יוראפ האט געשריבן:אז איר דערמאנט שוין פון די אלטע עם הארצות, איז גאנת מערקווירדיג אין די אלטע חומשים איז דא 2 סארט שער בלעטער, ביידע האבן א בילד פון משה רבינו און אהרן הכהן, ביי איינס האט משה רבינו 2 הערנער ע"ש כי 'קרן' אור פני משה
די וואס האבען געמאכט די שער בלעטער אין די אלטע ספרים זענען (לכאורה) געווען גוים אדער נישט פרומע והראיה די נישט צנועות בילדער וואס זענען אפט דארט. איך בין נשתומם אז די פרומע האבן עס נישט צערייסן.
דעם טעות קומט נישט פון אידן.
עס קומט פון א גלח וואס האט געמאכט דעם נארישער טעות ווען ער האט איבערגזעצט דער תורה צו לאַטייַן 1,500 יאר צוריק.
דעם טעות איז פיימאַסלי באקאנט צו דעם גוישער וועלט דורך א סקולפּטור געמאכט געווארן דורך א גוישע מאלער מיקאַלאַנדזשאַלאָו March 1475 – 18 February 1564 - משה מיט הערנער c. 1513–1515
http://en.wikipedia.org/wiki/Moses_%28Michelangelo%29
The marble sculpture depicts Moses with horns on his head. This was the normal medieval Western depiction of Moses, based on the description of Moses' face as "cornuta" ("horned") in the Latin Vulgate translation of Exodus.[2] The Douay-Rheims Bible translates the Vulgate as, "And when Moses came down from the mount Sinai, he held the two tables of the testimony, and he knew not that his face was horned from the conversation of the Lord."[3] This was, however, a mistranslation of the original Hebrew Masoretic text which uses a term equivalent to "radiant",[4] suggesting an effect like a halo.
אויך, דער צורה פון דער לחת אין פילע בילדער, בתי מדרשים ... זענען רונדעכיג פון אויבן אנשטאט פון פיר עקן ככתוב בתורה הקדושה
א גוישע מאלער רעמבראַנדט 15 July 1606 – 4 October 1669 האט באשלאסן אז עס קוקט בעסער רונדעכיג.
יש לי הרבה דוגמאות נוספות איך הגוים השפיע על היהודים, אבל עכשיו אינו הזמן והמקום.