גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

רעבויסעם, לא איש האשכולות אני, באט וואס זאלעך טוהן כהאב געהאט איבריג צייט היינט, אשר על כן שטעלעך עס אריין דא, על אף סקומט נישט ממש אריין אבער סאיז מעין דמעין פון די נושא, און אויב איינער פילט פאר וויכטיג צי ערענסט ממשיך זיין דערין זאלעס אריינציען און א פרישע אשכול, איך האבעס ארויסגעשטעלט אלס חומר לפאנטאזיע, וכל הרוצה לחלוק יחלוק.

א מעשה מיט כריין
"דוב'עלע, גיי זיי-מוחל צו די גראסערי קויפן שארפע כריין" האט די מאמע למשפחת דאנציגער באפוילן פאר איר כמעט-צען יאריגע תכשיט'ל, בשעת'ן דינסטן צוויבל לכבוד יום טוב, "און מאך זיכער אז עס זאל זיין פון 'טוב-טעם', און אויב זיי האבן נישט, זאלסטו קויפן פון 'גאלדען-טעיסט'. און וואטש ווי דו קראסט!"

"אבער איך פארשטיי נישט קיין ענגליש. איך ווייס נישט וואס צו קויפן. איך קויף גארנישט!" זיין קול האט זיך געהערט אנטשלאסן.

"עס איז נישט קיין פראבלעם" האט זי אים בארואיגט, "עס שטייט אויפ'ן פושקע אזוי: “Tuv-Taam horseradish extra strong”

"און די horseradish extra strong וועט זיין אנשטאט כריין?" זיינע אויגן-ברעמען האבן זיך היבש געהויבן.

"נאופ. horseradish איז כריין."

"אין וועלכן הינזיכט?" האט ער ממש נישט פארשטאנען.

"ווייל אין ענגליש רופט מען כריין horseradish." האט זי מיט געדולד מחנך געווען איר דוב'עלע.

"און tuv-taam איז א גוי'אישע קאמפאני?" האט ער פרובירט צו מאכן סדר אינעם נעפל.

"ניין!" האט זיך די מאמע צושמייכלט: "tuv-taam איז א אידישע פירמע."

ווי א שלאנג געביסענער האט ער אויפגעשפרונגען: "אה!! זיי פארקויפן די כריין בעיקר פאר גויים צוצועסן אויף זייער געפילטע-פיש!"

"ווידער גרייזטו מיין טייער קינד. כריין איז אן אויסשליסליכע אידישע עסן."

"אלא מאי, מוז מען זאגן" האט ער געדרייט זיין פינגער ווי א ת"ח: "די בעלי-בתים פון די כריין קאמפאני זענען מאדערנישע אידן, און זיי קענען נישט קיין אידיש." - האט ער ענגילטיג באשלאסן. 'אז מ'נוצט דעם קאפ – טרעפט מען צו' האט ער זיך געקלאפט אין פלייצע פאר זיין אוקימתא.

"אויך נישט. די בעלי-בתים קענען גוט די מאמע לשון, און כריין פארקויפט מען בעיקר פאר חסיד'ישע אידן."

וכאן הבן שואל: "דעמאלס פארוואס שטייט horseradish אין ענגליש אנשטאט געהעריג כריין?!"

ענגלישע קאטשעניו
מיר אלע פרעגן די זעלבע.

פארוואס, קאמפאני, דארפסטו זיך לערנען ענגליש צו קענען שרייבן, און איך, מר. קאסטומער, ברויך זיך פלאגן עס צו לייזן? שרייב אלעס אויף אידיש און עס וועט זיך ווייטער פארקויפן. אויף מיין אחריות. פאר וועלכע צוועק פארקויפסטו הערינג און חלה מיט ענגלישע סטיקערס? ווייל דער וואס קויפט עס קען נישט קיין אידיש. אוודאי אזוי.

און לאמיר זיך באציען אויף פשוט'ע פראדוקטן ווי ברויט און מילך. פארוואס למען הפעטרישקע שטייט milk? וועלכע ארעמע גייסט קען נישט אויסליינען די ווארט מילך?! ווער?! אה, דו? ביסט דאך אן אויסנאם.

ועוד. מיר געפונען זיך אסאך אין גראסערי, און די ווערטער dagim, taanug, kemach (אנטשולדיגט אויב לאז איך איינעם אויס), פראסקענען אין פנים. די פאקט אז די נאמען איז אין לשון קודש ווייזט עס אז דיין קאסטומער-באזע איז לכה"פ א איד וואס האט א ידיעה אין אונזער הייליגער שפראך – לשון הקודש. טא פארוואס שרייבסטו נישט ארויס "גדולה", "קדם", "גפן" אדער "דבש"? (איך ווייס, איך האב נאכאמאל אויסגעלאזט דיין קאמפאני. ווארט.)

ואם תאמר: "והלוא – און אמער? וויאזוי וועלן די אמיגאוס אין גראסערי פארשטיין אידיש? וויאזוי וועלן מיר טרעפן וואו די זופ-מאנדלען ליגן? עס איז גאנץ א גוטע געדאנק טעארעטיש, אבער אין פראקטיק בין איך נישט מסכים."

נישט געדאגה'ט, נעם נישט קיין איבריגע פרעשור. אלע קאנסעקווענצן זענען גענומען געווארן אין באטראכט. דאס אויך.

די ענטפער איז זייער פשוט. די איינגעשטעלטע גויים אין סופערמארקעט זענען אויסשליסליך געדונגען געווארן צו איינפאקן דיין שפייז און עס אפליפערן צו דיר אין שטוב. די ארבעט פון אנצייגן ווי פראדוקטן געפינען זיך, איז אן ארבעט וואס איז ארויפגעלייגט געווארן אויף די שפאנישע מרי-נפש צוליב די איינע סיבה, אז מיר אלע פארמאגן ב"ה א רעלאטיוו-קליינע פארשטאנד אינעם שפת המדינה, (מיר פארמאגן דאך אן אייגענעם שפראך), דערפאר ברויכן מיר פרעגן די ארבעטערס. אבער אויב אלעס הייבט אן שטיין אין אידיש וועט מען שוין נישט דארפן פרעגן גארנישט פון קיינעם נישט. פינטל.

די נושא ווערט איצט מער פארפלאנטערט ווען פירמעס פון חסידישע מלבושים און שטריימלעך, מאכן זייערע אדווערטייזמענטס אויף ענגליש. מן הסתם טוען זיי דאס פשוט אויס שרעק אז טראמפ וועט חלילה נישט וויסן ווען די איינמאליגע קאליר-סעיל קומט פאר. (סוד: ער וועט טאקע נישט וויסן. א שאד.)

האקן און בראקן
אידיש. דאס ווארט פילט אן מיט בענקשאפט און האפענונג. א קאמבינאציע וואס נאר אזא רייכע שפראך קען ארייננעמען. זי האט באגלייט דעם גלות-איד דורכאויס זיין וואנדערוועג, שפאנענדיג פון שפאניע צו תימן, פון אונגארן קיין אמעריקע, אויפנעמענדיג פאסאדזשירן - נייע ווערטער - אויפן וועג, בסבר פנים יפות.

ווערטער. פון די פארצייטישע קוטשמע - ביז די פארגעשריטענע קאמפיוטער שפירן זיך גאר היימיש אין אונזער שפראך, ווערנדיג גענוצט דורך אינג און אלט.

א שיינעם חלום האב איך.

איך שפאן אראפ וואלאבאוט און איך זעה היימישקייט. די שילדן איבער די געשעפטן זענען ליינבאר פאר יעדעם. אריינשפאצירנדיג אין בעקעריי זעה איך גלייך א אז דא פארקויפט מען חלה. ניין, נישט קיין ענגלישע challah. און געענדיגט מיט אלע ענגלישע sales. אידיש דאמינירט די גאס.

און איך וועק מיך אויף. אויסגערוהט.

בעצם קען מען אנהויבן מיטן אויסשטרעקן דאס באשולדיגונגס פינגער אין די דירעקציע פון די אינדוסטריעס, זייערע קאנסולטאטן און גראפיק-דעזיינערס.

אבער ניין, ליידער ידינו שפכו, מיר - די קאסטומער - זענען שולדיג אינעם בכיה לדורות, מיט דעם וואס מיר פארלאנגען נישט קיין ענדערונג אינעם סיסטעם וואס האלט אונז געבינדן שוין פאר לאנגע יארן, און מיר לאזן זיך פירן ווי בראקל-עוף צום שחיטה.

רבותי! לא עת לחשות, עורו ישינים משינתכם, מיר מוזן זיך אויפוועקן!... סארי אי"י ע"ם אי"ן מחאה מאוי"ד... פשוט א טריקענע פראגע פארוואס טאקע דארך מען אלעס ארומדרייען אין ענגליש ? אונזער שפראף איז טאקע אזוי אפגעשליסן ?
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

@מה בכך
אויף דעם האביך געשריבן פריער אז די וואס פאדרייען די נושא מיט אן הגזמה נעמען אוועק די שטארקייט פון די מטרת הגליון

מדארף גיין בדרך הממוצה = נארמאל
די מערכה דא איז נישט דא אויף אידיש / ענגליש
די נושא דא איז 1) עדס וואס מאכן חוזק פון כל הקודש לנו 2) עדס וואס ברענגען אראפ אויף א נידריגע שטאפל די געפילן און ברענגען אריין א נידריגקייט אינעם מענטש = פראסטקייט
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

געראדע דארף די גליון אויכעט ליגן אינעם עזרת נשים
א ריזן טייל פון קאפי-רייטערס אינעם היימישן מארקעט זענען פרויען
א גרויס חלק פון די פרויען וואלטן געקענט ניצן ״אידישקייט״...
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

:grin: מה בכך. צוקער זיס דיין שפראך...
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ציגאנער האט געשריבן::grin: מה בכך. צוקער זיס דיין שפראך...

ס'איז א קאפי-פעיסט, שוין געברענגט געווארו אפאר יאר צוריק...
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

אורח הכבוד האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
burich mechel האט געשריבן:גליון ב

https://drive.google.com/file/d/186RONT ... sp=sharing

איך וואלט געטוישט דעם נאמען פון 'אידישקייט' צו 'נארישקייט'.

ער האקט אויף א טעיק אוט וואס איז מתיר לשון הרע, ווען זיין גאנצע גליון איז אנגעפיקעוועט מיט לשון הרע און הוצאת שם רע. איך האב זיך אנגעהויבן וואונדערן ווער עס שטייט אונטער דעם וואנזיניגן פראיעקט, און יעצט אינטערסירט מיר עס שוין נישט ווייל איך האב געזען פון אונטן דעם טעלעפאון נומער פון די האטליין.

אין א יאר ארום ווען די חברה פון די הייליגע 'אידישקייט' גליון וועלן מאכן א קאמפיין צו שאפן געלט פאר זייער געוואלדיגע אויסטערלישע ארבעט פון קטרוג אויף כלל ישראל (אזוי ווי די 'השומרים' וועלכע טרייבן אויף מיליאנען פאר עטליכע קאמעדיע ליפלעטן פון דמיונות וואס זיי צושפרייטן אין אלע שולן) וועלן זיך שלומי אמוני ישראל מוזן באטייליגן פאר די אכשר דרא'דיגע צדיקים וואס היטן אויפן דור.

זייט פארנומען מיט אינערליכע אידישקייט, און לאזט אפ די דרויסנדיגע. אויב ווילט איר נישט ארבעטן אויף זיך, דאן ארבעט נישט פאר יענעם.
,

הערט אויף אראפרייסן ערליכע אידען מיט די ארגסטע לשונות און איר האט גאר א פראבלעם מיט קיטרוג..
ער האלט נישט אויס אז ס'נאך דא אידען וואס די סווויטש איז נאכנישט אינגאנצען off און זענען נאך וואך צו פארשטיין די פראבלעים
ב''ה מ'הערט נאך אז די חיזוק ריפען צום אפיס איז אסאך מער ווי געראכטען דאס ווייזט אז עוד ישראל רד עם קל

אויב שפירסטו אז יעדע פירצה מוז געשליכטעט ווערן מיט א מערכה, זיי וויסן אז עס איז נישט קיין גרויסע גדולה צו שרייען און פארפירן. נישט יעדער איינער וואס קלערט אנדערש ווי דיר איז א משכיל, עס זענען פשוט דא מענטשן וואס עס גייט זיי נישט אן דאס וואס דיר ברענט. עס מיינט נישט אז זייער אידישקייט איז שוואכער, עס מיינט אויך נישט אז דיינס איז שטערקער, עס מיינט אז דו ביסט אלערגיש דערצו מער ווי ער.

הער אויף מיט די נארישע געשרייען פון עוד ישראל רד עם קול, דאס איז נישט געזאגט געווארן אין פאל ווען איינער איז אלערגיש צו א עדווערטייזמענט. לאז די פסוקים פאר הייליגערע זאכן.
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

איך זעה נישט דערין קיין מערכה קעגן קיינעם ספעציפיש נאר א אווערנעס און אויפוואכונג בכלליות איבער עפעס וואס באדערט שוין אידען בינם לבין עצמם די לעצטערע תקופה

(לידועה בעלמה ס'דא געניג אשכולות אויף אייוועלט פון אלע מיני גשם אן א אפהאלט און גיי ביטע דארט אינדזשויען לייף אן די א ג.פ פרימע מיט זייערע אלערגיש'ס, נישט יעדער פארשטייט צו אלעם, סגארנישט איר זענט באפרייט פון דעם אשכול)
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

מה בכך! ;l;p- זיסע דיבורים.
א קליינע הערה בענין די ענגלישע קאנפעניס:
דו”ק אז איינע פון די סיבות פארוואס די היימישע פירמעס רופן זייערע פירמעס אויף ענגליש איז וועגן די שטאטישע פראגראמען און די לעגאלע ענינים וכיוון דעל על...
צווייטנס:
זיי פארקויפן נישט נאר פאר היימישע אידן נאר אין געוויסע פעלער זענען נישט היימישע די גרעסערע קאסטומערס
און דריטענס:
ווען די טייערע מאמע’ניו וואס דו האסט אראפ געברענגט וועט זאגן פאר איר בן יקיר ”דוב'עלע, גיי זיי-מוחל צו די גראסערי געשעפט קויפן שארפע כריין"
און געב אכטונג ווי דו גייסט אריבער די גאס....
דעמאלטס וואלסטו געקענט האבן טענות פארוואס מ’נוצט נאר די ענגלישע שפראך
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

אויב איז דא היינט א #1 אידישקייט פראבלעם איז דאס אז ווי מ'גייט הרג'ט מען זיך...
צו פאר'ן באשעפער באדערט כביכול די עדס בין איך בכלל נישט קאנווינסט
אבער די שלום וואס ער האט אזוי שטארק ליב איז עפעס וואס פעלט פון אלע שיכטן און קרייזן
ס'טאקע דא גליונות איבער דעם אבער נישט גענוג
ועוד, דאס איז א פראבלעם וואס איך מיין אז יעדער איז מודה אז ס'עקזיסטירט
קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

טייערע קרעטשמע מיטגלידער.

און שוין ווידער, די הנהלה און אחראים מעקן און ווערן נישט פארטיג מעקן פערזענליכע אנגעריפן צווישן קרעטשמע מיטגלידער.

קוקט זייזשע מוחל נאך אין אונזערע תקנות

ג. אייוועלט צילט ארויפצוברענגן א שמייכל אויף אידישע לעפצן, דערפאר איז פארבאטן אויסצוניצן די פלאטפארמע אויף אויסצודרוקן מחאות אויף סיי וואספארא עוולה אדער פירצה בחומת הדת. אן אשכול וואס איז געווידמעט מוחה צו זיין אויף סיי וואס פאר אן עוולה אדער פירצה במחנינו, וועט תיכף פארמעקט ווערן.

ו. אין איינקלאנג מיט אונזער ציהל ארויפצוברענגן א שמייכל אויף די לעפצן און האלטן דאס פלאץ באקוועם פאר יעדן איינעם, מאכט זיכער צו האלטן דעם טאן נידריג און זיך באציען צום אנדערן שרייבער מיט רעספעקט. שרייבער וואס גרייפן אן אנדערע וועלן באקומען א ווארענונג. נאך דריי ווארענונגען קומט א חסימה.

אט די דאזיגע צוויי תקנות זענען איבערגעטרעטן געווארן אין דעם אשכול (און אויך אין אנדערע ענליכע אשכולות).

מיר בען זייער די אלע וואס האבן נישט געקענט זיך איינהאלטן און אויספירן תקנה אות ח' וואס לויטעט:

ח. כל ישראל ערבים זה לזה – אויב איר באמערקט עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן, אנשטאט מעורר זיין דערויף ברבים און גורם זיין א דין ודברים דערוועגן, דרוקט דעם באריכט קנעפל ("!") וואס געפונט זיך ביי יעדע תגובה, און מעלדט איין פאר די הנהלה די סיבה פונעם באריכט. איינער פון די פארוואלטונג וועט זיך אפגעבן מיטן באריכט דאס שנעלסטע וואס מעגליך.

און 'געמוזט' עובר זיין אויף די ערשטע תקנות וואס מיר האבן דא געברענגט, אז זיי זאלן זיך איבערקלערן פאר'ן שרייבן נאכאמאל. מ'זאל נישט דארפן צוקומען צו קיין חסימות.
קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

נאך איינער האט געשריבן:די שפראך דא מוז זיך אויפהערן, איר קענט ברענגן אן עד, און ארויסברענגן די עוולה דערפון, נידער מיט נידעריגע לאזונגען.
ברענגט נישט אראפן אונזער ניווא צוליב יענעמ'ס נידריגקייטן.
המנהל

ווער קען מוסיף זיין?

די נישט איידעלע אויסדרוקן דארפן זיך אויפהערן דא און אין גאנצן וועלטל.
מ'האט נאכנישט געשריבן א ספעציעלע תקנה וועגן דעם, אבער מ'מעג נוצן דעם אייגענעם דעת.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

וועל איך שוין יא ארויסברענגען מיין פראטעסט!!! (מנהלים ביטע נישט אויסטייטשן די ווארט אויף מחאה)
פארצייטנס פלעגן אגאנץ יאר זיין ערנסטע איידעלע עדס און חודש אדר איז געווען אינטערעסאנטע און פאני עדס.
היינט צוטאגס? -עס איז פורים אגאנץ יאר!!! מען הרגעט אוועק די גאנצע ערנסטע הומאר פון חודש אדר!!! דאס ברויך מען פארשרייען!!!
(מיין מנהל פלעגט טאקע זאגן אז אדר איז אזוי ווי אלול און מען דארף זיין ערנסט...)
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

טישטוך האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
burich mechel האט געשריבן:גליון ב

https://drive.google.com/file/d/186RONT ... sp=sharing

איך וואלט געטוישט דעם נאמען פון 'אידישקייט' צו 'נארישקייט'.

ער האקט אויף א טעיק אוט וואס איז מתיר לשון הרע, ווען זיין גאנצע גליון איז אנגעפיקעוועט מיט לשון הרע און הוצאת שם רע. איך האב זיך אנגעהויבן וואונדערן ווער עס שטייט אונטער דעם וואנזיניגן פראיעקט, און יעצט אינטערסירט מיר עס שוין נישט ווייל איך האב געזען פון אונטן דעם טעלעפאון נומער פון די האטליין.

אין א יאר ארום ווען די חברה פון די הייליגע 'אידישקייט' גליון וועלן מאכן א קאמפיין צו שאפן געלט פאר זייער געוואלדיגע אויסטערלישע ארבעט פון קטרוג אויף כלל ישראל (אזוי ווי די 'השומרים' וועלכע טרייבן אויף מיליאנען פאר עטליכע קאמעדיע ליפלעטן פון דמיונות וואס זיי צושפרייטן אין אלע שולן) וועלן זיך שלומי אמוני ישראל מוזן באטייליגן פאר די אכשר דרא'דיגע צדיקים וואס היטן אויפן דור.

זייט פארנומען מיט אינערליכע אידישקייט, און לאזט אפ די דרויסנדיגע. אויב ווילט איר נישט ארבעטן אויף זיך, דאן ארבעט נישט פאר יענעם.
,

הערט אויף אראפרייסן ערליכע אידען מיט די ארגסטע לשונות און איר האט גאר א פראבלעם מיט קיטרוג..
ער האלט נישט אויס אז ס'נאך דא אידען וואס די סווויטש איז נאכנישט אינגאנצען off און זענען נאך וואך צו פארשטיין די פראבלעים
ב''ה מ'הערט נאך אז די חיזוק ריפען צום אפיס איז אסאך מער ווי געראכטען דאס ווייזט אז עוד ישראל רד עם קל

אויב שפירסטו אז יעדע פירצה מוז געשליכטעט ווערן מיט א מערכה, זיי וויסן אז עס איז נישט קיין גרויסע גדולה צו שרייען און פארפירן. נישט יעדער איינער וואס קלערט אנדערש ווי דיר איז א משכיל, עס זענען פשוט דא מענטשן וואס עס גייט זיי נישט אן דאס וואס דיר ברענט. עס מיינט נישט אז זייער אידישקייט איז שוואכער, עס מיינט אויך נישט אז דיינס איז שטערקער, עס מיינט אז דו ביסט אלערגיש דערצו מער ווי ער.

הער אויף מיט די נארישע געשרייען פון עוד ישראל רד עם קול, דאס איז נישט געזאגט געווארן אין פאל ווען איינער איז אלערגיש צו א עדווערטייזמענט. לאז די פסוקים פאר הייליגערע זאכן.

אין זייט וויסן אז נישט יעדעם ברענט דאס וואס דיר ברענט עס איז דא מענטשן וואס האלטן אויך אויס דאס אז מענטשן פירן מערכות ווען עפעס ברענט זיי נישט יעדער איז אזוי אלערגיש

טישטוך האט געשריבן:
הער אויף מיט די נארישע געשרייען פון עוד ישראל רד עם קול, דאס איז נישט געזאגט געווארן אין פאל ווען איינער איז אלערגיש צו א עדווערטייזמענט. לאז די פסוקים פאר הייליגערע זאכן.

אה איך זעה עס באדערט ווען מען ניצט פסוקים פאר פשוטע זאכן שוין שטיי זיי שוין ממש נאנט צו האלטן אייניג
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

@מה בכך

פארוואס איז מכבד זיין איינעם צו קאסטען קאטשעניו מיט ראפאגאש מער יודיש גערעדט ווי הארסרעדיש?
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2469
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

Screenshot 2021-07-25 122308.jpg
Screenshot 2021-07-25 122308.jpg (116.36 KiB) געזען 2901 מאל
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

אידעלעך - וואס זאגט איר צו אן עד. וואס כ'האב געזעהן אין די ניין טעג בערך בזה"ל: "דבר בעתו מה טוב... 9 מיני פישן, לכבוד די ניין טעג..."
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ווי אנדערע האבען שוין געשריבען, זענען פארהאנען פארשידענע ערליי עדס, לא ראי זה כראי זה. דער גליון אנהייב דעם אשכול איז היבש איבערגעטריבען, כדרכם פון גליונות וועלכע באשטייען פון איין נושא, וואס מען בלאזט אויף אין דער וועלט אריין, און אויף טייל זאכען דראפעט עס זיך אויף גראדע ווענט.

פארהאנען למשל עדס וואס זענען עזות וחוצפה כלפי שמיא. למשל דער עד וואס שרייבט אז מען האט געציילט ספירה אויף טשיזקעיק, אדער דער עד וואס רעדט וועגען גאסיפ (הגם איך דענק דער מארקעטער האט נישט אינזינען געהאט לשה"ר נאר סתם שמועסען). דאס דארף מען באמת פארשרייען ווייל עס איז א פגיעה אינ'ם תורה און עזות קעגען השי"ת.

נאכער זענען דא עדס וואס זענען פלעין נישט סעניסטיוו. למשל עדווערטייזען כדי צו מאכען געלט אויף מילכיגס אדאנק די ניין טעג, איז געמיין. עס איז אבער נישט קיין נייע זאך. לכה"פ 35 יאר צוריק האט מען שוין אזוי עדווערטייזד, ווענגלייך נישט מיט אזעלכע שיינע גרעפיקס. עס איז מיאוס און געמיין וויבאלד מען נוצט אויס די ימי אבל אויפ'ן חורבן ביהמ"ק צו פארדינען פון דעם, אבער אין דעם איז גלייך יעדע געשעפט וואס עדווערטייזד, און דער קוואליטעט פונ'ם עד איז שוין נישט קיין נפק"מ.

נאך מער, דער שולד ליגט בכלל נישט אויף די מארקעטערס נאר אויף די געשעפטען. ווען איך פלעג פארמאגען א געשעפט האב איך טאקע נישט עדווערטייזט וועגען ניין טעג מילכיגס מטעם הנ"ל. דאס איז געוועהן מיין באשלוס אלס אייגענטימער, און די געשעפטען וועלכע עדווערטייזען יא איז די טענה אויף זיי.

נאכדעם איז דא עדס וועלכע צייגען פרעס אין לעבעדיגע פארבען. נו, סך הכל ברענגט דער עדווערט ארויס דאס פרעסעריי און גשם וואס געפונט זיך אין די געשעפטען, און וואס ווערט פיין איינגעקויפט דורך דעם ציבור. אויב איז גשמיות א פראבלעם, איז דער פראבלעם נישט אז דער מארקעטער ברענגט ארויס וויפיהל סארט סטעיק ס'דא יעדע נאכט אין האטעל פלוני, אדער ווי געשמאק איז אייזקרעים אלמוני. דער פראבלעם איז אז עס איז טאקע דא 17 מעינס יעדע נאכט סאפער, און 35 סארט אייזקרעימס.

און די סבה פארוואס עס זענען פארהאנען די אלע גשמיות, איז ווייל עס איז דא ווער עס קויפט עס אפ. טא צו קומען מיט טענות אויפ'ן מארקערטער וואס ער איז סה"כ מפרסם דעם פרעסעריי איז געשאסען די פיילען אויפ'ן פאלשען אדרעס.

ואגב, אין די לונדונע תקנות זענען אויך דא עטליכע איבערגעטריבענע זאכען אין דער וועלט אריין. למשל ביי קאזמעטיקס מוז שטיין 'פאר אילוסטרעישען פערפאסעס אונלי' - פארוואס? אבער יענע ועד איז אויך נישט געשטעלט געווארען אויפ'ן פארלאנג פון סתם עמך, נאר כדרך די וועלכע זוכען צו ווערען פרומער פאר יענעם ודי.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

בעל החבית האט געשריבן:אידעלעך - וואס זאגט איר צו אן עד. וואס כ'האב געזעהן אין די ניין טעג בערך בזה"ל: "דבר בעתו מה טוב... 9 מיני פישן, לכבוד די ניין טעג..."

נאריש, ווארום בלויז אכט פון די טעג קען מען עסען פיש.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

[quote="מה בכך"][/quote]
מסכים מיט יעדע ווארט דיינע
אוודאי איז דאס נישט אין פארגלייך מיט די הערות איבער די עד'ס, וואס מאכט חוזק מכל הקדוש והיקר לנו, אדער מאכט ביליג אונזערע הייליגע מושגים

אבער דיין נקודה איז ריכטיג

קען זיין ס'דארף אן עקסטער אשכול, ווי מען רעדט איבער דעם ענין פון אונזער הייליגע אידישע שפראך, זיך נישט צו דארפן שעמען דערמיט, און נישט צו דארפן ברעכן קאפ ווי אזוי א גוי זאגט ארויס א ח' (חלה, חריין, חומוס, טחינה, חלב ישראל, און וואס נאך).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

לעצטנס נאך וואס דער גליון איז ארויס, האב איך געכאפט א בליק אויף די פארשידענע אויסגאבעס. און הגם ס'ווענדט זיך מסתמא וועלכע געגנטער, אבער אין מיין שטאט זענען ממש רובא דרובא עדס געווען שיין, איידל, און אויסגעהאלטן. די געציילטע וואס זענען נישט געווען די בעסטע, איז עס געווען צוליב דעם וואס די עסן אויף דעם עד איז נישט געווען גענוג איידל לענ"ד.

אבער איך גלייב אז למשל אין מאנסי איז עס ערגער.

האועווער, לויט מיין עקספיריענס פון יעצט, האט דער גליון א וואלידע פוינט. אפשר אביסל איבערגעטריבן. און אפשר דארט ווי די ארויסגעבער וואוינען איז עס ערגער.
---

און די אלע וואס האבן א פראבלעם מיט די מוחים, האבן פשוט ווייניג טאלעראנץ. יא, אמת, אסאך מאל זענען די מוחים נישט קיין גרויסע חכמים, און אסאך מאל קומט עס פון דעם ווילן צו פילן סופעריער, העכער און פרומער פון דעם פשוט'ן איד, און אסאך קומט עס פון אייגענע שולד געפילן, און אסאך מאל קומט עס פון אסאך אנדערע זאכן. אזוי ווי זייער אסאך מענטשן, אין אלע אנדערע - נישט פרומע - אספעקטן אין לעבן. ס'איז וויכטיג צו האבן טאלעראנץ און סבלנות צו א צווייטנס שוואכקייט אין אלגעמיין, חוץ ווען יענער איז אן עובר עבירה. אויף פרומקייט דארף מען סובל זיין. און זיכער געדענקן נישט צו אוועקמאכן א פוינט ווייל די אנפירער זענען - לויט דיין מיינונג - נישט מיט הונדערט פראצענטיגע ריינע כוונות. וה' יראה ללבב, און מיר קענען נאר שפעקולירן.

און זיכער דארף מען זיך מונע זיין פון באזידלן, און באשמיצן, און מבזה זיין, מענטשן, וואס משום סיי וועלכע סיבה ס'זאל נאר נישט זיין, האבן זיי א נטיעה פאר פרומקייט. שוין אפגערעדט פון דעם כלליות'דיגן סטיריאוטייפן יעדער וואס טוט אין פרומקייט, בלויז ווייל דו האסט זיך צופעליג אנגעטראפן מיט געוויסע פרומע מיט גרויסע שוואכקייטן. בו בעת, ווען פון די שוואכערע עלעמענט קען מען נאך טרעפן "גענוג און נאך" מידות משחתות. ספעציעל טאקע ביי די אנטי פרומע. זאל איך אלזא וועגן דעם סטיריאוטייפן יעדער וואס האט טענות אויף פרומע? וואס עפעס?
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

אנעים זמירות האט געשריבן:
בעל החבית האט געשריבן:אידעלעך - וואס זאגט איר צו אן עד. וואס כ'האב געזעהן אין די ניין טעג בערך בזה"ל: "דבר בעתו מה טוב... 9 מיני פישן, לכבוד די ניין טעג..."

נאריש, ווארום בלויז אכט פון די טעג קען מען עסען פיש.

נו האסטעך א גוטע אמתלא אויף צו מוחה זיין :lol:
אבער נישט דאס האביך געמיינט כמובן...
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

אנעים זמירות האט געשריבן:
בעל החבית האט געשריבן:אידעלעך - וואס זאגט איר צו אן עד. וואס כ'האב געזעהן אין די ניין טעג בערך בזה"ל: "דבר בעתו מה טוב... 9 מיני פישן, לכבוד די ניין טעג..."

נאריש, ווארום בלויז אכט פון די טעג קען מען עסען פיש.

מוצאי תשעה באב
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

איך וויל דא איבערבעטן בשער בת רבים די אלע וואס האבן זיך געשפירט געטראפן פון מיינע תגובות אין דיזן אשכול. איך מיין אז איך האב ארויסגעברענגט דאס וואס איך האב געוואלט, מיין מיינונג האב איך נישט געטוישט - און אזוי אויך האב איך נישט געטוישט קיינעמס מיינונג...

איך וועל ענדערש שרייבן וויצן און פאעזיע, און ווייניגער זיך פארטון מיט דברים העומדים על הפרק (חוץ אז ס'וועט ברענען...) איך בין אויף אייוועלט פאר אינטערטעינמענט פערפעסעס אנלי!
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

כל הכבוד!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

טישטוך האט געשריבן:איך וויל דא איבערבעטן בשער בת רבים די אלע וואס האבן זיך געשפירט געטראפן פון מיינע תגובות אין דיזן אשכול. איך מיין אז איך האב ארויסגעברענגט דאס וואס איך האב געוואלט, מיין מיינונג האב איך נישט געטוישט - און אזוי אויך האב איך נישט געטוישט קיינעמס מיינונג...

איך וועל ענדערש שרייבן וויצן און פאעזיע, און ווייניגער זיך פארטון מיט דברים העומדים על הפרק (חוץ אז ס'וועט ברענען...) איך בין אויף אייוועלט פאר אינטערטעינמענט פערפעסעס אנלי!

יעדער איז בארעכטיגט צו האבן א מיינונג!

און דו אויך! דאס איז די שיינקייט פון דער וועלט, פול מיט קאלירן, טעיסטס, און מיינונגען.

איך זע נישט פארוואס איינער זאל ווערן געטראפן ווען א צווייטער זאגט אויך א מיינונג.

אויב ס’האט איינעם געטראפן, זאל ער גיין ארבעטן אויף זיינע מידות, און אויב דו האסט זיך געשפירט געטראפן זאלסטו ארבעטען אויף דיינע מידות.

שטעל זיך פאר אז יעדער האט די זעלבע מיינונג, וואלט אייוועלט געהאט נאר איין אשכול און עס וואלט נישט געווען וואס צו שמועסן.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”