אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

סטיטשינער האט געשריבן:ווער דארף די פאוסט ווען אונז האבן סטאוו?

סטאוו האט עס בשעתו אויך גענומען פון די צייטונגען.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

וויל איך נישט אריין גיין אין קיין דעבאטעס דא, אבער בשעתו איז די איינציגסטע טענה אים אפצופרעגן געווען אז דו זעסט דאך אז קיין איין צייטונג טוט עס נישט באריכטען.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

די טאליבאן האט צעבראכן די דענקמאל העכער די באגרעבענישט ארט פון אכמאד שאה מאססוד.
בילדער צייגן ווי זיי פארריכטן עס.
די מאססוד פאמיליע זאגט אז פאררעכטן העלפט שוין נישט, זיי האבן שוין געצייגט זייער אמת'ע פנים
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:
אויך איז געווען אין די באזע א קליינע געהיימע עירפארט ווי מהאט געקענט ארויס אין אריינברענגען פערסענעל אדער טעראריסטען צי אנדערע אראבישע לענדער לעת הצורך,
און דעס האט מען יעצט גענוצט ארויסציטראגען די אויבענדערמאנטע פערסענעל,


הערליך! נאר א קליינע הערה, מען האט זיי נישט ארויסגעפירט פון דארט ארויס פון לאנד, נאר מען האט זיי געפירט צום קאבול לופטפעלד און אזוי האבן זיי אויסגעמיטן די טאליבאנע טשעק-פוינטס. דאטא פון די ניו יארק טיימס צייגט אז עס זענען אויסגעפירט געווארן 35 העליקאפטער רייזעס פונעם באזע צום לופטפעלד.

שכח פאר דיין הערה,
איך האב פארשטאנען אז זיי האבען יא געהאט ארויס פון לאנד,
אבער דעס וואס די זאגסט מאכט טאקע סך מער סענס (חוץ דעם וואס די האסט דאך א סאורס)
כוועל עס נאכטשעקען,

דער אמת איז אז קאבול עירפארט האט אויך געהאט מער ווי איין אפטיילונג קען זיין ווען איך האב געליינט אז זיי האבען פון דארט טראנספארטירט במשך די יארען אין געהיים, איז עס געווען דורך די עירפארט
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:די טאליבאן האט צעבראכן די דענקמאל העכער די באגרעבענישט ארט פון אכמאד שאה מאססוד.
בילדער צייגן ווי זיי פארריכטן עס.
די מאססוד פאמיליע זאגט אז פאררעכטן העלפט שוין נישט, זיי האבן שוין געצייגט זייער אמת'ע פנים

ווער איז דאס אכמאד שאה מאססוד?
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

Rak Tov האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:די טאליבאן האט צעבראכן די דענקמאל העכער די באגרעבענישט ארט פון אכמאד שאה מאססוד.
בילדער צייגן ווי זיי פארריכטן עס.
די מאססוד פאמיליע זאגט אז פאררעכטן העלפט שוין נישט, זיי האבן שוין געצייגט זייער אמת'ע פנים

ווער איז דאס אכמאד שאה מאססוד?

דער טאטע פוןאכמאד מאססוד, א אייפערדיגער קעמפפער קעגן די טאליבאן וועלכע איז אומגעברענגט געווארן דורך על קאידא אפאר טאג פאר די 9/11 אטאקעס
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

State Secretary of the Security Council of Belarus: military from the CSTO countries can be deployed in Tajikistan in case of aggravation of the situation around Afghanistan -


דא שטייט אז די רוסישע כמו-נאטא פאראיין (אין וועלכע טאדשיקסטאן איז א מיטגליד) וועט מעגליך שיקן טרופן צו באוואכן טאדשיקסטאנ'ס גרעניץ מיט אפגאניסטאן
למדן ת''ח
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 01, 2020 9:06 pm

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן ת''ח »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:שטעלט זיך ארויס אז די 'סוקסעספולע' דראון אטאקע וועלכע האט עלימינירט א שרעקעדיגע סכנה האט עלימינירט 10 אומשולדיגע מענטשן...


אן עקסטערע אויספארשונג פון די וואשינגטאן פאוסט זאגט אז עס זענען נישט געווען קיין 'סעקאנדערי אויפרייסן'...

IMG_20210912_111804_711.jpg

איך פארשטיי נישט פינקטלך אויב דאס איז א ווכיח אבער די NY times באריכט עס אויך, און גאר די מקור

https://www.nytimes.com/2021/09/10/worl ... -isis.html
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

פאלעסיידס האט געשריבן:
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:
אויך איז געווען אין די באזע א קליינע געהיימע עירפארט ווי מהאט געקענט ארויס אין אריינברענגען פערסענעל אדער טעראריסטען צי אנדערע אראבישע לענדער לעת הצורך,
און דעס האט מען יעצט גענוצט ארויסציטראגען די אויבענדערמאנטע פערסענעל,


הערליך! נאר א קליינע הערה, מען האט זיי נישט ארויסגעפירט פון דארט ארויס פון לאנד, נאר מען האט זיי געפירט צום קאבול לופטפעלד און אזוי האבן זיי אויסגעמיטן די טאליבאנע טשעק-פוינטס. דאטא פון די ניו יארק טיימס צייגט אז עס זענען אויסגעפירט געווארן 35 העליקאפטער רייזעס פונעם באזע צום לופטפעלד.

שכח פאר דיין הערה,
איך האב פארשטאנען אז זיי האבען יא געהאט ארויס פון לאנד,
אבער דעס וואס די זאגסט מאכט טאקע סך מער סענס (חוץ דעם וואס די האסט דאך א סאורס)
כוועל עס נאכטשעקען,

דער אמת איז אז קאבול עירפארט האט אויך געהאט מער ווי איין אפטיילונג קען זיין ווען איך האב געליינט אז זיי האבען פון דארט טראנספארטירט במשך די יארען אין געהיים, איז עס געווען דורך די עירפארט

איך האב נישט גערעדט במשך די יארן, איך רעד וויאזוי זיי האבן יעצט אויסגעפירט זייערע עוואקואציעס, מעגליך טאקע אז זיי האבן געווענליך יא ארויסגעפירט פון דארט צו אנדערע לענדער, נאר יעצט בשעת די עוואקואציע זאגט די ניו יארק טיימס און אזוי אויך די היל אז זיי האבן געפירט פון זייער לופטפעלד מיט העליקאפטערס צום קאבול לופטפעלד און פון דארט ארויס פון לאנד מיט די אנדערע מענטשן.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

קוועלער אינערהאלב די ען אר עף זאגן אז מולא באראדאר איז אומגעומען אין א מאכט געראנגל צווין די טאליבאן, קיינער האט דאס נאכנישט באשטעטיגט, אבער זיי צייגן ווידיא פון א זיצונג מיט הויכראנגיגע מיניסטארן און ער איז נישט דארט.

די באריכטן זענען שוין אריבער א וואך אלט, מיט זערא באגלייבטקייט, אבער כ'האב יעצט נאכאמאל געזען ווי זיי רעדן דערוועגן האב איך באשלאסן עס צו ברענגען
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

באראדאר איז טראמפס א מענטש אינדערהאלב די טאליבאן...
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

דרך אגב זענען די יעצטיגע פירערשאפט פון די טאליבאן, די א. ג. פינעף גרויסע, געזיצען אין גווטאנאמא בעי אין אבאמא האט זיי ארויסגעלאזט קיין קאטאר מיטען ציל לכאורה זיי צירוק אריינציברענגען אין די שפיל,
על כל פנים מהאט זיי ארויסגעלאזט דעמאלטס מיט א באבע תירוץ וועגען א באו בערגדאל וועלכע האט געוואלט דעזערטירען צי די טאליבאן,
למעשה האט מען ארעסטירט דעם בערגדאל ווען ער איז צירוק געקומען אין פארט לעווענפארט אריין,

שפעטער האט אים אבאמא געוואלט פארדענען (סטייטש ער איז דאך סך הכל א טאליבאנע) אבער ער האט געדארפט א תירוץ, איז געגאנגען בערגדאל אין זיך אויפגעפירט זייער לינק צי בארואיגען די דעת הקהל, אין מהאט אים טאקע באפרייט,

ווי איז ער היינט?

באריכטען זאגען אז ער איז אנטלאפען פון אמעריקע אין זיך באזעצט אין פינסבערי פארק אין בריטען, צווישען אראבישע עקסטרעמיסטען ווי ער שעלט אמעריקע , נו שוין
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

סטיטשינער האט געשריבן:וויל איך נישט אריין גיין אין קיין דעבאטעס דא, אבער בשעתו איז די איינציגסטע טענה אים אפצופרעגן געווען אז דו זעסט דאך אז קיין איין צייטונג טוט עס נישט באריכטען.

לינק ביטע.

דו קענסט נישט נישט אריינגיין אין דעבאטעס, מיטן דעבאטירן עפעס, ביי די וועי.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

געשיקט אין אישי כדאי נישט ממשיך צו זיין דא.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פאלעסיידס האט געשריבן:

ווען די טאליבאן איז יעצט אריינגעקומען דארט האבען זיי געטראפען אויפגעריסען אלעס אלעס אויף א מסודרדיגע וועג, וואס אויב סאיז אמת איז דעס די איינציגסטע פלאץ ווי מהאט גארנישט איבערגעלאזט פאר זיי ביי די באקאנטע ביידען ארויסטריט פון אפגאניסטאן,

זיי האבען נישט געקענט באהאלטען די אנטוישונג אז מהאט זיי גארנישט איבערגעלאזט, נאכדעם וואס זיי האבען זיך שוין ציגעוואוינט צי די פאקט אז זיי באקומען סאפיטעקירטע געווער אין אינפארמאציע סערווירט אויף א גאלדענע טאץ,

זיי האבען נישט געקענט באהאלטען זייער אויפברויז אויף די גרויסע בעל תשחית אין חורבן וואס זיי האבען געזען דארטען,

אמעריקע האט איבערגעלאזט דארט באמבעדירט צענדליגע טייערע האמוויס טייערע קארס אין אנדערע גראונד מיטלען,
אין אויך פליגער -קליינע אין גרעסערע- און טייערע העליקאפטער, אין די ראדאר אין קומיניקאציע סיסטעם איז געווען גענצליך אוועק גענומען מיט די לעצטע פליגער,

דאס איז אויך פארגעקומען ביים קאבול לופטפעלד, די סאמע איינציגסטע פלאץ וואס אמעריקע האט איבערגעגעבן דירעקט פאר די טאליבאנער.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

צל עובר האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:

ווען די טאליבאן איז יעצט אריינגעקומען דארט האבען זיי געטראפען אויפגעריסען אלעס אלעס אויף א מסודרדיגע וועג, וואס אויב סאיז אמת איז דעס די איינציגסטע פלאץ ווי מהאט גארנישט איבערגעלאזט פאר זיי ביי די באקאנטע ביידען ארויסטריט פון אפגאניסטאן,

זיי האבען נישט געקענט באהאלטען די אנטוישונג אז מהאט זיי גארנישט איבערגעלאזט, נאכדעם וואס זיי האבען זיך שוין ציגעוואוינט צי די פאקט אז זיי באקומען סאפיטעקירטע געווער אין אינפארמאציע סערווירט אויף א גאלדענע טאץ,

זיי האבען נישט געקענט באהאלטען זייער אויפברויז אויף די גרויסע בעל תשחית אין חורבן וואס זיי האבען געזען דארטען,

אמעריקע האט איבערגעלאזט דארט באמבעדירט צענדליגע טייערע האמוויס טייערע קארס אין אנדערע גראונד מיטלען,
אין אויך פליגער -קליינע אין גרעסערע- און טייערע העליקאפטער, אין די ראדאר אין קומיניקאציע סיסטעם איז געווען גענצליך אוועק גענומען מיט די לעצטע פליגער,

דאס איז אויך פארגעקומען ביים קאבול לופטפעלד, די סאמע איינציגסטע פלאץ וואס אמעריקע האט איבערגעגעבן דירעקט פאר די טאליבאנער.

יאפ, שוין פריער געוואלט מגיב זיין, אבער געווען צו איבערגענומען פון די מעכטיג דשאב וואס ער האט אראפגעלייגט
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

סטיטשינער האט געשריבן:געשיקט אין אישי כדאי נישט ממשיך צו זיין דא.

אן אריינגיין אין דעבאטעס, שיקט ער מיר א לינק, וואס ווייזט בכלל נישט דא וואס ער זאגט.

נישט שיין צו פארקויפן שטותים אין פאבליק נישט וועלנדיג דעבאטירן, בעהט מען א לינק - זייענדיג מעורר אז שרייבן טענות היינו אריינגעגאנגען אין א דעבאטע - שרייבט מען אז מען האט עפעס געשיקט אין אישי.

דאס איז דער לינק פון אישי

viewtopic.php?p=3000695#p3000695
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:אפשר דארף מען ענק פשוט דערמאנען וויאזוי ס'זעהט אויס די סצענע נאך א באמבע וואס קען אומברענגען 200 נפשות רייסט אויף... איין זאך, ווייט נישט אזוי ווי די סצענע פונעם ראקעט אטאקע היינט.

אבער אז מ'ניצט די שכל איז מיין בייעסד..

די מיינונג פון צל און עקספערט.

א חידוש נפלא ווי אזוי די אמעריקאנע מיליטער אינאיינעם מיט אלע דשורנאליסטן איבער די וועלט מיט יארן ערפארונג אינעם נושא כאפן נישט אזא פשוט'ע זעלבסט פארשטענדליכע זאך אז דא איז במציאות נישט מעגליך אז ס'געווען א באמבע, כ'מיין, יעדער זעט דאך אז ס'נאר אביסל שטערקער ווי א כאמאס ראקעט, א גוטע נאכט, און האט ווייטער זיסע דמיונות, אבי דער ביידען האט קיין נקמה נישט געהאט

ווער זאגט זיי כאפן נישט?

זיי האבן נישט געשפארט קיין קריטיק איבער די נושאים, אלע גרויסע מידיע נעצן זאגן נאך די ניין ציווילע טויטע בשם סי ען ען, און פאר א מיסטעריעזישע סיבה האבן זיי דא באשלאסן צו מאכן א שווייג, אחד היה סטאוו וואס דעקט אויף זייער שמוציגע פרצוף
וואס עס איז גאנץ קלאר דארט אז מען באציט זיך בלויז צו דעם וואס סטאוו שרייבט אז ער זעהט עפעס קלאר לויט דעם אויפרייס.

מען רעדט דאך דארט א גאנצן צייט וואס די באריכטן אויף וואס סטאוו באציט זיך א גאנצן צייט זאגן יא אדער נישט.

ווילסט נישט אריינגיין אין דעבאטעס, יעמאלט דעבאטיר נישט.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

במחילת כבודך האב איך נישט פארשטאנען קיין איין ווארט פון דיינע פאליטישע טענות

(פערזענליכע טענות געהערן אין אישי, בפרט אזוי נאנט צו יום כיפור)

אבער איך גיי נישט נעמען די מיה עס צו פארשטיין, ווייל די מעקער גייט עס סייווי פארטיליגען. אז דו ווילסט קענען מיר ממשיך זיין אין דעבאטע אשכול.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אין צו דיר צל, שרייבן מגילות פיתום ורעמסס איז נישט איבערצייגענד בכלל, שלאג עס דיר ארויס פון קאפ, ברענגען אן איין איינציגע געקליבענע ציטאט פון בלעטער לאנגע טענה'רייען וואס זאגט גארנישט סתם צי פארדרייען מוחות איז קינדעריש, ס'וואלט געווען כדאי זאלסט עס אויפהערן צי טוהן. האמת ניתן ליראות דעמאלטס און יעצט. דעמאלטס האסטו מיר אינטערגעריסן ווייל איך גלייב נאר וואס מיין שכל פארשטייט, כ'בין געווען נאריש פארן אפלאכן פון די ברעטשעריי פון די מיליטערישע לוזערס וואס זענען אויסגעגאנגען פאר עפעס סוקסעס. טראץ וואס כ'האב געהאלטן אין איין איבער'חזר'ן אז "איך" קויף נישט זייער לאקשן ווייל "צי מיר" זעהט עס אויס ליגענט... (איך גיי מיר נישט מיהען צי אויפזוכן מפורשות סתם ווייל דו האסט באשלאסן אז דו גייסט דרייען מיט שקרים און איבערשרייבן היסטאריע, אין פאקט האט א געוויסע ניק [די קאץ ארויס פון זאק, אאל"ט] אפילו געפרעגט אויב דאס וואס איך טענה איז א טאלקינג פוינט פון די רעכטע טאלק שאוס אדער מידיע נעצן, אויף וואס איך האב גראב געענטפערט אז איך פאלאו נישט זייערע דמיונות, כ'שרייב אך ורק וואס מיין קאפ טיילט מיר איין .. אויב מעגליך קענסטו עס אהערברענגען אינאיינעם מיט פולע אנדערע ציטאטן וואס צייגן די זעלבע)

ויהי א חודש שפעטער און מער און מער חברה הייבן אן צי עפענען די אויגן (פארוואס זיי האבן זיך יעצט דערמאנט פרעג מיר נישט) און באגרייפן אז דער אויפגעבלאזענע דורכפאל פון א אטאקע איז בלויז געווען א רציחה'דיגע קינדער שפיל צי פארקויפן א געלונגענעם אויסזעה פאר די קעלבערלעך וואס גלייבן בלינדערהייט יעדע ווארט, א קאלטבלוטיגע מארד אויף 10 אומשילדיגע ציווילע בלויז צוליב די ברען פון נקמה... אנשטאט זאלסט זיין אויפריכטיג [וואס איז גענצליך נישט ערווארטעט פון דיר, כ'רעד סתם אין אילוסטראציע] און געבן קרעדיט פאר די וואס זענען נישט צי'חוש'ט צי גלייבן יעדע שקר צוליב בלינדע נגיעות און קענען קוקן און אפשאצן א סיטואציע מיט א רייפע בליק, טוסטו אומפארשעמטערהייט לייקענען די גאנצע עסק, א פרישע דריי, יעצט איז עס גאר קיין קינץ נישט געווען דעמאלטס ווייל יעדער האט אזוי געזאגט..

[אט דאס האט סטוטשי במחילת כבודך הרמה געמיינט אין קורצן אז ער וויל נישט דעבאטירן, ס'איז פשוט נישט שייך פאר אנשים מן השורה מלומדים צי דעבאטירן אזא ציגאנג, ס'איז ברור אז דו האסט ניטאמאל א 0.001% צד פון אראפקריכן פון בוים, אויב האסטו מינוט איינס מחליט געווען געבויט אויף דיינע אייגענע שטארק געדרייווטע נגיעות, אז איינער וואס קווענקעלט אין א סוקסעס ווארט פארן פרעזידענט איז א שונא פול מיט קאנספיראציעס און העיטער פארן לאנד, אפגעזעהן אז די קווענקעלניש איז פשוט קאממאן סענס אן קיינע נגיעות, נאך דעם וואס דאס איז ביי דיר א פאקט איז שוין נישטא קיין וועג צוריק, זערא שאנס אז דו זאלסט טוישן מיינונג. דערפאר וויל מען נישט דעבאטירן.

אנטשולדיגט פאר די הרחבת הדברים, דו ציסט שוין דעם שטריקל צי סאך]
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

אנטשולדיגט סטאוו איך האב נישט אזוי מיטגעהאלטען די טענהריי אהין און צוריק, אויב די קענסט מיך אריינפילען,

קודם מיט וועם טענהסט דיך?
און איך פארשטיי איבער די דראון אטאקע ווי מהאט אפגעשטעלט א פרישע סוסייד באמבע אויף די וועג צי די עירפארט,

סא וואס האסטו געזאגט?
מטענהט זיך וואס די האסט געזאגט?

אין וואס איז יעצט די חידוש?
איז אריינגעקומען פרישע אינפא?
מטענהט זיך איבער אינפא?

מאך מיר א מסודרדיגע סך הכל (אויב די האסט נערווען שטייטצעך)

נ. ב. איך בין גרייט צי זיין א אומפארטייאישע מאדערעטער פאר א דיבעט
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

פאליסעידס עס איז א שאד די צייט. נישט מעגליך צו דעבאטירן ווען איין זייט האלט נישט ביים פארלירן.

צל, סטאוו ברענגט ארויס אקוראט דאס וואס איך האב שוין געשריבן ביים דיבאטע צו ביידן האט געזאגט ליגנט אז עס איז נישט אינעוויטעבל.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

סטיטשינער האט געשריבן:פאליסעידס עס איז א שאד די צייט. נישט מעגליך צו דעבאטירן ווען איין זייט האלט נישט ביים פארלירן.

צל, סטאוו ברענגט ארויס אקוראט דאס וואס איך האב שוין געשריבן ביים דיבאטע צו ביידן האט געזאגט ליגנט אז עס איז נישט אינעוויטעבל.

איבער וואס איז די טענה?
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

אליין נישט קלאר. באמת.

אין קורצן. סטאוו האט גלייך געשריגן אז דעס אז מען האט פארמיטן אן אטאקע איז הוילע בלאף און פראפעגאנדע. דעמאלטס האט מען אים פארשריגן פארן גיין קעגן די שטראם. איבער די לעצטע פאר טעג איז ארויס געקומען עטליכע באריכטן וואס טענהן אט דאס - מען האט קיין אטאקע נישט פארמיטן. יעצט קומען די זעלבע ניקס טענהן אז סטאוו האט נאר נאכגעזאגט וואס די צייטונגען האבן דעמאלטס באריכטעט.

איז דא עפעס צו דעבאטירן?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

דערווייל נישט,

פון ווי האט ער טאקע געוויסט אז די אפיציעלע ווערסיע פון די מיליטער איז בלאף?

סתם זיין פילינג?
אדער האט ער געזען עפעס באריכטען?
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

געווען אפאר לאקאלע אומבאשטעטיגטע באריכטען דא און דארט אז מען האט אויך געהארגעט ציווילער.

און פון די בילדער האט ער מסיק געווען אז עס איז אוממעגליך אז דארט האט זיך געפונען אויפרייס מאטריאל.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”