אין ספר מטה אשר (געדריקט אין שמלה חדשה) ברענגט ער צו, א שטיקל און ער צייכנט צו א מראה מקום נ"ש חוקת הזבח.
שוין געזיכט אין נ'חלת ש'בעה, (ווייל אין דער דרוק פון יאקאב האט ער געעפנט דעם ר"ת אלץ נחלת שבעה) און נישט געטראפן
שוין געזיכט אין חוקת הזבח, און נישט געטראפן
פרוביר איך דא, אפשר איינע פון די תלמידי חכמים דא אויף דער וועלט, וועט זיין דער גוטער שליח צו צוווייזן די ריכטיגע מראה מקום
- שמלה חדשה - מטה אשר בהערה.bmp (516.68 KiB) געזען 1008 מאל
און אז איך רעד שוין
אין מטה אשר ברענגט ער פול מאל צו א מראי מקום בית אברהם בקונ"י, זוך איך דער ת"ח וואס וועט מיר קענען ענטפערן וואס בקונ"י מאכט, און וואו איז דער מראי מקום (סתם אין ספרי 'בית אברהם' וואס איז דא אויף אוצר החכמה טרעף איך דאס נישט).