סימקאוויטש האט געשריבן:אנטשולדיגט, אבער פאר דעם זעהט דיין לאגא אויס וויזוי עס זעהט אויס, YOU GET WHAT YOU PAY FOR
ווען באצאלסטו ווען די טויזענט דאלאר וואלסטו געהאט א לאגא איינס אין דער וועלט וואס קיינער וואלט נישט געהאט די מינדעסטע קריטיק דערויף
אלזא
דו האלטסט אז דו פרייז פאר א לאגא איז $1000 דולר.
יישר כוח פארן ענטפערן, אייגענטליך איז דאס געווען מיין שאלה.
נאר ס'וועקט אויף אינטערעסאנטקייט.
פון וואנעט ווייסטו אז
ס'וואלט געווען איינס אין דער וועלט און אז
קיינער וואלט נישט געהאט דו
מינדעסטע קריטיק???
הימל האט געשריבן:אנטשולדיגט ר' סאלאטס
וואס וואלט געווען ווען איך באשטעל ביי דיר א קאנטעינער פון א געוויסע מין סאלאט, און כדי ס'זאל מיר אויסקומען ביליגער ברענג איך דיר אלע אינגרידיענדס וואס אריינצולייגן און איך בעט דיר נאר זאלט עס פשוט צוזאם מישן, וואס פאר א טעם וועט עס האבן?
כ'פארשטיי ס'וועט מיר אויסקומען ביליגער, וועט עס אבער זיין אזוי גוט ווי ווען איך לאז דיך אליין אלעס מאכן? זאג מיר די אמת
כ'וואלט אפשר ווען געמעיגט ציען א פאראלעל פון דיין משל צו דו נמשל, (ווי דו פאקט אז ביי מיר איז דא פארטיגע פראדוקטן. משא"כ ביי גרעפיקס, דארף ער ממילא צוקומען צום קאסטעמער פאר[אינגרידיענס] דיטעילס, נאך דערצו ביי א לאגא, וואס ער גיט עס אלס צו קאסטן צו כ'בין שוין צופרידן) אבער כ'וועל עס ענדערשט איבערלאזן פאר א צווייט מאל. כ'וועל אבער יא בעסער ארויסברענגען דו השתלשלת הדברים.
כ'בין געקומען צו
....... מיט א גאנצע ליסטע. ווי סטיקער'ס, א באשרייבונג-ברושור און אויך א לאגא, האט מען מיר געגעיבן א quote מיט דראמאטישע ציפערן. אויף מיין פראגע ווי דאס געלט גייט, זאגט ער מיר אז דו לאגא איז $1100.00 ווייל ער פאנגט אן מיט מערערע דיזיינס, און פרעגט מיר וועלעכע ס'געפעלט מיר דו בעסטע, און אזוי ארבייט ער און קומט צוריק צו מיר ביז כ'בין צופרידן. אויף מיין פראגע וויפיל איז דו ביליגסטע מעיגליך ווען כ'וועל זיך פארלאזן אויף זיין פארשטאנד און גארנישט אריינרעדן, זאגט ער מיר $800.00 ווייל ביי א לאגא דארף מען זייער אסאך טראכטן וואס און וויאזוי עס צו מאכן דעריבער איז דאס דו ביליגסטע מעיגליך.
איך וויל זיך אבער דאך שפארן, $800.00 פאר איין איינציגן אייטעם איז מיר זייער אסאך. זאג איך אים אז אויב אזוי וועל איך טיען דו גאנצע ארימיגע ארבייט פון טראכטן און ער זאל עס נאר צוזאמען שטעלן, כ'האב אים געגעיבן דו קרוין, דו סיין, דו קאלער'ס, דו ווערטער, און וויאזוי ס'זאל זיין אויסגעשטעלט דו ווערטער, און ער זאל ארויפלייגן איינס אויפן צווייטן, דו שנעלסטע און דו ביליגסטע, און איך וועל צאלן אויף דו שעה, און כ'האף אז ס'וועט נישט קאסטן מער ווי א מאה'לע, טוישן קען מען אלטס. צום סוף האט עס געקאסט דריי מאות. און כ'האב מיך געשפארט $800.00 .
כ'האב מיר גערישט אז ס'וועט זיין יענץ לאגא אבער דאך לאגא. אבער גראדע איז מיר דאס זייער געפאלן, כ'האב מיר געהאלטן גרויס דערמיט(מ'טאר דאך נישט) כ'האב צוריק געהערט פון מענטשן (מסיח לפי תמם) ווי שיין ס'איז. דעריבער האט מיר נישט געדריקט דו קריטיק, ווייל יבא יומו אריינצולייגן מער דערין, אבער אויף יעצט איז עס עקסטער ספעשל. ס'איז מיר נאר געווען אינטערעסאנט וויפיל ס'דארף צו קאסטן אין נארמאלע אמשטענדן.
ווארום האט געשריבן:אינגערמאן האט געשריבן:הרב סאלאד, דא האסטו מיין לאגא וואס איך האב געצאלט דערפאר גאנצע 4 מאות, איך בין נאך געווען א בחור דעמאלטס, און איך האב עס גענומען גלייך נאכ'ן דיזיינען, כ'מיין צו זאגן אז כ'האב גארנישט משוגע געמאכט דער וואס האט עס געמאכט.
אז דאס קאסט 4 מאות, דארף א פעקל טישוס קאסטן 300 דולר!
לא יאומן..
שמערי בערי האט געשריבן:ווארום
זעט אויס ווי ווארד ארבעט, אין בעסטן פאל קארעל... (קען זיין ער איז נאך געווען א בחור אסאך יארן צוריק, דעמאלטס איז דאס געווען די בעסטע וואס שייך... ווייסעכשויניש...).
מיינט עס אז איך האב יא געצאלט א נארמאלע פרייז.
יישר כוח