על הספר 'חמדת הימים' ומחברו

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

וויפיל איך ווייס, האט די גאנצע ווינט ארום שבתי צבי מיט נתן העזתי, אנגעהאלטן עטליכע יאר, וואס דעמאלס איז גאנץ כלל-ישראל, כולל די גדולים און צדיקים נאכגעגאנגען (ליידער) די צוויי מחטיאי הרבים, אויך נאך וואס ער האט זיך געשמאדט זענען געווען עטליכע וואס האבן געהאלטן אז שבתי צבי האט זיך פאר א געוויסע סיבה געמעגט שמאדן, אבער זעכציג יאר נאך זיין שמד איז שוין נישט געווען קיין גדולים וועלכע זאלן זיך אננעמען פאר אים, אדרבה! - מען האט שוין דעמאלס גונז געווען אלע אלטע תשובות פון גדולים וועלכע רעדן לטובת די שבתאים. זעכציג יאר נאך זיין שמד זענען די שבתאים געווען אן אויסגע'רודפ'טע כת וואס גאנץ כלל ישראל האט גע'רודפ'ט, ממילא איז נישט שייך אז אזא גדול ווי רבי יום-טוב אלגאזי, וועלכער איז אגב געווען באוויסט אלס איינער וואס האט געפירט מלחמה מיט די רעשטלען פון די כת, זאל ארויסגעבן אזא הסכמה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' זיס, ווייזט אויס אז איר האט ווייניג געלייענט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע האט נישט געזאגט לדוד ה' אורי, אבער בנו הרה"ק משינאווא זי"ע האט יא געזאגט. כך שמעתי מהרה"ק מפשעווארסק זי"ע.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

ר' farshlufen טייערער:
אז איר שרייבט מיט אזא זיכערקייט הייב איך הענט, אפשר זענט איר גערעכט, אבער ווייזט מיר ביטע מקורות צו אייערע רייד אז זעכציג יאר נאך שבתי צבי'ס שמד זענען נאך געווען גדולים וועלכע האבן זיך אנגענומען פאר אים און פאר נתן העזתי, ווייל וויפיל איך ווייס זענען אזעלכע גדולים אויסגעשפיגן געווארן פון כלל ישראל (ווי רבי אברהם היכיני און רבי משה סארוועל, וואס פאר זיין שמד זענען זיי פאררעכנט געווען אלס די גרעסטע גדולים און נאכדעם האט זיי קיינער נישט אנגעקוקט), איין רבי חיים פאלאג'י וועלכער האט אים אנגעקוקט פארעווע שרייבנדיג "גם קוב לא תקבנו גם ברוך לא תברכנו" און איז טאקע פארשריגן געווארן דורך אלע אין זיין צייט.
אפשר ווייס איך נישט אלעס, אדרבה! לאמיר הערן וואס איר ווייסט פון גדולים וועלכע האבן זיך יא באצויגן צו זיי (אויסער אויב דו ווילסט (ח"ו) רעכענען דער רמח"ל מיט ר' יונתן אייבעשיץ). איך בין אינטערעסירט צו הערן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' זיס, ערשטנס, מען רעדט דאך נישט פון זיך אננעמען בפירוש, מ'רעדט פון געבן אן הסכמה וואס איז גאר א גרינגע זאך צו טאן מיט עני גדול.

צווייטענס, וויפל פון די גדולים אין יענע מייט האבן בפועל באקעמפט די ש"צ'ניקעס, גאר ווייניג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

ר' farshlufen היקר:

פארוואס זאגסטו אזוי? האט רבי שמואל אבוהב נישט לוחם געווען בחרב ובחנית קעגן די רעשטלען פון די שבתאים? - האט דער כנסת-הגדולה, וועלכער איז געווען פון זיינע נאנטסטע אנהענגער, זיך נישט ארויסגעשטעלט אפן קעגן אים נאכן שמד? - נאכמער; ווען נתן העזתי איז אנגעקומען קיין סאלוניקי, קוים עטליכע יאר נאך די שמד פון שבתי צבי האט מען אים נישט געוואלט אריינלאזן אין שטאט, און אפילו ווען ער איז שוין יא אריין אין א דערנעבנדיגע דארף איז ער קוים אנטלאפן מיטן לעבן אינמיטן נאכט ווען מען האט אים געוואלט הרג'ענען.
נאכמער; עס איז נישט געווען ווי א פרצה וואס מען האט געדארפט לוחם זיין קעגן דעם (דאס איז געווארן ערשט שפעטער, ווען זיי האבן אנגעהויבן ארויסצוקומען פון די לעכער און פרעדיגן פאר די מאסן זייער אידילאגיע), כלל ישראל איז געווען ברוגז אויף זיי און זיי נישט געוואלט אקעפצירן, נתן העזתי האט געהאט אויסצושטיין בזיונות וואו אימער ער איז נאר געגאנגען.

דרך אגב: האב איך יעצט נאכגעקוקט, און עס קומט מיר אויס אז דער ר' יום-טוב אלגאזי וועלכער גיבט די הסכמה אויפן חמדת ימים, איז געווען דער בעל הדפוס, דאס מיינט אז ער האט געלאזט דריקן דעם ספר, ר' יום טוב אלגאזי איז געווען אן אנגענומענער גדול אין יענע טעג, איך ווייס נישט פארוואס דער שרייבער (אגב; אויב ווייסט איינער ווער דאס איז און מער פרטים וואלט איך זיך געפריידט צו וויסן) האט דאס נישט געשריבן, נאר סתם אז ער האט געגעבן אן הסכמה, אבער עס איז זיכער נישט מסתבר אז אזא אנגענומענער גדול זאל דורכלאזן א שבתאי'שע ספר אונטער זיין דרוק (אויסער אז ער זעלבסט איז געווען פארכאפט אין שבתאות, וואס דאס איז נישט מסתבר, ערשט ווייל מען זעט עס נישט פון אנדערע פלעצער, און צווייטנס ווייל אויב יא וואלט ער ווארשיינלעך אויסגעשפיגן געווארן פון כלל ישראל).

אדרבה! קען זיין אז איך ווייס נישט אלעס, איך בין אינטערעסירט צו וויסן און איך בין גרייט צו מקבל זיין אויב איך פארזעה עפעס.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זיס האט געשריבן:אויב דער ציבור איז אינטערעסירט, וועל איך זיך מטריח זיין אראפצוברענגען די קומענדיגע וואך, וואו ער איז מבאר ווי אזוי מען האט זיך געפירט למעשה צווישן אשכנזים און צווישן ספרדים.

איך בין אינטערסירט, און יישר כח למפרע.

(בנוגע דער שרייבער: אויב עס שטייט ט. יצחקי, איז דאס ר' יצחק טעסלער פון מאנסי).
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

ניין, עס שטייט שמואל פוקס, איך ווייס נישט אויב דאס איז פען נאמען אדער א ריכטיגער נאמען.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' זיס, ס'איז דא ערגעצוואו אוועילעבל אנליין דער אריגענעלער דרוק פון חמדת הימים?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

farshlufen האט געשריבן:ר' זיס, ס'איז דא ערגעצוואו אוועילעבל אנליין דער אריגענעלער דרוק פון חמדת הימים?


אין אוצר החכמה איז עס דא.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זיס האט געשריבן:ניין, עס שטייט שמואל פוקס, איך ווייס נישט אויב דאס איז פען נאמען אדער א ריכטיגער נאמען.

אויב דאס איז א ריכטיגע נאמען קען איך אים. ער ארבעט (אדער פלעגט ארבעטן) אונטער ט. יצחקי.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

וואו קען מען זיך פארבינדן מיט אים? - וואו וואוינט ער? - וואו באלאנגט ער? - מער אינפארמעישן ביטע...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ער וואוינט אין מאנסי, חסיד וויזניץ, זיין נומער קענסטו טרעפן אין די טעלעפאן בוך.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

אויפן פארלאנג פונעם עולם, ברענג איך די המשך פון דעם שרייבער אויפן ספר "חמדת ימים":


אין קורצן פון פריער

דער ספר חמדת ימים איז גענומען פון א כתב יד וואס איז געשריבן געווארן אין צפת, פון וועלכן דער מחבר איז אומבאקאנט. נאכדעם וואס דער ספר ווערט איבערגעדרוקט עטליכע מאל טענה'ן מעוררים אז דער ספר איז א שבתאי'שער ספר, און עס שטאמט אפשר גאר פון נתן העזתי אליין.
א שליח פון ארץ-ישראל מיטן נאמען רבי שבתי קומט אן קיין טערקיי, און אויפן וועג צוריק איז ער זיך משתתח – לויט דעם ארטיגן מנהג – ביי קברי צדיקים אויסער דער שטאט. ווען מען ווייזט אים אויפ'ן קבר פונעם חמדת הימים מאכט ער עס אוועק מיט די הענט. ארויסגייענדיג פון שטאט פאלט ער אראפ פונעם אייזל און צוברעכט זיך די הענט. ער גייט צוריק און בעט איבער דעם חמדת הימים. מיט יארן שפעטער ווערט זיין זון נפטר אין שטאט און מען באערדיגט אים נעבן דעם חמדת הימים.

איצט ליינט ווייטער


אשכנזים און ספרדים
צווישן די אשכנזים האט מען זיך על-פי-רוב צוריקגעהאלטן פון לערנען אין חמדת הימים. הגם עס זענען פאראן פון די תלמידי הגר"א וועלכע ברענגען אים אראפ, און עס זענען אויך פאראן השערות אז דער גר"א אליין האט זיך פארלאזט אויף אים אין זיינע פסקים, האבן רוב אשנז'ישע גדולים זיך דאך צוריקגעהאלטן פון לערנען דעם ספר. דאקעגן צווישן ספרדים ברענגען רוב גדולים יא אראפ דעם חמדת הימים.
עס איז אינטערעסאנט צוצוברענגען וואס איינער פון די גדולי ספרד, רבי יהודה פתייה זצ"ל, שרייבט, אז איינמאל, פארן גיין שלאפן, האט ער מעיין געווען אין ספר חמדת הימים, מגילת אנטיוכוס, און אין חלום האט מען אים מגלה געווען אז דער מחבר פון ספר חמדת הימים איז געווען א רשע.

אונטערן טיש
צווישן די חסיד'ישע גדולים הערשט א צעמישעניש אין דעם ענין, און עס איז נאכנישט געהעריג אויסגעפארשט געווארן.
אין שבחי בעל-שם-טוב ווערט געברענגט אז דער מחבר איז געווען ביים תולדות אויף שבת, און האט דארט געהערט אז דער בעל-שם-טוב איז געווען אויף שבת פרשת נח אין שאריגראד. מוצאי שבת האט דער בעל-שם-טוב זיך געפירט צו זאגן אלע זאכן וואס ער האט געזען יענע וואך אויבן אין הימל. יענע וואך האט ער געזאגט אז אין דער פארגאנגענער וואך איז נסתלק געווארן דער מעשה רוקח, דער רב פון אמסטערדאם. דערנאך האט דער בעל-שם-טוב געזאגט ווי פאלגנד: "דעם קומענדיגן יאר וועט ארויסקומען א נייער ספר, דער נאמען פון דעם ספר ווייס איך נאכנישט ווייל עס האט נאכנישט קיין נאמען. דער מחבר פונעם ספר איז איינער פון כת-ש"ץ ימ"ש. עס וועט זיין געשריבן אויף א געשמאקער שפראך און מענטשן וועלן עס גלייכן און דאס וועט אראפברענגען א טמאה אויף דער וועלט."
יענעם יאר איז ארויסגעקומען דער ספר "חמדת הימים". רבי יואל, דער מגיד פון נעמירוב, האט געקויפט דעם ספר. איינמאל איז דער בעל-שם-טוב געווען אין נעמירוב ביי רבי יואל'ן, און זעענדיג דעם ספר האט ער געזאגט: "א ספר פסול ליגט אויף דיין טיש?" דער בעל-שם-טוב האט דאן גענומען א שמוציגע שמאטע, איינגעוויקלט דעם ספר דערין און עס געלייגט אונטערן טיש.
די מעשה איז נישט מדיוק, ווייל דער מעשה רוקח איז נסתלק געווארן אין יאר תק"ב, בעת דער חמדת הימים איז געדרוקט געווארן אין יאר תצ"א, איבער צען יאר פריער.

דער שמד חלום
נאך ווערט געברענגט אין שבחי בעל-שם-טוב, אז איינמאל האט דער בעל-שם-טוב גע'חלומ'ט אז איינער פון זיינע תלמידים וועט זיך שמד'ן רח"ל. דער חלום האט זייער באזארגט דעם בעל-שם-טוב, האט ער גענומען נאכזוכן ביי זיינע תלמידים, ביז איינער פון זיינע תלמידים, רבי אליעזר פון טאניספאלי (וועלכער איז, אגב, געווען א שארפער לוחם קעגן כת ש"ץ) האט אים געזאגט אז ער האט מעיין געווען אין ספר חמדת הימים איידער ער איז געגאנגען שלאפן, און דער בעל-שם-טוב האט געזאגט אז דאס איז דער פשט פון דעם חלום.

חסידי'שע רביים מיטן חמדת הימים
פון דער אנדערער זייט איז באקאנט אז דער בעל תיקוני שבת, וועלכער איז געווען מקורב צו חסידי'שע רבי'ס, ברענגט דעם ספר חמדת הימים עטליכע מאל. אויך דער בית אהרן פון קארלין ברענגט אים, און דער מקדש מלך, אויף וועלכן דער בארדיטשובער רב זצוק"ל גיבט א הסכמה, שרייבט נאך פון חמדת הימים. ווען הרה"ק רבי הערשעלע זידיטשובער זצוק"ל פלעגט לערנען אינעם ספר מקדש מלך האט ער אויסגעלאזט יעדן שטיקל וואו עס איז געווען דערמאנט דער חמדת הימים, זאגנדיג "בהדי הוצא לקי כרבא".
אין ספר תורת חיים (מהרה"ק ר' חיים מקאסוב זצוק"ל), ברענגט ער א שטיקל פון מקדש מלך, בנוגע יום-טוב שני של גליות. דער מקור דערפון איז פונעם חמדת הימים, אבער דער תורת חיים שרייבט נישט ארויס אז עס קומט פונעם חמדת הימים. פון איין זייט זעט מען אז דער תורת חיים ברענגט פון דעם ספר, אבער פון דער צווייטער זייט דערמאנט ער נישט דעם חמדת הימים.

עס וועט זיין א ליצנות
ווי באקאנט זענען פאראן דריי סידורים פונעם אר"י הק': סידור אר"י לר' שבתי, סידור אר"י לר' קאפיל, און סידור אר"י שתיקן ר' אשר (פון די חכמי בראד).
ווען מען האט געדרוקט דעם סידור אר"י פון ר' אשר, איז מען געקומען צום עטרת צבי אז ער זאל געבן זיין הסכמה דערויף. בלעטערנדיג אין סידור האט ער געזען ביי תשליך א תפילה וואס איז גענומען פון ספר חמדת הימים, האט ר' הערשעלע געזאגט אז מען זאל נישט אריינלייגן די תפילה, ווייל אויב יא וועט עס זיין א ליצנות. למעשה האבן די מדפיסים יא אריינגעלייגט די תפילה, און הפלא ופלא, צום סוף פון דער תפילה שטייט "יהיו לרצון אמרי פי", אבער דא איז בטעות ארויסגעפאלן דער ר' פון "לרצון", און עס איז אויסגעקומען "לצון". די קפידה פונעם עטרת צבי האט געשאדט און עס איז טאקע געווען א ליצנות...

היינט מעג מען עס שוין לערנען
עס איז מקובל אז א חסיד האט אמאל געפרעגט דעם עטרת צבי פון זידיטשוב אויב ער זאל קויפן דעם חמדת הימים, און דער עטרת צבי האט אים געזאגט אז ער זאל עס נישט קויפן. יארן זענען אריבער און דער חסיד האט נאכאמאל געוואלט קויפן דעם ספר, און צו זיין וואונדער האט דער רבי אים געגעבן ערלויבעניש עס צו קויפן. אויף זיין פראגע פארוואס אמאל האט ער עס נישט געלאזט קויפן און היינט לאזט ער יא, האט ר' הערשעלע געענטפערט אז עס איז אראפגעקומען א צדיק אויף דער וועלט, וועלכער איז א גלגול פונעם בעל חמדת הימים, און ער האט שוין מתקן געווען די נשמה פונעם חמדת הימים.
דאס זעלבע ווערט געברענגט פון הרה"ק משינאווא זצוק"ל אין נאמען פונעם ראפשיצער רב זצוק"ל, אז וויבאלד עס איז אראפגעקומען אויף דער וועלט א געוויסער צדיק מעג מען שוין לערנען אינעם חמדת הימים, ווייל יענער צדיק איז געווען דער גלגול פונעם חמדת הימים און ער האט שוין מתקן געווען זיין נשמה.
רבי חיים פאלא'גי, וועלכער פארטיידיגט שטארק דעם ספר חמדת הימים, שרייבט אז עס איז מקובל אז דער חיד"א האט געהאט א ניצוץ נשמה פון דעם חמדת הימים.

לדוד ה' אורי
א פרשה פאר זיך איז דער מנהג פון זאגן לדוד ה' אורי וישעי אין די טעג פון חודש אלול און תשרי. עס זענען געווען צדיקים וועלכע האבן דאס נישט געזאגט, האלטנדיג אז דער מנהג שטאמט פונעם חמדת הימים. אזוי האט זיך געפירט כ"ק מרן בעל דברי חיים מצאנז זצוק"ל און דער מנהג ווערט נאך אנגעהאלטן ביי זיינע ממשיכים, די אדמור"י צאנז, באבוב. מאידך גיסא איז פאראן א שמועס פון כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מצאנז-קלויזנבורג זצוק"ל, אז אין צאנז האט מען נישט געזאגט א זאך וואס שטייט נישט אין שלחן-ערוך, דערפאר זאגט מען נישט "לדוד ה' אורי" ווייל עס ווערט נישט אראפגעברענגט אין שלחן ערוך.
צווישן די צדיקים וועלכע האבן דאס נישט געזאגט געפינען מיר דעם חוזה פון לובלין, אוהב ישראל מאפטא, זרע קודש מראפשיץ, יהודי הקדוש מפרשיסחא, הצדיקים לבית זידיטשוב, קאמארנא, ספינקא, ועוד.
הגה"צ רבי פנחס חיים טויב זצ"ל מראזלא שרייבט אין א בריוו אז ער איז אמאל געווען אין קארלסבאד, וואו עס האט זיך דאן געפונען הגה"צ מפאריסיב זצ"ל, און ער האט געהערט פון אים אז ער האט מקובל איש מפי איש פון זיין זיידן דער יהודי הקדוש אז ער האט נישט געזאגט לדוד, ווייל אזוי האט זיך געפירט זיין רבי, דער חוזה פון לובלין, וויבאלד דער מנהג שטאמט פון ספר חמדת הימים. נאך האט ער צוגעלייגט, אז די צדיקים וואס האבן דאס יא געזאגט האבן זיכער נישט געוואוסט אז עס שטאמט פונעם חמדת הימים, וויבאלד זיי האבן דאס געזען אין סידור אריז"ל, און זיי האבן געמיינט אז עס שטאמט פונעם אריז"ל; אבער דער אמת איז אז עס שטאמט פונעם חמדת הימים.
באמת געפינען מיר שוין דעם מנהג נאך פארן חמדת הימים, אבער פון דעם אז מען זאל עס זאגן בציבור אין בית-המדרש איז דער חמדת הימים דער ערשטער מקור.

אנגענומענער ספר
רוב חסידי'שע גדולים ברענגען צו דעם חמדת הימים, צווישן זיי אדמור"י חב"ד, סאטמאר, זידיטשוב, גור, און נאך. כ"ק מרן אדמו"ר מהרמ"מ מליובאוויטש זצוק"ל האט געזאגט פאר איינעם וועלכער האט אים געפרעגט צי ער זאל לערנען אינעם חמדת הימים, דער רבי האט אים געענטפערט בלשון תמוה: "איר האט שוין אלעס געלערנט אז יעצט ווילט איר שוין דאס לערנען?".
אין ספר מושיען של ישראל ברענגט ער אראפ בשם כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר זצוק"ל, אז ער האט בקבלה פון זיין טאטע'ן אז דער מחבר פון ספר חמדת-הימים איז געווען אן איש קדוש. אין ספר ויגד משה ברענגט ער בשם דעם ברך משה זצ"ל אז ער האט געהאט א ספר חמדת הימים, בירושה פונעם ישמח משה זצוק"ל.
עס זענען פאראן וועלכע ברענגען אים אין ראשי-תיבות, ווי "חמדה"י", "חמד"י" אדער "חמ"י" און אפילו "ח"י" צי "חה"י". עס זענען אויך פאראן אזעלכע וואס ברענגען אים אן דעם נאמען פונעם ספר, נאר סתם "בספר אחד" א.א.וו.
אין גליון אור ישראל איז געווען געדרוקט עטליכע מאמרים איבער דעם ענין. ער קומט צו דער מסקנה אז דער ספר "חמדת הימים" איז א ליקוט פון עטליכע ספרים און דער מחבר האט נישט געקוקט פונקטליך פון וואו ער נעמט.
למעשה זענען פאראן פיל תפילות און מנהגים וועלכע מיר זאגן היינט פון וועלכע דער מקור איז דער חמדת הימים. אינ'אמת'ן אבער קען מען נישט פונקטליך וויסן, ווייל עס קען זיין אז דער חמדת הימים ברענגט עס סתם צו און דער מקור איז שוין א פריערדיגער.
סוף כל סוף איז דער ספר אנגענומען צווישן אידן אלס א הייליגער ספר, הגם עס זענען געווען וועלכע האבן זיך צוריקגעהאלטן פון לערנען דערין (בעיקר די אשכנז'ישע גדולים).
די פרשה פונעם חמדת הימים איז נאך ווייט פון קלאר ווערן, מיר האבן דעריבער געברענגט נאר דעם אויבערפלאך מיט די דעת פון גדולי ישראל, מיר וועלן זיך דעריבער דא אפשטעלן און לאזן יעדן אננעמען לויט זיין מנהג.


עד כאן וואס איז נוגע דעם ספר חמדת ימים. דער שרייבער האט נאך שטיקלעך וואו ער רעדט ארום איבער מנהגים און תפילות וועלכע זענען אונטער חשד אז עס שטאמט פון כת ש"ץ, אויב איך וועל נאכאמאל נישט האבן וואס צו טון וועל איך עס איבערטייפן (אויב דער עולם וועט מיר בעטן).
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח אויף דיין ארבעט ביז אהער.
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

יישר כח "זיס" .
וויינשטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויינשטאק »

אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט אנגעמערקט אז עס איז דא אין ספר חמשה מאמרות פון הרה"ק ממונקאטש זי"ע א גאנצן מאמר איבערן חמדת הימים
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

קוקט אויס אז איך האב געהאט נאך אביסל צייט און איך האב אפגעטייפט נאך עטליכע פרקים פון דעם שרייבער, וואו ער רעדט ארום איבער אלע מנהגים וועלכע פארמאגן א חשד אז זיי שטאמען פון שבתאות:



צווייפלהאפטיגע שינויים
שבתי צבי האט ליידער מצליח געווען צו מבלבל זיין כלל ישראל נישט נאר אין זיין צייט, נאר ער האט איבערגעלאזט ספיקות און צומישענישן אויף דורי דורות. פיל מנהגים און תפילות וועלכע זענען נאך היינט איינגעפירט צווישן אונז שטייען אונטער פראגע צייכן צי עס איז נישט יד כת ש"ץ באמצע, וואס זיי האבן אריינגעמישט אינעם דאווענען.
איינע פון די זאכן איז דער יהי-רצון צווישן די תקיעות. צווישן די ווערטער וואס מען זאגט דארט איז "כשם שקבלת על-ידי אליהו זכור לטוב וישו"ע שר הפנים". פאראן וואס ווילן זאגן אז די כוונה איז אויפן אותו-איש ימח שמו, וועמענ'ס נאמען איז אריינגעפאלן דארט. פארשטייט זיך אז דער חשד פאלט אויף דעם כת ש"ץ (אין קונטרס "מכלכל חיים בחסד" איז ער דן דארט בהרחבה אויף דער נושא).
פאלגנד איז דער גענויער ציטאט פון א בריוו פון כ"ק מרן אדמו"ר מליובאוויטש זצוק"ל:
פראגע א': אין יהי רצון וואס מען זאגט צווישן די תקיעות, לויט אייניגע נסחאות שטייט: "וישוע שר הפנים". מען האט אייך געזאגט אז דאס האט מען אריינגעגנבעט דער נאמען פונעם אותו האיש.
ענטפער: וועגען דערויף איז שוין פיל געשריבן געווארן (ספר מנחת אלעזר – געדרוקט אין מונקאטש תרס"ב – חלק א', סימן ע"ה, און חלק ב' צום סוף. ספר קצה המטה – קליינווארדיין תרפ"ג. ספר עלבונה של תורה – ברלין תרפ"ט. זשורנאל נירות שבת – ירושלים, ערב ר"ה תש"ו).
מען איז געקומען צום באשלוס אז עס דארף שטיין "וישעיה" - אדער "וישעיהו" – שר הפנים וואס דאס איז איינע פון די מלאך מטטרון'ס נעמען. אויסגעקליבן דעם נאמען ווייל ער באטרעפט 400, אזוי פיל ווי "אליהו הנביא זכור לטוב" און אויך קר"ק (רמז אויף תק'יעה תר'יעה תק'יעה). און אזוי האט מען אויך געפינען געדרוקט אין אלטע מחזורים און ספרים. עס איז ווארשיינלעך אז מיסיאנערן האבן אריינגעגנבעט און משנה געווען דעם נאמען אויף "ויושע".
באמערקונג: דער בעל-התניא ווי אויך דער ווילנער גאון און נאך גדולי ישראל פסקענען אז מ'זאל דעם יהי-רצון בכלל ניט זאגן. און אזוי איז אונזער מנהג...
מנחם שנייאורסאן

אין מנחת אלעזר ברענגט ער אויך אזוי, אז אין סידור השל"ה שטייט "ישעיהו", און ווען מען האט באמערקט דעם טעות (אדער דעם מזיד וואס איז אריינגעלייגט געווארן דורך א מסית), האט מען מורא געהאט דאס צו פארריכטן צוליב דעם חשש אז דער צענזור וועט באמערקן דעם טויש.

זמירות למוצאי שבת
אויף די פיוטים פון מוצאי שבת, "חדש ששוני" און "קלי חיש גואלי", זענען אויך פאראן מיינונגס פארשידנהייטן. אין דעם שטיקל "שכן תשכן בתוך עם צבי את אליהו הנביא" אין חדש ששוני, זענען פאראן וואס ווילן זאגן אז עס ליגט דערין א רמז אויף ש"צ ימ"ש. דער פאקט אליין אז עס איז נישט באקאנט ווער דער מחבר פונעם זמר איז, און אז עס איז נתחבר געווארן אין די צייטן פון שבתי צבי, ברענגט ארויס פראגע צייכנס. אין ק"ק תולדות-אהרן זאגט מען דעריבער "שכן תשכן בתוכנו את אליהו הנביא", כדי נישט צו דערמאנען דעם רמז.
אויך אינעם זמר "קלי חיש גואלי" געפינען מיר די ווערטער "כי בא עת לחננה ציון נחלת צבי", וואס שמעקט אויך מיט רמזים אויף ש"ץ.
למעשה איז אנגענומען אז די פיוטים קומען נישט פון די שבתאים, והא ראיה אז אידן האבן דאס שוין געזאגט הונדערטער יארן איידער שבתי צבי איז געקומען, פארט זענען פאראן קהילות און ערטער וואו מען האלט זיך צוריק פון זאגן די פיוטים, צוליבן חשש אז פארשידענע ווערטער זענען אריינגערוקט געווארן אין די זמירות דורך מענטשן פון כת ש"ץ. לויט וויפיל עס איז באקאנט האבן פיל גדולי ישראל יא געזאגט די פיוטים מיט אלע ווערטער דערין, נישט חושש זעענדיג איבער די אנגעבליכע ווערטער.

יום-טוב'דיגע פיוטים
עס זענען פארהאן עטליכע פיוטים וואס מיר זאגן יום-טוב, אויף וועלכע עס זענען דא וואס זענען מערער אז עס ענטהאלט שבתאי'שע רמזים. איינער פון די פיוטים איז אויף יום ב' דשבועות (לויט די מחזורים דפוסי קרימונה איז עס יום א' דשבועות), וואו מען זאגט "בגש'ם נדב'ות אות'נו יחי'ה, וצ'דיק ב'אמונתו י'חיה". לויט די מעררין שטעלן צוזאמען די דריטע אותיות פון יעדן ווארט דעם נאמען שבתי, און וצ'דיק ב'אמונתו י'חיה איז ראשי-תיבות צב"י. למעשה איז דער פיוט שוין געדרוקט געווארן אין די מחזורים דפוס וויניציא, אין יאר שכ"ח, בערך הונדערט יאר איידער שבתי צבי איז נתגלה געווארן, און לויט דעם איז קלאר אז עס איז אן אויסגעהאלטענער פיוט (וע"ע בחמישה מאמרות להגרח"א שפירא, מונקאטש, מאמר משיב מפני הכבוד).

אזמר בשבחין
אין ספר נירות שבת (כרך ד') רעדט ער ארום איבער דעם זמר "אזמר בשבחין" פונעם אר"י הק'. ביים לעצטן בית פון "שביתין ושביקין", איז לויט זיינע ווערטער פאראן אין דעם ווארט "שביתין" א רמז אויף שבתי צבי, וואס די שבתאים האבן צוגעלייגט. זיין דעה בויט ער אויף דעם וואס דער זמר גייט מיט א סדר אויף די אותיות "אני יצחק בן שלמה", אבער עס שטעלט זיך אפ ביים ש' פון שלמה, פון שכינתא תתעטר, און אנשטאט צו גיין ווייטער מיטן ל' (אנדערע לייגן צו צום ל' "למבצע על ריבטה" וואס איז געדרוקט אין פארשידענע זמירות) זאגט מען נאך א ש' פון "שביתין". וואו קומט אריין דער צווייטער שי"ן? אלא מאי, די שבתאים האבן דארט אריינגערוקט א שטיקל. למעשה איז אבער אנגענומען אז דאס שטיקל פון "שביתין" האט דער אריה"ק קודם מחבר געווען, און שפעטער האט ער אויפגעטוישט דעם שטיקל אויף "שכינתא" (אדער "שכינתיה" לויט אנדערע גירסאות).

בלילה ההוא
דער מהרי"ל שרייבט אז דאס וואס דער וועלט פירט זיך צו העכערן דער קול, אנהויבנדיג דער קאפיטל פון "בלילה ההוא" אין די מגילה, שטאמט די מנהג פון שבתי צבי וועלכער פלעגט זיך אזוי פירן, צוליב דעם וואס עס ווייזט אויף די גאולה.
אין חמדת הימים (אויף וואס עס איז פאראן א חשד אז דער מחבר איז נתן העזתי) שרייבט ער אז דער פסוק פון בלילה ההוא זאגט דער גאנצער עולם צוזאמען, און דערנאך ליינט עס דער בעל-קורא איבער.

"בית" סופריהם
אין די ברכה פון על הצדיקים, זענען פאראן פארשידענע גרסאות, טייל זאגן "על פליטת סופריהם, און טייל לייגן צו דער ווארט "בית" סופריהם. עס זענען פאראן מיינונגען אז דער ווארט "בית" איז אריינגעריקט געווארן דורך די שבתאים, ווייל עס איז פאראן דערין א רמז צו שבתי צבי. למעשה ווערט די ווארט אראפגעברענגט אינעם סידור פונעם בעל-התניא ווי אויך אין אנדערע סידורים, אזוי אז עס איז כמעט נישט קיין ספק אז די ווארט איז אויסגעהאלטן און עס ליגט נישט דערין קיין שבתאי'שער רמז.

נייע תחינות
מיר געפינען אויך אין ספר תשובה מאהבה (סוף סימן א'):
"ולא עוד אלא שבתפילות ותחנונים אשר התחדשו חדשים מקרוב כמה דורות משנת תכ"ו התערבו בכמה מקומות שמות התרפים והבעלים מכלב רע שבתי צבי המשומד התוגר שחיקא טמיא עפ"י קבלתו המטונפה המלאה קיא צואה וצואה רותחת יוצקת לתוך פיו של אותו רשע ותלמידיו ותלמידי תלמידיו, אתה אלוקים תורידם לבאר שחת ולא יחצו ימיהם ותערובותיהם אסורות במשהו ותערובת תערובותיהן, דרך כלל יאות לבטל כל התחינות ובקשות אלו וכיוצא בהן שנתחדשו מליקוטי האחרונים."
נישט נאר דאס, נאר אין די תפילות און תחינות וואס זענען לעצטנס נתחדש געווארן פון יאר תכ"ו, זענען אריינגעמישט געווארן אין עטליכע ערטער שמות הטמאה פון דעם שלעכטן הונט, דער אראבישער משומד שחיקא טמיא, לויט זיין שמוציגער קבלה, זאל אריינגעגאסן ווערן צואה רותחת אין זיין מויל, און אין די מיילער פון זיינע תלמידים און תלמידי תלמידים, זאל זיי דער באשעפער אראפנידערן אין באר שחת, און זיי זאלן נישט אנקומען צו האלב פון זייערע יארן. זייערע תערובות זענען אסור במשהו, און אויך די תערובות פון די תערובות. דרך כלל איז כדאי צו מבטל זיין די תחינות און בקשות וועלכע זענען לעצטנס ארויסגעקומען.


מנהגים
אויך אין מנהגים זענען פאראן פארשידענע זאכן וואס ברענגען אויף ספיקות צי עס שטאמט נישט פון די שבתאים. איינער פון די מנהגים איז דאס עסן פירות אום חמשה-עשר-בשבט. באמת ווערט שוין די גרויסקייט פון דעם טאג דערמאנט אין פריערדיגע ספרים ווי דער אר"י הק' און נאך ספרים, אבער דער ערשטער וועלכער דערמאנט דעם ענין פון עסן פירות און טון אנדערע מנהגים איז דער ספר "חמדת הימים", אויף וועלכן עס איז מסופק ווער דער מחבר איז. ביי די רעשטלעך פון דעם כת איז חמשה-עשר-בשבט א גרויסער טאג, און זיי האבן דערויף פיל שירים און זמירות.
פאלגנד איז א שיר וואס זיי זינגען נאך היינט-צו-טאג:


למעשה איז אנגענומען ביי ערליכע אידן מקיים צו זיין דעם מנהג פון דעם טאג, והנח להם לישראל אם אינם נביאים בני נביאים הם. עס לאזט זיך דעריבער זאגן אז עס ליגן גרויסע און הייליגע ענינים דערביי און עס שטאמט נישט פון דעם פארשאלטענעם כת.

זוהר הקדוש
נישט נאר אין תפילות און מנהגים זענען פאראן ספיקות בנוגע שבתי צבי, אפילו אינעם ספר הזוהר האבן זייערע לאפעס מעגליך דערגרייכט.
אין יאר תקכ"ח לפ"ק איז ר' יעקב עמדין ארויסגעקומען מיט זיין ספר "מטפחת סופרים" (אלטונא), וואו ער ברענגט אן ערך פון דריי-הונדערט הערות אויפן ספר הזוהר. ער איז כסדר מדגיש אז לדעתו איז דער זוהר קודש קדשים און איז נתחבר געווארן סוף תקופת האמוראים, אבער עס איז אריינגעמישט געווארן דערין פיל צוגאבעס דורך דעם פארשאלטענעם כת ש"ץ. בכלל, שרייבט ער, זענען פיל מימרות פון זוהר, וועלכע זענען נישט פארשטענדליך פאר סתם אידן, אויסגעטייטש געווארן דורך די שבתאים אויף זייער טריפה'נעם וועג.
אין יאר תקע"ה לפ"ק, איז ארויסגעקומען דער ספר בר-יוחאי, פון הרה"ק ר' משה מינץ, וואו ער ווענדט אפ די אלע הוכחות פונעם יעב"ץ קעגן דעם זוהר.
דער חיד"א אין שם הגדולים שרייבט ווי פאלגנד:
"עתה מקרוב בא לידי מטפחת ספרים, וראיתי בהעברה בעלמא שעשה פלילות עד שכתב שאינו לתנא אלא לאחרון ופקפק על הגדולות והנוראות אשר בזהר. ולפום ריהטא הייתי תמיה מאד על דבריו בכלל ופרט ורבותינו אריוון דאורייתא מהר"ם קורדוביר"ו והאר"י זצ"ל בעלי רוח הקדש ואשר נגלה עליהם אליהו זכור לטוב ובכל הארץ יצא קום ובקצה תבל מליהם הם נגדו ואחריהם כמה קדישי עליונין. ולכן נראה לי כי גם הרב ז"ל ידע באמת ובתמים ענין הזהר הקדוש. אך בקנאתו על כת הארורה שעוברים על כריתות ומיתות ב"ד דתלו עצמם בלשונות הזהר בדברי שוא ושקר, לכן הראה פנים לקעקע ביצתם ולומר משום עת לעשות פקפוקים אלו וכונתו לשמים, וה' ברחמיו ידיננו לכף זכות."
אצינד איז אנגעקומען צו מיר דער ספר "מטפחת ספרים", איך בין עס אריבערגעגאנגען און געזען ווי ער איז מפקפק אויף די ווערטער פון זוהר. פון אויבנאויף האב איך זיך שטארק געוואונדערט אויף זיינע רייד, בפרט אז די לייבן, דער מהר"מ קורדובירו און דער אר"י הק', וועלכע זענען געווען בעלי רוח הקודש און אליהו הנביא האט זיך באוויזן פאר זיי, און אין דער גאנצער וועלט איז ארויס זייער נאמען. דערפאר מיין איך אז דער יעב"ץ אליין האט געוואוסט די גרויסקייט פונעם זוהר הקדוש, נאר צוליב דער קנאות קעגן דעם פארשאלטענעם כת, וואס איז עובר אויף כריתות און מיתת בית-דין אנהענגענדיג זיך אינעם הייליגן זוהר מיט פאלשע רמזים, האט ער געמאכט פיקפוקים אויפן ספר, און דער אויבערשטער זאל אונז דן זיין לכף זכות.
אינעם ספר "קו לקו" ברענגט ער אז לדעתו האט דער חיד"א געהאלטן אז רבי יעקב עמדין האט געהאלטן אזוי ווי ער שרייבט אין "מטפחת ספרים", נאר וויבאלד ער איז געווען אזוי צוגעבונדן צום זוהר, האט אזוי געשריבן אויף ר' יעקב עמדין זצוק"ל.
עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז רבי יעקב עמדין זצ"ל איז געווען א גרויסער מקובל און געקענט דעם ספר הזוהר בעל-פה. אין זיין סידור ברענגט ער אויך פיל אראפ פון זוהר-הקדוש.

ר' יודל ראזענבערג
אין פוילן האט געלעבט א איד מיטן נאמען ר' יודל ראזענבערג, אויף וועמען עס איז שוין פיל געשריבן געווארן. ר' יודל איז געווען א גרויסער תלמיד-חכם און א מחבר פון ספרים, אבער גלייכצייטיג אויך א גרויסער בעל-דמיון. ער איז געווען דער וואס האט אויסגעטראפן דעם גולם פון פראג, זאגנדיג אז ער האט דאס געזען אין אן אלטן ספר (הגם עס זענען פאראן וועלכע נעמען אן די לעגענדע פונעם גולם).
צווישן אנדערע האט ער ארויסגעגעבן א ספר אויף זוהר, און פון אנהויב שרייבט ער א שטיקל הקדמה. דארט שרייבט ער אז זייענדיג אין לאדזש האט ער געזען אין בית-המדרש הגדול אן אלטער ספר מיטן נאמען "צור דבש". דער שער-בלאט און דאס דעקל האבן שוין געפעלט, דעריבער האט ער נישט געקענט זען ווער דער מחבר איז געווען, אבער עס איז קענטיג אז דאס איז געשריבן געווארן פון א תלמיד פונעם יעב"ץ, ווייל עס געפינט זיך דארט עטליכע תשובות און בריוו פונעם יעב"ץ, און פון די סגנון הלשון דערקענט זיך אז ער שרייבט עס צו זיין תלמיד.
אין דעם ניינטן בריוו, צום סוף פונעם ספר, שרייבט דער יעב"ץ אזוי:
אויף דעם וואס דו האסט טענות אז איך לייג ספיקות אויפן זוהר, זאלסטו וויסן אז איך בין געווען געצוואונגען דאס צו טון, ווייל איך האב עוסק געווען אין א מלחמת מצוה אויסצוראטן שבתי צבי'ס לעצטע תלמידים, און דער רשע נתן שר"י האט כסדר גענומען ראיות פון זוהר אויפצואווייזן די משיחיות פון זיין רבי'ן שבתי צבי שר"י, דערפאר בין איך געווען געצוואונגען משפיל צו זיין דעם הייליגן זוהר, ווייל עס האט געברענט א פלאם אין מיין הארץ, אבער דער אמת איז אז דער ספר הזוהר וועט בלייבן לעד ולנצח נצחים און מיינע קריטיק וועט סיי-ווי נישט מאכן קיין גרויסער רושם.
למעשה איז אין בית-המדרש אין לאדש נישט געווען קיין ספר צור-דבש, און אזא ספר עקזיסטירט בכלל נישט. און אויף ר' יודל ראזענבערג איז בכלל שווער צו בויען מסקנות.
עס איז איראניש ארויצוברענגען וואס א פריערדיגער שרייבער באמערקט, אז עס איז קענטיג אז ר' יודל ראזענבערג פראבירט נאכצומאכן דעם יעב"ץ'ס שיינעם נוסח פול מיט מליצות, אבער עס געלונגט אים נישט ווי ער וויל, ווייל צו נאכמאכן דעם יעב"ץ דארף מען האבן א צווייטן יעב"ץ דערפאר.

א חורבן לדודות
שבתי צבי האט איבערגעלאזט א חורבן, נישט נאר אויף זיין צייט ווען פיל אידן האבן זיך גענארט אין אים, נאר אויף דורות שפעטער, ביז היינטיגע צייטן, ווען מיר זענען נישט זיכער אויף פארשידענע פיוטים אויב זיי זענען פון א גוטן מקור, ספרים אויב זיי זענען פון אויסגעהאלטענע מחברים, און גדולים אויב זיי זענען חלילה געווען פארכאפט אינעם כת.

תשובה אויף א הרהור
דער הייליגער ישמח משה האט געהאט א פעטער, א צדיק תמים ונשגב, און האט זיך געפירט מיט א געוואלדיג צדקות און פרישות במשך זיין גאנץ לעבן. איינמאל האט אים זיין רביצין מעורר געווען אז זי באמערקט לעצטנס א שינוי אין זיין התנהגות, ווייל ער פלעגט שטענדיג מקפיד זיין אויף מים-אמצעים צווישן פיש און פלייש, און לעצטנס לאזט ער נאך דערפון.
ווען דער צדיק האט געהערט אזעלכע ווערטער, האט ער געהאט א שטארקע חלישות הדעת דערפון, און האט זיך גענומען מאכן א חשבון הנפש וועלכע עבירה ער האט געטאן וואס איז גורם ער זאל ווערן שוואך אין מנהגי חז"ל, ביז ער האט זיך מיישב געווען אז עס קומט ווייל איינמאל האט ער געהאט א הרהור אז אפשר ליגט חלילה עפעס ווארהייט אין די מעשה מיט שבתי צבי, פארשטייט זיך אז ער האט גראד חרטה געהאט אויפן הירהור אבער אויף א רגע האט ער אזוי געטראכט. אט די עבירה האט אים געמאכט א קלות אין אידישקייט.
דעם קומענדיגע פרייטאג-צו-נאכטס איז דער צדיק ארויף אויפן באלעמער אין בית-המדרש, דערציילט די מעשה ברבים און געזאגט: "וויבאלד די הלכה איז אז אויף מינות איז נישט פאראן קיין כפרה אויסער מיתה, דאן אויב דער באשעפער נעמט אן מיין תשובה זאל איך נסתלק ווערן אויפן ארט". מיט די ווערטער האט די צדיק אויסגעהויכט זיין נשמה צו איר באשעפער.

א צעמישעניש אויף שטענדיג
שבתי צבי האט אויך גורם געווען פיל מחלוקת צווישן אידן, ווען צדיקים האבן חושד געווען אנדערע צדיקים אין שבתאות, און ביז היינט זענען די זאכן פארנעפלט און מען ווייסט נישט וואס דארט האט פאסירט. שבתי צבי האט איבערגעלאזט א צומישעניש און חורבן ביי כלל ישראל אויף דורי דורות.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זייער שיין, יישר כח זיס.
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

אין ספר ויגד משה ברענגט ער בשם דעם ברך משה זצ"ל אז ער האט געהאט א ספר חמדת הימים, בירושה פונעם ישמח משה זצוק"ל. אני הקטן האט עס געזאגט פאר ר' סענדער דייטש ע"ה נאך וואס ער האט ארויס געגעבן זיין ספר ווי ער רעד דערפון, ער האט זיך זייער געווינדערט, ווייל ער האט גערעט מיט'ן ב"מ דערוועגן און ער האט אים גארנישט געזאגט דערוועגן.

ר"ס האט מיך געבעטן איך זאל אים פארשאפן דעם ספר ו"מ, אבער 2 וואכן שפעטער איז ער נפטר געווארן, עס איז געווען דאס ערשטע און לעצטע מאל וואס איך האב גערעד צו אים אבלח"ט.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

אין היכל הבעשט שנה ב' גליון ב' [חלק ו'] עמ' ל"ד איז דא א פולער אפשאצונג פון הרב נחום גרינוואלד בנוגע דעם ענין, אונטערין קעפל "יחסם של גדולי החסידות לספר חמדת הימים", אין רוב דברי הרב "זיס" ווערט שוין דארט גיברענגט עיין שם ותמצא נחת.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

שער בלאט פונעם ספר 'חמדת ימים', [לכאורה] דפוס ראשון.
קרעדיט: איבעי.
אטעטשמענטס
1181_(29)_(Large).jpg
לחיים ולברכה!
hotwire
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 08, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hotwire »

מאיר האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:און דער תפילה זכה פאר כל נדרי איז אויך אריין און דער גורל.
הגם, וואס איז ביי אינז און די מחזורים איז נישט ענליך צי וואס עס שטייט און חמדת ימים

אין מחזור דברי יואל ליו"כ שטייט אז דער רבי פלעגט אין געוויסע יארן זאגן תפלת זכה (כשהי' לו פנאי).



תפלה זכה האט קיין שייכות מיט ספר חמדת ימים, תפלה זכה האט מחבר געווען די חיי אדם, און פארדעם האט מען דאס אין רוב חסידישע מקומות נישט געזאגט

די וידוי פון חמדת ימים, איז מופיע מלה במלה אין בית אהרן קארלין און מען זאגט עס דארט עד היום הזה


האט איז שוין אנגענומען כמעט אויף זיכער אז דער חמדת ימים איז געווען א גוטער גנב [מלקט] וואס האט געשריבען זאכען על שמו, און אויכעט איז אריינגעמושט איטליכע זאכן פון נתן העזתי [3 פיוטים], אבער ער איז זיכער נישט דער מחבר

לגבי דאס וואס ס'איז געברענגט פריער וועגען תיקון נשמת מחבר חמדת ימים, ווערט געברענגט און מאמר משיב מפני הכבוד להרה"ק ממונקאטש
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

געזעהן אין די נייע אוצרות חתם סופר אויף פרשיות שמות-בשלח ברענגט אז דער חתם סופר ברענגט כמה וכמה פעמים דעם חיבור חמדת הימים. ומי לנו גדול.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אין די זקיניך ויאמרו לך פון פסח שטייט אז איינער האט געפרעגט דער ברך משה וואס מ'האט געהאלטן פונעם חמדת הימים און דער בר"מ האט זיך זייער צובייזערט און יענעם אנגעשריגן וכו' וואס איז די עוולה פון פרעגן אזא שאלה?
דביה תחדי נפשא
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”