לאמיר פארשטיין ברענדינג (ח"ה ארויף) קעפעל געטוישט

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

האט איר הנאה אבער איז זענט נישט פון די וואס שרייבן צו?

לייק
67
94%
.
4
6%
 
סך הכל שטימען: 71

אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ב ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

ר' יום טוב האט געשריבן:אוודאי, עס איז דא א צייט אין יעדע ביזנעס ווען עס איז וויכטיג צו אדווערטייזן. צו ווען מען איז נאך ניי, אדער מ'קומט ארויס מיט א נייע פראדוקט. און עס איז דא ביזנעסער וואס מוזן קאנסענטלי אדעוועטייזן זיך צו קענען דערהאלטן. למשל א דעליווערי ביזנעס וואס האבון נישט קיין געהעריגע געשעפט וואס מענטשן קומען אריין וכדו'. און דאן מוז מען זיך האלטן צו א קלארע מעסעדזש און דירעקציע.

א גוטע עד איז נישט ווען דער עד איז אויסגעשטעלט קאמיש אדער קאמפליצירט. עס איז ווען עס ברענגט עפעס אינפארמאטיוו און ווערטפול פארן ליינער. אבער רוב אדווערטייזמענטס וואס איך מיש אין די אויסגאבע'ס איז קלאר ארויסגעווארפן געלט און אביוסיוו צו די ליינער. איך טרונק גאלדען פלאו מילך ווייל (דאס טיילט די חלוקה..) איך גלייך בעסער די טעם, און עס האלט זיך געווענליך לענגער פריש. יאגערט קויף איך גבינה ווייל איך האב אויסגעפיגערט אז דאס איז די מערסטע העווי און די ווייניגסטע זיס, משא"כ נארמאן'ס. בנוגע קלאדינג סטארס, איך גיי אמאל צו דעם און אמאל צו יענעם, און דא האבן די אדוועטייזמענט'ס מעגליך געהאט א נעגאטיווע אפעקט, איך באקום דעם געפיל אז די חברה ווארפן זיך צופיל מיט גרויס געלט פאר פאני עדס, און איך בין נישט אזוי באקוועם שנעל צו גיין קויפן א נייע סוט וואס האט אזא הויכן מארקאפ.

די סטאקס פון המספיק, דרשו, תוספות יו"ט, מפואר/מלכות זענען נאר געפאלן ביי מיר זינט זיי האבן זיך צולאזט מיט די עדס.

בכלל דארפן מארקעטער פארשטיין, אז די 90% מענטשהייט וואס "פארשטייט נישט" צו מארקעטינג קוקן גאנץ אנדערש אן א עד ווי א גראפיקער. זיי האבן נישט ארויס די חכמה עמוקה וואס די דיזי עד מיינט ארויסצוברענגען גענוי וואו איינער וואס פארשטייט נישט צו וויין זאל פארזוכען פון די זיבעציג דאלער פלעשל.

איך האב געהאט א פערזענליכע מעשה, ווען א סימפל דרייסיג דאלער צוויי שורה עד אין די טעגליגע אויסגאבע האט געברענגט פילפאכיג מער רעזולטאטן ווי צוויי אכט הונדערט דאלער רוישיגע גראפיק עדס אין די אויסגאבע'ס.

אמת אמת.
אין דאס איז פונקט וואס מיר פרובירן צו עקלערן. א גראפיקער'ס ארבעט איז נישט צו זיין א ארטיסט אדער א לץ... זיין ארבעט איז צו רעדן צום קאוסטומער אויף א וועג ער זאל וואוסן וואס מוויל פון אים.

גראדע בנוגע סטאקס פון געוויסע קאמפעניס אדער ארגענעזאציעס מוז נישט זיין אז זיי זענען בכלל אינטערסירט אין דיר קען זיין זיי צילן אינגאנצען א אנדערע ציבור.
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ב ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

מסתמא האט געשריבן:הרב @חלקי, הערליך געשריבן


מיינע צוויי צענט, זייענדיג אליינס אין ביזנעס
אדווערטייזינג און ברענדינג וכל שם וחניכא דאית ליה איז די טייערסטע אינוועסטמענט מיט די ווייניגסטע ריטורנס, דאס מיינט נישט אז מזאל לגמרי נישט אדווערטייזן, און ווען מאיז גענוג גרויס מעג אוואדע לאזן ליפטערן שיינע מעגא אדווערטייזמענטס.. אבער די רעזאלטאטן דערפון זענען מינימאל

ערנסט גערעדט, גיי איך דען נאר קויפן מהדרין? גיי איך דען נאר קויפן גאלדן טעיסט? גיי איך דען נאר קויפן גאלדן פלאו? גייט מיך דען אן וואו איך קויף מיינע קלאודינג?
הער וואס מיך גייט אן
די גריק יאגערט וואס ליגט געפאקט אין די פעקידזש וואס איך דערקען (ביידעוועי ווייס איך אז סאיז נארמאנס) האט זיך געפראווד ביי מיך אלץ די "בעסטע" יאגערד, סגייט מיך נישט אן אויב סאיז בכלל אדווערטייזד..
די דזשעי דזשעי קרים טשיס איז די בעסטע אין טעם און איך וועל דוקא דאס קויפן, כדענק נישט אפילו כזאל סיי ווען האבן געזעהן אן אדווערטייזמענט דערויף..
כהאב געקויפט אין צוויי קלאודינג סטארס רעקלעך און הויזנס, איינס איז מער לייכט און איינס פילט זיך ווי א פאנצער (ביידע זענען וואל), איין סטאר האט מיך געגעבן גוטע סערוויס און די צווייטע נישט (אנגעהויבן פון איינער וואס זאל מיך סערווירן און געענדיגט ביי די נארמאלע פיטינג און ווען די רעקל זאל ווערן רעדי) מיין דעסיזשן איז זייער קלאר וואו איך גיי צוריק

באדעם ליין, קיינער קעירט נישט פאר קיין ברענדס און פאר קיין נעמען, יעדער דערקענט זיך זיין פראדוקט און סטאר וואס האט זיך געפראווד פאר אים אלץ גוט, ניטאמאל קען מען די נאמען דערפון

די זעלבע איז מיט סערוויס פראוויידערס ווי אינשורנס אגענטן און מארטגעידזש בראוקערס און ריעל עסטעיט אגענטן..
איך דארף מיין סערוויס און באדעם ליין רעזאלטס, גוטע פרייזן און די מינימום העדעיקס

זעה איך דען נישט די אדווערטייזמענטס פון מינט קעפיטאל? גייט מיך אן אז היימישע אידן פאוסטן ווידעאויס וואו זיי רעדן אויף ענגליש..? ביידעוועי מיינס א חבר ארבעט דארטן און ער האט מיך דעליווערט א פיינע מארטגעדזש מיט גאר גוטע רעיטס, די אדווערטייזמענט איז לענ"ד פלעין ארויסגעווארפן געלט

איך בין געגאנגען אין בינגאו און אין אלל פרעש.. באדעם ליין, וואו גיי איך צוריק? וואו סאיז ביליגער און געשמאקער, אלע אדווערטייזמענטס איז א ברכה לבטלה

עכ"פ, סאיז די טייערסטע אינוועסטמענט מיט די ווייניגסטע ריטורן


ערב עבר יוה"ק האב איך דא געשריבן א לענגערע תגובה'לע, אבער ס'איז פארלוירן געגאנגען.

כ'האב ארויסגעברענגט אזוי:

האסט א שטארקע טענה בנוגע דיינע באקאנטע פראדוקטן ווי מילך, אבער רוב מארקעטינג צילן נייע אייטעמס, און די ציל איז דיר צו קאנעקטן אין דיין מח אז די אייטעם מיט יענע ספעציפישע צייט/פלאץ גייען צוזאמען.

למשל גאלדען פלאו'ס נייע שעלף מילך צילט אז דו זאלסט וויסן אז וואקאציע = די מילך
די אנגייענדע עדס האקן אריין אין דיין קאפ די מעסידש ביודעים ובלא יודעים.
יעדער ווייסט אז פאר מארגעדשעס גייט מען צו ארק (בשעתו), קרעדיט קארד פראסעסינג איז בעוועל (בשעתו) א העמד קויפט מען ביי דרייוו גודס (ווייל זיי לייגן בילדער פון א ספר תורה), די "בעסטע" דשודעיקא איז מפואר, א.א.וו.

אוודאי קענסטו אויך קויפן ביי א צווייטן, אבער נוץ טאקע מפואר אלץ משל - ער הייסט די בעסטע צוליב זיין אומאויפהערליכע ברענדינג דאס אריין צו קנאקן אין דיין מח!

דאס א מעין דמעין פון דעמאלטס און ניאמאל אזוי גוט ארויס געברענגט,פארפאלן, מיין קאפ איז נישט יעצט אויפן זעלבן ארט ווי דעמאלטס
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ב ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

איינער האט מיר דעיס געשיקט.
(ווייסאיכנישט צו סאיז שוין דא אויפן וועלטעל)

"סוכות אויסגאבעס:
'די בליק' האט 480 פעידזשעס, און 155 דערפון איז עדס.
'די וואך' האט 732 פעידזשעס, און 220 דערפון איז עדס.
'מאמענט' האט 600 פעידזשעס, און 255 דערפון איז עדס."


סא סתם פאר אינטערסאנטקייט האב איך געוואלט אנמערקן אז די עקספערטן אין די גוי'שע וועלט זאגן אז "א נארמאלע מענטש שטייט צו זען אזויפיל ווי צווישען 4 אין 10 ט-ו-י-ז-ע-נ-ט עד'ס א טאג." (פארשטייט זיך אז דעס איז אין די גוישע וועלט מיט סאושעל מידיע אין טי. ווי. וכדומה) אין אינטערסאנט איז אז סארבעט נאך! והא ראי' די גרעסטע אין מערסט אסטעבלישט ברענדס צאלן נאך גרויס געלט דערפאר.
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ב ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

יעצט געליינט פון אנהויב. זייער הנאה געהאט! גיי ווייטער...

-
מסתמא, די אלע גלויבער'ס און מפואר עדס זענען נישט דא דיר צו טארגעטן, עס איז טאקע נאר אריינצוכאפן די פרישע בר מצוה בחורים וואס וועלן דאס ערשטע מאל נוצן אזא סארט סערוויס. און אזוי אויך וועט א עסן קאמפאני כמעט נאר אדווערטייזן נייע פראדוקטן.
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ב ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

לגבי מפואר איז מיין פערזענדליכע אפיניען אז זיי ווילן באמת די בחורלעך אלץ קאוסטומער אין מלכות וויל היינט צוטאגס דעם בעל בית וואס מאכט אן הכנסת ספר תורה אלץ קאוסטומער.
#opinion
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ב ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

ס'איז נישט נאר דיין אפיניען, זיי זאגן עס זייער קלאר.

-
(חלקי, המשך ביטע. כ'גלייך סיי דעם טאפיק און אויך דיין פעדער...)
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ב ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

ציגאנער האט געשריבן:ס'איז נישט נאר דיין אפיניען, זיי זאגן עס זייער קלאר.

-
(חלקי, המשך ביטע. כ'גלייך סיי דעם טאפיק און אויך דיין פעדער...)

גא״מ
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ב ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

יקוש פייוויש האט געשריבן:
ציגאנער האט געשריבן:ס'איז נישט נאר דיין אפיניען, זיי זאגן עס זייער קלאר.

-
(חלקי, המשך ביטע. כ'גלייך סיי דעם טאפיק און אויך דיין פעדער...)

גא״מ

סאיז אזוי ערב'דיג. האפמיר ממשיך צו זיין נאך יום טוב
מיין חלק אינעם שמועס...
קלאפער געצייג
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 05, 2021 2:26 pm

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ב ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאפער געצייג »

ר' יום טוב האט געשריבן:אוודאי, עס איז דא א צייט אין יעדע ביזנעס ווען עס איז וויכטיג צו אדווערטייזן. צו ווען מען איז נאך ניי, אדער מ'קומט ארויס מיט א נייע פראדוקט. און עס איז דא ביזנעסער וואס מוזן קאנסענטלי אדעוועטייזן זיך צו קענען דערהאלטן. למשל א דעליווערי ביזנעס וואס האבון נישט קיין געהעריגע געשעפט וואס מענטשן קומען אריין וכדו'. און דאן מוז מען זיך האלטן צו א קלארע מעסעדזש און דירעקציע.

א גוטע עד איז נישט ווען דער עד איז אויסגעשטעלט קאמיש אדער קאמפליצירט. עס איז ווען עס ברענגט עפעס אינפארמאטיוו און ווערטפול פארן ליינער. אבער רוב אדווערטייזמענטס וואס איך מיש אין די אויסגאבע'ס איז קלאר ארויסגעווארפן געלט און אביוסיוו צו די ליינער. איך טרונק גאלדען פלאו מילך ווייל (דאס טיילט די חלוקה..) איך גלייך בעסער די טעם, און עס האלט זיך געווענליך לענגער פריש. יאגערט קויף איך גבינה ווייל איך האב אויסגעפיגערט אז דאס איז די מערסטע העווי און די ווייניגסטע זיס, משא"כ נארמאן'ס. בנוגע קלאדינג סטארס, איך גיי אמאל צו דעם און אמאל צו יענעם, און דא האבן די אדוועטייזמענט'ס מעגליך געהאט א נעגאטיווע אפעקט, איך באקום דעם געפיל אז די חברה ווארפן זיך צופיל מיט גרויס געלט פאר פאני עדס, און איך בין נישט אזוי באקוועם שנעל צו גיין קויפן א נייע סוט וואס האט אזא הויכן מארקאפ.

די סטאקס פון המספיק, דרשו, תוספות יו"ט, מפואר/מלכות זענען נאר געפאלן ביי מיר זינט זיי האבן זיך צולאזט מיט די עדס.

בכלל דארפן מארקעטער פארשטיין, אז די 90% מענטשהייט וואס "פארשטייט נישט" צו מארקעטינג קוקן גאנץ אנדערש אן א עד ווי א גראפיקער. זיי האבן נישט ארויס די חכמה עמוקה וואס די דיזי עד מיינט ארויסצוברענגען גענוי וואו איינער וואס פארשטייט נישט צו וויין זאל פארזוכען פון די זיבעציג דאלער פלעשל.

איך האב געהאט א פערזענליכע מעשה, ווען א סימפל דרייסיג דאלער צוויי שורה עד אין די טעגליגע אויסגאבע האט געברענגט פילפאכיג מער רעזולטאטן ווי צוויי אכט הונדערט דאלער רוישיגע גראפיק עדס אין די אויסגאבע'ס.

כ'ווייס נישט צי ס'איז ארוף אדער אראפ אבער זייער נאמען קימט דיר ארויף די ערשטע...
ווען די גייסט גיין קויפן א ציצית (אויב די קויפסט נישט אייביג די זעלבע) גייסטי אטאמאטיש מער ציען צי מלכות אדער מפואר ווי איידער צי אנדערע.
אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע: אויפן Logi קיבאורד

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ב ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

נייס קאנווערסעישאן הער. יעצט אריינגעבאמט דא ס'ערשטע מאל.

א קליינע גוט ווארט וואס כהאב געהערט א וויילע צוריק:

די שווערסטע זאך פון א קריעטיוו פערזאן איז צו וויסן ווען נישט צו זיין קריעטיוו

ווער ס'פארשטייט פארשטייט
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע: אויפן Logi קיבאורד

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ב ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

קלאפער געצייג האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:אוודאי, עס איז דא א צייט אין יעדע ביזנעס ווען עס איז וויכטיג צו אדווערטייזן. צו ווען מען איז נאך ניי, אדער מ'קומט ארויס מיט א נייע פראדוקט. און עס איז דא ביזנעסער וואס מוזן קאנסענטלי אדעוועטייזן זיך צו קענען דערהאלטן. למשל א דעליווערי ביזנעס וואס האבון נישט קיין געהעריגע געשעפט וואס מענטשן קומען אריין וכדו'. און דאן מוז מען זיך האלטן צו א קלארע מעסעדזש און דירעקציע.

א גוטע עד איז נישט ווען דער עד איז אויסגעשטעלט קאמיש אדער קאמפליצירט. עס איז ווען עס ברענגט עפעס אינפארמאטיוו און ווערטפול פארן ליינער. אבער רוב אדווערטייזמענטס וואס איך מיש אין די אויסגאבע'ס איז קלאר ארויסגעווארפן געלט און אביוסיוו צו די ליינער. איך טרונק גאלדען פלאו מילך ווייל (דאס טיילט די חלוקה..) איך גלייך בעסער די טעם, און עס האלט זיך געווענליך לענגער פריש. יאגערט קויף איך גבינה ווייל איך האב אויסגעפיגערט אז דאס איז די מערסטע העווי און די ווייניגסטע זיס, משא"כ נארמאן'ס. בנוגע קלאדינג סטארס, איך גיי אמאל צו דעם און אמאל צו יענעם, און דא האבן די אדוועטייזמענט'ס מעגליך געהאט א נעגאטיווע אפעקט, איך באקום דעם געפיל אז די חברה ווארפן זיך צופיל מיט גרויס געלט פאר פאני עדס, און איך בין נישט אזוי באקוועם שנעל צו גיין קויפן א נייע סוט וואס האט אזא הויכן מארקאפ.

די סטאקס פון המספיק, דרשו, תוספות יו"ט, מפואר/מלכות זענען נאר געפאלן ביי מיר זינט זיי האבן זיך צולאזט מיט די עדס.

בכלל דארפן מארקעטער פארשטיין, אז די 90% מענטשהייט וואס "פארשטייט נישט" צו מארקעטינג קוקן גאנץ אנדערש אן א עד ווי א גראפיקער. זיי האבן נישט ארויס די חכמה עמוקה וואס די דיזי עד מיינט ארויסצוברענגען גענוי וואו איינער וואס פארשטייט נישט צו וויין זאל פארזוכען פון די זיבעציג דאלער פלעשל.

איך האב געהאט א פערזענליכע מעשה, ווען א סימפל דרייסיג דאלער צוויי שורה עד אין די טעגליגע אויסגאבע האט געברענגט פילפאכיג מער רעזולטאטן ווי צוויי אכט הונדערט דאלער רוישיגע גראפיק עדס אין די אויסגאבע'ס.

כ'ווייס נישט צי ס'איז ארוף אדער אראפ אבער זייער נאמען קימט דיר ארויף די ערשטע...
ווען די גייסט גיין קויפן א ציצית (אויב די קויפסט נישט אייביג די זעלבע) גייסטי אטאמאטיש מער ציען צי מלכות אדער מפואר ווי איידער צי אנדערע.


כבין נישט אזוי זיכער וואס די זאגסט. כהער כסדר פון אידן וואס זיכן דייקא כתר, גרינפעלדס צוליב זייער ווייסקייט, קוואליטי וכו'

כהאב נאך קיינמאל נישט געהערט איינעם זאגן אז זיי דארפן דייקא מפואר אדער מלכות. אויב עפעס יעדעם חוץ זיי.
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ב ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

מיר ווארטן אויף חלק ג'
אוועטאר
קאנספיראציע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 09, 2021 12:46 pm

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ב ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנספיראציע »

יעצט אריינגעבאמפט.
זייער שיינע שמועסן
שקויעך @חלקי! ;l;p-
גאו עהעד..
אוועטאר
piano fan
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:48 pm

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ב ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך piano fan »

מסתמא האט געשריבן:הרב @חלקי, הערליך געשריבן


מיינע צוויי צענט, זייענדיג אליינס אין ביזנעס
אדווערטייזינג און ברענדינג וכל שם וחניכא דאית ליה איז די טייערסטע אינוועסטמענט מיט די ווייניגסטע ריטורנס, דאס מיינט נישט אז מזאל לגמרי נישט אדווערטייזן, און ווען מאיז גענוג גרויס מעג אוואדע לאזן ליפטערן שיינע מעגא אדווערטייזמענטס.. אבער די רעזאלטאטן דערפון זענען מינימאל

ערנסט גערעדט, גיי איך דען נאר קויפן מהדרין? גיי איך דען נאר קויפן גאלדן טעיסט? גיי איך דען נאר קויפן גאלדן פלאו? גייט מיך דען אן וואו איך קויף מיינע קלאודינג?
הער וואס מיך גייט אן
די גריק יאגערט וואס ליגט געפאקט אין די פעקידזש וואס איך דערקען (ביידעוועי ווייס איך אז סאיז נארמאנס) האט זיך געפראווד ביי מיך אלץ די "בעסטע" יאגערד, סגייט מיך נישט אן אויב סאיז בכלל אדווערטייזד..
די דזשעי דזשעי קרים טשיס איז די בעסטע אין טעם און איך וועל דוקא דאס קויפן, כדענק נישט אפילו כזאל סיי ווען האבן געזעהן אן אדווערטייזמענט דערויף..
כהאב געקויפט אין צוויי קלאודינג סטארס רעקלעך און הויזנס, איינס איז מער לייכט און איינס פילט זיך ווי א פאנצער (ביידע זענען וואל), איין סטאר האט מיך געגעבן גוטע סערוויס און די צווייטע נישט (אנגעהויבן פון איינער וואס זאל מיך סערווירן און געענדיגט ביי די נארמאלע פיטינג און ווען די רעקל זאל ווערן רעדי) מיין דעסיזשן איז זייער קלאר וואו איך גיי צוריק

באדעם ליין, קיינער קעירט נישט פאר קיין ברענדס און פאר קיין נעמען, יעדער דערקענט זיך זיין פראדוקט און סטאר וואס האט זיך געפראווד פאר אים אלץ גוט, ניטאמאל קען מען די נאמען דערפון

די זעלבע איז מיט סערוויס פראוויידערס ווי אינשורנס אגענטן און מארטגעידזש בראוקערס און ריעל עסטעיט אגענטן..
איך דארף מיין סערוויס און באדעם ליין רעזאלטס, גוטע פרייזן און די מינימום העדעיקס

זעה איך דען נישט די אדווערטייזמענטס פון מינט קעפיטאל? גייט מיך אן אז היימישע אידן פאוסטן ווידעאויס וואו זיי רעדן אויף ענגליש..? ביידעוועי מיינס א חבר ארבעט דארטן און ער האט מיך דעליווערט א פיינע מארטגעדזש מיט גאר גוטע רעיטס, די אדווערטייזמענט איז לענ"ד פלעין ארויסגעווארפן געלט

איך בין געגאנגען אין בינגאו און אין אלל פרעש.. באדעם ליין, וואו גיי איך צוריק? וואו סאיז ביליגער און געשמאקער, אלע אדווערטייזמענטס איז א ברכה לבטלה

עכ"פ, סאיז די טייערסטע אינוועסטמענט מיט די ווייניגסטע ריטורן

קען זיין איך בין אביסל שפעט. באט איך האב ערשט יעצט באמערקט די תגובה וועל איך לאזן הערן מיין מיינונג. איז אזוי.

מארקעטינג איז אזאך וואס "קען" און "דארף" צוריקברענגן פאר די קאסטומער מער פון דאפעלט וויפיל ער האט אינוועסטעט.
סא די זאגסט אז די האסט אינוועסטעט אסאך אין מארקעטינג מיט ווייניג רעזאלטס . דאס באלאנגט נישט אזוי האסט געארבעט שווער פאר דיין געלט דיין מארקעטער מיז זיכער מאכן אז זיין סטראטעגיע ברענגט דיר צירוק מער פון דאפעלט פון וויפיל די האסט אינוועסטעט אין אים. דאס איז וועגן מארקעטינג בכלליות.

עצט וועגן עדס. האסט געזאגט אז די גייסט נישט גיין קויפן א געוויסע יוגורט וועגן די עדס, קען טאקע זיין אז די עדס איז נישט געצילט פאר דיר ביזנעסמאן וואס געט א לויף אריין אין גראסערי אין כאפט עפעס פאר לאנטש. סאיז געצילט פאר די מאמעס וואס קויפן לאנטש פאר די קינדער און קיקן יעדע דיטעל פארן קויפן.

און אז מרעדט שוין איך האב שוין אסאך מאל באמערקט מענטשן זאגן אויף א עד אז סאיז נישט קיין גיטע מארקעטינג. ווען אין אמת'ן עדס איז נישט מארקעטינג עדס איז 'מעסעזשינג' און מעסעזשינג איז א פארט פון א פולע מארקעטינג סטראטעגיע.
מארקעטינג איז א סטראטעגיע פאר די גאנצע ביזנעס אנגעהויבן ביי א one liner . אימעל קאמפיינס. וועב סייטס וכו' די ליסט איז גרויס.
און אויב די אלע זאכן שטימען מיט די זעלבע סטראטעגיע דעמאלטס יא! מארקעטינג ארבעט פאר יעדע ביזנעס. (די עסן אינדערסטרי איז א צווייטע פעלד).
אויב אבער די גאנצע מארקעטינג באשטייט פון עדס וואס איינער האט געמאכט דעמאלדס קען טאקע זיין סזאל נישט ארבעטן. און אויב האסטו געצאלט פאר א פולע מארקעטינג סטראטעגיע און סהאט נישט געארבעט דאן זשאסט טשענזש מארקעטער ווייל אויף דיין געלט מיזטו זען רעזאלטס,

נאכאמאל "מארקעטינג ארבעט" עדס נישט אייביג ווענט זיך דיין אינדוסטרי,
(און שכח @חלקי פאר די ארטיקלען, )
הצלחה רבה,
לעצט פארראכטן דורך piano fan אום מיטוואך מארטש 23, 2022 2:22 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
piano fan
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:48 pm

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ב ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך piano fan »

פשטא האט געשריבן:נייס קאנווערסעישאן הער. יעצט אריינגעבאמט דא ס'ערשטע מאל.

א קליינע גוט ווארט וואס כהאב געהערט א וויילע צוריק:

די שווערסטע זאך פון א קריעטיוו פערזאן איז צו וויסן ווען נישט צו זיין קריעטיוו

ווער ס'פארשטייט פארשטייט

;l;p- like
אוועטאר
ווייל נישט מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 10:29 am
לאקאציע: ווי נישט

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ב ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייל נישט מיך »

Waiting For new Chezki!
Thanks for until now
דריק גאז און פאאאאאררררר!! קוק נישט אויף קיייינננעעעעם!!
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ב ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

די וועלט פון מארקעטינג אנאנסן און אויסגאבע'ס זענען ארויס פון יעדן פראפארץ. אמאל האט די געשריבענע ווארט פון א 150 דאלער'דיגע עד געהאט א געוויכט. היינט זעט דער דורכשניטליכע אויגן טויזנטער עדס א וואך וואס יעדע קאסט שווערע אלפים, די אויג שווינדלט, עס כאפט שוין ניטאמאל אויף וואס די עד וויל פונקטליך. קומט אן אויף די פאסט וועכנטליך 7 אויסגאבע'ס, מיט 100 עדס אין איטליכע. א שאד פאר די אידיש געלט.

איך האב אויפגעהערט צו לייענען די אויסגאבעס פאר די סיבה. עס דענערווירט. איך וואלט עס צוריק אנגעהויבן לייענען אין פאל אלע עדס וואלטן געשריבן אפן וואס זיי ווילן, נישט קיין באהאלטענע גרעפיק מעסעדזשעס וואס מ'דארף אפלערנען די נאכפאלגן. ס'זאל לויפן בערך אזוי:
נאמען און אינפארמאציע פון געשעפט. (הדר לבושה. 888-865-9865. 20 ביידען רד.)
וואס פארקויפסטו. (ברענד נעים קליידונג פאר קלענערע מיידלעך)
וואס צילסטו צו זאגן מיט די עד. (די פסח סעזאן איז אין פולן שוואונג מיט נייע דיזיינס, יעצט איז בלויז פול פרייז, נאך פסח גייט אפשר זיין א סעיל)
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ב ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

דער עולם האט מיר אויפגעוועקט...
פשטא האט געשריבן:א קליינע גוט ווארט וואס כהאב געהערט א וויילע צוריק:

די שווערסטע זאך פון א קריעטיוו פערזאן איז צו וויסן ווען נישט צו זיין קריעטיוו

ווער ס'פארשטייט פארשטייט

:roll: :roll: :roll: זאגסט דאך אזוי גוט...

כוועל מיר פרובירען מסדר צו זיין. אי"ה וועל איך בקרוב שרייבן עפעס פריש.
(פאר סיי וועלעכע suggestions ביטע אישי'ט)
מיין חלק אינעם שמועס...
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ב ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

חלקי האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:הרב @חלקי, הערליך געשריבן


מיינע צוויי צענט, זייענדיג אליינס אין ביזנעס
אדווערטייזינג און ברענדינג וכל שם וחניכא דאית ליה איז די טייערסטע אינוועסטמענט מיט די ווייניגסטע ריטורנס, דאס מיינט נישט אז מזאל לגמרי נישט אדווערטייזן, און ווען מאיז גענוג גרויס מעג אוואדע לאזן ליפטערן שיינע מעגא אדווערטייזמענטס.. אבער די רעזאלטאטן דערפון זענען מינימאל

ערנסט גערעדט, גיי איך דען נאר קויפן מהדרין? גיי איך דען נאר קויפן גאלדן טעיסט? גיי איך דען נאר קויפן גאלדן פלאו? גייט מיך דען אן וואו איך קויף מיינע קלאודינג?
הער וואס מיך גייט אן
די גריק יאגערט וואס ליגט געפאקט אין די פעקידזש וואס איך דערקען (ביידעוועי ווייס איך אז סאיז נארמאנס) האט זיך געפראווד ביי מיך אלץ די "בעסטע" יאגערד, סגייט מיך נישט אן אויב סאיז בכלל אדווערטייזד..
די דזשעי דזשעי קרים טשיס איז די בעסטע אין טעם און איך וועל דוקא דאס קויפן, כדענק נישט אפילו כזאל סיי ווען האבן געזעהן אן אדווערטייזמענט דערויף..
כהאב געקויפט אין צוויי קלאודינג סטארס רעקלעך און הויזנס, איינס איז מער לייכט און איינס פילט זיך ווי א פאנצער (ביידע זענען וואל), איין סטאר האט מיך געגעבן גוטע סערוויס און די צווייטע נישט (אנגעהויבן פון איינער וואס זאל מיך סערווירן און געענדיגט ביי די נארמאלע פיטינג און ווען די רעקל זאל ווערן רעדי) מיין דעסיזשן איז זייער קלאר וואו איך גיי צוריק

באדעם ליין, קיינער קעירט נישט פאר קיין ברענדס און פאר קיין נעמען, יעדער דערקענט זיך זיין פראדוקט און סטאר וואס האט זיך געפראווד פאר אים אלץ גוט, ניטאמאל קען מען די נאמען דערפון

די זעלבע איז מיט סערוויס פראוויידערס ווי אינשורנס אגענטן און מארטגעידזש בראוקערס און ריעל עסטעיט אגענטן..
איך דארף מיין סערוויס און באדעם ליין רעזאלטס, גוטע פרייזן און די מינימום העדעיקס

זעה איך דען נישט די אדווערטייזמענטס פון מינט קעפיטאל? גייט מיך אן אז היימישע אידן פאוסטן ווידעאויס וואו זיי רעדן אויף ענגליש..? ביידעוועי מיינס א חבר ארבעט דארטן און ער האט מיך דעליווערט א פיינע מארטגעדזש מיט גאר גוטע רעיטס, די אדווערטייזמענט איז לענ"ד פלעין ארויסגעווארפן געלט

איך בין געגאנגען אין בינגאו און אין אלל פרעש.. באדעם ליין, וואו גיי איך צוריק? וואו סאיז ביליגער און געשמאקער, אלע אדווערטייזמענטס איז א ברכה לבטלה

עכ"פ, סאיז די טייערסטע אינוועסטמענט מיט די ווייניגסטע ריטורן

איך בין מיר ערנסט מחולק מיט דיר. אין די אליין ווייזט אויף אין דיינע ווערטער אז א ברענד אין אדווערטייזמענט איז א וויכטיגע זאך. אפי' ביי דיר. והאי ראיה, פארוואס ווילסטו אז דיין באטלע יוגערט זאל אויסקוקן די זעלבע? פארוואס ביסטו געגאנגען צו בינגא מתחילה? פון ווי ווייסטו אז מהדרין אין גאלדן פלאו מאכן מיליכיג? אין ווער האט דיר אויסגעזאגט אז סאיז דא צוויי קלאדינג סטארס? כהאב פשוט נישט קיין צייט יעצט עס צו צוצנעמען. אפשר שפעטער.

חלקי, פיין גענטפערט.
דע מה שתשיב
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

ווי אזוי בויעט מען א ברענד - ברענד סטראטעגיע (הקדמה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

סאיז מיר אויסגעקומען לעצטענס צו רעדן צו א אינגערמאן וואס ארבעט יעצט צו בויען זיין אייגענע ביזנעס, ער זאגט מיר אז ער האט געליינט די אשכול דא און פארשטייט שוין טאקע וואס א ברעד מיינט, ער האט נאר איין קשיא, ער וויל פארשטיין ווי אזוי טוהט מען דאס, ווי אזוי טאקע האט עפל מצליח געווען אז מענטשען זאלן שטיין שעות צו אפי' טעג אין די ליין צו באקומען די ניי'סטע עפל פאון.

אויף דעם ארויף האב איך געטראכט אפשר טאקע קען דאס זיין א גוטע געדאנק צו שרייבן, אפשר וועט דער עולם הנאה האבן אז פאר די קומענדיגע שטיק צייט וועלן מיר זיך האלטן צו דעי נושא.

די נושא פון "ברעד סטרעטעג'י"

צו בויען א ריכטיגע גוטע ברענד איז נישט עפעס וואס מען קען זיך אראפזעצן ביים קאמפיוטער עפענען אילוסטרעטער אדער פאטסשאפ און נעמען רוקן פיקסלס. סאיז נישט עפעס וואס מען קען זיך אויפוועקן אינמיטן נאכט און דאס האבן, נישט קיין חילוק ווי קריעטיוו מען איז . א ריכטיגע ברענד ווערט געבויט סטראטעגיש, עס קומט מיט פילע שטאפלען ריסערדש אלעס צו טוהן צו אוועקשטעלן די פראדוקט, סערוויס אדער ברענד אויף אן אויסגעפלאנטען אופן אינעם אויג פונעם קאנסומער.

כדאי דאס צו קענען אנקומען מוז מען האבן א שטארקע קלארשאפט אין אלעס ארום דעם קאמפעני, מען דארף פארשטיין די אינערליכע יסודות פון דעם קאמפעני. ארויס האבן די מישען - די ציל טיפער ווי מאכן געלט - פון דעם קאמפעני, פארשטיין פארוואס איינער זאל בכלל זיין נייגעריג צו הערן וואס די האסט צו זאגן. ווי אויך איז גאר וויכטיג צו פארשטיין ווער זענען די קאסטומערס, וואס ווילן זיי, וואס האבן זיי ליב, ווי דרייען זיי זיך. מען דארף פארשטיין די מארקעט, די אינדאסטרי אין וואס מטוהט, וויסען וואס זענען דארט די טרענד'ס, וואס פעלט דארט און וואס קען איך זיין אנדערש, בעסער. אזוי אויך דארף מען אויפבויען א שפאך, א סטעריאוטייפ ווי אזוי די ברענד וועט רעדען און זיך אויפפירן. און הערשט דערנאך קען מען זיך זעצען צום קאמפיוטער דיזיינען האבן דאס אלעס אין חשבון.

דאס אלעס און נאך מער וועלן מיר פרובירן אויסצושמוסען אין א ברייטקייט פאר די קומעדיגע שטיק צייט יעדע מאנטאג און דאנערשטאג. מיר וועלן עס פרובירן צו צעטיילן אין קלענערע סטעפס סזאל זיין געשמאק צו ליינען און גרינג מיטצונעמען.

הערות, געדאנקען און קאנסטראקטיוו קריטיק זענען וועלקאם. מיין אישי איז אפען.
שכוח אייך פארן ליינען ביז דא, צום ווידערזען קומענדיגע מאנטאג. הצלחה ברכה.
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ג ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

קלאר. רעדי פארן פארזעצונג.
אוועטאר
ארטס ענד קרעפטס
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 16, 2021 8:18 pm

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ג ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטס ענד קרעפטס »

חלקי, קיעפ איט אפ!
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ג ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

האט איר שוין אמאל געהאט אז איר שרייבט א גאנצע לאנגע דרשה און ווען איר האלט שוין ביים ענדיגען דיליט איר עס בטעות?
דאס האט פריער פאסירט צו מיר מיט די היינטיגע ארטיקל...
כהאב שוין נישט קיין צייט היינט עס איבער צו שרייבען, אי''ה דאנערשטאג בל"נ א גרעסערע.
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ג ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

אויטש!

כאמיך טאקע געווינדערט וואסי געשעהן היינט.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: די ארבעט פונעם קריעטיוו פראפעסיאנאל (ח''ג ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

חלקי האט געשריבן:האט איר שוין אמאל געהאט אז איר שרייבט א גאנצע לאנגע דרשה און ווען איר האלט שוין ביים ענדיגען דיליט איר עס בטעות?
דאס האט פריער פאסירט צו מיר מיט די היינטיגע ארטיקל...
כהאב שוין נישט קיין צייט היינט עס איבער צו שרייבען, אי''ה דאנערשטאג בל"נ א גרעסערע.


טאקע ווייטאגליך, עטליכע לענגערע תגוובות מיינע איז קיינמאל געוואןר איבערגעשריבן נאך אזעלכע אינצידענטן... עצה טובה פאר נעקסטיים אויב ווייסט מען אז מען גייט שרייבן א לאנגע תגובה/ארטיקל, שרייבן אין א ווארד פיייל און נאכדעם אריינברענגען, דארטן ווערט עס נישט אזוי שנעל פארלוירן.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”