עס איבערלעבן, מוז מען צוקומען אז עס באלאנגט ליבערשט אינעם "פאלשע נייעס" אשכול. (נאכנישט דא אזוינס?)
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

דאכט זיך אין אבן עזרא (פרשת שמות) איז מבואר אז ס'איז קיין מציאות צו האבן מער פון זיבן.

דריי זכרים און דריי נקיבות, און דער זיבעטער א טומטום אדער אנדרוגינוס עיי"ש.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”