צענזורירטע ספרים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: צענזורירטע ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

2DAD8464-E5A8-4DB5-9571-B8C1BC4565CE.png
2DAD8464-E5A8-4DB5-9571-B8C1BC4565CE.png (41.14 KiB) געזען 1355 מאל
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: צענזורירטע ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

דבריך יאיר האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
דבריך יאיר האט געשריבן:
002.jpg
פון זיטאמיר תרי"ד,


?

עס האט זיי זייער געשטערט די חשיבות פונעם עם הנבחר, וואס כאטש וכל הגוים כמר מדלי וכשחק מאזנים..כדק יטול, אבער אבל אנחנו עמך בני בריתך זענען די גליקליכע, האבן די לצים און עמי הארצים געהייסן שרייבן "אבל כמו אבל אשמים אנחנו" נעבעך...
דאס איז פון א חומש במדבר זיטאמיר תרי"ד וואס האט צום סוף תפילות לשבת
עס איז דא נאך עטליכע אזעלכע סארט זאכן דארט.
למשל ביי תתיר צרורה שטייט צוגעשריבן "צרורו' עוונות עש"ה צרור עון אפרים"

דאס הייסט נישט אז די אידן זענען איינגעשפארט (פארבינדן) אין גלות ביי די שלעכטע גוים
נאר עס מיינט די עבירות...
[כאטש אוודאי עס איז אמת אז די עבירות ברענגן די צרות, אבער נישט דאס איז זייער כוונה]

דוחק פשט.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: צענזורירטע ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

א קאפי פונעם ספר 'אל העדרים' פון הרה"ק רבי עקיבא יוסף שלעזינגער זי"ע, עס איז נישט ממש צענזורירט, אבער ער האט זיך ווייזט אויס נישט געזוכט קיין צרות, דעריבער האט געשפירט פאר וויכטיג צו שטעלן א קלארקייט.
אטעטשמענטס
Screenshot 2021-09-20 035835.png
Screenshot 2021-09-20 035835.png (271.38 KiB) געזען 1018 מאל
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

ערך גלות אין "פלא יועץ"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

צ/ק
אמאל באקומט מען א גלעט פון הימל און ס'שפירט זיך גוט...

היי יאר שמחת תורה האב איך געהאט א הרהור אז איך האב שוין לאנג נישט קובע געווען קיין שיעור אין א מוסר ספר, און איך האב באשלאסן צו אנהייבן דעם ספר "פלא יועץ" (א ספר וואס איך האב שוין מער ווי איינמאל דורכגעלערנט. דאס ערשטע מאל איז געווען אלס חתן, כ'געדענק דעם גוטן טעם וואס איך האב דאן געשפירט דערין. דער ספר איז געשריבן אויף א לייכטע שפראך, מיט מליצות אריינגעפלאכטן און זאפטיגע שפריכווערטער וואס געבן צו אפעטיט צו לערנען ווייטער).

איך לערן דערין טעגליך צווישן 5 און 7 מינוט, וואס קומט אויס צו איין-צוויי עמודים פונעם ספר.

וויבאלד מיין אינגעל האט מיר אוועקגענומען דעם ספר נאך אפאר טעג, וויבאלד דער רבי אין חדר האט פארלאנגט מען זאל ברענגען א "פלא יועץ", האב איך אראפגעלאדנט אן אלטע דרוק דערפון פון "היברו בוקס" און דאס געשטעלט אויפ'ן דעסק-טאפ און געלערנט אויפ'ן קאמפיוטער (אדער טאקע אין שול אין א הארטע ספר).

נאך א הקדמה צום גלעט...

אין א פארזוך צו לערנען יעדן טאג כאטש צוויי שעה (צו פארדאנקען די התעוררות ארום ר' שרגא געשטעטנער ז"ל און 'קבעתי.ארג'), האב איך אנגעהויבן רעכענען אויך די צייט פון קריאת התורה שבת אין שול. אבער וויבאלד דאס איז דאך לעכעריג, האב איך מיך קובע געווען צו בליקן אין "בעל הטורים" בין גברא לגברא.

דעם שבת האב איך געדאוונט אין אן אנדערע שול, און דארט האב איך נישט געטראפן קיין חומש מיט "בעל הטורים", האב איך גענומען א "פלא יועץ" פון שאפע און געמאכט דעם חשבון אז די 5-7 מינוט פון די מי שברך'ס וועט זיך פיין צוזאמפארן מיט די 5-7 מינוט פון לערנען מוסר - א שידוך געמאכט אין הימל.

איך עפן אויף דעם ספר צו ערך "גלות" - וואו איך האב פרייטאג געענדיגט לערנען אויף מיין קאמפיוטער, זיך רישנדיג צו גיין ווייטער צו ערך "גלגול" וואס קומט דערנאך, און איך באמערקט אז ערך "גלות" איז היבש לאנג... אסאך לענגער ווי איך געדענק פון מיין מאשין...

א בליק אריין צייגט מיר אז מאיזה סיבה איז ארויסגעפאלן (אדער ארויסגענומען געווארן דורך די צענזור) א לענגערע שמועס איבער דער חילוק צווישן גלות אדום און גלות ישמעאל... וואס ווען נישט איך נעם פונקט היינט דעם ספר אין שול, וואלט איך נישט געוואוסט אפילו וואס עס פעלט מיר.

איך רעד מיך איין אז דער מחבר פון פלא יועץ האט הנאה אז איך לערן דעם ספר, און האט מיר באצווינגען צו ארויסנעמען דעם הארטן ספר פון שאפע און אויך לערנען דעם ענין וואס דער עלטערער דרוק האט אויסגעלאזט מאיזה סיבה שיהי'.

פיינע גלעט געווען ב"ה.
אוועטאר
קאפיבארא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 5:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפיבארא »

@לכאורה ס'איז א גוטער געפיל! דערמאנט מיר אסאך מאל וואס איך האב עס.. איך קען עס האבן פיל שטערקער, א שטייגער ווי איך האב נישט פארשטאנען א שטיקל, און 'פונקט' הער איך אזוי אגב פון די של''ס תורה א פשט אין דעם, יאפ דאס מיינט 'ויעלת חן' .. יא.. איך בין היינט געוואר געווארן אז עס איז א פסוק.. דורך חק לישנא דמזוני הוא....
בילד
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35420
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ערך גלות אין "פלא יועץ"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לכאורה האט געשריבן:איך עפן אויף דעם ספר צו ערך "גלות" - וואו איך האב פרייטאג געענדיגט לערנען אויף מיין קאמפיוטער, זיך רישנדיג צו גיין ווייטער צו ערך "גלגול" וואס קומט דערנאך, און איך באמערקט אז ערך "גלות" איז היבש לאנג... אסאך לענגער ווי איך געדענק פון מיין מאשין...

א בליק אריין צייגט מיר אז מאיזה סיבה איז ארויסגעפאלן (אדער ארויסגענומען געווארן דורך די צענזור) א לענגערע שמועס איבער דער חילוק צווישן גלות אדום און גלות ישמעאל... וואס ווען נישט איך נעם פונקט היינט דעם ספר אין שול, וואלט איך נישט געוואוסט אפילו וואס עס פעלט מיר.
.

צענזורירט:
https://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.a ... =&pgnum=58
אומצענזורירט:
https://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.a ... =&pgnum=62
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”