ר' יום טוב האט געשריבן:אוודאי, עס איז דא א צייט אין יעדע ביזנעס ווען עס איז וויכטיג צו אדווערטייזן. צו ווען מען איז נאך ניי, אדער מ'קומט ארויס מיט א נייע פראדוקט. און עס איז דא ביזנעסער וואס מוזן קאנסענטלי אדעוועטייזן זיך צו קענען דערהאלטן. למשל א דעליווערי ביזנעס וואס האבון נישט קיין געהעריגע געשעפט וואס מענטשן קומען אריין וכדו'. און דאן מוז מען זיך האלטן צו א קלארע מעסעדזש און דירעקציע.
א גוטע עד איז נישט ווען דער עד איז אויסגעשטעלט קאמיש אדער קאמפליצירט. עס איז ווען עס ברענגט עפעס אינפארמאטיוו און ווערטפול פארן ליינער. אבער רוב אדווערטייזמענטס וואס איך מיש אין די אויסגאבע'ס איז קלאר ארויסגעווארפן געלט און אביוסיוו צו די ליינער. איך טרונק גאלדען פלאו מילך ווייל (דאס טיילט די חלוקה..) איך גלייך בעסער די טעם, און עס האלט זיך געווענליך לענגער פריש. יאגערט קויף איך גבינה ווייל איך האב אויסגעפיגערט אז דאס איז די מערסטע העווי און די ווייניגסטע זיס, משא"כ נארמאן'ס. בנוגע קלאדינג סטארס, איך גיי אמאל צו דעם און אמאל צו יענעם, און דא האבן די אדוועטייזמענט'ס מעגליך געהאט א נעגאטיווע אפעקט, איך באקום דעם געפיל אז די חברה ווארפן זיך צופיל מיט גרויס געלט פאר פאני עדס, און איך בין נישט אזוי באקוועם שנעל צו גיין קויפן א נייע סוט וואס האט אזא הויכן מארקאפ.
די סטאקס פון המספיק, דרשו, תוספות יו"ט, מפואר/מלכות זענען נאר געפאלן ביי מיר זינט זיי האבן זיך צולאזט מיט די עדס.
בכלל דארפן מארקעטער פארשטיין, אז די 90% מענטשהייט וואס "פארשטייט נישט" צו מארקעטינג קוקן גאנץ אנדערש אן א עד ווי א גראפיקער. זיי האבן נישט ארויס די חכמה עמוקה וואס די דיזי עד מיינט ארויסצוברענגען גענוי וואו איינער וואס פארשטייט נישט צו וויין זאל פארזוכען פון די זיבעציג דאלער פלעשל.
איך האב געהאט א פערזענליכע מעשה, ווען א סימפל דרייסיג דאלער צוויי שורה עד אין די טעגליגע אויסגאבע האט געברענגט פילפאכיג מער רעזולטאטן ווי צוויי אכט הונדערט דאלער רוישיגע גראפיק עדס אין די אויסגאבע'ס.
אמת אמת.
אין דאס איז פונקט וואס מיר פרובירן צו עקלערן. א גראפיקער'ס ארבעט איז נישט צו זיין א ארטיסט אדער א לץ... זיין ארבעט איז צו רעדן צום קאוסטומער אויף א וועג ער זאל וואוסן וואס מוויל פון אים.
גראדע בנוגע סטאקס פון געוויסע קאמפעניס אדער ארגענעזאציעס מוז נישט זיין אז זיי זענען בכלל אינטערסירט אין דיר קען זיין זיי צילן אינגאנצען א אנדערע ציבור.