היות כ'ווייס אז אסאך גראפיקער באנוצן זיך מיט אן אייגענע 'מיני סטודיא' פאר די אויבענדערמאנטע, וואלט איך געוואלט בעטן אויב מ'קען מיטיילן פון עקספיריענס וועלכע מאשינען ס'פעלט זיך אויס צו קענען עפענען א קליינעם סטודיאוי ביי זיך אין אפיס (בעיקר בלויז פאר קליינע פראיעקטן).
- וועלכע קעמרע לוינט זיך צו קויפן (נישט "צו" טייער - אבער גענוג גוט)
וועלכע לייטינג מאשינקעס פעלט זיך אויס
וואס ניצט מען פאר די בעקראוינד וכו'
ביטע ארויסהעלפן מיט טיפס פרייזן און לינקס
די וואס טוען אין product photography ווער'ן געבעטן ארויסצוהלעפן, ביטע.