על ספרי 'דברי יואל' עה"ת ומועדים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

על ספרי 'דברי יואל' עה"ת ומועדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

ס'איז שווער צו רעדן, נאך שווערער צו שווייגן.

איך רעד פונעם ספר "דברי יואל לחנוכה".

היינט צו טאג ווייסט קינד און קייט אז ס'האט צוויי ליכטיגע בענדער פון חידושים נפלאים, גג על גג, מתוק לחיך, תורת וחידושים פון רבינו הקדוש רבינו יואל זצ"ל אדמו"ר מ'סאטמאר זצ"ל. (ווער ס'ווייסט נישט, איז נישט א קינד און נישט א קייט!...)

לאמיר צוריקגיין א צען יאר צוריק, אום שנת תשנ"ח לפ"ק, איז ארויסגעקומען דאס ערשטע באנד דברי יואל לחנוכה, ניטאמאל האט עס געהייסן "חלק א'" אזוי געדענק איך, ס'איז געווען א שטיקל חסרון דארט, אז אלע אותיות זענען געווען אביסעלע קליין, און חנוכה ווען ס'איז אסור לשתמש לאורו, האט מען שווער געקענט דערין אריינקוקן, אייגענטליך ס'האט גארנישט צו טון מיט דעם, אקעי לאמיר קודם ענדיגן מיין ווייטאג.

א יאר שפעטער, אום תשנ"ט, האט מען איבערגעדריקט דעם דברי יואל לחנוכה, מיט א גרעסערער סייז אות, אזוי ווי ס'איז היינט צו טאג, (אויך אן אומבאלומפערטער פאטנט, אבער כאטש גרויס), און מיט דעם האב איך געמיינט אז די זאך איז געשלאסן.

ס'איז דורכגעלאפן א יאר נאך א יאר (האט גארנישט מיט יונתן שווארץ'ס ניגון, ס'איז פלעין אזוי געווען, מעשה שהיה כך היה), איז ארויסגעקומען א "ריזן הערליכן ליקוט ספר", דאס איז דער "פתחי שערים", א ליקוט פון (כמעט) אלע ספרי רבינו יואל, דברי יואל, די שווארצע בענדער פון תשכ"ב, די תשט"ז און תשי"ז בענדער, א קיצור פון אלעם האבן זיי געמאכט א מוראדיגן ארבעט, מוראדיג, איך זיץ גאנצערטע שעה'ן אויף דעם ספר און איך ווער נישט זאט, ארויסגעגעבן מעשה ידיו פון צוויי יונגעלייט, זאל זיי דער אייבערשטער באצאלן פאר זייערע מעשים טובים.

יוי דא וויין איך, איך האב דא א בקשה צו הר"ר מאיר שפיץ דער מו"ל פון דברי יואל לחנוכה, און הר"ר מרדכי אהרן זאבעל פון קרית יואל דער מו"ל פון "פתחי שערים".

פליז, אל נא אחי תרעו, קומטס ענק דורך ווייל ס'איז נישט איבערצוטראגן.

וואס איז?

דא אין דעם פתחי שערים אויף די חנוכה ענינים, שטייט אלע מראה מקומות לויט דעם דרוק פון דברי יואל חנוכה "תשנ"ח", וואס מ'קען היינט נישט באקומען, איך אין יעדער נארמאלער מענטש, האב אינדערהיים דעם נייעם דרוק פון תשנ"ט ואילך, ברעך איך מיך קאפ ביי "יעדע מראה מקום" ווי איז דאס היינט? וועלכע דף ברויך איך דאס צו זיכן.

נישט פארדעם האט מען געמאכט חנוכה אכט טעג ווייל מ'זאל האבן צייט צו זיכן די אלע מראה מקומות!! אה נא!!

און לאמיר אייך פארציילן וויאזוי די ווייטאג איז נאך גרעסער. זייט'ס מיר נישט חושד, איך האב געקויפט דעם דברי יואל דפוס תשנ"ח, און עס אנגעסקריבעלט מיט היבשע פאר הגהות, און ר' מאיר האט מיר געבעטן יענטץ באנד וואס איך האב אים נאך חנוכה בתשואות חן געגעבן, ובשכר זה האט ער מיר געגעבן דעם תשנ"ט באנד.

היינט ברעך איך זיך דא קאפ, און ניטאמאל האב איך ווי אויסצוגעבן מיין ווייטאג, ווייל ס'פארמאגט נעמען פון יחידים.

יוי וואס טוט מען??
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

חחחחחחחח, וואס מען טוט? מען מאכט שמייכלן יודן, און דער זכות דעפון וועט דיר זיכער ביישטיין ווען די וועסט עס דארפן.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

מאך אן אויקשאן דערויף אזוי ווי דיין לוח...

א געלעכטער אין די זייט, ס'איז דאך דיינס, בעטעמעס צוריק.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איך מיין דאכטצעך אז דאס איז די ערשטע אשכל וואס איך קלאפ אן אין זייט איך בין אריין אין די טויערען פון די קרעטשמע, וואס איך פיל מיך ממש ווי א נער.

איך האב נישט די מינדעסטע אהנונג וואס דא רעדט זיך וועגען. איך ווייס נישט אויב יגר איז ערענסט אדער ער מאכט א דזאוק. איך ווייס נישט אויב איך דארף לאכען אדער וויינען.

איך ווייס נישט אויב דער שמועס/תלונה/דזאוק האט עפעס צו טון מיט די יום הצלה והשחרור לתקופת השנה מרבה חיים אדער נישט.

איך האב קיינמאל נישט געהערט פון ר' מאיר שפיץ אדער ר' אהרן זאבעל.

איך האב נישט געוואוסט אז די דברי יואל האט נאך געזאגט תורות אין די יארען פון נ"ח און נ"ט.

סאו איך מיין דעט איי בעטער געט אוט אוו הער פאר די עולם כאפט אז איך ליין דער תגובה ווי א האן אין די בני אדם און איך פול מיך דא ווי א יון אין די סכה..
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

יגר'ל, בעט אים שיינערהייט צוריק דיין אלטן באנד, והכל על מקומו יבא בשלום. אדער אויף חנוכה ניצט די אריינגעבויטע מפתח אין די תשנ"ט דרוק, נישט די עקסטערנעל מפתח אינעם הערליכען פתחי שערים.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

אלעקסיי;

די "דברי יואל לחנוכה" זעלבסט, האט נישט אזא גוטע מפתח. אדרבה, קוק אריין אין "פתחי שערים" אות ח' חנוכה, און זאג דו מיר צו דו וועסט נישט אינטערטאנצן.

טוה עס נישט לעבן די מנורה, ס'וועט זיך איבערדרייען..
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

איך בין נישט פון די זריזים ומקדימים, איך צינד נאכנישט היינט קיין מנורה, האניש מורה
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 28, 2008 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארפכשד »

מען האלט שוין היינט 1 יאר דערויף! ר' מאיר איז זיך שוין דורכגעקומען מיט ר' מרדכי אהרן?
א איד פון דערהיים, מלא חן...
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

כאפ איך נישט
פארוואס האבן די בעלי פתחי שערים דאס טאקע נישט דאס אויסגעשטעלט לויטן שפעטערדיגען דריק?
אין וואס טיט זיך מיטן מפתח אין דברי יואל זעלבסט דארט האבן זיי יא עס איבערגעמאכט לויטן נייען אויסשטעל?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

נו, יגרל, האסט צירוק געבעטען דיין תשנ"ח דרוק?
the SCY is the limit
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

יגרל איך קען דיר העלפן ר' מאיר איז פון מיינע נאנטע ידידים
אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 28, 2008 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארפכשד »

מען דארף פארהאנדלען מיט ביידע צדדים, ס'איז נישט גענוג אז מ'איז גוט נאר מיט ר' מאיר!
א איד פון דערהיים, מלא חן...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דא איז דאך דער מקום פאר אזא גאלדענע אשכול, דבר בעתו 'יו-טוב' כ'מיין מה טוב, עס וואלט כדאי געווען צו פארברייטערען דעם שמועס צו אלע ספרי דבי רב פון מרן רביה"ק מסאטמאר זצ"ל.

דער דברי יואל אויף חנוכה איז באמת פון די טייערסטע פון די סעריע, די תורות וחידושים וואס דער רבי זי"ע האט געזאגט ביומי דחנוכה איז מתוק מדבש גג-על-גג ערבים לשמועיהם ומתוקים לקוראיהם, איך האב שוין כמעט אזא מנהג אז אין די האלבע שעה נאכן צינדען קוק איך אריין אינעם דברי יואל (כ'ווייס נישט וועלכע דפוס, איך האב א סעט דברי יואל מועדים געשאפן בשנת תש"ס וועלכע אנטהאלט אויך דעם באנד אויף חנוכה, ווארשיינליך איז עס די שפעטערע ווערסיע).

לעומת זה דער 'פתחו שערים' איז אויך א געוואלדיגע אויפטוה במשנתו של רבינו, פאר די אידן וואס זוכען ענינים דורך נושאים וערכים, הגם איך כשלעצמי ביך איך נישט פון די מפתחות קוקער אבער איך ווייס אז עס איז פארהאן א גרויסע פארלאנג דערויף און די אידן האבן דערמיט ממלא געווען די חלל.

למעשה, נאך די ערשיינונג פונעם פתחו שערים הנ"ל איז שוין ארויסגעקומען דורך די מפיצי תורת רבינו נאך עטליכע בענדער אין די סעריע פון ספרי רבינו, הויפטזעכליך די צוויי בענדער דברי יואל על סדר דברים, איז צום האפן אז די עוסקים במלאכת הקודש וועלן ארויסגעבן א נייע מהדורה פונעם פתחו שערים אין אינאיינוועגס אריינשטעלן די מראי מקומות לחנוכה לויט די נייע ווערסיע, ויגר על מקומו יבא בשלום.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

למעשה ווארטן נאך טויזענטער שוחרי תורה וחסידות, אויף די בענדער "דברי יואל" מועדים אויף "פורים" און "חג השבועות" (פון פורים איז דא א קונטרס'ל, און שבועות תורות קען מען נאר זעהן אין די אלטע חידו"ת בענדער אדער אין מחזו"ר...)
לחיים ולברכה!
אייניגע
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 12:49 pm
לאקאציע: ארץ פלסטינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניגע »

דו האסט שוין דעם דברי יואל אויף פסח? וואו קען מען דאס באקומען?
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

אייניגע האט געשריבן:דו האסט שוין דעם דברי יואל אויף פסח? וואו קען מען דאס באקומען?


כאטש עפעס אין די הגדה
לחיים ולברכה!
אייניגע
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 12:49 pm
לאקאציע: ארץ פלסטינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניגע »

דאס מיינסטע? גאנץ א קנאפע נחמה אויף דעם אוצר וואס איז שוין באהאלטן פאר איבער פערציג יאר.
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

איך בין אריינגעפאלן אין דעם אשכול, און איך שטיי געלעמט! עס איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן צו שרייבן וועגן דעם דברי יואל לחנוכה כרך ב'??.

נחמן נתן;
עס איז שוין דא היינט א ספר טיב לבב מיט תורות אויף פורים.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

די "ספר" טיב לבב וואס דו רעדסט איז אן אומ-אויסגעארבייטער קונטרס'ל (מעגליך איז עס שפעטער פריש געדרוקט געווארן מיט א הארטן דעקל), מער ווייניגער איז עס תורות אויף אידיש כלש"ק פון רבי'ן זצ"ל.

אויב שוין יא, קען מען טרעפן שיינע געדאנקען אויף אסאך עניני פורים וכדו', תחת פונדק אחד, אין ספר אגדות מהרי"ט עמ"ס מגילה.
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

דער יגרל איז מתוק!

ס'מערסטע געפעלט מיר אנדי'ס תגובה אז דער רבי האט געזאגט תורה נ"ח נ"ט..
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

א טענצל! האט געשריבן:די "ספר" טיב לבב וואס דו רעדסט איז אן אומ-אויסגעארבייטער קונטרס'ל (מעגליך איז עס שפעטער פריש געדרוקט געווארן מיט א הארטן דעקל), מער ווייניגער איז עס תורות אויף אידיש כלש"ק פון רבי'ן זצ"ל.

אויב שוין יא, קען מען טרעפן שיינע געדאנקען אויף אסאך עניני פורים וכדו', תחת פונדק אחד, אין ספר אגדות מהרי"ט עמ"ס מגילה.


טענצל מאכסט א מיסטעיק סאיז דא טיב לבב גהעריג אויף בראשית שמות און במדבר וכו סאיז נישט קיין קונטרס אין סאיז נישט אויף יודיש ארויסגעקמען דורך ר' שלמה יעקב געלבמאן
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

כוונתי היתה מתחלה על הספר "טיב לבב" על פורים. אך שוב ראיתי אותו והוא טוב ויפה (הגם שאיני יודע אם כולל כל הפורים תורות של כל השנים)
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

יא מפתח נישט מפתח, למעשה איז דא צוויי כרכים פיך מיטל הערליכע דברי דרוש פלפול ואגדה על חנוכה, וואטס מקען זיך באלענקען מיט יעדער פין זיי, אוי שפרינג איך אונטער פין א הערליכע ביאור.
ווען מ'הערט דאס אויף די טעיפס, דערקענט מען אויף די שטימע פונם רבי'ן ז"ל, ווי ער אליינס שפרינגט אויף פין דער רעיון וואס ער האט יעצט געזאגט.

פין משפחת התמרים אויף חנוכה, בכרך לפני עצמו:
א) דברי יואל כרך א'
ב) דברי יואל כרך ב'
ג) ברך משה
ד) שערי אורה
ה)אורות חיים
לעצט פארראכטן דורך ישלהוסיף אום זונטאג דעצעמבער 25, 2011 11:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

דאס ספר "מאורות חיים".
איז פון הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ר"י סאטמאר בני ברק
א ספר פין הערליכע פלפולים ודרושים לחנוכה כדרך אבותיו רבותיה"ק עצי התמרים זי"ע
לעצט פארראכטן דורך ישלהוסיף אום דינסטאג דעצעמבער 20, 2011 3:47 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

געשטימט פאר ראשעק הול
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”