גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

farshlufen האט געשריבן:ווען איך קוק אן דעם בילד און קלער ווי אזוי מ'האט אים אלץ מגייר געווען פונעם אריגענלן גוי'אישן בילד, דאן ווערן פיל פראגן פארענטפערט.

אה וועגן דעם רופט מען עס גוי'אישע תפילין בייטלעך...?!
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
פנימחדשות האט געשריבן:דאס האט מיר איינער געשריבען אין אישי: קענענדיג די מארקעט פונדערנאנט, ווייס איך גוט וויפיל מענטשן שוויצן אוועק און רייסן זיך מיט מסירת נפש נישט צו נאכמאכן די גוי׳שע קאמפיין עד׳ס, ספעציעל נישט אויף אידיש. דא קומט דער גראפיקער און מאכט נאך א גאנצע גוי׳שע סעריע פון ׳פאלאווען סעלעבריטי׳ס קויפן פראדוקטן׳. עס איז עקלהאפטיג.

וועלכן צעלעברעטי פאלאוט מען דא?? מ'גייט כאפן א שפאציר אין מפואר. דאס קינד איז טאקע קאאל און פאסט נישט פאר א חסידישע געשעפט. אבער וואס מישט מען קוגלען דא...

@טישטוך, דיין קאפ לויפט זייער ווייט. לאז געמאך, שרייב נישט איבער וואס דו האסט געמעקט אפי' ברמיזה.

דו מאכסט זיך טעמיש? לכאורה יא. עניוועי, עס איז א שאד זיך צו טענה׳ן. איך בין געווענליך היבש ליבעראל גענויגט ווען עס קומט צו די היימישע מארקעטינג, דא אבער איז עס איין שטיק גארבידזש, און כ׳האב חלילה נישט באשמוצט קיין איינעם פון די דעזיינער און גראפיקער, איך האב נאר געזאגט פון וואו דאס נעמט זיך.
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
פנימחדשות האט געשריבן:דאס האט מיר איינער געשריבען אין אישי: קענענדיג די מארקעט פונדערנאנט, ווייס איך גוט וויפיל מענטשן שוויצן אוועק און רייסן זיך מיט מסירת נפש נישט צו נאכמאכן די גוי׳שע קאמפיין עד׳ס, ספעציעל נישט אויף אידיש. דא קומט דער גראפיקער און מאכט נאך א גאנצע גוי׳שע סעריע פון ׳פאלאווען סעלעבריטי׳ס קויפן פראדוקטן׳. עס איז עקלהאפטיג.

אז ער רעדט פון פאלווען סעלעברעטיס
איך לענ''ד זע איך נישט די פראבלעם פון פאלווען סעלעברעטיס, עס ווענדט זיך נאר וואספארא סעלעברעטיס זיי זענען...
אויב זענען זיי היימישע חסידישע סעלעברעטיס כגון די דרשו סיום הש''ס קאמפיין אדער למשל לאנגזאם פעלדמאן אד''ג
זע איך נישט קיין פראבלעם
אבער ווען מנוצט א 2022 אינגל אנגעשמירט מיט ע פענסי שאל דאס איז אן עקל.

פאר די סאושעל מידיא זיצערס איז "די" אינגל גוט באקאנט (פארדעם כאפט נישט יעדער) ער איז א סעלעברעטי מיטן ארויסגעבן ווידיאס פון זיך וכו'
לעצט פארראכטן דורך קאץ און מויז אום דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 1:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

טערסאנט פארוואס דער דעזיינער האט נישט טייט געמאכט דעם שיינקייט'ס הויזן...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

און וויכטיג אויסצוקלארן אז ס'איז נישט נאר דער צורה פון די עד, נאר דאס גאנצע אריינברענגען אין קינדער צו זיין פארנומען מיטן בייטל אלס הכנה לבר מצוה, ברענגט איבלען
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פאר רוב היינטיגע קינדער איז די גרעסטע הכנה צום בר מצוה אלע זייטיגע שטותים, זאַל, רעקל, הוט, פאטאגראפער וכו'. רוב קינדער זענען ליידער קאלט צום מציאות פון מקבל זיין דעם יצר טוב. אז שוין יא אזוי, זאל שוין כאטש זיין צום תפילין בייטל ווי איידער צום סוט.

ליידער זענען די טאטעס נישט צופיל בעסער היינט. אויב דער טאטע גרייט זיך צום פסח מיט א נייע בעקיטשע און אויף סוכות מיט אן איבערגעפוצטע שטריימל, איז א תפילין בייטל שוין אפי' בעסער. מ'דארף אנהייבן אריינברענגען א ווארימקייט צו א מצוה אין די קינדער/בחורים און טאטעס בכלליות, וועלן זיי אליין פארשטיין וויאזוי א הכנה צום בר מצוה דארף אויסקוקן.

מיטן האקן אויף א ספעציפישן פראבלעם וועלן זיי נאר וויסן אז די מפואר עדס זעמען פראבלאמאטיש, נישט אז אונזער דור דארף מער ווארימקייט צו אידישקייט. מ'דארף מאכן אן אויסגאבע צו ברענגען מער ווארימקייט צו אידישקייט, מצוות, ימים טובים, ווי איידער אן אויסגאבע צו האקן אויף עדס.

אבער דאס נוצן א סעלעברעטי איז טאקע גויאיש. איך האב פריער נישט געוואוסט אז דאס איז א בילד פון א אינגל.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

יצחק אייזיק האט געשריבן:פאר רוב היינטיגע קינדער איז די גרעסטע הכנה צום בר מצוה אלע זייטיגע שטותים, זאַל, רעקל, הוט, פאטאגראפער וכו'. רוב קינדער זענען ליידער קאלט צום מציאות פון מקבל זיין דעם יצר טוב. אז שוין יא אזוי, זאל שוין כאטש זיין צום תפילין בייטל ווי איידער צום סוט.

ניין ניין און ניין!

רוב היינטיגע קינדער איז נישט קיין תירוץ!

נאך דא טויזענטע קינדער פון היימישע שטובער וואס האבן בר מצוה ביי זיך אינדערהיים אדער אין א פשוטע זאל, און זענען נישט פארנומען מיט די זייטיגע שטותים! פאקט!

מען טאר נישט אראפברענגען די סטאנדארט צו די שוואכערע!
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

יצחק אייזיק האט געשריבן:פאר רוב היינטיגע קינדער איז די גרעסטע הכנה צום בר מצוה אלע זייטיגע שטותים, זאַל, רעקל, הוט, פאטאגראפער וכו'. רוב קינדער זענען ליידער קאלט צום מציאות פון מקבל זיין דעם יצר טוב. אז שוין יא אזוי, זאל שוין כאטש זיין צום תפילין בייטל ווי איידער צום סוט.

ליידער זענען די טאטעס נישט צופיל בעסער היינט. אויב דער טאטע גרייט זיך צום פסח מיט א נייע בעקיטשע און אויף סוכות מיט אן איבערגעפוצטע שטריימל, איז א תפילין בייטל שוין אפי' בעסער. מ'דארף אנהייבן אריינברענגען א ווארימקייט צו א מצוה אין די קינדער/בחורים און טאטעס בכלליות, וועלן זיי אליין פארשטיין וויאזוי א הכנה צום בר מצוה דארף אויסקוקן.

מיטן האקן אויף א ספעציפישן פראבלעם וועלן זיי נאר וויסן אז די מפואר עדס זעמען פראבלאמאטיש, נישט אז אונזער דור דארף מער ווארימקייט צו אידישקייט. מ'דארף מאכן אן אויסגאבע צו ברענגען מער ווארימקייט צו אידישקייט, מצוות, ימים טובים, ווי איידער אן אויסגאבע צו האקן אויף עדס.

אבער דאס נוצן א סעלעברעטי איז טאקע גויאיש. איך האב פריער נישט געוואוסט אז דאס איז א בילד פון א אינגל.

און דארף מען עקסטער דן זיין צו דאס עצם מארקעטינג פאר די יוגענטליכע אין א געזעלשאפט ווי די עלטערן האלטן זיי אויס אין פול און מאכן זיי חתונה האט בכלל א פשט.

דעס אליינס איז א חוצפה שאין דגמתו, די פרעשור וואס די קאמפאניס און מארקעטערס לייגן ארןיף אויף די עלטערען נישט דורך משכנע זיין די עלטערן וואס איז גוט פאר די קינדער נאר משכנע זיין די יונגע וועלכע זאכן צו מוטשען פון די עלטערן, ס'איז א גרויל.

ווייס איך נישט צו די מוסדות האבן דעס אנגעהויבן צו טוהן און די מארקעטערס האבן דאס נאכגעמאכט אדער פארקערט. יהיה איך שיהי וואלטן זיי ווען ביידע געמעגט מאכן א סטאפ דערצו.

איך מוז באצאלן און מחנך זיין מיין קינד וועלכע מער/ווייניגער ווערט ער געפיטערט ביי אנדערע וואס צו וועלן לטוב ולמוטב. טרעט'ס אלע אפ פון מיר, אדער נעם עס איבער און לאז מיך לעבן.
אוועטאר
שיינער חלום
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 11:29 am
לאקאציע: אין בעט

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינער חלום »

יצחק אייזיק האט געשריבן:פאר רוב היינטיגע קינדער איז די גרעסטע הכנה צום בר מצוה אלע זייטיגע שטותים, זאַל, רעקל, הוט, פאטאגראפער וכו'. רוב קינדער זענען ליידער קאלט צום מציאות פון מקבל זיין דעם יצר טוב. אז שוין יא אזוי, זאל שוין כאטש זיין צום תפילין בייטל ווי איידער צום סוט.

ליידער זענען די טאטעס נישט צופיל בעסער היינט. אויב דער טאטע גרייט זיך צום פסח מיט א נייע בעקיטשע און אויף סוכות מיט אן איבערגעפוצטע שטריימל, איז א תפילין בייטל שוין אפי' בעסער. מ'דארף אנהייבן אריינברענגען א ווארימקייט צו א מצוה אין די קינדער/בחורים און טאטעס בכלליות, וועלן זיי אליין פארשטיין וויאזוי א הכנה צום בר מצוה דארף אויסקוקן.

מיטן האקן אויף א ספעציפישן פראבלעם וועלן זיי נאר וויסן אז די מפואר עדס זעמען פראבלאמאטיש, נישט אז אונזער דור דארף מער ווארימקייט צו אידישקייט. מ'דארף מאכן אן אויסגאבע צו ברענגען מער ווארימקייט צו אידישקייט, מצוות, ימים טובים, ווי איידער אן אויסגאבע צו האקן אויף עדס.

אבער דאס נוצן א סעלעברעטי איז טאקע גויאיש. איך האב פריער נישט געוואוסט אז דאס איז א בילד פון א אינגל.

דאס טוט טאקע די גליון, זיי האקן נישט נאר אויף עדס, זיי רעדן יעדע שטיק צייט פון עפעס אנדערש.
אבזערווירער האט געשריבן:
שטארקע מענטשן ברענגן גוטע צייטן, גוטע צייטן ברענגן שוואכע מענטשן, שוואכע מענטשן ברענגן שווערע צייטן, שווערע צייטן בויט שטארקע מענטשן...
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איין זאל פארשטיי איך נישט אויב יעדער איין די שעדליכקיט פון זען אזעלכע עדס פארוואס נעמט ארין אין שטוב אזעלכע אדווערטייזמענט פלוג-בלעטלען אן קיין שום השגחה אדער אחריות, וואס מען האט נישט קיין אהנונג וואס גייט אלץ אריינגיין דארט?

צווישן אונז גערעדט, די בולעטינען ברויכן דאס געלט פון די אנאסירער, און די אנאסירער ברויכן ווי מער מענטשן זאלן דאס ליינען. און אויב ווייסן זיי אז האלטן א קאנטראל גייט ברענעגן מער מענטשן גייט דאס מוזן געשען.

עס איז די העכסט צייט צו עפענען א קאמפיין פעיזש, 'נישט אריינצונעמען אין שטוב קיין אדווערטייזמענט פלוג-בלעטלען מיט ביליגע עדס אן קיין השגחה'. און אדרבא זאלן זיך ווי מער אידן מצטרף זיין צו האלטן די שטוב ריין. און דאס וועט אינאיינוועגס הויפטזעכליך האבן אן השפעה אויף די מצב אויכעט.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

בר דעת
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

די עדס זענען פונקט קאפויער ווי מפואר, מ'פויער פאסט בעסער
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:איין זאל פארשטיי איך נישט אויב יעדער איין די שעדליכקיט פון זען אזעלכע עדס פארוואס נעמט ארין אין שטוב אזעלכע אדווערטייזמענט פלוג-בלעטלען אן קיין שום השגחה אדער אחריות, וואס מען האט נישט קיין אהנונג וואס גייט אלץ אריינגיין דארט?

צווישן אונז גערעדט, די בולעטינען ברויכן דאס געלט פון די אנאסירער, און די אנאסירער ברויכן ווי מער מענטשן זאלן דאס ליינען. און אויב ווייסן זיי אז האלטן א קאנטראל גייט ברענעגן מער מענטשן גייט דאס מוזן געשען.

עס איז די העכסט צייט צו עפענען א קאמפיין פעיזש, 'נישט אריינצונעמען אין שטוב קיין אדווערטייזמענט פלוג-בלעטלען מיט ביליגע עדס אן קיין השגחה'. און אדרבא זאלן זיך ווי מער אידן מצטרף זיין צו האלטן די שטוב ריין. און דאס וועט אינאיינוועגס הויפטזעכליך האבן אן השפעה אויף די מצב אויכעט.

איך קען טאקע אסאך - יא אסאך - פאמיליעס וואס נעמען שוין נישט אריין די אדווערטייזמענטס מאגאזינען פאר לאנגע יארן, טאקע מהאי טעמא!

יא, זיי האבן שוין געכאפט די לאך אפאר יאר צוריק.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:

איך אויך.

כ'רעד פון די ניקס דא וואס זארגן זיך על נפש עולליהם וטפיהם (איך מאך עס נישט אוועק ח"ו), זאלן זיי טאקע טון למעשה, און העכסטנס וועלן זיי פארפאסן איין סעיל, איך מיין אבער אז עס לוינט זיך.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

אזוי ווי איך האב שוין געשריבן דא

בלי נדר, ווי לאנג עס וועט נישט זיין קיין התנצלות פון די אלע אויסגאבעס און בלעטלעך, קומען זיי מער נישט אריין ביי מיר און שטוב.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

די עצה פון נישט אריינעמען מאגאזינען איז נישט גילטיג פאר די אויסגאבעס ווי אונזערע קהילות און מוסדות אדווערטייזן זיך, וק"ל.

די דארפן זיך האלטן צו א העכערע סטאנדארד ריגארדלעס.
לעצט פארראכטן דורך פראקטיש אום דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 3:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

בר דעת האט געשריבן:די עדס זענען פונקט קאפויער ווי מפואר, מ'פויער פאסט בעסער

;l;p-
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

גלות איד האט געשריבן:אזוי ווי איך האב שוין געשריבן דא

בלי נדר, ווי לאנג עס וועט נישט זיין קיין התנצלות פון די אלע אויסגאבעס און בלעטלעך, קומען זיי מער נישט אריין ביי מיר און שטוב.

איינער האט געזעהן די North Manchester Circular די וואך?
ס'איז פארשטייט זיך געווען א טעות, אבער איך פארשטיי נישט וויאזוי אזא טעות קען געשעהן.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

איך וויל זיך נאכאמאל קלארשטעלן.

איך האב זייער נישט ליב די ׳אידישקייט׳ גליון, און ווי שוין אויבן ערווענט האב איך א ליסטע פון וויכטיגערע זאכן מתקן צו זיין דעם כלל, בעפאר איך קום אן צו די וועכנטליכע אדווערטייזמענטס. אלע ראדיקאלע וועגן פון אנרופן און מוחה זיין, אדער עקסטרעמע פרומקייט ווי נישט ארייננעמען די אויסגאבעס אין שטוב, דאס אלעס איז נישט וואס איך געמיינט ארויסצוברענגען. איך פערזענליך בין אויפגעברויזט אויף די חוצפה פון דעם אדווערטייזמענט, איך האלט אז עס האט געבראכן א גרעניץ. אבער בקהלם אל תחד כבודי און רעכנט מיר נישט אריין צווישן די עקסטרעמיסטן דא...
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

@טישטוך, גע'פועל'ט!

איך וועל דיך נישט אריינרעכענען צווישן די "עקסטרעמיסטן" וואס פרובירן צו האלטן זייערע היימען ריין פון דרויסענדיגע השפעות.
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

טישטוך האט געשריבן:איך וויל זיך נאכאמאל קלארשטעלן.

איך האב זייער נישט ליב די ׳אידישקייט׳ גליון, און ווי שוין אויבן ערווענט האב איך א ליסטע פון וויכטיגערע זאכן מתקן צו זיין דעם כלל, בעפאר איך קום אן צו די וועכנטליכע אדווערטייזמענטס. אלע ראדיקאלע וועגן פון אנרופן און מוחה זיין, אדער עקסטרעמע פרומקייט ווי נישט ארייננעמען די אויסגאבעס אין שטוב, דאס אלעס איז נישט וואס איך געמיינט ארויסצוברענגען. איך פערזענליך בין אויפגעברויזט אויף די חוצפה פון דעם אדווערטייזמענט, איך האלט אז עס האט געבראכן א גרעניץ. אבער בקהלם אל תחד כבודי און רעכנט מיר נישט אריין צווישן די עקסטרעמיסטן דא...

איים סארי. אין דעם פאל זענען מפואר די "עקסטרעמיסטן" וואס שלעפן די שטריק צו די עקסטרעם. מיר ווילן לאזן אונזערע שטובער אזוי ווי ס'איז, מיר ווילן נישט קיין ביז יענע עקסטרעם...
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

טישטוך האט געשריבן:איך וויל זיך נאכאמאל קלארשטעלן.

איך האב זייער נישט ליב די ׳אידישקייט׳ גליון, און ווי שוין אויבן ערווענט האב איך א ליסטע פון וויכטיגערע זאכן מתקן צו זיין דעם כלל, בעפאר איך קום אן צו די וועכנטליכע אדווערטייזמענטס. אלע ראדיקאלע וועגן פון אנרופן און מוחה זיין, אדער עקסטרעמע פרומקייט ווי נישט ארייננעמען די אויסגאבעס אין שטוב, דאס אלעס איז נישט וואס איך געמיינט ארויסצוברענגען. איך פערזענליך בין אויפגעברויזט אויף די חוצפה פון דעם אדווערטייזמענט, איך האלט אז עס האט געבראכן א גרעניץ. אבער בקהלם אל תחד כבודי און רעכנט מיר נישט אריין צווישן די עקסטרעמיסטן דא...

נאכאמאזעל האסטעך אויסגעקלארט! כ׳האב שוין כמעט געוואלט אפהאקן מיט דיר.. ס׳הייסט אפי׳ דא זעסטו נישט די פראבלעם… שוין ב״ה!
אבער קיין עקסטרעמיסט ביזטו נישט גע׳פועל׳ט… :lol:
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:איין זאל פארשטיי איך נישט אויב יעדער איין די שעדליכקיט פון זען אזעלכע עדס פארוואס נעמט ארין אין שטוב אזעלכע אדווערטייזמענט פלוג-בלעטלען אן קיין שום השגחה אדער אחריות, וואס מען האט נישט קיין אהנונג וואס גייט אלץ אריינגיין דארט?

צווישן אונז גערעדט, די בולעטינען ברויכן דאס געלט פון די אנאסירער, און די אנאסירער ברויכן ווי מער מענטשן זאלן דאס ליינען. און אויב ווייסן זיי אז האלטן א קאנטראל גייט ברענעגן מער מענטשן גייט דאס מוזן געשען.

עס איז די העכסט צייט צו עפענען א קאמפיין פעיזש, 'נישט אריינצונעמען אין שטוב קיין אדווערטייזמענט פלוג-בלעטלען מיט ביליגע עדס אן קיין השגחה'. און אדרבא זאלן זיך ווי מער אידן מצטרף זיין צו האלטן די שטוב ריין. און דאס וועט אינאיינוועגס הויפטזעכליך האבן אן השפעה אויף די מצב אויכעט.

גראדע דא און וויליאמסבורג פראבירט "די בולעטין" זיך צו האלטן אויף א פרומערע סטאנדארט, זיי בלורן בילדער פון אידן ווי למשל די קאנצערט וואס איז לעצטענס געווען האבן זיי געבלורט די עד, איך בין טאקע נייגעריג צו זיי האבן עפעס געטוהן דא אויך.
לעצט פארראכטן דורך Thank you אום דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 3:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

ס'דא אזאנע וואס טראץ דעים וואס זיי קענען צימאל דיסאגריען מיט די אידישקייט גליון איז אבער די בקהלם אל תחד כבודי געציעלט אויף די נידריגע און גויעשע עדס און דאס איז וואס באדערט אים,
נאכדעים איז דא אזאנע וואס קענען אמאל דיסאגריען מיט א געוויסע עד אז ס'איז טו מאטש אבער די בקהלם אל תחד כבודי בלייבט געציעלט אויף די אידען וואס זענען וואך אויף עד'ס אפילו ווען ס'נאך נישט גאר גאר נידריג נאר אויך ווען ס'איז סתם נידריג..
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אורח הכבוד האט געשריבן:ס'דא אזאנע וואס טראץ דעים וואס זיי קענען צימאל דיסאגריען מיט די אידישקייט גליון איז אבער די בקהלם אל תחד כבודי געציעלט אויף די נידריגע און גויעשע עדס און דאס איז וואס באדערט אים,
נאכדעים איז דא אזאנע וואס קענען אמאל דיסאגריען מיט א געוויסע עד אז ס'איז טו מאטש אבער די בקהלם אל תחד כבודי בלייבט געציעלט אויף די אידען וואס זענען וואך אויף עד'ס אפילו ווען ס'נאך נישט גאר גאר נידריג נאר אויך ווען ס'איז סתם נידריג..

;l;p-
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

קאץ און מויז האט געשריבן:
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
פנימחדשות האט געשריבן:דאס האט מיר איינער געשריבען אין אישי: קענענדיג די מארקעט פונדערנאנט, ווייס איך גוט וויפיל מענטשן שוויצן אוועק און רייסן זיך מיט מסירת נפש נישט צו נאכמאכן די גוי׳שע קאמפיין עד׳ס, ספעציעל נישט אויף אידיש. דא קומט דער גראפיקער און מאכט נאך א גאנצע גוי׳שע סעריע פון ׳פאלאווען סעלעבריטי׳ס קויפן פראדוקטן׳. עס איז עקלהאפטיג.

אז ער רעדט פון פאלווען סעלעברעטיס
איך לענ''ד זע איך נישט די פראבלעם פון פאלווען סעלעברעטיס, עס ווענדט זיך נאר וואספארא סעלעברעטיס זיי זענען...
אויב זענען זיי היימישע חסידישע סעלעברעטיס כגון די דרשו סיום הש''ס קאמפיין אדער למשל לאנגזאם פעלדמאן אד''ג
זע איך נישט קיין פראבלעם
אבער ווען מנוצט א 2022 אינגל אנגעשמירט מיט ע פענסי שאל דאס איז אן עקל.

פאר די סאושעל מידיא זיצערס איז "די" אינגל גוט באקאנט (פארדעם כאפט נישט יעדער) ער איז א סעלעברעטי מיטן ארויסגעבן ווידיאס פון זיך וכו'

ברענג נאר די ווידיאס פון דעם יונגל (פאר ווער עס קוקט), וועט די עד אריינגיין אין זאכן וואס מאכן מיך ברעכן
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”