האט איר וויכטיגע פיילס וואס עס וואלט נישט געווען 'געשמאק' ווען איר פארלירט עס? זיכער! יעדער האט וויכטיגע פיילס, בילדער, וכו' וואס זאל זיין אפגעהיטן אין פאל עס ווערט פארלוירן, געשעדיגט אדער פארמעקט.
פאר די צוועק ניצט מען א 'בעקאפ' צו א באזונדערע דיווייס צו וואו מען קאפיט אריבער די פיילס על כל שלא... אדער ניצט מען א אנליין/קלאוד בעקאפ.
די חסרון פאר חסיד'שע אידן איז אז די זאכן 'קאסטן געלט'... וואס איז די עצה? מען נעמט איינער וואס איז גרייט עס צו טון פאר פרי, יא?..
די שאלה ווערט, ווער טוט דאס דען בחינם? איז אבער דא א פירמע וואס וועט עס אייך יא געבן בחינם, גאנצע 100 גיגעבייט! אנליין/קלאוד בעקאפ סטארידש.
די פירמע הייסט דיגאו.
https://cloud.degoo.com/drive-clnefewctp8b
(דיסקלעימער: איך האב א טובת הנאה אז איז סיינט זיך אויף מיט די לינק)
100 גיגע-בייט! פרי קלאוד בעקאפ סטארידש.
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
100 גיגע-בייט! פרי קלאוד בעקאפ סטארידש.
I reserve the right to disagree
12:56איך האב זיי אמאהל געהאט, און נאכן אינסטאלן האט זיך עס קיינמאהל נישט געענדיגט אפדעיטן און אפלאודען די בעקאפ, נאכדעם געהערט לשה"ר אז זיי זענען קאראפטעד, און מלא מעילוועיר, האב איך זיי ארויסגעווארפן.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
- טראבל מעיקער
- שר האלף
- תגובות: 1662
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
כ'האב געהאט גאר שלעכטע עקספיריענס מיט זיי. קודם האט זיך עס נישט געענדיגט דאנלאודען. נאכן פרובירן אלע מיני וועגן און עס ענדליך אינסטאלט האט עס קיינמאל גארנישט געאפלויד. ס'האט געמאכט שטייט די גאנצע קאמפיוטער, און געהאלטן אין איין פרירן. דערנאך האט זיך נישט געלאזט ארויסנעמען. נאך קאפ וויי און ארבעט האט איך עס ענדליך אנאינסטאלט און פטור געווארן פון דעם גארבידזש.
איך האב נישט קיין אהנוג וויאזוי זיי באווייזן אזוי שנעל אנצומעסן א קאמפיוטער אבער איך וואלט זיי געגעבן א A+ פארדעם. זיי מעסן עס אויף אויפן גרעסטן פארנעם נאר שייך...
איך האב נישט קיין אהנוג וויאזוי זיי באווייזן אזוי שנעל אנצומעסן א קאמפיוטער אבער איך וואלט זיי געגעבן א A+ פארדעם. זיי מעסן עס אויף אויפן גרעסטן פארנעם נאר שייך...