אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: סקאנדאל: אפגאנער ציווילע געשטארבן פון אמעריקאנע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

צל עובר האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מיליטערישע מיסטעיקס איז נישט קיין סקאנדאל. טויזענטער ציווילע זענען געשטארבן פון די אפגאנע, איראק און סיריע מלחמה. נארוואס דען, די גאנצע דאזיגע סטרייק איז געווען ״בלויז״.. ווייל די פאליטישע סטאטוס און ביידענס אימעדזש איז געווען אין פייער.. האט מען ״געמיזט״ - ״טאן״ - ״עפעס״. והא ראי׳ די פענטעגאן און אירע מיליטערישע הויפטן, און אפילו דער פרעזידענט יר״ה זעלבס האט זיך גערימט און אויפגעטאן מיט דעם איינצעלנעם אטאקע.

איינער איז אין די גיסטע איך זאל אויפטייפן א צל עובר תגובה אויב אזאנס וואלט פאסירט אינטער טראמפ? די סטעטשו און ליבערטי וואלט אויסגעגאנען פאר געוויין פון צל׳ס ווארימע דברי הספד אויף די אומשולדיגע משפחה, און דברי תוכחה אויפן נידערטרעכטיגן פרעזידענט ימש״ו.

לאמיר דיר פרעגן די זעלבע שאלה.

טראמפ איז שולדיג אויף די 300% אינקריעס אין ציווילע טויטן פון דראון סטרייקס אונטער אים, עד כדי איבער 700 אין 2019 אליינס?

און יעצט גיי ווייז מיר א תגובה פון מיר דעמאלטס איבער דעם, איינס איז גענוג.

און דו האסט נישט קיין ברעקל עווידענס אויף די לופטיגע באשולדיגונג
די גאנצע דאזיגע סטרייק איז געווען ״בלויז״.. ווייל די פאליטישע סטאטוס און ביידענס אימעדזש איז געווען אין פייער

נישט געווען קיין איין דראון סטרייק אינטער טראמפ וואס איז געווען א אויסערן פאליטיק מדובר, חוץ די סולאמאני אטענטאד.

ווען דער פרעזידענט זעלבס קומט ארויס מיט א פרעסע קאנפערענס און רעדט פון א ספעסיפישע סטרייק, און דאס האט נאך אפציעל געברויכט זיין א נקמה אטאקע, א ענטפער קעגן 13 געפאלענע מארינס.. און דערנאך שטעלט זיך ארויס וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט.. איז עס קיין פארגלייך צו וויפיל ציווילע טויטע דו זאלסט מיר נאר ברענגען פון אלע יארן אינטער בוש, אבאמא און טראמפ. ס׳איז נישט די קוואנטעטי, ס׳איז די קוואלעטי.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: סקאנדאל: אפגאנער ציווילע געשטארבן פון אמעריקאנע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

צל עובר האט געשריבן:און פאריגע מאל וואס איך זעה יעצט אז די גאנצע אטאקע איז געווען א טעות, איז גראדע געווען אונטער אבאמע אין 2015, און עס איז קיינעם בייגעפאלן אז מען דארף באשולדיגן אבאמע אין דעם, אפילו פאר טראמפ אליינס אויך נישט..

נישט צען מענטשן, נאר דאזענס. דאס איז ליידער אלעמאל געווען א עקסעפטעד חלק פון א מלחמה,אז ציווילע ווערן גע'הרג'עט בטעות און בשוגג.

פאר א סיבה איז דא די ברכה פון וחרב לא תעבר בארצכם.

און ווי כאילו דאס איז די נושא דא.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

IMG_20210918_210930_359.jpg
IMG_20210918_210930_359.jpg (70.25 KiB) געזען 1712 מאל
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: סקאנדאל: אפגאנער ציווילע געשטארבן פון אמעריקאנע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מיליטערישע מיסטעיקס איז נישט קיין סקאנדאל. טויזענטער ציווילע זענען געשטארבן פון די אפגאנע, איראק און סיריע מלחמה. נארוואס דען, די גאנצע דאזיגע סטרייק איז געווען ״בלויז״.. ווייל די פאליטישע סטאטוס און ביידענס אימעדזש איז געווען אין פייער.. האט מען ״געמיזט״ - ״טאן״ - ״עפעס״. והא ראי׳ די פענטעגאן און אירע מיליטערישע הויפטן, און אפילו דער פרעזידענט יר״ה זעלבס האט זיך גערימט און אויפגעטאן מיט דעם איינצעלנעם אטאקע.

איינער איז אין די גיסטע איך זאל אויפטייפן א צל עובר תגובה אויב אזאנס וואלט פאסירט אינטער טראמפ? די סטעטשו און ליבערטי וואלט אויסגעגאנען פאר געוויין פון צל׳ס ווארימע דברי הספד אויף די אומשולדיגע משפחה, און דברי תוכחה אויפן נידערטרעכטיגן פרעזידענט ימש״ו.

לאמיר דיר פרעגן די זעלבע שאלה.

טראמפ איז שולדיג אויף די 300% אינקריעס אין ציווילע טויטן פון דראון סטרייקס אונטער אים, עד כדי איבער 700 אין 2019 אליינס?

און יעצט גיי ווייז מיר א תגובה פון מיר דעמאלטס איבער דעם, איינס איז גענוג.

און דו האסט נישט קיין ברעקל עווידענס אויף די לופטיגע באשולדיגונג
די גאנצע דאזיגע סטרייק איז געווען ״בלויז״.. ווייל די פאליטישע סטאטוס און ביידענס אימעדזש איז געווען אין פייער

נישט געווען קיין איין דראון סטרייק אינטער טראמפ וואס איז געווען א אויסערן פאליטיק מדובר, חוץ די סולאמאני אטענטאד.

ווען דער פרעזידענט זעלבס קומט ארויס מיט א פרעסע קאנפערענס און רעדט פון א ספעסיפישע סטרייק, און דאס האט נאך אפציעל געברויכט זיין א נקמה אטאקע, א ענטפער קעגן 13 געפאלענע מארינס.. און דערנאך שטעלט זיך ארויס וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט.. איז עס קיין פארגלייך צו וויפיל ציווילע טויטע דו זאלסט מיר נאר ברענגען פון אלע יארן אינטער בוש, אבאמא און טראמפ. ס׳איז נישט די קוואנטעטי, ס׳איז די קוואלעטי.

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:אדרבה, ברענג נאך א פאל ווי די מיליטער האט זיך אויפגעטהון אז זיי האבן אפגעשטעלט א טעראר אטאקע דורך'ן אפווישען אפאר טעראריסטן מיט א דראון, און עס האט זיך אויסגעשטעלט אז קיין טעראריסט איז ניטאמאל דארט געווען.

גערעכט, דאס מאכט עס בזיונות, נישט א סקאנדאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: סקאנדאל: אפגאנער ציווילע געשטארבן פון אמעריקאנע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וואלד האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:און פאריגע מאל וואס איך זעה יעצט אז די גאנצע אטאקע איז געווען א טעות, איז גראדע געווען אונטער אבאמע אין 2015, און עס איז קיינעם בייגעפאלן אז מען דארף באשולדיגן אבאמע אין דעם, אפילו פאר טראמפ אליינס אויך נישט..

נישט צען מענטשן, נאר דאזענס. דאס איז ליידער אלעמאל געווען א עקסעפטעד חלק פון א מלחמה,אז ציווילע ווערן גע'הרג'עט בטעות און בשוגג.

פאר א סיבה איז דא די ברכה פון וחרב לא תעבר בארצכם.

און ווי כאילו דאס איז די נושא דא.

וואס דען איז די נושא דא?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: סקאנדאל: אפגאנער ציווילע געשטארבן פון אמעריקאנע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מיליטערישע מיסטעיקס איז נישט קיין סקאנדאל. טויזענטער ציווילע זענען געשטארבן פון די אפגאנע, איראק און סיריע מלחמה. נארוואס דען, די גאנצע דאזיגע סטרייק איז געווען ״בלויז״.. ווייל די פאליטישע סטאטוס און ביידענס אימעדזש איז געווען אין פייער.. האט מען ״געמיזט״ - ״טאן״ - ״עפעס״. והא ראי׳ די פענטעגאן און אירע מיליטערישע הויפטן, און אפילו דער פרעזידענט יר״ה זעלבס האט זיך גערימט און אויפגעטאן מיט דעם איינצעלנעם אטאקע.

איינער איז אין די גיסטע איך זאל אויפטייפן א צל עובר תגובה אויב אזאנס וואלט פאסירט אינטער טראמפ? די סטעטשו און ליבערטי וואלט אויסגעגאנען פאר געוויין פון צל׳ס ווארימע דברי הספד אויף די אומשולדיגע משפחה, און דברי תוכחה אויפן נידערטרעכטיגן פרעזידענט ימש״ו.

לאמיר דיר פרעגן די זעלבע שאלה.

טראמפ איז שולדיג אויף די 300% אינקריעס אין ציווילע טויטן פון דראון סטרייקס אונטער אים, עד כדי איבער 700 אין 2019 אליינס?

און יעצט גיי ווייז מיר א תגובה פון מיר דעמאלטס איבער דעם, איינס איז גענוג.

און דו האסט נישט קיין ברעקל עווידענס אויף די לופטיגע באשולדיגונג
די גאנצע דאזיגע סטרייק איז געווען ״בלויז״.. ווייל די פאליטישע סטאטוס און ביידענס אימעדזש איז געווען אין פייער

נישט געווען קיין איין דראון סטרייק אינטער טראמפ וואס איז געווען א אויסערן פאליטיק מדובר, חוץ די סולאמאני אטענטאד.

ווען דער פרעזידענט זעלבס קומט ארויס מיט א פרעסע קאנפערענס און רעדט פון א ספעסיפישע סטרייק, און דאס האט נאך אפציעל געברויכט זיין א נקמה אטאקע, א ענטפער קעגן 13 געפאלענע מארינס.. און דערנאך שטעלט זיך ארויס וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט.. איז עס קיין פארגלייך צו וויפיל ציווילע טויטע דו זאלסט מיר נאר ברענגען פון אלע יארן אינטער בוש, אבאמא און טראמפ. ס׳איז נישט די קוואנטעטי, ס׳איז די קוואלעטי.

דו מישט צווישן די אטאקע קעגן אייסיס חברה וואס האבן געהאט שייכות מיט דעם טעראר אטאקע, און דעם אנדערן אטאקע וואס מען האט געמיינט אז עס איז אויף טעראריסטן.

איך ווייס נישט נאר נישט צו בטעות, צו פאר דוקא.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: סקאנדאל: אפגאנער ציווילע געשטארבן פון אמעריקאנע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מיליטערישע מיסטעיקס איז נישט קיין סקאנדאל. טויזענטער ציווילע זענען געשטארבן פון די אפגאנע, איראק און סיריע מלחמה. נארוואס דען, די גאנצע דאזיגע סטרייק איז געווען ״בלויז״.. ווייל די פאליטישע סטאטוס און ביידענס אימעדזש איז געווען אין פייער.. האט מען ״געמיזט״ - ״טאן״ - ״עפעס״. והא ראי׳ די פענטעגאן און אירע מיליטערישע הויפטן, און אפילו דער פרעזידענט יר״ה זעלבס האט זיך גערימט און אויפגעטאן מיט דעם איינצעלנעם אטאקע.

איינער איז אין די גיסטע איך זאל אויפטייפן א צל עובר תגובה אויב אזאנס וואלט פאסירט אינטער טראמפ? די סטעטשו און ליבערטי וואלט אויסגעגאנען פאר געוויין פון צל׳ס ווארימע דברי הספד אויף די אומשולדיגע משפחה, און דברי תוכחה אויפן נידערטרעכטיגן פרעזידענט ימש״ו.

לאמיר דיר פרעגן די זעלבע שאלה.

טראמפ איז שולדיג אויף די 300% אינקריעס אין ציווילע טויטן פון דראון סטרייקס אונטער אים, עד כדי איבער 700 אין 2019 אליינס?

און יעצט גיי ווייז מיר א תגובה פון מיר דעמאלטס איבער דעם, איינס איז גענוג.

און דו האסט נישט קיין ברעקל עווידענס אויף די לופטיגע באשולדיגונג
די גאנצע דאזיגע סטרייק איז געווען ״בלויז״.. ווייל די פאליטישע סטאטוס און ביידענס אימעדזש איז געווען אין פייער

נישט געווען קיין איין דראון סטרייק אינטער טראמפ וואס איז געווען א אויסערן פאליטיק מדובר, חוץ די סולאמאני אטענטאד.

ווען דער פרעזידענט זעלבס קומט ארויס מיט א פרעסע קאנפערענס און רעדט פון א ספעסיפישע סטרייק, און דאס האט נאך אפציעל געברויכט זיין א נקמה אטאקע, א ענטפער קעגן 13 געפאלענע מארינס.. און דערנאך שטעלט זיך ארויס וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט.. איז עס קיין פארגלייך צו וויפיל ציווילע טויטע דו זאלסט מיר נאר ברענגען פון אלע יארן אינטער בוש, אבאמא און טראמפ. ס׳איז נישט די קוואנטעטי, ס׳איז די קוואלעטי.

וואס מיינט מדובר, אז די מידיע האט נישט געמאכט קיין שטינק?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: סקאנדאל: אפגאנער ציווילע געשטארבן פון אמעריקאנע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:אייביג ביי עני קריזיס וואס קומט נאר פאר ביי דעמאקראטן, די ערשטע זאך איז קאלקילעיטער....

איך גלייך זייער אזא סארט פארטיי.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צל עובר האט געשריבן:צוריק צו די פוינט, נישט די ארויפגעכאפטע.

האסט א נארמאלע הסבר מאי שנא יעצט פון אלע יארן?

די נקודה איז די טריאומף נאך דעם אטאקע ווען זיי האבן גאנץ זיכער געוואוסט, אדער זיכער נישט געוואוסט, אז דא האט מען קיין טעראריסטן נישט אראפגעקניידלט. בס"ה האבן זיי שנעל געשאסן, אטאקירט, אויפגעריסן סיי וואס, אז מען זאל קענען זינגען אז עס בוזשעוועט נקמה אין גרויסן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פעיק ניוז האט געשריבן:

דו האלטסט עכט אז זיי האבן תיקף געוואוסט אז עס איז א דורכפאל?
:shock: :shock:
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

עדעם שיף:

IMG_20210919_000455_665.jpg
IMG_20210919_000455_665.jpg (149.04 KiB) געזען 1465 מאל
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

צל עובר האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:צוריק צו די פוינט, נישט די ארויפגעכאפטע.

האסט א נארמאלע הסבר מאי שנא יעצט פון אלע יארן?

די נקודה איז די טריאומף נאך דעם אטאקע ווען זיי האבן גאנץ זיכער געוואוסט, אדער זיכער נישט געוואוסט, אז דא האט מען קיין טעראריסטן נישט אראפגעקניידלט. בס"ה האבן זיי שנעל געשאסן, אטאקירט, אויפגעריסן סיי וואס, אז מען זאל קענען זינגען אז עס בוזשעוועט נקמה אין גרויסן.

דו האלטסט עכט אז זיי האבן תיקף געוואוסט אז עס איז א דורכפאל?
:shock: :shock:

ווי שנעל האבן זיי אנאנסירט אן אינוועסטיגעישאן אויף די סטרייק? זיי האבן שוין דאן זיכער געוויסט, בלי שום ספק, ווען נישט וואלטן זיי נישט אנאנסירט די אינוועסטיגעישאן.

הום יו קידינד הער?
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טו בי אנעסט, איך פארשטיי ניטאמאל וואס ענק זאגן דא.

חוץ דאס אז מען מישט צווישן די נקמה אטאקע, אויף וואס מען קען זאגן אז מען האט קודם כל געוואלט ווייזן אז מען טוט עפעס, און די פריווענשן אטאקע.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פון אמעריקע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:צוריק צו די פוינט, נישט די ארויפגעכאפטע.

האסט א נארמאלע הסבר מאי שנא יעצט פון אלע יארן?

די נקודה איז די טריאומף נאך דעם אטאקע ווען זיי האבן גאנץ זיכער געוואוסט, אדער זיכער נישט געוואוסט, אז דא האט מען קיין טעראריסטן נישט אראפגעקניידלט. בס"ה האבן זיי שנעל געשאסן, אטאקירט, אויפגעריסן סיי וואס, אז מען זאל קענען זינגען אז עס בוזשעוועט נקמה אין גרויסן.

דו האלטסט עכט אז זיי האבן תיקף געוואוסט אז עס איז א דורכפאל?
:shock: :shock:

ווי שנעל האבן זיי אנאנסירט אן אינוועסטיגעישאן אויף די סטרייק? זיי האבן שוין דאן זיכער געוויסט, בלי שום ספק, ווען נישט וואלטן זיי נישט אנאנסירט די אינוועסטיגעישאן.

הום יו קידינד הער?

די אינוועסטיגעישאן איז געעפנט געווארן נאך באריכטן פון צען ציווילע טויטע מיט קינדער, און ניין! די מיליטער האט נאכנישט געוויסט.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צל עובר האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:צוריק צו די פוינט, נישט די ארויפגעכאפטע.

האסט א נארמאלע הסבר מאי שנא יעצט פון אלע יארן?

די נקודה איז די טריאומף נאך דעם אטאקע ווען זיי האבן גאנץ זיכער געוואוסט, אדער זיכער נישט געוואוסט, אז דא האט מען קיין טעראריסטן נישט אראפגעקניידלט. בס"ה האבן זיי שנעל געשאסן, אטאקירט, אויפגעריסן סיי וואס, אז מען זאל קענען זינגען אז עס בוזשעוועט נקמה אין גרויסן.

דו האלטסט עכט אז זיי האבן תיקף געוואוסט אז עס איז א דורכפאל?
:shock: :shock:

אויף זיכער טויזנט פראצענט קען איך נישט זאגן גארנישט. איך קען נאר זאגן לויט וויאזוי איך האב געזען זאכן שפילן זיך אויס. אויב האבן זיי געוואוסט אז עס זענען גע'הרג'עט געווארן ציווילע "אויסער די טעראריסטן", האבן זיי לכאורה אויך געוואוסט אז קיין טעראריסטן זענען נישט גע'הרג'עט געווארן. אמער, פון דארט וואו זיי האבן דאס געוואוסט קענען זיי דאך וויסן דאס אויך.

עטליעסט אזויפיל זיכער. זיכער זענען זיי קיינמאל נישט געווען. ממילא זענען זיי אידיאטן פאר'ן ארום גיין פראקלימירן אז מען האט גע'הרג'עט אפאר אייסיס חברה, און נאך הויכראנגיקע גאר. עס איז נאך א שנירל אין דעם קייט פון ליגנטס מיט וואס מען האט געפיטערט דאס פאלק אין יענער תקופה.

חחח די באריכטן האבן געוואוסט, אבער דער מיליטער למען ה' איז געווען אומוויסנד צום גאנצן מציאות.

שוין לאנג געהאלטן אז מען ברויך ארויפלייגן א שלאס אויפ'ן פענטעגאן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פעיק ניוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:צוריק צו די פוינט, נישט די ארויפגעכאפטע.

האסט א נארמאלע הסבר מאי שנא יעצט פון אלע יארן?

די נקודה איז די טריאומף נאך דעם אטאקע ווען זיי האבן גאנץ זיכער געוואוסט, אדער זיכער נישט געוואוסט, אז דא האט מען קיין טעראריסטן נישט אראפגעקניידלט. בס"ה האבן זיי שנעל געשאסן, אטאקירט, אויפגעריסן סיי וואס, אז מען זאל קענען זינגען אז עס בוזשעוועט נקמה אין גרויסן.

דו האלטסט עכט אז זיי האבן תיקף געוואוסט אז עס איז א דורכפאל?
:shock: :shock:

אויף זיכער טויזנט פראצענט קען איך נישט זאגן גארנישט. איך קען נאר זאגן לויט וויאזוי איך האב געזען זאכן שפילן זיך אויס. אויב האבן זיי געוואוסט אז עס זענען גע'הרג'עט געווארן ציווילע "אויסער די טעראריסטן", האבן זיי לכאורה אויך געוואוסט אז קיין טעראריסטן זענען נישט גע'הרג'עט געווארן. אמער, פון דארט וואו זיי האבן דאס געוואוסט קענען זיי דאך וויסן דאס אויך.

עטליעסט אזויפיל זיכער. זיכער זענען זיי קיינמאל נישט געווען. ממילא זענען זיי אידיאטן פאר'ן ארום גיין פראקלימירן אז מען האט גע'הרג'עט אפאר אייסיס חברה, און נאך הויכראנגיקע גאר. עס איז נאך א שנירל אין דעם קייט פון ליגנטס מיט וואס מען האט געפיטערט דאס פאלק אין יענער תקופה.

זיי זענען גרויסע דורכפעלער, אבער קיין מזיד איז עס נישט געווען, און עניית דעתי איז אז זיי האבן נישט געהאלטן ביים עפענונג פונעם אויספארשונג אז ס'איז נישט געווען קיין טעראריסט
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:עדעם שיף:

IMG_20210919_000455_665.jpg

שטימט מיט מיינע ווערטער דא אויף דעם, די חלק פון צי די מיליטער האט געזאגט אלעס וואס זי האט געוויסט באציט זיך ווארשיינליך אויף די פאקט אז זיי האבן דערקלערט מיט א זיכערקייט אז א טעראריסט איז אומגעברענגט געווארן, און א סכנה איז פארמיטן געווארן ווען זיי האבן נישט געהאט מיט וואס דאס אונטער צו שטיצן
אוועטאר
פונדערנאנט
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 2:24 am

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונדערנאנט »

צל עובר האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:צוריק צו די פוינט, נישט די ארויפגעכאפטע.

האסט א נארמאלע הסבר מאי שנא יעצט פון אלע יארן?

די נקודה איז די טריאומף נאך דעם אטאקע ווען זיי האבן גאנץ זיכער געוואוסט, אדער זיכער נישט געוואוסט, אז דא האט מען קיין טעראריסטן נישט אראפגעקניידלט. בס"ה האבן זיי שנעל געשאסן, אטאקירט, אויפגעריסן סיי וואס, אז מען זאל קענען זינגען אז עס בוזשעוועט נקמה אין גרויסן.

דו האלטסט עכט אז זיי האבן תיקף געוואוסט אז עס איז א דורכפאל?
:shock: :shock:

ניין נאר סטאוו האט געוויסט.
באטראכט עס ״פונדערנאנט״ וועסטו עס פארשטיין!

בכלל איז די ליגענטס געפלויגן נאן סטאפ,

אימידיעט טרעט אויפן וועג צום עירפארט..

סעקאנדערי אויפרייסן פון די קאר אנגעפאקט מיט אויפרייס מאטריאל..

א.א.וו.
באטראכט עס ״פונדערנאנט״ וועסטו עס פארשטיין!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

דעס אז זיי האבן געמיינט אז עס איז אן אימידיעט טרעט קענען זיי נאך פארענטפערן. אבער די אפענע ליגנט וועגן סעקאנדערי אויפרייס איז געווען אן אפענע פרעכע שקר במילתא דעבידא דגלויי. נישט נאר דעבידא, נאר זיי האבן מכחיש געווען שמש בצהריים.

די איינציגסטע זאך וואס קען עס פארענטפערן איז אז זיי האבן געהאלטן אז די מידיע גייט מיטארבעטען מיט די ליגנט, און עס האט געארבעט מאסיווליך ביז עס האט געפלאצט. וואס קען מען טוהן אז די צוריק געשטאנענער אפגאנער האבן היינט שוין אויך עקסעס צו טוויטער.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

IMG_20210919_101257_629.jpg
IMG_20210919_101257_629.jpg (246.79 KiB) געזען 1905 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פונדערנאנט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:צוריק צו די פוינט, נישט די ארויפגעכאפטע.

האסט א נארמאלע הסבר מאי שנא יעצט פון אלע יארן?

די נקודה איז די טריאומף נאך דעם אטאקע ווען זיי האבן גאנץ זיכער געוואוסט, אדער זיכער נישט געוואוסט, אז דא האט מען קיין טעראריסטן נישט אראפגעקניידלט. בס"ה האבן זיי שנעל געשאסן, אטאקירט, אויפגעריסן סיי וואס, אז מען זאל קענען זינגען אז עס בוזשעוועט נקמה אין גרויסן.

דו האלטסט עכט אז זיי האבן תיקף געוואוסט אז עס איז א דורכפאל?
:shock: :shock:

ניין נאר סטאוו האט געוויסט.

יענץ איז א טאג צוויי שפעטער.

ער רעדט פון תיקף ומיד.

Re:

סטיטשינער האט געשריבן:דעס אז זיי האבן געמיינט אז עס איז אן אימידיעט טרעט קענען זיי נאך פארענטפערן. אבער די אפענע ליגנט וועגן סעקאנדערי אויפרייס איז געווען אן אפענע פרעכע שקר במילתא דעבידא דגלויי. נישט נאר דעבידא, נאר זיי האבן מכחיש געווען שמש בצהריים.

די איינציגסטע זאך וואס קען עס פארענטפערן איז אז זיי האבן געהאלטן אז די מידיע גייט מיטארבעטען מיט די ליגנט, און עס האט געארבעט מאסיווליך ביז עס האט געפלאצט. וואס קען מען טוהן אז די צוריק געשטאנענער אפגאנער האבן היינט שוין אויך עקסעס צו טוויטער.

יאפ, איך דארף נאך א הסבר אויף די סעקאנדערי אויפרייס טענה פון זיי.

(וואס דו שרייבסט וועגן די מידיע מיטארבעטן איז זייער אומפארשטענדליך נאך יענע פאר וואכן..)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צל עובר האט געשריבן:
פונדערנאנט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:צוריק צו די פוינט, נישט די ארויפגעכאפטע.

האסט א נארמאלע הסבר מאי שנא יעצט פון אלע יארן?

די נקודה איז די טריאומף נאך דעם אטאקע ווען זיי האבן גאנץ זיכער געוואוסט, אדער זיכער נישט געוואוסט, אז דא האט מען קיין טעראריסטן נישט אראפגעקניידלט. בס"ה האבן זיי שנעל געשאסן, אטאקירט, אויפגעריסן סיי וואס, אז מען זאל קענען זינגען אז עס בוזשעוועט נקמה אין גרויסן.

דו האלטסט עכט אז זיי האבן תיקף געוואוסט אז עס איז א דורכפאל?
:shock: :shock:

ניין נאר סטאוו האט געוויסט.

יענץ איז א טאג צוויי שפעטער.

ער רעדט פון תיקף ומיד.

סטאוו האט לפי זכרוני געשריגן דאס פון דער ערשטער מינוט.

בכל אופן, ס'איז נישט עכט נוגע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”