טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

איך וויל צו לייגן נאך א פוינט. לגבי אוקריינע, לאמיר זיך נישט פאפן אבער די מערב וועלט בפרט אמעריקע קען באשטיין אז די מלחמה זאל נאך ציען אביסל (זאג נישט הויעך. איך וויל נישט זיי זאלן הערן....) 1. די רוסן ווערן צומזיק’ט אויף א ערענסטע פארנעם, אזא געלעגענהייט מאכט זיך נישט יעדן טאג (דור). 2. א מלחמה שלעפט ארויס זייער אסאך סודות פון ביידע זייטן... ועוד ועוד כמה טעמים וכ’’ו...
משא”כ טייוואן גייט עס אסאך מער שאטן פאר די גאנצע וועלט.
1. ארום 80 פראצענט פון די וועלטס סחורה פארן דורך זייערע וואסערן וואס סיי בשעת די מלחמה וועט דאס זיין א פראבלעם און סיי נאכדעם אויב טשיינע וועט דאס איבערנעמען...
2. ערגעץ און די הויעכע 90ערס פראצענט פון די גאר קליינע מייקראו טשיפס ווערן פראדאצירט אין טייוואן וואס וועט זיין די זעלבע פראבלעימען כנ”ל.
3. די מערב וועלט לענדער האבן אסאך מער ’מיליטערישע’ אפמאכן מיט זיי ווי מיט אוקריינע.
4. טייוואן איז אסאך אסאך א שטערקערע מילטער ווי אוקריינע.
5. ווי האט יענער געזאגט ’איינער פון די שטארקייט וואס טשיינע האט איז די פאקט אז זיי האבן זיך נאך נישט געשלגן מיט קיינעם. סאו מען ווייסט נישט זייער שטארקייט און ריעליטעט. אפשר איז אלעס דארט MADE IN CHINA.... :grin:
עד כאן אומרים....
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:איך וויל צו לייגן נאך א פוינט. לגבי אוקריינע, לאמיר זיך נישט פאפן אבער די מערב וועלט בפרט אמעריקע קען באשטיין אז די מלחמה זאל נאך ציען אביסל (זאג נישט הויעך. איך וויל נישט זיי זאלן הערן....) 1. די רוסן ווערן צומזיק’ט אויף א ערענסטע פארנעם, אזא געלעגענהייט מאכט זיך נישט יעדן טאג (דור). 2. א מלחמה שלעפט ארויס זייער אסאך סודות פון ביידע זייטן... ועוד ועוד כמה טעמים וכ’’ו...
משא”כ טייוואן גייט עס אסאך מער שאטן פאר די גאנצע וועלט.
1. ארום 80 פראצענט פון די וועלטס סחורה פארן דורך זייערע וואסערן וואס סיי בשעת די מלחמה וועט דאס זיין א פראבלעם און סיי נאכדעם אויב טשיינע וועט דאס איבערנעמען...
2. ערגעץ און די הויעכע 90ערס פראצענט פון די גאר קליינע מייקראו טשיפס ווערן פראדאצירט אין טייוואן וואס וועט זיין די זעלבע פראבלעימען כנ”ל.
3. די מערב וועלט לענדער האבן אסאך מער ’מיליטערישע’ אפמאכן מיט זיי ווי מיט אוקריינע.
4. טייוואן איז אסאך אסאך א שטערקערע מילטער ווי אוקריינע.
5. ווי האט יענער געזאגט ’איינער פון די שטארקייט וואס טשיינע האט איז די פאקט אז זיי האבן זיך נאך נישט געשלגן מיט קיינעם. סאו מען ווייסט נישט זייער שטארקייט און ריעליטעט. אפשר איז אלעס דארט MADE IN CHINA.... :grin:
עד כאן אומרים....
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

הערליכע אנאליז!!

עפעס האב איז געליינט אז טייוואן האט א סאפיסטיקירטע סיסטעם אז כינע זאל נישט קענען ארימכישן דעים עולם אויף סאציאלע מידיע.

אויב די ווייסט מער איבערדעים וואלט געווען אינטערעסאנט.
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

יישר כח נארמי. זאפטיג. אינפארמאטיוו. אינטערעסאנט.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

גא"מ, זייער שיינע אנאליז.

ערגעץ איז געווען באשריבן, אפשר אפילו דא אויפן וועלטל, אז די פאקט אז טייוואן איז ארומגענומען מיט ים פון אלע זייטן פארשווערט מלחמה אקעגן זיי.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

א גרויסן שכח פאר אלע דאנקערס סגעט די מוד ווייטער צו שרייבן לענגערע זאכן.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אה, נארמי, טענקס פארן דערמאנען

א דאנק פארן העריכן אנאליז! גיי אן!!!!
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

נארמי עז יוזשעל!!
מיט א מיליטערישע שארפקייט
א סאפיסטיקירטע קלארקייט
שווערע אינטעלעדזשנס צושמירט ווי פינאט באדער
כ'פיל מיך יעצט קלוגער ווי טשי זשימפינג
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

זייער אינטערעסאנט.

אויב אבער ווילן זיי אפווישן טייוואן אזויווי רוסלאנד האט געטון אין מאריאפאל קענען זיי עס אפשר יא טון. זיי האבן גוטע פליגער'ס און קענען שיסן און באמבאדירן ביז אלעס ווערט פלאך.
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלינצע »

צ/ק
פייוו באונ'ס איז נישט קיין טרי באונ'ס
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

צדוק האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט.

אויב אבער ווילן זיי אפווישן טייוואן אזויווי רוסלאנד האט געטון אין מאריאפאל קענען זיי עס אפשר יא טון. זיי האבן גוטע פליגער'ס און קענען שיסן און באמבאדירן ביז אלעס ווערט פלאך.

א פליגער האט א רעינטש וויפיל סקען פליען ווי שנעל סקען פליען און וויפיל וואפן סקען האלטן אויף זיך.

לויט די חשבון וויפיל באמבערס טשיינע האט און וויפיל סקען האלטן און ווי ווייט סקען פליען, פלאס טייוואנע פארגעשריטענע אנטי עירקרעפט סיסטעמס צוזאמען מיט מעריב וועלט סיסטעמס, פלאס א אייגענע עיר פארס, זעה איך נישט וויאזוי זיי וועלן עס קענען מאכן.

די שנעלקייט פון א פליגער וואס משרייבט לאמיר זאגן אז א פליגערס ספיד איז 2000 מפש מיינט צו זאגן אז די פליגער האט די מעגליכקייט צו פליען אזוי שנעל אבער נאר מיט געוויסע תנאים, ווייניג וואפן, מיט די ווינט, אן שארפע מאנאווערס,
יעצט באמבערס פליען נישט אזוי שנעל, זיי זענען גרעסערע פליגערס נאכדערצו ווען סאיז אנגעלאדענט מיט וואפן פליעט עס נאך שטייטער וואס מאכט עס גרינגער צו קענען אויסשטעלן אין די מלחמה מוזיעם, אפילו סווערט באגלייט געווענליך מיט פייטער דזשעטס, קענען די טייוואנע אויך דעס אראפקנאקן ווי געשמועסט.

פלאס טייוואן איז קליין אויף די מעפ קעגן טשיינע אבער סאיז נאך גאנץ גרויס, סוא כווייס נישט אויב זיי האבן אפילו גענוג צו קענען חרוב מאכן האלב טייוואן.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

שיין! נישט סתם אן אנאליז נאר אויך גאר איפארמאטיוו
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

יעצט געליינט, און זייער הנאה געהאט. ייש"כ!
אוועטאר
פינעווער
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:10 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער/ביכל.

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינעווער »

האסט אהער געלינקט האב איך עס געטראפן.
שיינע חידושים געוואויר געווארן.
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 2:13 pm
באגרייפעכצערייאונגענערישן.
קאשע זופ
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 10:16 pm

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאשע זופ »

ווי האלט מען דארט?
עד סנאודען
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 16, 2021 2:08 am

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עד סנאודען »

קאשע זופ האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 28, 2023 1:01 am
ווי האלט מען דארט?

מען ווארט צו זעהן וויאזוי מלחמת אוקריינע וועט זיך ענדיגען.
אוועטאר
קווארטאליסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2022 12:07 am
לאקאציע: Lee - Penn

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קווארטאליסט »

יאפ! געפאנטשט דעם לינק און שטארק ערנערט מיינע ידיעות. שכך רב @נארמאל, ווען כ'זעה דיין זיסע עוועטאר ווערן מיר די בעקעלעך צוקנייטשט...

אגב: דיין ניק שמעקט 6'סעריש (כאפסט?)
פאר אלע גראפיקס וואו שמחה צעטליך, איווענט אינווייטס, סמעדריש אנאסן, פראפעשינעל לאגאו'ס און כל מיני דעזיין פראדשעקט'ס אדג.
שנעלע פראפעסניאלע סערוויס פאר עפארדעבל פרייזן
איר קענט טעקסטן צו 347-309-7796
אדער אימעיל׳ט [email protected]
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

קווארטאליסט האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 2:47 pm
יאפ! געפאנטשט דעם לינק און שטארק ערנערט מיינע ידיעות. שכך רב @נארמאל, ווען כ'זעה דיין זיסע עוועטאר ווערן מיר די בעקעלעך צוקנייטשט...

אגב: דיין ניק שמעקט 6'סעריש (כאפסט?)
שכח


קען זיין אבער איך בין נישט :smile:
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
קווארטאליסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2022 12:07 am
לאקאציע: Lee - Penn

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קווארטאליסט »

נארמאליזעם האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 2:50 pm
קווארטאליסט האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 2:47 pm
יאפ! געפאנטשט דעם לינק און שטארק ערנערט מיינע ידיעות. שכך רב @נארמאל, ווען כ'זעה דיין זיסע עוועטאר ווערן מיר די בעקעלעך צוקנייטשט...

אגב: דיין ניק שמעקט 6'סעריש (כאפסט?)
שכח


קען זיין אבער איך בין נישט :smile:
זיכער נישט! ביסט צו אויסערגעווענטליך צו ליידן אויפ'ן 6 אנשיקעניש
א ליידענדער
פאר אלע גראפיקס וואו שמחה צעטליך, איווענט אינווייטס, סמעדריש אנאסן, פראפעשינעל לאגאו'ס און כל מיני דעזיין פראדשעקט'ס אדג.
שנעלע פראפעסניאלע סערוויס פאר עפארדעבל פרייזן
איר קענט טעקסטן צו 347-309-7796
אדער אימעיל׳ט [email protected]
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

זייער שיין!

כ'מיין אבער אז יעדער דא ווייסט אז די גאנצע שרעק האט נישט קיין שייכות צום רעאליטעט.

און דאס צו פארגלייכן צום וועלט קריג איז נאריש פאר פיל סיבות, טייל איז שוין געווארן דא אויסגעשמועסט, ועוד, היינט קען מען שוין נישט ארום רוקן קיין 100,000 זעלנער אומבאמערקט עס איז דא אויגן איבעראל.

לדעתי איז קומט די זארג בלויז פון אומוויסינד, ווייל ווער עס קען די כינעזער ווייסט אז זיי נעמען קיינמאל "למעשה" נישט קיין דראסטישע שריט, זיי ניצן די מהלך פון סאלאמי סלייסינג, אווי היטלער ימ"ש פאר די מלחמה האט געטון מיט די סודעטן געביט און נאך...

און אפילו די רוסן באווייזן ארויס צו קוועטשן א זיג אין אוקריינע האלט איך גייען די כינעזער נישט "אינוואדירן" טייוואן.

זיי וועלן ענדערש סלייסן ווייטער ווי ביז היינט, וואס דאס דארף ווערן באמת ווערן גענומען ערנסט און נישט נארישע שמועות וועגן א פאטענציעלע אינוואזיע, די וועלט זוכט זיך נישט קיין צרות ממילא וועלן זיי ענדערש זיך פארמאכן די אויגן אויף טשיינע ווי ביז היינט ווי איידער פעיסן פעקט און מער נישט צילאזן קיין מאכינאציעס, קען זיין אז די אלע זארגן שפילן גאר אריין אין זייערע הענט דורכן פארדרייען אמעריקעס פאקוס.
אוועטאר
סעסעמי סיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 3:29 pm

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעסעמי סיד »

נארמאליזעם האט געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 10:23 am
לאמיר דא דורכגיין א שטיקל אנאליז איבער די אוקריינישע מלחמה און ארויסנעמען דערפון וואס מקען ערווארטן אויב טשיינע פלאנט צו אינוואדירן איר שכן טייוואן,

אין מלחמה געזעצן זענען דא פיר יסודות'דיגע און עיקר זאכן וואס די אינוואדירער דארף טוהן ווען ער מאכט זיין אמפיביעס לאנדונג כדי צו קענען געווינען,
די פיר זאכן זענען 1)אנדרייען כאאס דורך ווארפן באמבעס אויף וויכטיגע פלעצער2) לופט קאנטראל 3) מענטשן פאוער 4) און נאכאמאל מענטשן פאוער צו אנפילן די לעכער,
געווענליך הייבט זיך א מלחמה היינט אן מיט "א באווארפן",ווי די אינוואדירער באווארפט יענע לאנד מיט מיסילס און באמבעס אויף וויכטיגע פלעצער ווי למשל גאווערמענט און מיליטערישע פלעצער ווי אויך קומען באמבערס צו באווארפן קריטישע אינפסטרוקטשער ווי דאמבאוס עלקטעריסעטי וכדומה, די געדאנק איז פשוט אריינווארפן יענע לאנד אין כאאס.

די צווייטע סטעפ איז "קאנטראלן די הימלען" כדי צו פארזיכערן די נעקסטע חלק וואס איז...

"אמפיביעס לאנדונג" מאסן סאלדאטן מארשירן ארויף אויפן אינוואדירטען לאנד, זיי קומען געווענליך באגלייט מיט שווערע וואפן ווי טאנקן ארטילערי ווארפערס ראקעטן און נאך.

איינמאל די לאנדונג איז געווען מיט סוקסעס דארף מען אריינברענגן די דריטע סטעפ וואס דאס איז...
"ריאינפארסמענט" וואס מיינט אז מדארף האבן נאך סאלדאטן גרייט איבערצונעמען די געפאלענע סאלדאטן פשוט צו קענען ווייטער מלחמה האלטן און איינעמען דאס לאנד.

אביסעל מער טיפער


יעדע לאנד וואס האט מיליטערישע פליגערס האט אין איר עיר פארס אויך גרויסע פליגערס וואס מרופט אן העיווי באמבערס, לאמיר נעמען א משל אמעריקא, אמעריקא האט 3 מינע באמבער פליגערס און איינס וואס גייט בקרוב אריינקומען אין איר ארסאנעל 1) בי 1 לענסער 2) בי 2 ספיריט ,און 3) בי 52, די נייע פליגער איז די בי 21,
סזענען דא צוויי חילוקים צווישן די פליגערס,
-סטארטעגיע: איז געמאכט חרוב צו לייגן וויכטיגע פלעצער ווי למשל דאמבאוס און עלעקטאריק פלענטס,
-טאקטיקל: באמבערס וואס באווארפן די שונא'ס פאזיציעס אויף די פראנט ליינס,

נאכן גוט באקלאפן זייערע ביינער גייט מען און מגרייט זיך צו באפאלן די לאנד, אבער כדי מזאל קענען אנגרייפן רואיגערהייט דעם שונא'ס לאנד דארף מען קודם האבן קאנטראל פון די עיר ספעיס פאר אפאר סיבות,
-כדי די שונא זאל נישט קענען קומען מיט פליגערס און העליקאפטערס און באשיסן די אינוואדירערס פאזיציעס,
-כדי זיי זאלן קענען גוט באקלאפן און איינעמען די לאנד,
-כדי צו קענען אריינברענגן טרופן דורך פליגערס,

כדי צובאקומען א גוטע אויבערהאנט אויפן שונא' לופט טערעטאריע דארף מען קודם דורכפירן SEAD און נאכדעם DEAD

SEAD: SUPPRESSION OF ENEMY AIR DEFENSES
DEAD: DESTRUCTION OF ENEMY AIR DEFENSES
וואס מיינט אז מבאשיסט קודם אלע עיר דיפענס סיסטעמס מיט מיסעלס,
איינמאל מענדיגט שיסן קומען צו גיין אטאקע פליגערס און ענדיגן צו אויב סאיז עפעס געבליבן.

נאכדעם אז סאיז שוין דא כאאס און אלע עיר דיפענס סיסטעמס זענען שוין דערנאך, דעמאלטס קומט מען אריין דורך די ערד (אינפעטרי) דורכן ים און דורך עירבארן יוניטס (קומען דורך פליגערס),
געווענליך קומען זיי אריין מאסנווייז, די ערד טרופן קומען צוגיין באוואפנט מיט טאנקן, טראקס, ראקעט ארויסשיסערס, האוויצערס, באוואפנטע טרעקלעך.
אבער כדי סזאל געלונגען פעלט זיך אויס אז מקומט אריין מיט דריי מאל אזויפיל סאלדאטן קעגן וויפיל די אינוואדירטע לאנד האט, דעס איז אפילו ווען מהאט גוטע מלחמה סקילס, און אויך ווען מהאלט מלחמה אויף גראדע פלעצער.
נאכדעם כדיי מזאל אלטס האבן גענוג סאלדאטן דארף מען האלטן אינאיין אריינברענגן נאך סאלדאטן וואס זאלן זיין גרייט איבערצונעמען די געפאלענע סאלדאטן.

פיין אז מקען די בעסיקס לאמיר א בליק טוהן און זעהן וואס זענען געווען די סוקסעסן און דורכפעלער פון לעצטיגע מלחמות,

אין 1944 איז אמעריקא איבערגעפאלן 2 פלעצער מיט גרויס סוקסעס איינס ביי OKINAWA און די צווייטע איז געווען אין נארמעדי באוויסט מיט איר D DAY אמפיביעס לאנדינג, דארט איז געווען א שטארקע סוקסעס אין אלע 4 חלקים
סאיז געווען 156,000 קעגן 50,000 דייטשן
גאר אסאך שיפן צו קענען ברענגן כוואליעס אויף כוואליעס פון סאלדאטן
אויסגעליידיגט די הימלען פון דייטשע פליגערס און אזוי אויך ביים וואסער

ווייטער אין יאר 1950 איז אמעריקא אריין אין INCHON מיט אלע 4 חלקים זענען געווען מיט א סוקסעס,
אין יאר 1982 איז ענגלאנד אריין אין FALKLANDS סאיז טאקע נישט געווען קיין עיר קאנטראל אבער די אנדערע צוויי איז געווען מיט סוקסעס

יעצט פלעצער ווי סהאט געפעלט אין געווען א דורכפאל

אין 1943 איז אמעריקא און ענגלאנד איבערגעפאלן ANZIO אבער געווען א דורכפאל אפילו סאיז געווען אלעס גוט, די איינציגסטע זאך וואס האט געפעלט איז געווען "אנפילן די לעכער", די חלק פון שיקן נאך סאלדאטן איבערצונעמען געפאלענע,
אזוי אויך אין יאר 1915 און ווי אויך אין 1961 ביים BAY OF PIGS
ביי די אלע דריי האט געפעלט די לעצטע זאך


לאמיר זעהן וואס מזעהט יעצט ביים מלחמה צווישן רוסלאנד און אוקריינע (כגיי נישט אריינגיין אין קיין אנאליז איבער אוקריינע מלחמה),
אין די ערשטע טאג האט רוסלאנד געשאסן 100 קרוז מיסעלס וואס איז גאר ווייניג, אמעריקא ביים אריינגיין אין איראק האבן געשאסן אינעם ערשטן טאג איבער 300 קרוז מיסעלס, און דעס איז געווען בימים ההם,
ווייטער אויפן חלק פון איבערנעמען די הימלן האבן זיי אויך מיאוס געפעלט, צו אלטס איינרעדעניש אז זיי האבן אלעס מסדר געווען מיט מיסעלס אדער ווייל זיי האבן אינטערגעשאצט די אוקריינער, הכלל זיי האבן עס נאכאלטס נישט,
אויפן דריטן חלק האבן זיי געפעלט דורכן נישט האבן גענוג סאלדאטן קעגן די אוקריינישע סאלדאטן (3 קעגן 1)
יעצט טרייען זיי עס צו פארעכטן מיטן זיין נאר אין דאנבאס, אבער איז ווייט פון גוט צוליב וואס די פערדע חלק קענען זיי נישט דורכפירן, דעס איז אנצופילן די געפאלענע, משא"כ אוקריינע קען יא און האלט יעצט ביים ענדיגן אויסצושטאפירן נייע איינגעשריבענע.


יעצט לאמיר גיין קיין טייוואן אין זעהן וואס די מצב איז דארט

צו זאגן אז גיאגראפיע מאכט אויס אין אוקריינע איז א טעות צוליב וואס סאיז א גראדע אפענע פלאץ פעלדער און וועלדער זיי קריגן זיך נישט אויף קיין הויכע בערג,
און דאס איז א זאך וואס טייוואן האט יא ווי מיר וועלן שוין זעהן

קודם לאמיר זעהן די נאמבערס
טשיינע האט בערך 2 מיליאן גרייטע סאלדאטן (וואס די לאנד בכלל איז געווען די לעצטע מאל אין מלחמה איבער 40 יאר צוריק)
אין ארום 350 טראנספארט פליגערס
און טראנספארט שיפן וואס קענען טראגן ביז 30 טויזענט סאלדאטן א טאג "אן קיין מאשינערי ווי טאנקן אדער אפילן טראקס"

כדי זיי זאלן קענען מאכן א גוטע אנפאל גייען זיי דארפן האבן צווישן 1 און 2 מיליאן סאלדאטן אנצוהייבן די אינוואזיע סהאט אפילו א נאמען "די מיליאן מאן שווים"
אבער ווי מיר זעהן קענען זיי דעס נישט טוהן אזוי שנעל זיי האבן נישט גענוג שיפן דערצו,

ביי די צווייטע וועלט מלחמה האט מען זיך געגרייט איבערצופאלן טייוואן אין עס איבערנעמען פון אירע 30 טויזענט יאפאניזע סאלדאטן, מהאט שוין געהאט פלענער צו שיקן 300 טויזענט סאלדאטן אויף 4000 שיפן (דאפעלט פון די דעי) אבער סאיז געווארן אפגערופן צוליב די גרויסע ריזיקע וואס וואלט געברענגט, אנשטאטס דעם איז מען געגאנגן צו די פיליפינס, די גענעראלן פלעגן דעמאלטס אנרופן טייוואן "די אומזינקבארע עיר קעריער",

די אינוואזיע וועט מיזן געשעהן אדער אפריל אדער אקטאובער, אנדערע חדשים זענען נישט קיין גוטע וועטערס, אדער זענען דעמאלטס דא טייפונס אדער איז גאר ווינטיג,
לויט עקספערטן וועט מען האבן צום ווייניגסטנס 30 טעג פארדעם וואס מוועט שוין וויסן אז זיי גייען אינוואדירען
וואס מיינט אז טייוואן וועט אנזייען מינעס ביים וואסער, ריקן קריטישע זאכן צו אנדערע פלעצער, ווי האט נאר זלענסקי געזאגט ווען די מלחמה האט זיך אנגעהויבן: וועלקאם צום גיהינום!!

טייוואן האט 13 ביעטשס ווי מקען לאנדן, אבער גלייך ווען מהייבט אן גיין באגעגנט מען הויכע קייטבערג די נידריגסטע איז בערך 2000 פיס הויעך,
און דעס גייט דארפן זיין זייער ערשטע מלחמה וואס זיי האלטן זייט 40 יאר צוריק ווען זיי זענען אריין אין וויטאנעם אבער זיך געדארפט צוריק ארויסציען,
איז לאמיר גיין ווייטער לאמיר זאגן אז זיי האבן דורכגעמאכט די בערג, דארפן זיי יעצט זיך אן עצה געבן מיט איבער 23 מיליאן מענטשן וואס האבן זיי פיינט און זענען גרייט זיי צו פייטן, איינע פון די רולס וואס א מלחמה האט איז צו האבן צווישן איינס און צען סאלדאטן פאר יעדע מענטש אינעם איינגענומענעם לאנד, וואס מיינט אז טשיינע וועט דארפן האבן זייער גאנצע מיליטער אין טייוואן פלאס נאך, כדי עס צו קענען אנהאלטן,

אן אינטערסאנטע זאך קען מען זעהן אויף גוגל סיערטשס איבער א טשיינע אינוואזיע, אין אמעריקא האלט עס אינאיין ארויפגיין אבער אין טייוואן איז די זעלבע נידריג זייט מהאלט חשבון, און אזוי אויך ווען מהערט ווי טשייניזע פליגערס זענען אריינגעפלויגן אין טייוואנס לופט טערעטאריע וועלן די אמעריקאנע אריינפאלן אין פאניק נישט די טייוואנע,
יעצט איז צוגעקומען נאך אפאר קליינע זאכן וואס מאכן נאך שווערער פאר טשיינע דורכצופירן אזא אינוואזיע, קאוויד- שוואכע עקאנעמי- (זיי לאזן יעצט סך שווערער ארויספארן פון דארט).
חוץ פון דעם זענען די טייוואנע אויסשטאפירט מיט פארגעשריטענע מעריב וועלט וואפן און בריטאלע קעמפער.

דאס איז איין מיינונג צווישן נאך טויזענטער, זייטס מיר אלע געזינט און שטארק.
Wow א גרויסע שכח
האב נישט פיינט קיין צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר!!!
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

סעסעמי סיד האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 3:35 pm
נארמאליזעם האט געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 10:23 am
Wow א גרויסע שכח
נעקסט טיים כזה
אוועטאר
סעסעמי סיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 3:29 pm

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעסעמי סיד »

באטל וואסער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 3:38 pm
סעסעמי סיד האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 3:35 pm
נארמאליזעם האט געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 10:23 am
Wow א גרויסע שכח
נעקסט טיים כזה
סארי
האב נישט פיינט קיין צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר!!!
אוועטאר
גרויס בריטאניע
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 05, 2022 8:47 pm
לאקאציע: אונטערן באנק

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויס בריטאניע »

א גרויסן שכח נארמי פאר די העכסט באלערענדע אינפארמאציע געפאקטע שטיקל, האסט באמת מהנה געוועהן. גיי אן.
אלץ א זייטיגע נאטיץ, וואס איז טאקע פשט אז די כינעזע האבן אזא רעלאטיוו קליינע ארמיי? כ'מיין ביטווין מי ענד יוא האבן זיי בפשטות די מערסטע קאמפס פעהיגע לייט ווי סיי וועלכעס לאנד איבער די וועלט זייענדיג דאס לאנד מיט די מערסטע מענטשן, נו צו וואס קען מיסטער שי נישט אריינטראגן אין זיין מיליטער נאך עטליכע מיליאן אירע?!
און לעטס סעי פאר סאם ריזן וויל ער נישט אדערווייל, אבער איינמאל די שלאכט ברעכט אקטועל אויס, האט ער דריי מאל אזוי סאך מענטשן פלייש ווי דער רוסישער בוטשער, טא פארוואס רעכענסטעך נישט מיט דעם?
viewtopic.php?p=4435004#p4435004
איך בין געגאנגן. אפשר איין טאג העלעך זיין צוריק, אויף דערווייל ענדזשויטס..
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

גרויס בריטאניע האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 3:41 pm
א גרויסן שכח נארמי פאר די העכסט באלערענדע אינפארמאציע געפאקטע שטיקל, האסט באמת מהנה געוועהן. גיי אן.
אלץ א זייטיגע נאטיץ, וואס איז טאקע פשט אז די כינעזע האבן אזא רעלאטיוו קליינע ארמיי? כ'מיין ביטווין מי ענד יוא האבן זיי בפשטות די מערסטע קאמפס פעהיגע לייט ווי סיי וועלכעס לאנד איבער די וועלט זייענדיג דאס לאנד מיט די מערסטע מענטשן, נו צו וואס קען מיסטער שי נישט אריינטראגן אין זיין מיליטער נאך עטליכע מיליאן אירע?!
און לעטס סעי פאר סאם ריזן וויל ער נישט אדערווייל, אבער איינמאל די שלאכט ברעכט אקטועל אויס, האט ער דריי מאל אזוי סאך מענטשן פלייש ווי דער רוסישער בוטשער, טא פארוואס רעכענסטעך נישט מיט דעם?
מענטשן האבן זיי טאקע גענוג.

געזען אמאל מלחמה האבן זיי נישט.
אסאך טשייניזע זענען בכלל נישט פרא מלחמה נאכדערצו חסידים פון דזשיפינג.
זיי האבן נישט גענוג שיפן אריבערצופירן די מיליאנען סאלדאטן.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”