אוספים של הגדות

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

אוספים של הגדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

אפשר איז שוין דא אזא אשכול, אויב יא ואתכם הסליחה.


אפשר וואלט געווען כדאי מאכען א רשימה פון אידען וואס האבין ספעציעלע קאלעקשענס פון הגדות

אין סיגעיט לדוגמא איז דא א איד אייזנבאך וואס האט געהאט א גרויסער קאלעקשען פון הגדות, אבל רוב איז געגאנגען פייפען ביי דעם גרויסער האריקען א פאר יאר צוריק
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

נו, דארף מען שוין קלארשטעלן וואס דאס באדייט "א קאלעקשאן", ווייל יעדער איד פארמאגט דאך א שטיקל קאלעקשאן פון הגדות.. איינער מער און איינער ווייניגער. אויך, איז אינטערעסאנט סתם קאלעקשאן'ס, אדער נאר קאלעקשאן'ס וואס מען קען זען?
mi a nagy ügy
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

מען רעדט נישט די סטאנדארט וואס א יעדער איד האט עטליכע צענדליגער הגדות אין זיין באזוץ.
שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל ומשיב »

איך כאפ נישט פונקטליך וואס די מטרה פון די אשכול איז אבער שיהיה.

די נושא פן הגדות קאלעקטן אויף א פראפעסיאנאלע וועג איז היינט צוטאגס כמעט עבר ובטל מן העולם. בעוד אמאל איז געווען א גאנצע שמחה ווען א אספן האט געטראפן א הגדה שלא נרשם ביערי, גייט עס היינט קיינעם נישט אן.

דאס איז פעליג אינעם גאנצן נושא פון ביבליוגראפיע, בעוד וואס די אלטע ריזן האבען געקענט זיצן גאנצע טעג און וואכן אויך א שורה/בלאט אנדערש אין א וועראציע פונעם ספר, האבען די היינטיגע וויכטיגערס צו טוהן.

אויב דאס איז גילטיג ביי אלע ספרים איז מכש''כ ביי הגדות וואס איז א זאך וואס לכתחילה נדפס פעמים הרבה זה אחר זה מיט קליינליכע שינוים. דער פאקט איז אז אלטע הגדות זענען היינט אסאך ביליגער ווי 20 יאר צוריק און אפילו ווי 50 יאר צוריק!

אינטרעסאנט אז די איינציגע הגדות וואס טוישן היינט הענט פאר סכומים געלט (כמובן אז איך רעד נישט פון די גאר פריע הגדות און פריע חסידישע הגדות) זענען די הגדות קיבוציות, הגדות פון די ארמייען ביי די מלחמות און זעלטענע מלחמה/שארית הפליטה הגדות. אבער אפילו די האלטן נישט ווי אפאר יאר צוריק.

[די זעלבע שפילט זיך מיט ספרי תפילה, וואס מען לייגט היינט צוזאמען א גאנצע פישקע און אפילו אזוי איז שווער צו טרעפן קונים. און אויף א קלענערע מדריגה ספרי תנ''ך.]

לגבי אוספי הגדות, איז געווען אוסף משה יערי שנמכר ונתפזר, אוסף ר' שלמה דונר וואס גייט בקרוב פארקויפט ווערן , אוסף פלורסהיים שנמכר להסוחר דוד חדד ונתפזר, אוסף משפחת מהלמן שנמכר, אוסף ר' חיים ישעיהו שווארץ (וואס האט געזאמעלט מיט א מטרה צו זיין א אלטערנעטיוו צום ספרייה הלאומית) שנמכר, ועוד ועוד.

איך האב גראדע אויך היבש ביסל הגדות.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

גראדע זיך עותקים פון הגדה מדרש בחידוש דפוס ראשון ויניציאה ת"א

ווער עס ווייסט ווי עס געפינט זיך עותקים מזה, און קען מודיע זיין דא אדער באישי יבורך מן השמים
חזקי ג
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 06, 2020 7:40 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי ג »

שואל ומשיב האט געשריבן:אוסף ר' חיים ישעיהו שווארץ (וואס האט געזאמעלט מיט א מטרה צו זיין א אלטערנעטיוו צום ספרייה הלאומית) שנמכר,

ר' חיים ישעיהו שווארץ האט געהאט נאך ספרים חוץ פון הגדות ?
ענטפער
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 5:35 pm

Re: אוספים של הגדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענטפער »

ער האט געהייסן
חיים ישעיה
נישט חיים ישעיה'ו'
ווילסט וויסן? איך אויך!
ענטפער
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 5:35 pm

Re: אוספים של הגדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענטפער »

זיינע הגדות איז כפי ידועתי נישט פארקויפט געווארען
ער איז געוועזן א סאטמערע יוד אין האט פיינט געהאט דער ציונים אזוי ווי "שואל ומשיב" האט געשריבן
ווילסט וויסן? איך אויך!
ענטפער
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 5:35 pm

Re: אוספים של הגדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענטפער »

ער האט נאך אסאך ספרים אין מען קען עס קויפן
ווילסט וויסן? איך אויך!
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: אוספים של הגדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: אוספים של הגדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

DR WOLLOWICK IN FLORIDA HAS ONE OF THE BIGGEST COLLECTION HE PUBLISHED A CATALOG YEARS AGO
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: אוספים של הגדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

dovidal האט געשריבן:DR WOLLOWICK IN FLORIDA HAS ONE OF THE BIGGEST COLLECTION HE PUBLISHED A CATALOG YEARS AGO



יש לך הקטלוג?
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: אוספים של הגדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

אוהב ספרים האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:DR WOLLOWICK IN FLORIDA HAS ONE OF THE BIGGEST COLLECTION HE PUBLISHED A CATALOG YEARS AGO



יש לך הקטלוג?

ערגעץ באגראבן צווישן אסאך באקסעס
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: אוספים של הגדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

אספן רוצה למכור 500 הגדות מהם הרבה יקרי מציאות
ליתר פרטים לפנות באישי
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”