דער בוך 'איך וועל זיי איבערלעבן'

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

לכאורה האט געשריבן:
your friend האט געשריבן:געליינט ״איך וועל זיי איבערלעבן״ אלס קינד און נישט געהאט קיינע קאשמארן. קאן זיין ווייל מיין מח איז נאך דאן געווען צו קליין קולט צו זיין אז דאס וואס ער שרייבט איז אמאל געווען א מציאות.

אזוי אויך האביך געליינט אלס קינד א בוך פון איינער וואס שרייבט זיינע איבערלעבענישן אינטער די קומעניסטישע נעגל, ווי ער האט פארבראכט צעהן יאר אין סיביר. ער שרייבט זעהט אויס נאך אינטער די איינפלוס פון קומעניזים, ווייל ער שרייבט געוויסע פרטים נאר ברמיזה. ווייסט איינער פון וואס איך רעד? כמיין סעהייסט סאבאטאש.

סאבאטא (שבת אויף רוסיש)

איבערגעדרוקט שפעטער אין צוויי בענדער, "האיש שלא נכנע"
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

ווייסט איינער וועלעכע פון די מלחמה ביכלעך מען קען טרעפו אויף hebrewbooks?
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

עקבי הצאן האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
your friend האט געשריבן:געליינט ״איך וועל זיי איבערלעבן״ אלס קינד און נישט געהאט קיינע קאשמארן. קאן זיין ווייל מיין מח איז נאך דאן געווען צו קליין קולט צו זיין אז דאס וואס ער שרייבט איז אמאל געווען א מציאות.

אזוי אויך האביך געליינט אלס קינד א בוך פון איינער וואס שרייבט זיינע איבערלעבענישן אינטער די קומעניסטישע נעגל, ווי ער האט פארבראכט צעהן יאר אין סיביר. ער שרייבט זעהט אויס נאך אינטער די איינפלוס פון קומעניזים, ווייל ער שרייבט געוויסע פרטים נאר ברמיזה. ווייסט איינער פון וואס איך רעד? כמיין סעהייסט סאבאטאש.

סאבאטא (שבת אויף רוסיש)

איבערגעדרוקט שפעטער אין צוויי בענדער, "האיש שלא נכנע"

אוי ברענגט דאס מיר אויף זכרונות, איך האב אמאל, אלס קינד, געהאט דעם בוך אין אידיש, דוכט זיך אז עס האט געהייסן: "מיינע 20 יאר אין סאוויעטישע געפאנגענשאפט", און דער דרוקער האט געהייסן אברהם נצח. איך האב עס איבערגעליינט גאר אסאך מאל, עס איז אויך געווען באשריבן אין פארזעצונגען אינעם אמאליגן קרית יואל בולעטין. קען עמיצער מיר אויסגעפונען דעם ענגלישן נאמען פונעם בוך, כ'וואלט עס זייער געוואלט ליינען אין אידיש אדער ענגליש
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

אפיציעל איז עס נאר דא אויף היברו, כנ"ל
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

געלייענט יעצט די הקדמה פון יקותיאל יודא גרינוואלד אין זיין בוך טויזענט יאר יודיש לעבן אין אונגארען.

דער גאנצער בוך האט טאקע נישט דירעקט מיט די מלחמה, אבער די הקדמה וואס איז געשריבען געווארען דורך א אידישער היסטאריקער וואס האט געאטעמט אונגארען, ברענגט ארויס דעם טיפען אנטוישונג פון די אונגארישע אידן ווי אזוי זיי זענען פארראטען געווארען דורך א לאנד וואס זיי זענען גווען געטרייע בירגער. (מען קען טרעפן דעם בוך אויף hebrewbooks)
ראסטעוו
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 7:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראסטעוו »

ישלהוסיף האט געשריבן:
גארנישט האט געשריבן:"באגראבן צום לעבן"
"און די לעצטע מינוט"
"איבער בערג און ימען"
"דער ווינדערליכער כלל טוער"
"נצח קדושים"
"דער טאטע האט געהייסן לויפן"
"איך וועל זיי איבערלען"
"איך האב זיי איבערגעלעבט"
"צאנז"
"פארשפעטיגט די שיף"
"חורבן אייראפע"
"חורבן אונגארן"
נו לייגט צו

ימי שאול בכתובים - ר' שאול הוטטערער
אביר יעקב - ר' יעקב כהנא [ואביו ר' יוסף אריה ע"ה]
דער פינפטלינג צוזאמענטרעף - מרת חייטשא פוקס (ווייסבלום), יענטי זילבערבערג (אייכענשטיין)
כוס היגונים - שלמה גוטטער
א פייער און אין וואסער - חיים שלמה קעניגסבערג
דער טאטע הייסט לויפן... - ר' פנחס ישעי' קארנבלי
גייען פאראוס - פעסקא פרידמאן
ממחשכים הושיענו - ר' ישעיהו הכהן גליק - יאנקלאוויטש
געוועהן אמאל א דערפל - ר' יוסף דוב לאנדא
פון קרעסטור קיין אמעריקא
מראש צורים - משפחת לאנדא - ע"י ר' יונה לאנדא

זכרון עולמים, ירושלים תש"ז, ע"י ר' רפאל שטערן רה"ק אונגוואר
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ראסטעוו האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
גארנישט האט געשריבן:"באגראבן צום לעבן"
"און די לעצטע מינוט"
"איבער בערג און ימען"
"דער ווינדערליכער כלל טוער"
"נצח קדושים"
"דער טאטע האט געהייסן לויפן"
"איך וועל זיי איבערלען"
"איך האב זיי איבערגעלעבט"
"צאנז"
"פארשפעטיגט די שיף"
"חורבן אייראפע"
"חורבן אונגארן"
נו לייגט צו

ימי שאול בכתובים - ר' שאול הוטטערער
אביר יעקב - ר' יעקב כהנא [ואביו ר' יוסף אריה ע"ה]
דער פינפטלינג צוזאמענטרעף - מרת חייטשא פוקס (ווייסבלום), יענטי זילבערבערג (אייכענשטיין)
כוס היגונים - שלמה גוטטער
א פייער און אין וואסער - חיים שלמה קעניגסבערג
דער טאטע הייסט לויפן... - ר' פנחס ישעי' קארנבלי
גייען פאראוס - פעסקא פרידמאן
ממחשכים הושיענו - ר' ישעיהו הכהן גליק - יאנקלאוויטש
געוועהן אמאל א דערפל - ר' יוסף דוב לאנדא
פון קרעסטור קיין אמעריקא
מראש צורים - משפחת לאנדא - ע"י ר' יונה לאנדא

זכרון עולמים, ירושלים תש"ז, ע"י ר' רפאל שטערן רה"ק אונגוואר

רבי רפאל איז געווען א חסידישער יוד פון די סטראפקאווער חסידים דער ספר הנ"ל איז מלא וגדוש
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

זעענדיג יעצט דעם אשכול צום ערשטן מאל, וועל איך דערציילן מיינע קאשמארן:
כ'האב געלייענט די בוך אלס קינד, און יוי איז עס געווען דראמאטיש, מיינע קישקעס האבן זיך מיר איבערגעקערט.
ס'האט מיר דאס ערשטע מאל געעפנט א פענסטערל צו יענע פינסטערע תקופה.

כ'געדענק ווי ס'האט מיר באנומען:
ווען אלע האבן איבערגעלאזט די פיצלעך קינדער אין גאס געצוואונגענערהייט, וויסנדיג אז מ'וועט זיי מער נישט זען.
זיינע באגעגענישן אויפן וועג קיין פראקאצים, שפעטער אויפן וועג קיין סלאוואקיי און אונגארן.
ווי דאס דעכל האט זיך איבערגעבראכן ווען ער איז אנטלאפן, און שיער אויפגעוועקט די וועכטער.
ווי ער איז פארשלעפט געווארן ווייסעך-וואו אין רומעניע נאכן קריג און שיער אריינגעפאלן אין א לאגער פאר נאציס.
און נאך ענליכע סצענעס. ס'איז א פחד געווען.

ב"ה מיינע דמיונות האבן נאך צוגעשפילט צום דראמא, און כ'האב עס ממש מיטגעלעבט.
ביי מיר אין קאפ האב איך ממש א קלארע ווידעאו (א קאלירטע, נישט שווארץ-ווייס) פון זיין גאנצע מעשה. כ'האב עס אפגעכאפט אלס קינד בשעת'ן לייענען די געשיכטע...
און די בילדער פונעם בוך: זייער שרעקעדיג געווען. כ'פלעג זיך לאנג פארקוקן אויף די טויטע הענט און פיס וואס האבן אראפגעהאנגען פון די וועגעלעך, צו זען אויב עפעס רירט זיך נאך דארט... אפשר קען מען איינעם ארויסראטעווען...

זיין פיקחות, און נאך מער זיין אויסטערלישע סיעתא דשמיא, איז עפעס צו באוואונדערן.
אויך איז צו קאמפלימענטירן זיין רייכער פעדער. צוקער זיס, מיט היבש ביסל הומאר און פוילישע זאפטיגקייט.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

חוח בין השושנים האט געשריבן:זעענדיג יעצט דעם אשכול צום ערשטן מאל, וועל איך דערציילן מיינע קאשמארן:
כ'האב געלייענט די בוך אלס קינד, און יוי איז עס געווען דראמאטיש, מיינע קישקעס האבן זיך מיר איבערגעקערט.
ס'האט מיר דאס ערשטע מאל געעפנט א פענסטערל צו יענע פינסטערע תקופה.

כ'געדענק ווי ס'האט מיר באנומען:
ווען אלע האבן איבערגעלאזט די פיצלעך קינדער אין גאס געצוואונגענערהייט, וויסנדיג אז מ'וועט זיי מער נישט זען.
זיינע באגעגענישן אויפן וועג קיין פראקאצים, שפעטער אויפן וועג קיין סלאוואקיי און אונגארן.
ווי דאס דעכל האט זיך איבערגעבראכן ווען ער איז אנטלאפן, און שיער אויפגעוועקט די וועכטער.
ווי ער איז פארשלעפט געווארן ווייסעך-וואו אין רומעניע נאכן קריג און שיער אריינגעפאלן אין א לאגער פאר נאציס.
און נאך ענליכע סצענעס. ס'איז א פחד געווען.

ב"ה מיינע דמיונות האבן נאך צוגעשפילט צום דראמא, און כ'האב עס ממש מיטגעלעבט.
ביי מיר אין קאפ האב איך ממש א קלארע ווידעאו (א קאלירטע, נישט שווארץ-ווייס) פון זיין גאנצע מעשה. כ'האב עס אפגעכאפט אלס קינד בשעת'ן לייענען די געשיכטע...
און די בילדער פונעם בוך: זייער שרעקעדיג געווען. כ'פלעג זיך לאנג פארקוקן אויף די טויטע הענט און פיס וואס האבן אראפגעהאנגען פון די וועגעלעך, צו זען אויב עפעס רירט זיך נאך דארט... אפשר קען מען איינעם ארויסראטעווען...

זיין פיקחות, און נאך מער זיין אויסטערלישע סיעתא דשמיא, איז עפעס צו באוואונדערן.
אויך איז צו קאמפלימענטירן זיין רייכער פעדער. צוקער זיס, מיט היבש ביסל הומאר און פוילישע זאפטיגקייט.

גם אני בחלומי, איך האב געליינט די בוך זייענדיג בלויז 9 יאר אלט, איך האב דערווישט די בוך פון העכער מיין זיידע'ס (א קריג איבערלעבער) ספרים שאפע,

ווען איך האב עס צוריק געברענגט האב איך געכאפ אזא פייער'דיגע פסק, אזש מיין פיס האט זיך געשאקלט פאר פחד!

כ'געדענק נאך די רחמנות בליקן פון מיין זיידע, ווען ער האט מיר געזאגט: איך האב מורה העסט נישט קענען איינשלאפן ביינאכט.

איך מוז מודה זיין ס'האט מיר גענומען אפאר טאג ביז איך האב גע'סטאפ'ט קלאצן ווען די רבי האט פארגעלערנט.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אץ קוצץ
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אץ קוצץ »

להבין שמועות האט געשריבן:פון א באקאנטער מיסיס יאקאב ווייס איך נישט, אבער יעצט שטעל איך צוזאם אפשר איז דער באקאנטער בדחן מענדל יאקאב פון בני ברק א זוהן פון די מיסיס יאקאב?? [כ'ווייס אז ער קומט פון אנטווערפען]

יא, מענדל איז א זין !
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

איך מיין אז דער בוך ״נצח קדושים״ איז אויך אין די קאטעגאריע, איך געדענק די קאשמארן וואס איך האב געהאט פון די בילדער.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: דער בוך 'איך וועל זיי איבערלעבן'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

איך האב געזען דעם בוך אלץ בחור, און דאס איז געווען די ערשטע אריינפיר פאר מיר צו עפעס פארשטיין וואס די האלאקאסט איז געווען,
זינט דען האב איך געליינט אסאך ביכער אויף דעם האלאקאסט אבער דער גרעסטער איינדרוק און בילד פון האלאקאסט האט מיר געגעבן דעם בוך.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: דער בוך 'איך וועל זיי איבערלעבן'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

zugurnish האט געשריבן:איך האב געזען דעם בוך אלץ בחור, און דאס איז געווען די ערשטע אריינפיר פאר מיר צו עפעס פארשטיין וואס די האלאקאסט איז געווען,
זינט דען האב איך געליינט אסאך ביכער אויף דעם האלאקאסט אבער דער גרעסטער איינדרוק און בילד פון האלאקאסט האט מיר געגעבן דעם בוך.

ביי מיך איז עס געווען די בוך פון ר' פנחס ישעי קארנבלי, חוץ פון דעם וואס כהאב אים געקענט און אויסגעהערט פון אים א דרשה
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: דער בוך 'איך וועל זיי איבערלעבן'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

שיעלע בהמה האט געשריבן:

אוי, אבער נאכווי!

דער לייגט נעבעך אראפ מיט פרטי פרטים פונקטליך וואס מען האט געטוהן... וואס מהאט געגעסן אויפן וועג...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: דער בוך 'איך וועל זיי איבערלעבן'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

די חילוק איז אז קארנבלי איז געועון אין דעם גיהנום פאר בערך א יאר, פרידמאן איז דארט געווען פינף יאר.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: דער בוך 'איך וועל זיי איבערלעבן'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

איך האב אביסל געליינט דעם בוך איך וועל זיי איבערלעבן,

כהאב עס געהאט אין חדר פון א חבר מיינער, מיין טאטע וואלט מן הסתם מיר עס נישט געלאזט ליינען, אבער כהאב עס געטון אלס שוגג אן פרעגן רשות - טאקע צוליב דעם...

איך האב נישט דורכגעליינט די גנאצע זאך, אבער די בלידער האב איך יא געקוקט מער ווי איין מאל און עס האט מיר צושוידערט ווי משוגע!!
כפלעג חלומען בהקיץ פאר א לאנגע צייט נאכדעם,

כוואלט עס נישט רעקאמענדירט פאר קיין כתה ו' אינגל....
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: דער בוך 'איך וועל זיי איבערלעבן'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פופציגער האט געשריבן:איך האב אביסל געליינט דעם בוך איך וועל זיי איבערלעבן,

כהאב עס געהאט אין חדר פון א חבר מיינער, מיין טאטע וואלט מן הסתם מיר עס נישט געלאזט ליינען, אבער כהאב עס געטון אלס שוגג אן פרעגן רשות - טאקע צוליב דעם...

איך האב נישט דורכגעליינט די גנאצע זאך, אבער די בלידער האב איך יא געקוקט מער ווי איין מאל און עס האט מיר צושוידערט ווי משוגע!!
כפלעג חלומען בהקיץ פאר א לאנגע צייט נאכדעם,

כוואלט עס נישט רעקאמענדירט פאר קיין כתה ו' אינגל....

גראדע די ערשטע ווערדזשאן פונעם בוך האט פארמאגט פיהל מער און ערגערע בילדער ווי די יעצטיגע הוצאה.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: דער בוך 'איך וועל זיי איבערלעבן'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

נשמת השכל האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:איך האב אביסל געליינט דעם בוך איך וועל זיי איבערלעבן,

כהאב עס געהאט אין חדר פון א חבר מיינער, מיין טאטע וואלט מן הסתם מיר עס נישט געלאזט ליינען, אבער כהאב עס געטון אלס שוגג אן פרעגן רשות - טאקע צוליב דעם...

איך האב נישט דורכגעליינט די גנאצע זאך, אבער די בלידער האב איך יא געקוקט מער ווי איין מאל און עס האט מיר צושוידערט ווי משוגע!!
כפלעג חלומען בהקיץ פאר א לאנגע צייט נאכדעם,

כוואלט עס נישט רעקאמענדירט פאר קיין כתה ו' אינגל....

גראדע די ערשטע ווערדזשאן פונעם בוך האט פארמאגט פיהל מער און ערגערע בילדער ווי די יעצטיגע הוצאה.

נישט געזען די יעצטיגע, מעגליך.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: דער בוך 'איך וועל זיי איבערלעבן'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

כ'זע אז די ליינער פונעם "איך וועל זיי אבערלעבן" זענען אויסגעוואקסן געלונגענע אייוועלט שרייבער. א בחינה פון הציץ ונפגע!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: דער בוך 'איך וועל זיי איבערלעבן'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

להודיע האט געשריבן:די חילוק איז אז קארנבלי איז געועון אין דעם גיהנום פאר בערך א יאר, פרידמאן איז דארט געווען פינף יאר.

פונקט לעצטנס איבערגעליינט דעם בוך.

ביזט גערעכט אז פר"מ איז געווען פינף יאר אין קריג, אבער מער ווייניגער איז ער געלאפן פון איין פלאץ צום צווייטן און כמעט נישט געווען פארשפארט אונטער זייערע הענט, זיך ארויסגעדרייעט מיט אלע מיני טריקס און דריידלעך (אגב, איך האב איהם נישט געקענט, אבער איינער וואס קען זיינע קינדער קען זיך גרינג פארשטעלן וויאזוי זיין קאפ האט געארבעט אין יענע צייטן...), בקיצור, ער איז נישט אפגעזיצן אין א לאגער אין געזעהן אידישע קינדער גייען אויס פאר זיינע אויגן טאג טעגליך, אדער ווי מען נעמט זיי אין א שורה און מען שיסט זיי אויס, די טויטן מארש וכו' וכו'. משא"כ קארנבלי האט דאס אלעס געזעהן, טאקע נאר פאר א יאהר, אבער דער יאהר איז געווען אנגעפילט מיט די מעשיות.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: דער בוך 'איך וועל זיי איבערלעבן'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ר' חיים שלמה פר"מ האט לכאורה געזען אסאך מער. ער איז געווען אונטער זייער שווערד כמעט די גאנצע צייט. ער האט געזען מענטשן פאלן ווי פליגן כמעט יעדן טאג (אויסער די קורצע צייט ווען ער איז געווען אין אונגארן איידערן נאצי אקופאציע). נאר וואס דען? ער איז געווארן אזוי צוגעוואוינט צום ביטערן מציאות, אז ער שילדערט נישט יעדע הינריכטונג וכו'. ער פארציילט איבער זיין מצב, מיט א ברייטן בליק אויפן ארום, אויף די כלליות'דיגע פאסירונגען און אנטוויקלונגען, און גייט צום קומענדיגן זאך.

#מיין אבזערוואציע
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: דער בוך 'איך וועל זיי איבערלעבן'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

קאן זיין איר זענט גערעכט, מען האט גערעדט וועלכע פון די צוויי ברענגען שטערקער ארויס די רשעות און אכזריות פון די נאציס, איז מיין שאצונג אז קארנבלי ברענגט דאס מער ארויס, און די סיבה דערצו איז ווי אויבענדערמאנט. זאגסט אבער א גוטע סברא 'פארוואס' ר' חיים שלמה רעדט נישט כמעט פון די חלק.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: דער בוך 'איך וועל זיי איבערלעבן'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:די חילוק איז אז קארנבלי איז געועון אין דעם גיהנום פאר בערך א יאר, פרידמאן איז דארט געווען פינף יאר.

פונקט לעצטנס איבערגעליינט דעם בוך.

ביזט גערעכט אז פר"מ איז געווען פינף יאר אין קריג, אבער מער ווייניגער איז ער געלאפן פון איין פלאץ צום צווייטן און כמעט נישט געווען פארשפארט אונטער זייערע הענט, זיך ארויסגעדרייעט מיט אלע מיני טריקס און דריידלעך (אגב, איך האב איהם נישט געקענט, אבער איינער וואס קען זיינע קינדער קען זיך גרינג פארשטעלן וויאזוי זיין קאפ האט געארבעט אין יענע צייטן...), בקיצור, ער איז נישט אפגעזיצן אין א לאגער אין געזעהן אידישע קינדער גייען אויס פאר זיינע אויגן טאג טעגליך, אדער ווי מען נעמט זיי אין א שורה און מען שיסט זיי אויס, די טויטן מארש וכו' וכו'. משא"כ קארנבלי האט דאס אלעס געזעהן, טאקע נאר פאר א יאהר, אבער דער יאהר איז געווען אנגעפילט מיט די מעשיות.

bailout האט געשריבן:איינס פון די זאכן וואס האט שטארק ארויסגעברענגט די אייגנארטיגקייט פון די בוך איז די פאקט אז ער איז געווען א פוילישער און ער איז געווען אונטער די דייטשן 5 יאר, און ער איז לעבן געבליבן, משא''כ די אונגארישע אידן זענען נישט געווען אזוי לאנג, און פון די פוילישע איז כמעט נישט געבליבן, און נאך ווייניגער שומרי תורה ומצות, ממילא ביים היימישן עולם איז עס געווען שטארק אויפגעפיקט.

אזוי ליגט מיר אין זכרון, אפשר בין איך זיך טועה.

פארשלאפן האט אריינגעהאקט, כ'שטים צו כ'געדענק נישט עפעס מורא'דיג שרעקעדיג.
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

יגרסהדותא האט געשריבן:איך דענק נאר אז אמאל האט ר' יודל [רז"ב, מנהל בית האופה ומחנה רב טוב] דערמאנט אין לאנטש רום וועגן א שרעקליכן ביכל "דאס קול פון בלוט". ער האט אפי' דערציילט פון דארט א מעשה אז [נישט ליינען ווייטער נאר אויב אייער פאטער רופט אריין..] די דייטשן האבן אמאל צוגעבינדן איין פיס צו איין בוים, און ס'צווייטע צו א צווייטע, און דערנאך אויסגעריסן איין בוים און נעבעך צוטיילט דעם איד און צווייען פון אינטן ארויף השם ינקום דמם במהרה.

אוי, די קאשמארן קומען מיר צוריק,
מ'זאל שוין הערן נאר גוטע בשורות.

עי' כזה בגמ' ברכות נו: ריש העמוד.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: דער בוך 'איך וועל זיי איבערלעבן'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

געליינט היינט דער ביך, גוט צושוידערט, בעיקר ווי ער צולייגט די אידישע קאפאוס, יו איז דעס נישט קיין באטעמטע עסק.
#בשיטה נישט
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”