יומא דהילולא - השתטחות על ספריהם

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
סופרים וספרים
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 10:28 am

יומא דהילולא - השתטחות על ספריהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים וספרים »

[align=center]דברי הקדמה[/align]

[align=center]וְהַשָּׂבָע לֶעָשִׁיר

וְהַשָּׂבָע לֶעָשִׁיר אֵינֶנּוּ מַנִּיחַ לוֹ לִישׁוֹן (קהלת, ה, יא). פרש"י: והשבע לעשיר - בעל שמועות. איננו מניח לו לישון - בקבר שנאמר דובב שפתי ישנים כל תלמיד חכם שאומרים דבר שמועה מפיו שפתותיו דובבות בקבר.[/align]

אין די היינטיגע וועלט איז די מושג פון 'יומא דהילולא' געווארען זייער נפוץ, אין מענטשען פארן אין קומען זיך משתטח זיין אויפ'ן ציון פון די צדיק ביומא דהילולא, אין מען פועל'ט אויס אלעס גוטס.

כלל ישראל במשך הדורות איז געבענטש'ט געווארען מיט הונדערטע צדיקים אין גדולי ומאורי התורה וואס האבן בשעתם בחיי חיותם גערידערט א וועלט צו א שטאט צו א געגענט, אבער במשך הדורות איז ממש רובו ככולו פון די צדיקים אין גדולי התורה, ווייס מען שוין אפילו נישט פון זייערע מעשים, אין נישט פון זייער תורות אין חידושים.

לכן נתת לבי בעזר השם, זיך משתדל זיין בל"נ צו אראפבערנגען א יעדען טאג, א שטיקל דברי תורה פון די צדיקים און די גדולי התורה, וואס עס געפאלט די יארצייט אין דער טאג, אין מפרש זיין דער שטיקל תורה וואס מען גייט ברענגען כדי מען זאל קענען פארשטייען אביסל גרינגער זייערע ווערטער. אין אזוי וועט מען זיך קענען מקשר זיין מיט'ן צדיק אדער אדם גדול ביומא דהילולא דיליה, אין גורם זיין עס זאל זיין 'שפותיהן דובבות', אין אודאי נאכן לערנען א שטיקל פון זייער תורה, אין לערנען א משנה לעילוי נשמתם, וועט מען זיך קענען אויסבעטען אלעס גוטס בזכות פון די צדיקים.

[align=center]וזאת למודעי: מיר וועלן נאר ברענגען דברי תורה פון אזעלכע צדיקים אין גדולי עולם וואס זענען נישט אזוי באקאנט בימינו, אין זייערע ספרים אין תורות גייען אריין בגדר פון מת מצוה פון די ספר החסידים שרייבט. כדי לעשות נייחא לנשמתם הטהורה.[/align]
"אין חכמת אדם מגעת אלא עד מקום שספריו מגיעין, ולכן ימכור אדם כל מה שיש לו ויקנה ספרים"
(רבי יצחק קנפנטון - מגדולי חכמי ספרד - בספרו 'דרכי התלמוד')
אוועטאר
סופרים וספרים
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 10:28 am

Re: יומא דהילולא - השתטחות על ספריהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים וספרים »

[align=center]י"ח חשון

רבי משה ב"ר אליהו זצ"ל מלובלין
מח"ס פרחי שושנים
[/align]

די ספר פרחי שושנים איז בעיקר מיוסד על מסכת הש"ס, אין צום סוף ספר איז געדריקט זיינע חידושים על התורה, אבער נאר ביז פרשת תולדות.

אין דער וואכדיגע סדרה פרשת חיי שרה שרייבט ער אויף דער פסוק: וְאַבְרָהָם זָקֵן בָּא בַּיָּמִים וַה' בֵּרַךְ אֶת אַבְרָהָם בַּכֹּל (בראשית, כד, א), זאגט די גמרא אין מסכת בבא בתרא (קמא, א) 'בת היה לו ובכל שמו' - פירוש: די אייבישטער האט געבענטש'ט אברהם אבינו מיט א טאכטער וואס זי האט געהייסן 'בכל'. אין תוספות (ד"ה בת) פרעגט דארט אופ'ן פלאץ: ואם תאמר ולמה לא השיאה ליצחק למ"ד בפרק ארבע מיתות (מסכת סנהדרין, נח, ב) דבן נח מותר באחותו - פירוש אויב האט אברהם אבינו געהאט א טאכטער פארוואס האט זיך אברהם אבינו געמוטשעט צו טרעפן א שידוך פאר יצחק, ער האט דעך געקענט חתונה מאכן יצחק צו זיין שוועסטער בכל, אין תוספות לייגט צו, אז דער קשיא איז נאר שווער אויב מען האלט אז א בן נח מעג חתונה האבן מיט א שוועסטער? ענטפערט תוספות: ויש לומר דשמא קטנה היתה - פירוש: די טאכטער 'בכל' איז נאך געוועהן א קטנה, אין וועגן דעם האט אברהם נישט געוואלט אז יצחק זאל חתונה האבן מיט בכל.

פרעגן די מפרשים, אז רבקה איז דאך אויך געוועהן א קטנה, אין אפילו אזוי האט אברהם חתונה געמאכט יצחק צו רבקה?

ענטפערט די פרחי שושנים, בהקדם וואס עס שטייט אין ספר 'דרוש שמואל' וואס איז מבאר וואס איז די רמז פון די כ"ף זעירא אין די ווארט 'ולבכתה', איז ער מסביר, אז אין דער טאג וואס שרה אמנו איז אוועק איז אויך אוועק איר טאכטער 'בכל', אין דעס איז מרומז אין די ווארט ולב(כ)תה, וואס מאכט די ווערטער: לספוד את שרה ולבתה.

לפי דעם שרייבט די פרחי שושנים, אז ווילאנג די טאכטער 'בכל' האט געלעבט האט אברהם טאקע געוואלט חתונה מאכן יצחק צו דער טאכטער, נאר אברהם אבינו האט געוואלט ווארטן ביז די טאכטער גייט אביסל אינטער וואקסן, אבער נאכדעם וואס שרה מיט די טאכטער בכל זענען אוועק, האט אברהם שוין נישט געהאט קיין ברירה אין געשוקט אליעזר צו זיכן א כלה פאר יצחק, אפילו די כלה רבקה איז נאך געוועהן א קטנה.

[align=center]אותיות מחכימות
פרחי שושנים דפוס קושטא דף נו
[/align]
[align=center]ומה שמקשים העולם על תירוץ התוספות שמא קטנה היתה, הלא גם רבקה קטנה היתה, נראה לי פשוט דלא קשה מידי, דאיתא רמז בכ"ף קטנה של לבכותה דאותה יום שמתה שרה מתה גם אותה הבת, ולכך כ"ף קטנה כאילו כתב לכתוב לשרה ולבתה, עי' בדרוש שמואל. ולפי זה, כשהיה בתו בחיים לא השיאה כי חשב אברהם להמתין עד שתגדל, ואחר כך כשמתה שרה וגם בתה, הוצרך לשלוח אליעזר, ולא היה לו שוב הברירה ולקח רבקה, אם היותה קטנה, וק"ל.[/align]
"אין חכמת אדם מגעת אלא עד מקום שספריו מגיעין, ולכן ימכור אדם כל מה שיש לו ויקנה ספרים"
(רבי יצחק קנפנטון - מגדולי חכמי ספרד - בספרו 'דרכי התלמוד')
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: יומא דהילולא - השתטחות על ספריהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

שיינא געדאנק, וואלט געווען שיין צו שרייבן אין די פתיחה אביסל מער איבער די חלק ההשטטחות. (דאכט זיך די מקור איז פון מאור עינים.)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: יומא דהילולא - השתטחות על ספריהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יצחק טובי' האט געשריבן:שיינא געדאנק, וואלט געווען שיין צו שרייבן אין די פתיחה אביסל מער איבער די חלק ההשטטחות. (דאכט זיך די מקור איז פון מאור עינים.)

https://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.a ... &pgnum=196
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (118.85 KiB) געזען 1475 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: יומא דהילולא - השתטחות על ספריהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

א דאנק אייך ר' פישל.
אוועטאר
סופרים וספרים
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 10:28 am

Re: יומא דהילולא - השתטחות על ספריהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים וספרים »

זעה איך די מאור עינים שרייבט: השטתחות (טי"ת לפני התי"ו) איז נישט די אמת'ע וועג פון שרייבן: השתטחות (תי"ו לפני הטי"ת)?
"אין חכמת אדם מגעת אלא עד מקום שספריו מגיעין, ולכן ימכור אדם כל מה שיש לו ויקנה ספרים"
(רבי יצחק קנפנטון - מגדולי חכמי ספרד - בספרו 'דרכי התלמוד')
אוועטאר
סופרים וספרים
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 10:28 am

Re: יומא דהילולא - השתטחות על ספריהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים וספרים »

[align=center]י"ט חשון

רבי שמשון ב"ר משולם פייבוש (בעל 'יושר דברי אמת') העלער זצ"ל
מח"ס נזירות שמשון
[/align]

דער ספר נזירות שמשון איז געדריקט צום סוף פון די באוויסטע ספר פון זיין טאטע'ן יושר דברי אמת, ובימינו אלה איז עס איבערגעדריקט געווארען אין אן עקסטערע חיבור, דארך מכון סוד ישרים שנת תשע"ו.

דוד המלך זאגט אין תהילים: סָבִיב רְשָׁעִים יִתְהַלָּכוּן כְּרֻם זֻלּוּת לִבְנֵי אָדָם: (יב, ט).
די ראש אין די סוף פון די ווארט 'רשעים' ווען מען ליינט עס גלייך, מאכט עס די אותיות 'ר"ם', אין אויב מען ליינט עס פארקערט מאכט עס די אותיות: 'מ"ר', אין דעס קומט צו מרמז זיין אז ביי רשעים, איז טאקע תחלתן שלוה, בבחינת 'רם' אבער צום סוף וועט זיין פאר זיי: 'מר' אזוי ווי עס שטייט אין פסוק: וְאַחֲרִיתָהּ מָרָה כַלַּעֲנָה (משלי, ה, ד).
אין דעס איז פשט אין פסוק דא: סביב רשעים - דהיינו די ווערטער וואס נעמען ארום די ווארט רשעים, יתהלכון, גייען די רשעים בעולם הזה, אין דעס איז: כר"ם - דהיינו עס זעהט אויס (כ"ף הדמיון) ווי זיי דרייען זיך ארום אויף דער וועלט 'רם' מיט די קאפ ארויף, אבער פוהרט די משורר אויס: זלות לבני אדם - ווי די נביא ישעיה זאגט: וְיָצְאוּ וְרָאוּ בְּפִגְרֵי הָאֲנָשִׁים הַפֹּשְׁעִים בִּי (ישעיהו, סו, כד), דהיינו די צדיקים גייען לעתיד זעהן די עונש וואס די רשעים גייען באקומען, אין דעס איז פשט 'זלות לבני אדם', אז די צדיקים וואס ווערן אנגערופן 'בני אדם' גייען זעהן די 'זלות' פון די רשעים, אז זייער וועט צום סוף זיין 'מ"ר'.

[align=center]אותיות מחכימות[/align][align=center]ספר נזירת שמשון מכון סוד ישרים, דף כא[/align]
[align=center]ידוע דמלת רשעים, אותיות הסובבים מלה זו הם ביושר ר"ם, ובהיפך אותיות מ"ר, וכן הוא אומר ברשעים (משלי, ה, ד) ואחריתה מר"ה כלענה, תחלתן שלוה בעולם הזה, ומרה באחרונה. ולעתיד נאמר (ישעיה, סו, כד) ויצאו וראו בפגרי האנשים הפושעים כו', ר"ל שהצדיקים יראו העונש של הרשעים. ואפשר שזה אמר הכתוב (תהלים, יב, ט) סבי"ב רשעי"ם, ר"ל האותיות אשר סובבים מלת רשעים, יהתלכון, ר"ל בעוה"ז, כר"ם ר"ל מתדמים שהם רמים ונשאים, וז"א כ'רם בכ"ף הדמיון, ר"ל כרם ולא רם, אמנם הסוף יהיה שאותם הרשעים יהיו זלו"ת לבנ"י אד"ם, ר"ל יהיו מזולזלים, והצדיקים אשר נקראו בנ"י אד"ם יראו אותם, כמו שכתוב ויצאו וראו.[/align]
"אין חכמת אדם מגעת אלא עד מקום שספריו מגיעין, ולכן ימכור אדם כל מה שיש לו ויקנה ספרים"
(רבי יצחק קנפנטון - מגדולי חכמי ספרד - בספרו 'דרכי התלמוד')
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: יומא דהילולא - השתטחות על ספריהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

זייער שיין!
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: יומא דהילולא - השתטחות על ספריהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

סופרים וספרים האט געשריבן:דער ספר נזירות שמשון איז געדריקט צום סוף פון די באוויסטע ספר פון זיין טאטע'ן יושר דברי אמת, ובימינו אלה איז עס איבערגעדריקט געווארען אין אן עקסטערע חיבור, דארך מכון סוד ישרים שנת תשע"ו.

שכח סופרים, אמר"ש פון סוד ישרים, זיי מאכן א מורא'דיג ארבעט, א שאד אז זיי טוען דאס נישט מיט אלע ספרי חסידות. שיין געדרוקט אן נקודות וזהו.
אוועטאר
סופרים וספרים
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 10:28 am

Re: יומא דהילולא - השתטחות על ספריהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים וספרים »

[align=center]כ חשון

רבי משולם ישכר ב"ר אריה לייב הורוויץ זצ"ל אב"ד סטאניסלאוו
בעמח"ס שו"ת בר ליואי
[/align]


דער גרויסע גאון רבי משולם ישכר, חוץ פון דער ספר שו"ת בר ליואי האט ער אויך מחבר געוועהן א ספר על תורה מיט'ן נאמען כלי חמדה, אין דער וואכעדיגע סדרה שרייבט ער אזוי:

לֹא אֲדֹנִי שְׁמָעֵנִי הַשָּׂדֶה נָתַתִּי לָךְ וגו', וַיְדַבֵּר אֶל עֶפְרוֹן בְּאָזְנֵי עַם הָאָרֶץ לֵאמֹר וגו' וַיִּשְׁמַע אַבְרָהָם אֶל עֶפְרוֹן וַיִּשְׁקֹל אַבְרָהָם לְעֶפְרֹן אֶת הַכֶּסֶף וגו' וַיָּקָם שְׂדֵה עֶפְרוֹן וגו' לְאַבְרָהָם לְמִקְנָה לְעֵינֵי בְנֵי חֵת בְּכֹל בָּאֵי שַׁעַר עִירוֹ:
מען קען אסאך מעורר זיין אין די גאנצע דין ודברים ציווישען אברהם אבינו אין עפרון, די סדר הדברים אין די הלוך ילך ווי אזוי די מקח פון די שדה עפרון איז צוגעגאנען, אין כדי צו פארשטיין די פסוקים גוט איז רבי משולם ישכר מפרש בדרך חידוד די סדר המקח.

די גמרא זאגט אין מסכת גיטין (מ, ב): האומר - ראובן שטעלט זיך אויף אין ער זאגט: נתתי שדה לפלוני - אין האב אוועק געגעבן מיין פעלד פאר שמעון (לשון עבר), איז די הלכה: אינו יכול לחזור בו - אז שמעון האט קונה געוועהן די פעלד, אין ראובן קען נישט שפעטער צוריק ציען אין זאגן אז ער האט עס נישט געקויפט, אבער אויב: אמר - ראובן זאגט: אתנה שדה לפלוני - אין גיי געבן מיין פעלד פאר שמעון (לשון עתיד) יכול לחזור בו - קען ראובן יא צוריק ציען פון דער מקח. אין די גמרא דארט בהמשך איז מפרש, אז אפילו שמעון זאגט אז ער האט קיינמאל נישט באקומען די שדה פון ראובן, אפילו אזוי איז די מקח - מקח, אין מען קען נישט צוריק ציען, אין די טעם איז: דהאומר נתתי איננו יכול לחזור בו שמא זיכה לו על ידי אחר - ווייל מען איז חושש אז ראובן האט געשריבן א שטר מתנה פאר שמעון אויף דער פעלד, אין ער האט עס מזכה געוועהן פאר שמעון דארך א צווייטען, אין אה"נ שמעון ווייסט נישט פון דעם, אבער די הלכה איז דאך אז 'זכין לאדם שלא בפניו', אין די פעלד געהערט צו שמעון, אין ראובן קען נישט צוריק ציען. עד כאן דברי הגמרא.

דא ביי די דין ודברים ציווישען אברהם אין עפרון, זעהט מען אז עפרון האט געזאגט פאר אברהם די לשון: הַשָּׂדֶה נָתַתִּי לָךְ, אין ווי רש"י איז מפרש אויפ'ן פלאץ: הרי הוא כאלו נתונה לך כבר - דהיינו אזוי ווי די גמרא זאגט אין מסכת גיטין 'האומר נתתי שדה לפלוני אינו יכול לחזור בו', אין אויב אזוי וואלט זיך בעצם די מקח אויף די שדה עפרון שוין זיך געקענט אפשטעל'ן דא אין אברהם וואלט געקענט מקבל זיין די שדה 'בתורת מתנה', ווייל ברגע עפרון האט געזאגט די לשון 'נתתי' קען שוין עפרון נישט צוריק צוען פון דעם מקח.

אבער אברהם אבינו האט נאך אלץ מורא געהאט אז עפרון גייט צוריק ציען פון דער מקח בתורת מתנה, אין די טעם איז, ווייל ווי אויב'ן געשריבן איז די גאנצע טעם פארוואס ראובן קען נישט צוריק ציען איז וויבאלד: 'שמא זיכה על ידי אחר', אבער דער הלכה גייט נישט אן ביי עכו"ם, איז וויבאלד די כלל פון זכין לאדם שלא בפניו איז געבויט אויף די כלל פון 'שליחות', דהיינו די אדם הזוכה לחבירו, איז א שליח לחבירו צו קונה זיין, אין די הלכה איז דאך אז: אין שליחות לעכו"ם, אויב אזוי איז דא נישט דא די טעם אז עפרון האט זוכה געוועהן די פעלד פאר אברהם דארך א צווייטען אין אברהם האט מורא געהאט אז עפרון גייט צוריק ציען פון דער מקח.
דערפאר האט אברהם דוקא געוואלט קויפן דער שדה 'בכסף', אין נישט באקומען די שדה 'בתורת מתנה' כדי עפרון זאל נישט קענען שפעטער צוריק ציען פון דער מקח.

אבער דא האט אברהם אבינו געהאט א צווייטע פראבלעם. די גמרא זאגט אין מסכת בבא בתרא (נד, ב): נכסי עובד כוכבים - די נכסים וואס א עובד כוכבים פארקויפט פאר א ישראל, אין מען האלט אינמיטן די מקח, דהיינו נאך וואס די ישראל האט שוין געגעבן 'מעות', אבער די ישראל האט נאך נישט מחזיק געוועהן אין די נכסים (דהיינו בשטר), איז די דין: הרי הן כמדבר, וכל המחזיק בהן זכה בהן - דהיינו די נכסים איז יעצט פון א מצב פון הפקר, אין יעדער איינער קען עס גייען נעמען. אין די גמרא איז מסביר די טעם: עובד כוכבים מכי מטו זוזי לידיה אסתלק ליה, ישראל לא קני עד דמטי שטרא לידיה - פירוש: די נכסים געפונען זיך יעצט אין א מצב, אז עס איז שוין ארויס פון די רשות העכו"ם (דארך די כסף וואס ער האט מקבל געוועהן) אבער עס איז נאך נישט אריין ברשות ישראל (ווייל מען האלט נאך פאר'ן שרייבן די שטר). אויב אזוי האט אברהם מורא געהאט אפילו ער גייט געבן יעצט כסף פאר עפרון צו קויפן די פעלד, וועט עפרון גלייך נאך דעם גייען אין צוריק קונה זיין די פעלד מן ההפקר.

אבער אברהם האט געהאט נאך אן עצה, אזוי ווי די רא"ש שרייבט אין זיינע תשובות (כלל וא"ו), אז א מקח וואס מען מאכט 'ברבים' איז 'ככתובין וכמסורין דמי' אפילו אן קיין שטר וועגן דעם איז אברהם געגאנגען אין ער האט געגעבן די געלט פאר עפרון 'לְעֵינֵי בְנֵי חֵת בְּכֹל בָּאֵי שַׁעַר עִירוֹ', כדי די מקח פון די כסף זאל זיין ברבים, אין אזוי וועט עפרון נישט קענען צוריק ציען פון דעם מקח.

[align=center]אותיות מחכימות
ספר כלי חמדה דפוס פרעמישלא פרשת תולדות עמוד יז[/align]


[align=center]הרבה יש לעורר באלו הכתובים ולמען להבינם לאשורם יראה לי, דהנה אמרו בש"ס גיטין מ' ע"ב האומר נתתי שדה לפלוני אינו יכול לחזור בו, אמר אתנה שדה לפלוני יכול לחזור בו, ומפרש שם דהאומר נתתי איננו יכול לחזור בו שמא זיכה לו על ידי אחר, והנה בכאן אמר עפרון נתתי לך, ופרש"י ז"ל הרי הוא כאלו נתונה לך כבר, אם כן היה מהראוי שלא יכול עפרון לחזור בו, אולם הטעם שלא יכול לחזור באומר נתתי שמא זיכה לו אחר, והלא אנן קיימא לן דזכיה הוא מטעם שליחות, ואין שליחות לעכו"ם, אם כן לא היה יכול לזכות לו על ידי אחר ושפיר היה אברהם ירא שמא יחזור בו. ויען אמרו ז"ל בש"ס בבא בתרא וכן הוא בשולחן ערוך עכו"ם מכי מטי זוזי לידיה איסתלוקי איסתלק מניה, וישראל לא קנה עד דמטי שטרא לידי, אם כן נשאר השדה הפקר. אולם כבר כתב הרא"ש בתשובה כלל וא"ו, בדבר הנעשה ברבים אין צריך קנין, ודברים ככתובין וכמסורין. דמי ולכן אמר אברהם אבינו ע"ה לעפרון נתתי כסף השדה קח ממני, כי מוטב לי לקנות השדה בכסף מלא ולא תוכל לחזרו בך מאשר תתן לי במתנה אולי תחזור, ואם כי יכול אחד העם לזכות בו מדרך הפקר יען לא נתן לא שטר לכן נתן לו הכסף לעיני בני חת למען יהיה בפני רבים ויהיה ככתובים וכמסורין, ושוב שפיר לא היה יכול לחזור בו.[/align]
"אין חכמת אדם מגעת אלא עד מקום שספריו מגיעין, ולכן ימכור אדם כל מה שיש לו ויקנה ספרים"
(רבי יצחק קנפנטון - מגדולי חכמי ספרד - בספרו 'דרכי התלמוד')
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: יומא דהילולא - השתטחות על ספריהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

זייער שיין און זייער א שטאַרקע בייפאַל!!

גראַדע איז כלי חמדה נישט בגדר מת מצוה..
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט


יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
אוועטאר
סופרים וספרים
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 10:28 am

Re: יומא דהילולא - השתטחות על ספריהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים וספרים »

די כלי חמדה פון די בר ליואי, דכצעך אז יא.
די כלי חמדה פון רבי מאיר דן איז באוויסט
"אין חכמת אדם מגעת אלא עד מקום שספריו מגיעין, ולכן ימכור אדם כל מה שיש לו ויקנה ספרים"
(רבי יצחק קנפנטון - מגדולי חכמי ספרד - בספרו 'דרכי התלמוד')
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: יומא דהילולא - השתטחות על ספריהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

סופרים וספרים האט געשריבן:די כלי חמדה פון די בר ליואי, דכצעך אז יא.
די כלי חמדה פון רבי מאיר דן איז באוויסט

אזוי צי אזוי.. שכרך הרבה מאוד!

כ'האב נישט געוואוסט אַז ס'איז דאָ צוויי.
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט


יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
אוועטאר
סופרים וספרים
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 10:28 am

Re: יומא דהילולא - השתטחות על ספריהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים וספרים »

[align=center]כא חשון[/align]

[align=center]רבי אלעזר ב"ר זאב וואלף לאנדא זצ"ל אב"ד סאכאטשוב
בעמח"ס חידושי מהרא"ך
[/align]
[align=center](חתנו של המאור הגדול רבי יעקב מליסא בעמח"ס נתיבות המשפט, חוות דעת ועוד)[/align]


דער גרויסע גאון רבי אלעזר האט מחבר געוועהן כמה ספרים, אין איינער פון דעם איז א ספר אויף מסכת אבות, מיט נאמען: אבות דרבי אלעזר, ווי ער שרייבט פירושים על דרך מוסר וחסידות (יא! אפילו ער איז געוועהן אן איידעם ביי דער נתיבות, איז ער געוועהן א חסיד פון די פולי'שע רבי'ס, אזוי ווי ער האט מחבר געוועהן א קונטרס מיט דברי הספד אויף די חידושי הרי"מ מיט'ן נאמען: 'זכר צדיק יסוד עולם' אין אויף רבי יעקב מראדזמין מיט'ן נאמען 'נחל בכי').

אויף די משנה אין מסכת אבות (פ"א, מ"ה) יהי ביתך פתוח לרוחה, ויהיו עניים בני ביתך, ברענגט ער אראפ צוויי שיינע ווערטער אויף די ענין פון צדקה:

1. פון די גרויסע מגיד פון מעזריטש זי"ע, וואס האט געזאגט אויף דער פסוק: וְאַל יָבֹא בְכָל עֵת אֶל הַקֹּדֶשׁ (ויקרא, טז, ב). די גמרא זאגט אין מסכת כתובות (נ, א) אויף די פסוק אַשְׁרֵי שֹׁמְרֵי מִשְׁפָּט עֹשֵׂה צְדָקָה בְכָל עֵת (תהלים, קו, ג) וכי אפשר לעשות צדקה בכל עת - צו דען קען א מענטש עוסק זיין אין די מצוה פון צדקה 'בכל עת'? דרשו רבותינו שביבנה, זה הזן בניו ובנותיו כשהן קטנים - דהיינו, עס איז דא א צדקה וואס מען איז מקיים בכל עת, איז דעס איז איינער וואס איז עוסק בפרנסה אהיים צו שפייזן זיין משפחה, אזא מענטש איז עוסק בצדקה בכל עת.
זאגט די הייליגע מגיד, וועט זיך א מענשט מאכ'ן א חשבון, פארוואס דארף איך גייען מקיים זיין די מצוה פון צדקה אויף פאר אנדערע מענטש'ן, איך בין דאך שוין סייווי מקיים די מצוה פון צדקה בכל עת?
אויף דעם קומט די תורה אין זאגט: וְאַל יָבֹא 'בְכָל עֵת' אֶל הַקֹּדֶשׁ, נוץ נישט דער תירוץ פון עֹשֵׂה צְדָקָה 'בְכָל עֵת' זיך צו פטר'ן פון געבן צדקה פאר אנדערע מענטש'ן, נאר אפילו ביסט טאקע מקיים די מצוה פון צדקה דאר'ך שפייזען דיין הויזגעזינד, זיי אויך מקיים די מצוה פון צדקה אין געב'ן פאר אנדערע נצרכים.

2. נאך א שיין ווארט ברענגט ער אראפ פון די ספר לחמי תודה (הורוויץ, תוכחה יום א' דסליחות תקס"ו), וואס האט געטייטשעט די פסוק: הוֹן וָעֹשֶׁר בְּבֵיתוֹ וְצִדְקָתוֹ עֹמֶדֶת לָעַד (תהלים, קיב, ג). זאגט ער, אז מען זעהט אז עס איז דא בעלי בתים וואס געבן שיין צדקה, אין שפעטער ווען זיי גייען מעלה מעלה אין זיי ווערן עשירים מופלגים, בלייבט אבער די סכום פון נתינת הצדקה די זעלבע, אין מען זעהט נישט אז זיי זאלן געבן מער לפי ערך זייערע עשירות. טייטש ער: הוֹן וָעֹשֶׁר בְּבֵיתוֹ - דער בעל הבית ווערט גרויס אין ער ווערט א גרויסע עושר, אבער: וְצִדְקָתוֹ עֹמֶדֶת לָעַד - די סכומים פון נתינת צדקה בלייבט די זעלבע אין ריקט זיך נישט ארויף מיט זיין עשירות.

[align=center]אותיות מחכימות[/align]
[align=center]ספר אבות דרבי אלעזר דפוס ווארשא עמוד 16[/align]

[align=center]המגיד הקדוש מו"ה דוב בער זצללה"ה זי"ע אמר בדרך צחות, אל עבא בכל עת אל הקודש, כי אדם צריך לעשות צדקה גם כן עם אחרים, ומה גם מי יאמר זכיתי לבי אשר עשית עבור אשתי ובני, כי כן נצטויתי על פי דעת התורה, עושה צדקה בכל עת, זה המפרנס אשה ובנים, ואמר אל יבא בכל עת אל הקודש, בצדקה זו לבד.
ומהראוי להעתיק פה אשר ראית בספר לחמי תודה, הון ועושר בביתו וצדקתו עומדת לעד, כאשר בעתים הללו צדקות ה' כהררי אל, ניכר לעין כל, אשר אנשים בעלי בתים לפעמים הולכים וגדולים בעושר גדול אשר לא נשמע בימי אבותינו, וכאשר הש"י מצליח אותו, הוא מרבה הון ועושר בביתו, והצדקה אשר נותן היא עומדת לעד, כאשר נתן מאז כן הו מתנהג עתה.[/align]
"אין חכמת אדם מגעת אלא עד מקום שספריו מגיעין, ולכן ימכור אדם כל מה שיש לו ויקנה ספרים"
(רבי יצחק קנפנטון - מגדולי חכמי ספרד - בספרו 'דרכי התלמוד')
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: יומא דהילולא - השתטחות על ספריהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

א געוואלדיגע ארבעט
יישר כח
זייער שיין
אוועטאר
סופרים וספרים
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 10:28 am

Re: יומא דהילולא - השתטחות על ספריהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים וספרים »

[align=center]כב חשון

רבי ישעיה בן רבי יעקב יצחק טווערסקי ממאקרוב זצ"ל[/align]


אין די ספר בנין יהושע, פון הגאון רבי יהושע אלטר ווילדמאן זצ"ל סוף פון די ספר (עמוד 124) ברענגט ער אראפ א דריי תורות וואס ער האט געהערט פון די בעל הילולא. אינז וועלן ברענגען דא איינס פון דעם:

שטייט אין פסוק פרשת וירא, כִּי בְיִצְחָק יִקָּרֵא לְךָ זָרַע: (בראשית, כא, יב)
די משנה זאגט אין מסכת נדרים, (לא, א): א מענטש וואס זאגט: שאיני נהנה לזרע אברהם - ער מאכט א נדר אז ער גייט נישט הנאה האבן פון 'זרע אברהם', איז די הלכה: אסור בישראל ומותר בעובדי כוכבים - ער מעג נישט הנאה האבן פון א ישראל, אבער ער מעג הנאה האבן פון א עכו"ם. פרעגט די גמרא: פארוואס מעג מען נאר נישט הנאה האבן פון א ישראל, והאיכא ישמעאל - ישמעאל איז דאך אויף פון זרע אברהם, אין מען וואלט נישט געמעגט הנאה האבן אויף פון א ישמעאל? ענטפערט די גמרא: כי ביצחק יקרא לך זרע כתיב - די תורה זאגט אז נאר יצחק ווערט אנגערופען 'זרע אברהם' אין נישט ישמעאל. פרעגט די גמרא ווייטער: והאיכא עשו - לכאורה וואלט מען נישט געמעגט הנאה האבן פון זרע עשו, ווייל ער איז דאך פון זרע אברהם? ענטפערט די גמרא: אז עס שטייט אין פסוק ביצחק, דרש'נט מען: ולא כל יצחק - דהיינו די 'בי"ת' פון ביצחק קומט צו זאגן אז נאר א חלק פון יצחק גייט אריין בגדר זרע אברהם, אבער נישט אלע קינדער פון יצחק גייען אריין בגדר זרע אברהם, אין דעס קומט צו ממעט זיין עשו, אז ער ווערט נישט גערעכנט ווי 'זרע אברהם'.

האט רבי ישעי' געפרעגט, אז אה"נ פון ביצחק זעהט מען 'ולא כל יצחק' אבער ווי שטייט דא אז דוקא יעקב ווערט גערעכנט בזרע אברהם אין נישט עשו?

האט ער גענטפערט: עס איז ידוע אז די שלשה אבות זענען מרומז אין די דריי שמות הקדושים 'אל' 'אלוקים' 'הוי'ה'.
אברהם וואס ער איז געוועהן די עמוד החסד איז אנטקעגן די שם: 'אל', אזוי ווי עס שטייט אין פסוק: חֶסֶד אֵל כָּל הַיּוֹם (תהלים, נב, ג).
יצחק וואס ער איז די מדה פון גבורה איז אנגעקען די שם: 'אלוקים', וואס דער שם, איז די שם פון דין ומשפט.
ווידער יעקב וואס ער איז די מדה פון תפארת, וואס דער מדה איז א מכריע ציווישען חסד אין גבורה, איז אנטקעגען די שם: הוי', וואס דער שם איז די מכריע ציווישען חסד אין דין.

זאגט ער, ווען מען גייט ארויס שרייבן די ווארט יצחק מיט די אותיות, דהיינו: יו"ד, צדי"ק, חי"ת, קו"ף. אין מען גייט נעמען יעדער צווייטע אות, דהיינו די 'ו' פון די אות יו"ד. די 'ד' פון די אות צדי"ק, די 'י' פון די אות חי"ת, די 'ו' פון די אות קו"ף, וועט עס באטרעפן 26 אזוי ווי די גמטריא פון די שם הוי'ה.
מיט דעם איז ער מסביר די תירוץ פון די גמרא: כי 'ב'יצחק יקרא לך זרע, דהיינו די זאלסט נעמען די אותיות השניות פון יצחק, וואס דעס איז בגימטריא כ"ו כמנין שם הוי'ה, וואס דעס איז דאך מרמז אויף יעקב אבינו, יקרא לך זרע נאר ער גייט אריין בגדר זרע אברהם, משא"כ עשו הרשע וואס האט נישט קיין שום אחיזה, אין ער איז נישט מרומז אין קיין שום שם.


[align=center]אותיות מחכימות[/align]
[align=center]שמעתי מהרב הצדיק המפורסם כקש"ת מו"ה ר' ישעי' שליט"א בהרב הצדיק המפורסם בוצינא קדישא מופת הדור רבינו יעקב יצחק ממאקארעוו זצוקלה"ה, על הפסוק כי ביצחק יקרא לך זרע, ודרשינן בגמרא ביצחק ולא כל יצחק, ורק יעקב נקרא זרעו של יצחק ולא עשו. ויל"ד מנין להם לחכז"ל דהתורה מרמז בתיבת ביצחק על יעקב יותר מעל עשו, והיכא רמיזא, ואמר כי השלשה אבות הם מרומזים על שלשה שמות הקדושים, אל, אלוקים, הוי', אברהם שהוא מידת החסד הוא כנגד מידת אל, כמאה"כ חסד אל כל היום, יצחק שהוא מידת הגבורה הוא כנגד שם אלוקים שהו דין ומשפט, יעקב שהוא מידת התפארת הוא כנגד שם הוי' שהוא רחמים והוא באמצע המכריע בין חסד לגבורה, והנה שם הוי' ב"ה בגימטריא כ"ו ואותיות השניות מיצחק הם ג"כ גימטריא כ"ו היינו אות השני מהיו"ד הוא ו', ואות השני מהצדי"ק הוא ד', ואות השני מהחי"ת הוא י', ואות השני מהקו"ף הוא ו', שהוא בגימטריא כ"ו, כמנין השם הוי' ב"ה אשר הוא כנגד יעקב, וע"כ שפיר מרומז בהפסוק דקאי על יעקב דוקא וכלומר כי ביצחק היינו מהאותיות השניות של יצחק שהוא בגימטריא כ"ו כמנין שם הוי' המרומז על יעקב דוקא יקרא לך זרע, ולא עשו אשר הוא אינו מרומז בשום שם הקודש, ואך ורק יעקב והא דמרומז כנגד שם הוי' ב"ה. ודי.[/align]
לעצט פארראכטן דורך סופרים וספרים אום דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 12:46 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"אין חכמת אדם מגעת אלא עד מקום שספריו מגיעין, ולכן ימכור אדם כל מה שיש לו ויקנה ספרים"
(רבי יצחק קנפנטון - מגדולי חכמי ספרד - בספרו 'דרכי התלמוד')
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: יומא דהילולא - השתטחות על ספריהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

הערליכע געדאנק און גאר געשמאק אראפגעשריבן!
והיה״ר שזכות הצדיקים יגן עלינו
אוועטאר
סופרים וספרים
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 10:28 am

Re: יומא דהילולא - השתטחות על ספריהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים וספרים »

[align=center]כג חשון[/align]
[align=center]רבי אהרן בן רבי מאיר פאדווא זצ"ל
מחבר ספר מנחת אהרן עמ"ס סנהדרין
[/align]


די ספר מנחת אהרן איז מלא וגדוש מיט חידושים אין פלפולים אויף מסכת סנהדרין על סדר הדף.
אין דף מד מדפי ספר ברענגט ער אראפ די דברי הספד וואס ער האט געזאגט ביי די פטירה פון זיין גרויסען טאטע'ן רבי מאיר (בנו של הגאון הנודע המהר"ם פאדווא.)

די נביא זאגט אין ירמיה: אַל תִּבְכּוּ לְמֵת וְאַל תָּנֻדוּ לוֹ בְּכוּ בָכוֹ לַהֹלֵךְ כִּי לֹא יָשׁוּב עוֹד וְרָאָה אֶת אֶרֶץ מוֹלַדְתּוֹ: (ירמיהו, כב, י)
פרעגט די מנחת אהרן, לכאורה דארף מען פארשטיין, פארוואס וויינט מען אין מען קלאגט אויף מיתת הצדיקים, די גמרא זאגט דאך אין מסכת יומא (לח, ב) אויף די פסוק וזרח השמש ובא השמש, עד שלא כבתה שמשו של עלי זרחה שמשו של שמואל הרמתי, דהיינו, עס גייט נישט אוועק א צדיק פון די וועלט פאר עס ווערט נישט געבוירן אן אנדערע צדיק, אין אויב אזוי, וועט דאך די חלל וואס די צדיק איז גורם בשעת זיין מיתה, סייווי נתמלאה ווערן מיט די נייע צדיק וואס איז געבוירן?

ענטפערט ער, אז אה"נ עס ווערט געבוירן א נייער צדיק גלייך ביי די פטירה פון די ערשטע, אבער ווער זאגט אז די צדיק גייט געבוירן ווערן אין די זעלבע שטאט אדער מדינה, ווי די ערשטע צדיק איז געוועהן, איז וועגן דעם דארף די שטאט ווי די צדיק איז געוועהן וויינען אויף די פטירה פון די צדיק.

אין נאך איז ער מסביר, אז אה"נ די נייע צדיק וואס איז געבוירן נאך די ערשטע צדיק, וועט נאך אויסוואקסען א גרויסע צדיק בהמשך, אבער נאכאלץ וויינט מען אויף די צדיק וואס איז יעצט אוועק, ווייל ער איז שוין געוועהן א כלי מוכן בצדקות אין אויף דער חלל ביז עס גייט נתמלא ווערן, אויף דעם וויינט מען.

איז ער ממשיך אין ער איז מסביר: די גמרא זאגט דאך אז גזירה על המת שנתשכח מהלב - דהיינו אז די דרך הטבע איז אז מען פארגעסט פון א מת, דעס איז דוקא ביי סתם מענטשען, אבער ביי צדיק, וואס די גמרא זאגט אז צדיקים במיתתם קרואים חיים, ביי זיי איז דאך נישט דא די גזירה 'על המת' ווייל עס איז אזוי ווי זיי בלייבן לעבן, איז אויף זיי דארף מען אייביג קלאגען אויף די חלל וואס זיי לאזן איבער, ווען זיי גייען אוועק פון די וועלט.

אין מיט די אלע הקדמות איז ער מסביר די פסוק: אַל תִּבְכּוּ לְמֵת וְאַל תָּנֻדוּ לוֹ - דהיינו וויין נישט אויף אויף א מענטש וואס איז נישט קיין צדיק, ווייל עס איז דאך גזירה על המת שנתשכח מן הלב, נאר: בְּכוּ בָכוֹ לַהֹלֵךְ - נאר די זאלסט וויינען אויף איינער וואס א 'הולך' ממדריגה למדריגה, דהיינו א צדיק, וואס זיי זענען קרואים חיים. איי וועסטו פרעגן, עס שטייט דאך וזרח השמש ובא השמש, אין עס גייט געבוירען ווערן א נייער צדיק, איז פארוואס דארף מען וויינען? אויף דעם איז דער תירוץ: כִּי לֹא יָשׁוּב עוֹד - דער צדיק וואס איז געוועהן א כלי מוכן, וועט שוין נישט צוריק קומען, אין ביז די נייע צדיק וועט זיין א כלי מוכן, וועט דאך זיין א גרויסע חלל, אין בנוסף צו דעם: וְרָאָה אֶת אֶרֶץ מוֹלַדְתּוֹ - אפשר וועט די נייער צדיק נישט צוריק קומען אין די זעלבע שטאט, איז אודאי די אידן פון דער שטאט דארפ'ן וויינען אז זיי האבן פארלוירן א צדיק.

[align=center]אותיות מחכימות[/align]
[align=center]ירמיה, אַל תִּבְכּוּ לְמֵת וְאַל תָּנֻדוּ לוֹ בְּכוּ בָכוֹ לַהֹלֵךְ כִּי לֹא יָשׁוּב עוֹד וְרָאָה אֶת אֶרֶץ מוֹלַדְתּוֹ, ויל"ד שהוא כפל לשון, ושמעתי דהנה לכאורה אין לבכות ולקונן על מיתת צדיקים, וכדאיתא בגמרא וזרח השמש ובא השמש, עד שלא שקעה שמשו של עלי זרחה שמשו של שמואל הרמתה, א"כ במקומו של צדיק זה יולד צדיק אחר למלאות מקומו של צדיק זה שנפטר מהעולם, אך באמת אף שיולד צדיק אחר שמא יולד בעיר אחרת ולא בעיר הזאת שהיה הצדיק זה שמת, ועוד שאי אפשר שיהיו הצדיק שיולד למלאות מקומו תיכף צדיק כמו הצדיק הראשון שמת עד שיגדל ויעסוק בתורה ובמצות, משא"כ הצדיק הראשון שנפטר כבר היה צדיק כלי מוכן.
אך לכאורה י"ל דאיתא בגמרא שביקשו חכמים על המת שיהיו נשתכח מהלב, א"כ ישתכחו מיתות צדיקים, אמנם זה אינו דבאמת מי שהוא מת דהיינו שאינו צדיק באמת ישתכח, אבל צדיקים אינם נקראים מתים, דצדיקים במיתתם קוראים חיים, ובשגם שצדיקים אינם מתים כלל, וכדאיתא בגמרא גבי יעקב אבינו לא מת, וזה הוא הפירוש בפסוק הנ"ל, אל תבכו למת וגומר, דהיינו מי שהו מת שאינו צדיק וכנ"ל, אלא בכו בכו להולך מי שהוא הולך ממדריגה למדריגה שהצדיק נקרא הולך. ואם תאמר מה לנו לבכות דהא בודאי יולד צדיק אחר וימלא את מקומו וכנ"ל, ולזה אמר שלא ישוב עוד כלומר שצדיק זה לא ישוב עוד, שהיה כבר צדיק וכלי מוכן וכנ"ל, אלא שיולד צדיק אחר קטן ועד שיגדל לא יהיה לנו צדיק להגין עלינו וכנ"ל, ועוד וראה ארץ מולדתו, ואפשר שהצדיק שימלא את מקומו יולד בעיר אחרת ולא יהיה לכם כלל צדיק בעירכם, וכנ"ל.[/align]
"אין חכמת אדם מגעת אלא עד מקום שספריו מגיעין, ולכן ימכור אדם כל מה שיש לו ויקנה ספרים"
(רבי יצחק קנפנטון - מגדולי חכמי ספרד - בספרו 'דרכי התלמוד')
אוועטאר
סופרים וספרים
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 10:28 am

Re: יומא דהילולא - השתטחות על ספריהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים וספרים »

[align=center]כד חשון[/align]
[align=center]רבי ישראל ב"ר אריה לייב זצ"ל אב"ד סקולען
מח"ס בית ישראל[/align]

די וואך אין די פרשה (חיי שרה) שרייבט זיין זוהן אזוי (בית ישראל, עמוד יד, ב): ער איז מקדים מיט די באוויסטע קשיא, ווי אזוי האט יצחק געקענט שיקן א שליח צו מקדש זיין א פרוי פאר אים, די גמרא זאגט דאך אין מסכת קידושין (מא, א) אסור לאדם שיקדש את האשה עד שיראנה?

שרייבט ער: ואמנם נראה לי לתרץ בהקדם מה ששמעתי מפי מרן אבא הגה"ק ז"ל, וואס האט פאר ענטפערט א אנדערע ענדליכע קשיא וואס מען פרעגט אויף אברהם אבינו. אברהם האט געזאגט פאר שרה: הִנֵּה נָא יָדַעְתִּי כִּי אִשָּׁה יְפַת מַרְאֶה אָתְּ (בראשית יב, יא), אין ווי רש"י איז מסביר: עד עכשיו לא הכיר בה מתוך צניעות שבשניהם, איז לכאורה שווער די זעלבע קשיא, ווי אזוי האט אברהם אבינו נישט געוויסט ווי אזוי שרה זעהט אויס, עס שטייט דאך אסור לאדם שיקדש את האשה עד שיראנה?

האט רבי ישראל גענטפערט: די גמרא אין קידושין איז דאך מסביר די טעם פארוואס אסור לאדם שיקדש את האשה עד שיראנה, 'שמא יראה בה דבר מגונה ותתגנה עליו', אברהם אבינו האט מקדש אין מזכך געוועהן זיינע אברים אין גידים פארן אייבישטער, אז זיין גאנצע חומר איז געווארן נהפך לצורה, איז ביי אים איז זיכער נישט געוועהן די חשש פון 'שמא יראה בה דבר מגונה ותתגנה עליו'.

שרייבט די בן המחבר אז הוא הדין ביי יצחק, וואס איז האט זיך מקדש אין מטהר געוועהן, ביי אים איז נישט געוועהן שייך די חשש פון שמא יראה בה דבר מגונה ותתגנה עליו.
"אין חכמת אדם מגעת אלא עד מקום שספריו מגיעין, ולכן ימכור אדם כל מה שיש לו ויקנה ספרים"
(רבי יצחק קנפנטון - מגדולי חכמי ספרד - בספרו 'דרכי התלמוד')
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: יומא דהילולא - השתטחות על ספריהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

יעצט ווייס געמאכט דעם אשכול, הערליך שיין, איינס ביי איינס!
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”