דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך כאפ נישט.
מפואר קען דאך נעמען סיי וועלכע קינד, צו יא א סעלעברעטי אדער נישט!
איך למשל האב נישט געוואוסט אז ער איז א סעלעברעטי, נאר נאכן ליינען דא האב איך מיר דערמאנט אז יארן צוריק האב איך געזען עפעס א קליפ פונעם, ער האט אויסגעזען אסאך אנדערש גראדע, אפאר יאר יונגער (לאכט נישט, כ'האב גראדע געשעפּט אסאך חיזוק פון יענע קליפ...) אבער אן אנדערע קינד, פון וואו זאל ער וויסן?
איך ווייס נאך יעצט נישט ווער איז די טאטע סעלעב פון G&G, ניטאמאל געוואוסט אז ער איז עפעס, נאר ליינענדיג דא ווער איך געוואויר נייע זאכן. (אגב כ'מיין אז G&G האט אויך א קינד פאר א מאנטל עד. איז עס אויך ראנג?)
בקיצור, מיין צומישטקייט איז בכמה אנפין, קודם האב איך געמיינט אז די פראבלעם איז די פראסטע וועג ווי אזוי דאס קינד איז אנגעטאן, מיטן שאל און סוועטער וכו', נאכדעם זעה איך אז א טייל עולם ווייטאגט אויפן מגשם זיין די הייליגע בר מצוה, כאילו דער עיקר פונעם געהויבענעם זמן איז א תפילין בייטל פון קעמל פעל, יעצט הער איך אז דער פראבלעם איז נאר אז דאס קינד איז א סעלעברעטי און סאמהאו שלעפט דאס אנדערע קינדער צו סאשעל מידיא, אלמלא וואלט עס נישט געווען א סעלעברעטי וואלט אלעס געווען כשר וישר?
עס איז א לאקשן קוגל פון אלע דיינע צומישענישן.
וויאזוי זעט אויס דאס קינד פון די G&G מאנטלען? דו ווייסט נישט. ווייסט פארוואס? ווייל דארט האט מען אדווערטייזט א מאנטל, און כדי אז דער עולם זאל וויסן וויאזוי עס זעט אויס האט מען עס אנגעטון אויף א קינד.
דא דאגעגן, אדווערטייזט מען א קינד, וואס די קינדער קוקן אים ארויף משום איזה סיבה, און מען קלעבט אים אן אויף די גאסן כדי אז ער זאל אינספירירן די קינדער מיט זיין ׳תפילין בייטל זוך אקציע׳. פארשטייסט שוין דעם חילוק?
דעם מאנטל פון G&G האט קיין שום קינד נישט געשנארערט פונעם טאטן, און דעם אפריקאנער תפילין/מעיקאפ בעג פון די טערקייאישע אלפן בערג, וועלן אומצאליגע טאטעס ברויכן באצאלן פאר זייערע קינדער. און דאס איז נאר איין חלק פון די אומרעכטן פון דעם קאמפיין.
איך קען נישט פארשטיין וואס עס גייט דא פאר מיט מענטשנ׳ס קעפ. איך פערזענליך האלט אז זיי שפילן נאר נאאיוו כדי ארויסצוברענגען אנדערע פון די דישעס.