נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmn »

אמרי חי האט געשריבן:
די חילוק איז לכאורה זייער פשוט:

דער עלטערער דור באדארף נישט אזוי שטארק ס׳זאל זיין ממש אראפגעלייגט יעדע פרט ופרט מיט פול קאלער, פאר זיי איז גענוג איינמאל זיי דערמאנען זיך פארשידענע קאפיטלען פון יענע געהויבענע תקופות, און זייערע טיף באהאלטענע מוח קעמערלעך עפנט זיך כמעיין המתגבר און זיי שפירן ווי זיי לעבן עס יעצט פריש איבער, הייבן זיי אן פריש פארציילן זיסע זכרונות זיי הייבן אן צולייגן וואס סיי אליינס האבן טאקע מיטגעהאלטן וכולהו, דערפאר האבן זיי אזוי הנאה און זיי שפרונגען ווען זיי ליינען עס, ס׳איז כל כולו א אוצר בלום פאר זיי.

משא״כ רוב דער יונגערע דור האט דאך נישט קיין השגה קיין כי זה הוא פון וואס מ׳רעדט דא, טייל האבן זיך אריינגעלייגט דערין ראשם ורובם צו פארשטיין און אויספרעגן אסאך עלטערע אידן ביי אסאך אנדערע געלעגנהייטן און פרובירן אריינטאנען אין זייער היסטארישע זכרונות האבן זיי אביסל ארויס די זאך און זיי פארשטייען גאנץ גוט צו די הייסע סחורה עכ״ז איז עס אפס קצהו תראה.

דערפאר בלויז אויב דער שרייבער לייגט אראפ א מייסטערווערק פון די געשיכטע און דעקט פילפארביג מיט דעטאלירטע זכרונות און אונטערוויוס פון אלע פרטים ארום יעדע אסיפה, יעדע מחאה, יעדע קו״ק, יעדע תקנה, מיט אלע שקלא׳ס וטריא׳ס ארום וויאזוי התאחדות האט זיך געפירט אין יענע יארן אלס א העכסט ארויפגערוקטע רבנישע קערפערשאפט און מ׳קען דעקן גענוי וואס יעדער רב האט געהאלטן ביי יעדע מערכה ביז מ׳איז געקומען זיך צו פארגלייכן לעמק השוה, און וויאזוי רביה״ק האט געפירט התאחדות מיט אזא געניטשאפט צוזאמענצוהאלטן אלע רבנים פון אלע שיכטן און קרייזן לפונדק אחד, נאר דאן קען ער אנהייבן פארשטיין וואס דעמאלט האט זיך אפגעטוהן און וויאזוי די וועלט האט דעמאלט אויסגעקוקט, מ׳באגרייפט וואס האט געמיינט א אמאליגער רב זיין יראת שמים זיין כוח ההוראה זיין אחריות פארן ציבור בלויז דעמאלט ווערט עס אים העכסט אינטרעסאנט.

משא״כ סתם דורכלויפן בלעטער נאך בלעטער מיט קורצע געדעקטע געשיכטעס כאטש עס איז באגלייט מיט היסטארישע און רייכע דאקומענטן שפירן זיי נישט ווי עס רעדט צו זיי עפעס ספעציעל עס איז נישט אזוי שפאנענד פארן ׳ליינער׳ וואס זיצט אויפן קאוטש (דערפאר זענען די דאקומענטן אויך אביסל צו קליין) אבער פארן ׳מיטלעבער/פארשטייער׳ פאסירט גאר עפעס אנדערש בשעת מעשה…

לכאורה האט דער ספר נישט געזוכט צו זיין ״דער התאחדות הרבנים ספר״ וואס דאן קען מען מסתם זיכער מאכן דערפון עטליכע בענדער אפילו בלויז ביז תשל״ט אויב התאחדות זאל עס אליינס טוהן און גוט שילדערן יעדע איינציגסטע מערכה פילפארביג אראפלייגן שפאנענד און צוציענד אודאי וועט דער יונגערער דור דאס גיט פארשטיין און טרונקען מיט זאפטיגע דורשט, בס״ה לויפט ער דא דורך ר׳ שבתי מרדכי׳ס לעבן און בארירט יעדע מעמד אויפן שפיץ גאפל לויט זיינע פערזענליכע פעולות און אויפטוהן.
איך וועל זאגן אלס יונגער לייענער אשר לא ידע את יוסף, מיין בליק איבער די ספר "כד עייל שבתי":


וזה החלי איך בין אייביג געווען די טייפ וואס האט ליב געהאט צו לייענען פון די היסטאריע פון אמאל בפרט פון די איבערפלאנצונג פון אידישקייט אין אמעריקע, און אין היסטאריע פונען רבין במילא רעד איך נאר פאר יונגע מענטשען וואס זענען אינטערעסירט אין היסטאריע.

און איך קען זאגן בפה מלא אז אין דעם ספר הנ"ל האב איך געטראפען מה שאהבה נפשי באמת אינטערעסאנטע היסטארישע ידיעות אין יסודות פונעם רבין אויף א קורצע און באלערענדע וועג, נישט קריכעדיג אלע זייטען זאכען וואס זענען נישט מעלה ומוריד, נאר טאא דע פוינט, (איך וויל נישט רעדן פון אסאך אנדערע ביכלעך, און ארטיקלען, וואס זענען מאריך מיט באבע פאקטען וואס מאכט עס ווי א לאנגווייליגע ביכל מיט נארישע קרישקעלעך).

און והעיקר שכחתי אז די ספר איז באצירט מיט האראויפשטעלענדע דאקומענטען וואס פאר די וואס ליגען אביסעל אין די ענינים איז די תענוג פון דעם ממש ווי די געווירצען (לשבר את האזון...), עס ליגט דערין אוצרות פון פראטאקלן, און אינסייד דאקומענטען וואס איז קראנק צו ווערן.

ווער עס פארשטייט פארשטייט וואס קען איך אייך מסביר'ען.
אוועטאר
פריש פון פריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 24, 2022 5:21 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריש פון פריש »

mmn האט געשריבן:
וזה החלי איך בין אייביג געווען די טייפ וואס האט ליב געהאט צו לייענען פון די היסטאריע פון אמאל בפרט פון די איבערפלאנצונג פון אידישקייט אין אמעריקע, און אין היסטאריע פונען רבין במילא רעד איך נאר פאר יונגע מענטשען וואס זענען אינטערעסירט אין היסטאריע.

און איך קען זאגן בפה מלא אז אין דעם ספר הנ"ל האב איך געטראפען מה שאהבה נפשי באמת אינטערעסאנטע היסטארישע ידיעות אין יסודות פונעם רבין אויף א קורצע און באלערענדע וועג, נישט קריכעדיג אלע זייטען זאכען וואס זענען נישט מעלה ומוריד, נאר טאא דע פוינט, (איך וויל נישט רעדן פון אסאך אנדערע ביכלעך, און ארטיקלען, וואס זענען מאריך מיט באבע פאקטען וואס מאכט עס ווי א לאנגווייליגע ביכל מיט נארישע קרישקעלעך).

און והעיקר שכחתי אז די ספר איז באצירט מיט האראויפשטעלענדע דאקומענטען וואס פאר די וואס ליגען אביסעל אין די ענינים איז די תענוג פון דעם ממש ווי די געווירצען (לשבר את האזון...), עס ליגט דערין אוצרות פון פראטאקלן, און אינסייד דאקומענטען וואס איז קראנק צו ווערן.

ווער עס פארשטייט פארשטייט וואס קען איך אייך מסביר'ען.
איך האלט גענוי אזוי פאר די אלע וואס ווילן קענען גוט היסטאריע זאלן דאס קויפען און אדורכליינען עס וועט זיין כמים קרים על נפש עייפה, משא"כ די קענען נישט די אמליגע היסטאריע וועלן נישט פארשטיין די שיינקייט פון די ביכל,

אגב פרעגעט עני עלטערע איד בנוגע תשרי בצל הקודש רבהי"ק מסאטמאר זמלה"ה וועט ער אנהייבען רעדן מיט אזא בענקשאפט, און וועט זיך נישט אפשטעלן רעדן (פונקט נעכטען געטראפען אזא איד, האט ער אנגהויבען צו רעדן פון די זעקס מענטשען וואס זענען געווען און זיין זיץ, די קול פונעם רבי'ן וואס מען האט געהערט און די גאנצע ביהמ"ד כאטשיג די רבי איז שוין נישט געווען נישט געזונט)
פרישער פון פריש איז אייביג גוט צו זיין, עס ברענגט נאר פרישקייט!!!!
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע: פה אשב

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

כ'בין נישט דער גרויסער חובב ספרים אבער דאס האב כ'מיך פשוט נישט געקענט איינהאלטן און יא געקויפט און כ'קען זאגן בפה מלא אז יא א יעדע דאלער פון דעם הערליכן ספר האט זיך אויסגעצאלט אפאר מאל! די פאר טאג פון כ'האב עס געקויפט האב כ'עס נישט אראפגעלייגט ביז כ'האב עס גענדיגט ביזן סוף! ספעציעל האט מיר געכאפט דער חלק פון די מסירת נפש פונעם ערשטן דור צי אראפשטעלן יסודות אויף פשוטע זאכן א שטייגער ווי כשרות ווי ר שבתי מרדכי האט איבערגעדרייט וועלטן אויסצופירן זאכן וואס ס'איז אפ' היינט שווער צי אויספירן ווי ער האט פארהאנדעלט מיט די העכסטע פענסטערס און באוויזן אויסציפירן געזעצן און סענאט וכו. און די ווייטקייט וואס זיי האבן געמוזט אנהאלטן פון די גאס זיך צי קענען האלטן. זאכן וואס היינט איז פשוט און מיר עסן נאך די פירות דערפון! און דעמאלטס תיכף נאכן קריג האט דאס אלעס די רבי געטראגן על לבו הטהור און פארשטייט זיך די געטריישאפט פון ר שבתי מרדכי אויסצופירן דעם רבינס רצון. דעם ספר האט מיך אריינגעטראגן אין א נייע וועלט צי אביסל ארויסהאבן און פארשטיין וואס ס'מיינט דעס וואס מיינע רבי'ס האבן אלץ געזאגט אז די רבי האט אויפגעשטעלט יודישקייט נאכן קריג!!!
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא(ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)
______________________________________________________
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אלטע שרייבער האט געשריבן:
כ'בין נישט דער גרויסער חובב ספרים אבער דאס האב כ'מיך פשוט נישט געקענט איינהאלטן און יא געקויפט און כ'קען זאגן בפה מלא אז יא א יעדע דאלער פון דעם הערליכן ספר האט זיך אויסגעצאלט אפאר מאל! די פאר טאג פון כ'האב עס געקויפט האב כ'עס נישט אראפגעלייגט ביז כ'האב עס גענדיגט ביזן סוף! ספעציעל האט מיר געכאפט דער חלק פון די מסירת נפש פונעם ערשטן דור צי אראפשטעלן יסודות אויף פשוטע זאכן א שטייגער ווי כשרות ווי ר שבתי מרדכי האט איבערגעדרייט וועלטן אויסצופירן זאכן וואס ס'איז אפ' היינט שווער צי אויספירן ווי ער האט פארהאנדעלט מיט די העכסטע פענסטערס און באוויזן אויסציפירן געזעצן און סענאט וכו. און די ווייטקייט וואס זיי האבן געמוזט אנהאלטן פון די גאס זיך צי קענען האלטן. זאכן וואס היינט איז פשוט און מיר עסן נאך די פירות דערפון! און דעמאלטס תיכף נאכן קריג האט דאס אלעס די רבי געטראגן על לבו הטהור און פארשטייט זיך די געטריישאפט פון ר שבתי מרדכי אויסצופירן דעם רבינס רצון. דעם ספר האט מיך אריינגעטראגן אין א נייע וועלט צי אביסל ארויסהאבן און פארשטיין וואס ס'מיינט דעס וואס מיינע רבי'ס האבן אלץ געזאגט אז די רבי האט אויפגעשטעלט יודישקייט נאכן קריג!!!
שטארקע דיבורים

גא"מ
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

גא"מ צו די אלע תגובות, לא נראה כבושם הזה!

עס טראגט אריין אין א אנדערע וועלט, און אלעס אבער אלעס איז געשריבן מיט אזא פונקטלעכקייט, מיט די דאקומענטן.

איך גלייב אז ווען דאס וואלט געווען א פנימי ספר וואלט עס געהאט א גוטע 3-4 בענדער...
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
אוועטאר
כוחו בפה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:04 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כוחו בפה »

World Champion האט געשריבן:
גא"מ צו די אלע תגובות, לא נראה כבושם הזה!

עס טראגט אריין אין א אנדערע וועלט, און אלעס אבער אלעס איז געשריבן מיט אזא פונקטלעכקייט, מיט די דאקומענטן.

איך גלייב אז ווען דאס וואלט געווען א פנימי ספר וואלט עס געהאט א גוטע 3-4 בענדער...
איך בין אזא איינער וואס איז זייער איטערעסירט אין היסטאריע,
און די אלע מערכות פון התאח"ר איז מיך נאך נישט געווען באקאנט, און פון די ספר האב איך באקומען א מורא'דיגע קלארקייט פון די פעולות פון התאח"ר וואס איז געווארן געפירט ביד רמה דורך ר' שבתי מרדכי, איך האב אלץ געהערט אז דער רבי האט זייער מעריץ געווען און זיך פארלאזט אויף ר' שבתי מרדכי, יעצט פארשטיי איך אביסעל פארוואס.
שאץ נישט אונטער אייער כוחו של פה, יא איר קענט ביג טיים
אוועטאר
בלומענטאל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:44 am

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומענטאל »

זע איך יעצט אז דער ספר "כד עייל שבתי" איז דא צו באקומען אין יעדן שמש שטובל ביי די יו"ט ביכער, איטס אמעזינג ווי דעס האט אויפגעפיקט, און ווען איך האב דאס געזען דאס ערשטע מאל האב איך תיכף געהאלטן אז דאס גייט זיין א היט פון א ביכל, וואס גייט שנעל ווערן צוכאפט.
איך בין העררע בלומענטאל פארשטאנטא?
מרדכי הכהן
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרדכי הכהן »

די נאמען פון די מעשה איז: "מיין חול המועד האלטן מיט'ן נייעם ביכל..."

שוין עטליכע יאר וואס כ'האב איינגעפירט א מנהג הגון, כ'קויף נישט קיין שום מאגאזינען אויף יום טוב.

אנשטאט ספענדן דרייצן דאלער פאר דריי מאגאזינען, מיט אויפגעבלאזענע בילדער און עדס, און וואס גייט אין גארבידזש א וואך נאך יום טוב, צאל איך דאס זעלבע געלט פאר א גוטע ביכל וואס עס ליגט דערינען געווענליך יארן פון סורטש ארבעט, שרייבן און רעדאקטירן, בילדער און דאקומענטן, און ס'בלייבט נאך אין שטוב פאר א רעיני דעי.

געווענליך קויף איך א ביכל אויף לשה"ק, פשוט ווייל אויף אידיש קומט זעלטן ארויס געהעריגע באארבעטע ביכלעך. פאריגן חול המועד האב איך צ.ב.ש. געקויפט דעם ספר הנפלא "במחיצת ר' גדל", פון דעם גערער משגיח ר' גד'ל אייזנער, דאס איז א מאסט ריעד און סגייט נישט אזוי שנעל ארויס פון זכרון.

דעם סוכות איז יא באשטימט געווארן פאר א אידישן ביכל, כד עייל שבתי, און לשבחה יאמר אז ס'איז געווען זייער א געשמאקע חול המועד פארברענג... ווי אסאך האבן שוין געשריבן, עס ליינט זיך זייער פליסיג און רואיג, שיין צעטיילט די פרקים לויט אלע סארט ענינים, גוטע קעפלעך און אונטער-קעפלעך, און ס'איז פול מיט ידיעות איבער דאס לעבן און שאפן פון די שארית הפליטה אין די כ' ל' יארן און די פעולות פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע למען הכלל אין יענע יארן.

אפילו די פערזענליכע לעבנס געשיכטע פון ר' שבתי מרדכי איז באלערנד, הגם כ'בין נישט קיין שום קרוב צו דעם איד, אבער ער האט זייער אינטערסאנטע זכרונות פון זיינע בחורי'שע יארן ביים עצי חיים און ביים רבי'ן אין ישיבה. ס'איז עמאציאנאל צו ליינען וויאזוי דער רבי האט אים געשיקט דריי מאל מיט א שליחות צו די רעביצין ע"ה נאך די פטירה פון די טאכטער רחל ע"ה אז זי זאל נשיט פארגעסן ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט...

קען זיין ס'איז באקאנטע זאכן אבער פאר מיר עכ"פ איז געווען א נייעס די הינטערגרונד פון די לאגערן אין עסטרייך.

כ'האב אלס געוואוסט אז ס'איז געווען אסאך אידן און גאנצע משפחות וואס זענען געבליבן לעבן אין די עסטרייכישע לאגערן, ביינונז אין סאטמאר איז געווען ר' משה אלי' עסטרייכער און די קינדער, ר' יצחק גאלדבערגער מיט די קינדער, אשת ר' נפתלי אינדיג און נאך. אפיציעל פלעגט זיין די ניגון אז פארטיזאנער האבן באמבארדירט די שינעס, אבער דער ביכל ברענגט פון קראנטע מקורות אז דאס איז געווען א קונצליך מאנעווירטע הצלה פלאן דורך הגה"צ רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל וואס האט באוויזן צו אפראטעווען אזויפיל אידן, אן נעמען קרעדיט דערויף.

די קאפיטלען פון התאחדות הרבנים און אלע מערכות... סאום האו באווייזט ער צו דעקן כמות פון דרייסיג קריטישע יאר און דאס אריינשטופן אין איין מצומם'דיגע באנד... דו באקומסט ביי יעדע מאורע, יעדע אסיפה, יעדע פראטעסט, אלע בעיסיק פרטים, שיין געשילדערט אז מ'זאל ארויסהאבן דאס בילד, אבער נישט צופיל מאריך געווען, נישט צו פארלירן די פאקוס...
איין זאך וואס איז מסתם די גולת הכותרת פון דעם ביכל איז דער אוצר פון דאקומענטן וואס ליגט באהאלטן צווישן די בלעטער, ס'איז אביסל צו קליין, מעג ווען זיין גרעסער און מער ליינבאר, אבער אז מען טוט זיך אויס די גלעזער און מען באטראכט די דאקומענטן פון דער נאנט איז דא אסאך גוטע סחורה...

אויף עמוד קע"ג האבן מיר א האנט געשריבענע פראטאקאל אז התאחדות נעמט אויף די חשוב'ע אברכים זיי זאלן אנהויבן נעמען שימוש, הגאוה"צ רבי מנחם זכרי' זילבער, רבי יוסף טייטלבוים (ווער אידאס?), ר' שלמה יהודה וויינבערגער, און רבי יקותיאל יהודה פילאפ.

אויך הגאונים רבי שמשון צינער, רבי שמעלקא פרידמאן, ר' נטע ווייס (וועלכע? ), ר' משה מאיר בריעף, באקומען אויך ערלויבעניש צו זיצן עבור שימוש.

אין א דאקומענט שפעטער, פון אן אסיפה א' וילך תשל"ז, אין שטוב פון פאפא רב ז"ל, נעמט מען אפיציעל אויף הגאוה"צ רבי מנחם זכרי' זילבער און רבי יקותיאל יהודה פילאפ אלס מורי צדק, נישט איידער דער פאפער רב שטעלט זיי אויפ'ן צימבל מיט שאלות איבער מראות.

עס ווערט דארט אויסגערעכנט אז הגרז"ל פילאפ שליט"א האט באקומען הוראה פון הגה"צ רמ"א פריינד, הגר"א לייטנער, קאפיש און הגר"ש וואזנער בעל שבט הלוי. נישט געוואוסט דאס.

אויף עמוד רל"ה ביי אן אסיפה איז דא אן אומבאקאנט בילד וואו מ'זעט אדמור מהר"א מסאטמאר זיצט נעבן זיין רבי דער דיין ר' ישראל חיים מנשה ז"ל, אויף רל"ט זיצט ער נעבן זיין ברודער ר' שלום אליעזר אלס בחור, אויף רל"ג דארף מען צו זען אדמו"ר מהרי"י אלס קליין בחור'ל ביי א פראטעסט, ס'איז נאר פשוט נישט קלאר אזוי אז ער קען מיך סייווי איינרעדן וואס ער וויל...

די מעשה פון עמוד רי"ב וויאזוי התאחדות האט געראטעוועט דאס אויפגראבן די מערת המכפילה, מאכט עפעס נישט קיין טראפ סענס אין מיינע אויגן. ער ברענגט טאקע אויסצוגן פון דער איד בימים ההם און א בריוו פון דעם ירדנ'ער קעניג, אבער שווער צו גלייבן אז ס'איז ממש געווען א פלאן צו אויפגראבן די מערת המכפילה און נאר די קליינע התאחדות הרבנים פון וויליאמסבורג האט דאס אין די לעצטע מינוט פארמיטן...


עמוד רכ"ג איז דא זייער אן אינטערסאנטע בריוו פון שארמאש רב, דער דיין ר' ישראל חיים מנשה און דער קארלסבורגער רב, אדרעסירט צו ר' יוסף ובנו ר' יחזקאל וויינשטאק אז זיי דארפן ענדערש גיין זיצן אין תפיסה, נישט צו מסר'ן א צווייטן איד. א שיינעם שמועס מיט ר' יחזקאל איבער זיין טורמע טערמין.


די בילדער פון דעם תשל"ד פראטעסט אויף עמוד רצ"ח איז חול המועד, אבער ממש רוב עולם גייט מיט די היטן, אפילו ר' נתן יוסף, בלויז דער וואוידיסלאווער רב מיט נאך עטליכע זקנים גייט א שטריימל. ס'איז געווען אן אנדערע וועלט... מ'האט געוואוסט אז מ'גייט קיין מאנהעטן קען מען נישט אנטון דעם שטריימל, דער גוי וועט אונז דאך אנקוקן ווי משוגע...

שיינע אומבאקאנטע בילדער אויף עמו' רפ"ד פון א פראטעסט מיט ר' יחזקאל'ע מערץ מיט זיין בטלני'שע טראגע. די ליטווישע גדולים ר' משה פיינשטיין, רבי אברהם קאלמאנאוויטש אן די היט...

דער כינוס הכללי איז זייער לעבעדיג באשריבן, ס'קען זיך דוכטן אז מען האלט עס מיט לייוו מיט אלע בילדער און דאקומענטן. אין די רעזולוציעס פון דעם כינוס סימן ז' פארלאנגט התאחדות אז די שטיצע פון די רעגירונג פאר רעליגיעזע שולעס זאל קומען דירעקט דורך א רעגירונג אגענטור אן קיין שום שום זייטיגער פארמיטלונג!

צען יאר שפעטער ביי דעם כינוס פון תשל"א, עמוד שס"ח, שטייט נאר שארפער אז "דער כינוס אפעלירט צו גאוו. ראקעפעלער אונטער צו שרייבן בילס וועלכע וועלן ערמעגליכן סטעיט שטיצע פאר ישיבות און דערמיט העלפן דעם שווערן מצב אין וועלכע אלע חרד'ישע מוסדות התורה והחינוך געפינען זיך יעצט".
גיי פארצייל דאס היינט...


אויף עמוד שנ"ו איז דא א בילד פון א בריוו וואס דער רבי האט פארגעשריבן בכתב יד קדשו, אבער דערנאך איז עס ערשינען אלס אן אפיציעלער בריוו פון התאחדות מיט די חתימה פונעם שארמאשער רב. זעהט אויס דער רבי האט געהאלטן אז די התאחדות וועט האבן מער א השפעה אויף די גאס.


א חידוש אז דער רבי האט דייקא געוואלט האבן די חתימות פון צוויי יונגע רבנים קעגן די בחירות, דער ספינקער רבי, רבי הערשעלע זצ"ל, און דער ביקסאדער רבי.

אין עמוד תמ"ט דער בריוו צו די ניו יארק טיימס שטעלט אוועק א קלאסישע נארמאלע סאטמאר... מיר האבן קאלעדזש פראפעסארן, סייענטיסטן, שרייבער און פילאזאפירער, ביזנעסלייט, נישט סתם א קנאי'שע הייפעלע פון עקסטרעמיסטן...


אין עמוד תנ"ז האבן מיר א לעבעדיגע שילדערונג פון א "קהל'ס מיטינג" בימים ההם, וואו ס'ווערט באשטימט אז דער רבי וויל האבן רבי ישראל חיים מנשה זצ"ל פאר מורה הוראה און יבלחט"א רבי געציל שליט"א זאל נעמען הוראה פון אים. אויפ'ן צעטל ווערט אויסגערעכנט אלע באטייליגטע, קהל'ס לייט. אלעס איז געווען זייער אפיציעל און עמטליך. נישט ווי היינט.


אין דעם לעצטן קאפיטל איז דא א גוטע הוראה בשם ר' אברהם'לע פאלקאוויטש וואס האט געפרעגט דעם שינאווער רב צי ער מעג נוצן מעשר געלט אויף צו פארן צו א צדיק, ווען דער שינאווער רב האט אים געפרעגט וועלכן רבי'ן ער מיינט, האט ר' אברהם'לע געזאגט: "צום רב"... האט אים דער שינאווער רב געזאגט: "פארן יא, אבער שטעלן מעהד נישט". דער רבי האט שפעטער איבערגעהערט די מעשה פון בנו ר' אפרים פאלקאוויטש און האט דאס מקבל געווען.

צום סוף פון די ביכל איז דא א טוץ פון פראטאקאלן וואס מדארף זיך אראפנעמען די צייט צו דורכקוקן. מ'קען דארט געפינען פנינים יקרים...

ביי די אסיפה פון תשי"ט איז דא א גאנצע טענה'ריי צו מ'זאל מאכן כוללים פאר אינגעלייט זיך צו משלים זיין בהוראה... הרב שפירא קיוויאשד איז זיך מתנגד, שאפראנער רב צייגט אן אויף דעם "אי התועלת" פון מייסד זיין כוללים, קראסנער רב איז אויך נישט אזוי צופרידן, און וואוידיסלאווער רב זאגט אז קודם דארף מען מחנך זיין די בחורים זאלן מסכים זיין צו לעבן א כולל שטייגער...

ווידעראום רבי אשר באב"ד, הרב כ"ץ סאמבאטלי, דער ברך משה, זענען יא שטארק תומך דעם רעיון.
זעהט אויס אז זיי האבן למעשה געווינען. פוק חזי מה עמא דבר...

ביי אן אנדערע אסיפה איז דער קאשויער רב מעורר אז מ'זאל ארויסשטעלן א מודעה קעגן די איבערגעטריבענע אויפרייסערישע בר מצות... דער ברך משה איז תומך די הצעה. הרב באב"ד פעסט זאגט אז קודם דארפן די רבנים צוימען זייערע שמחות קשוט עצמך תחלה ואח"כ קשוט אחרים.. אבער הרב י"א אייכנשטיין קיוויאשד ענטפערט דערויף אז די רבנים דארפן עס האבן פאר די פרנסה... האט עס אן אנדערע הלכה...

ביי די זעלבע אסיפה באקלאגט זיך דער קאשויער רב אויף דעם חיי דוחק פון פרומע משפחות וואס צוליב דעם דחקות קומט מען צו מכשולות פון מ.ה. בדרך איסור, ער שלאגט פאר אז מען זאל מאכן השתדלות ביי די גאווערמענט זאל טיילן גרויסע געלטער פאר קינדער געבענטשטע משפחות... אסאך זענען מפקפק אויף די הצעה אבער שאפראנער רב האלט אז אלס א חרדי'שע ארגאניזאציע קען מען יא עפעס טון דערוועגן.

ווינטער תש"כ ביי אן אסיפה שרייבט דער פראטאקאל: "לשאול מאת כ"ק אדמו"ר שליט"א הנשיא אם מסכים להמחיר שיעלה משני סענט לג' סענט לפלאמבע"... אנדערע וועלט געווען...
איין פראטאקאל דערמאנט "אודות המולי"ם ספרים ובהם מכתבים והסכמות מרבנים מזרחיים וציונים, הוחלט (בהצעת הרב מפאלטישאן שליט"א) לכתוב מכתב מחאה"...

אין יאר תשכ"א פאדערט סקולענער רבי אז מען זאל מאכן אפיעלס פאר די רומענישע אידן. קוים איז דער צדיק ארויס פון דארט מיט'ן לעבן און ער רודערט שוין ביי התאחדות צו העלפן זיינע ברודער.

בעפאר די מחאה אין יאר תשכ"ב איז דא א החלטה לדבר עם כל הרבנים והאדמורי"ם המפורסמים כמו ליובאוויטש, סקווער, באבוב וכו'... נאכדעם איז דא א פונטקליכע ליסטע וועלכע רב פון התאחדות זאל רעדן מיט וועלכע ליטווישע ראש ישיבה...

אין יאר תשכ"ג איז דא א פלאן צו רעדן מיט מעיאר וואגנער אז ער זאל מאכן איין וואגאן אין די טרעינס בלויז פאר מענער... א מהדרין טרעין...

ביי א אסיפה אין תשכ"ו ווילן עטליכע רבנים ארויסגעבן א מחאה קעגן מאכן פיקטשערס ביי חתונות, אבער דער ברך משה זאגט אז דאס וועט נישט ארבעטן, ער איז מציע אז די רבנים זאלן פריוואט מעורר זיין. עס ווערט א גאנצע דוסקוסיע און דער באטערער רב וואונדערט זיך אויף דעם גאנצן דיון, מיר ווייסן דאך אז פיקטשערס איז שורה א רוח טומאה, דארף מען דאך זיכער ארויסגיין דערקעגן...

אין יאר תש"ל, בעפאר די כינוס הכללי, ביי אן אסיפה אין שטוב פון צעהלים'ער רב איבער די נושאים וואס מען זאל רעדן ביים כינוס. הגרנ"י מייזעלס שלאגט פאר אז מען זאל רעדן אודות ליובאוויטש, אבער ס'איז געבליבן אז "לא החליטו"...

בכלליות זענען די פראטאקאלן אנגעפולט מיט אלע ערליי קאלירפולע טעמעס, אנגעהויבן פון די חילול שבת צייטונגען, כשרות, זאלץ און צוקער, מקוואות טהרה, פרצות הדת, און וואס נישט.

אוועראלל איז עס א שיינע דזשורני – פופציג זעכציג יאר ריווערס. ווארט מיר שוין אויף די קומענדיגע באנד...
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

ר' מרדכי האסט עס אנגעכאפט ביים קאריק, הערליך מייסטערהאפטיג שיין ארויסגעברענגט!!!

ווען קומט שוין ארויס חלק ב'?
100% זיכער נישט קיין שום ספק
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מרדכי הכהן האט געשריבן:

אויף עמוד קע"ג האבן מיר א האנט געשריבענע פראטאקאל אז התאחדות נעמט אויף די חשוב'ע אברכים זיי זאלן אנהויבן נעמען שימוש, הגאוה"צ רבי מנחם זכרי' זילבער, רבי יוסף טייטלבוים (ווער אידאס?), ר' שלמה יהודה וויינבערגער, און רבי יקותיאל יהודה פילאפ.

אויך הגאונים רבי שמשון צינער, רבי שמעלקא פרידמאן, ר' נטע ווייס (וועלכע? ), ר' משה מאיר בריעף, באקומען אויך ערלויבעניש צו זיצן עבור שימוש.
כ'ווינדער זיך אויף די פראגן.

ר' יאסל ב"ר חנא, רב דקהל נעפלעמיץ
ר' נטע ווייס, איז לכאורה הרה"ג ר' נטע בן הרה"ח ר' יקותיאל וחתן הגה"ח ר' יעקב חיים אמסל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
כוחו בפה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:04 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כוחו בפה »

די מעשה פון עמוד רי"ב וויאזוי התאחדות האט געראטעוועט דאס אויפגראבן די מערת המכפילה, מאכט עפעס נישט קיין טראפ סענס אין מיינע אויגן. ער ברענגט טאקע אויסצוגן פון דער איד בימים ההם און א בריוו פון דעם ירדנ'ער קעניג, אבער שווער צו גלייבן אז ס'איז ממש געווען א פלאן צו אויפגראבן די מערת המכפילה און נאר די קליינע התאחדות הרבנים פון וויליאמסבורג האט דאס אין די לעצטע מינוט פארמיטן...


צום סוף פון די ביכל איז דא א טוץ פון פראטאקאלן וואס מדארף זיך אראפנעמען די צייט צו דורכקוקן. מ'קען דארט געפינען פנינים יקרים...

בכלליות זענען די פראטאקאלן אנגעפולט מיט אלע ערליי קאלירפולע טעמעס, אנגעהויבן פון די חילול שבת צייטונגען, כשרות, זאלץ און צוקער, מקוואות טהרה, פרצות הדת, און וואס נישט.

אוועראלל איז עס א שיינע דזשורני – פופציג זעכציג יאר ריווערס. ווארט מיר שוין אויף די קומענדיגע באנד...




הרב הכהן פשיהאא הערליך שיין אראפגעלייגט!!!

מיך וואונדערט נאר אז אזא היסטאריקער ווי עס זעט אויס אז איר זענט, גלייבט שווער די מעשה פון ראטעווען די מערת המכפילה? איר האט דען אן אנונג(איז דען מעגליך אז נישט?) וואספארא כוחות דער רבי זי״ע דער נשיא פון התאח״ר האט געהאט?

דער רבי האט דאך איבערגעדרייט דער וועלט כידוע פון די היסטאריע פון אמעריקע.

איך אגרי מיט אייך הונדערט פראצענט אז עס לוינט זיך צו איבערגיין און אויסטון די גלעזער פאר די היסטארישע דאקומענטען און פראטאקאלן.
גם אני מצטרף מיר ווארטן שוין אויף די קומענדיגער באנד…
שאץ נישט אונטער אייער כוחו של פה, יא איר קענט ביג טיים
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

כוחו בפה האט געשריבן:
די מעשה פון עמוד רי"ב וויאזוי התאחדות האט געראטעוועט דאס אויפגראבן די מערת המכפילה, מאכט עפעס נישט קיין טראפ סענס אין מיינע אויגן. ער ברענגט טאקע אויסצוגן פון דער איד בימים ההם און א בריוו פון דעם ירדנ'ער קעניג, אבער שווער צו גלייבן אז ס'איז ממש געווען א פלאן צו אויפגראבן די מערת המכפילה און נאר די קליינע התאחדות הרבנים פון וויליאמסבורג האט דאס אין די לעצטע מינוט פארמיטן...
לויט ווי איך געדענק באשרייבט דאס ר' סענדער דייטש ע"ה אויך אין זיין ספר בוצינא קדישא.
---
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

בשבילי נברא האט געשריבן:
כוחו בפה האט געשריבן:
די מעשה פון עמוד רי"ב וויאזוי התאחדות האט געראטעוועט דאס אויפגראבן די מערת המכפילה, מאכט עפעס נישט קיין טראפ סענס אין מיינע אויגן. ער ברענגט טאקע אויסצוגן פון דער איד בימים ההם און א בריוו פון דעם ירדנ'ער קעניג, אבער שווער צו גלייבן אז ס'איז ממש געווען א פלאן צו אויפגראבן די מערת המכפילה און נאר די קליינע התאחדות הרבנים פון וויליאמסבורג האט דאס אין די לעצטע מינוט פארמיטן...
לויט ווי איך געדענק באשרייבט דאס ר' סענדער דייטש ע"ה אויך אין זיין ספר בוצינא קדישא.
געווען זייער שיין באשריבן אין 'דער אוצר' שע"י קהל בני יואל, עטליכע יאר צוריק
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
בלומענטאל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:44 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומענטאל »

בשבילי נברא האט געשריבן:
כוחו בפה האט געשריבן:
די מעשה פון עמוד רי"ב וויאזוי התאחדות האט געראטעוועט דאס אויפגראבן די מערת המכפילה, מאכט עפעס נישט קיין טראפ סענס אין מיינע אויגן. ער ברענגט טאקע אויסצוגן פון דער איד בימים ההם און א בריוו פון דעם ירדנ'ער קעניג, אבער שווער צו גלייבן אז ס'איז ממש געווען א פלאן צו אויפגראבן די מערת המכפילה און נאר די קליינע התאחדות הרבנים פון וויליאמסבורג האט דאס אין די לעצטע מינוט פארמיטן...
לויט ווי איך געדענק באשרייבט דאס ר' סענדער דייטש ע"ה אויך אין זיין ספר בוצינא קדישא.
גא״מ
די מערכה פון מערת המכפילה איז א דבר ידוע מאוד, פאר ווער עס קען אביסעל סאטמערע היסטאריע, און נישט דאס איז די אינטערעסאנטקייט פונעם ספר
איך בין העררע בלומענטאל פארשטאנטא?
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

מרדכי הכהן האט געשריבן:


א חידוש אז דער רבי האט דייקא געוואלט האבן די חתימות פון צוויי יונגע רבנים קעגן די בחירות, דער ספינקער רבי, רבי הערשעלע זצ"ל, און דער ביקסאדער רבי.

...
דער ספינקער רבי איז דעמאלט אלט געווען גענוי פערציג יאר. ער איז געבוירן בשנת תרפ"א.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

מרדכי הכהן האט געשריבן:

ביי די אסיפה פון תשי"ט איז דא א גאנצע טענה'ריי צו מ'זאל מאכן כוללים פאר אינגעלייט זיך צו משלים זיין בהוראה... הרב שפירא קיוויאשד איז זיך מתנגד, שאפראנער רב צייגט אן אויף דעם "אי התועלת" פון מייסד זיין כוללים, קראסנער רב איז אויך נישט אזוי צופרידן, און וואוידיסלאווער רב זאגט אז קודם דארף מען מחנך זיין די בחורים זאלן מסכים זיין צו לעבן א כולל שטייגער...

ווידעראום רבי אשר באב"ד, הרב כ"ץ סאמבאטלי, דער ברך משה, זענען יא שטארק תומך דעם רעיון.
זעהט אויס אז זיי האבן למעשה געווינען. פוק חזי מה עמא דבר...
ווערט אויסגעשמועסט אין די דאקומענטן אויך די טעמים ונימוקים פון ביידע צדדים?
ס'וואלט געווען אינטערעסאנט צו זען וואס איז געווען די חילוקי דעות.
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

להודיע האט געשריבן:
מרדכי הכהן האט געשריבן:


א חידוש אז דער רבי האט דייקא געוואלט האבן די חתימות פון צוויי יונגע רבנים קעגן די בחירות, דער ספינקער רבי, רבי הערשעלע זצ"ל, און דער ביקסאדער רבי.

...
דער ספינקער רבי איז דעמאלט אלט געווען גענוי פערציג יאר. ער איז געבוירן בשנת תרפ"א.
וואס איז עס אזא גרויסער חידוש דער רבי האט דאך כמעט קיינעם נישט געהאט יענע יארן?
100% זיכער נישט קיין שום ספק
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

אלע אנדערע חותמים זענען געווען פון זעכציג און ארויף. אבער איה"נ פערציג איז נישט ממש אזוי יונג.
אוועטאר
כוחו בפה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:04 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כוחו בפה »

נישט קיין ספק האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:
מרדכי הכהן האט געשריבן:


א חידוש אז דער רבי האט דייקא געוואלט האבן די חתימות פון צוויי יונגע רבנים קעגן די בחירות, דער ספינקער רבי, רבי הערשעלע זצ"ל, און דער ביקסאדער רבי.

...
דער ספינקער רבי איז דעמאלט אלט געווען גענוי פערציג יאר. ער איז געבוירן בשנת תרפ"א.
וואס איז עס אזא גרויסער חידוש דער רבי האט דאך כמעט קיינעם נישט געהאט יענע יארן?
שאלת חכם חצי תשובה דער רבי האט דאך יענע יארן קיינעם נישט געהאט (דאס איז די חידוש) האט ער גענומען חתימות אפי' פון יונגע חשובע רבנים.
שאץ נישט אונטער אייער כוחו של פה, יא איר קענט ביג טיים
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

דער ספר לייגט אראפ אז דער רבי האט דירעקט נאר געוואלט חתימות פון עלטערע רבנים, סזאל מאכן מער א רושם. חוץ ביים ספינקער רבין האט דער רבי געמאכט אן אויסנאם און געבעטן ר' שבתי מרדכי אז ער דארף זיין חתימה.

אגב, דער טאהשער רבי האט אויך דעמאלט אונטערגעשריבן, ער איז אויך געווען יענע יארגאנג. אויך געבוירן תרפ"א.
אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmn »

מרדכי הכהן האט געשריבן:

ביי א אסיפה אין תשכ"ו ווילן עטליכע רבנים ארויסגעבן א מחאה קעגן מאכן פיקטשערס ביי חתונות, אבער דער ברך משה זאגט אז דאס וועט נישט ארבעטן, ער איז מציע אז די רבנים זאלן פריוואט מעורר זיין. עס ווערט א גאנצע דוסקוסיע און דער באטערער רב וואונדערט זיך אויף דעם גאנצן דיון, מיר ווייסן דאך אז פיקטשערס איז שורה א רוח טומאה, דארף מען דאך זיכער ארויסגיין דערקעגן...
י רבנים אין זייערע אסיפות זענען געווען מתוק מתוק למשל די א.ד. אסיפה און אזןי אויכעט אנדערע אסיפות, זייער קאפ איז געפארן אסאך אנדערש, היינט קען מען נישט פארשטיין א הו"א פון א קו"ק קעגן פיקטשערס,...

אזוי אויכעט שתדלע'ן אפיציעל פאר א מהדרין באן אין די היינטיגע ליבעראלע טמא'נע וועלט עס איז דאך " הדרת נשים. וכהנה וכהנה
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

מרדכי הכהן האט געשריבן:
די בילדער פון דעם תשל"ד פראטעסט אויף עמוד רצ"ח איז חול המועד, אבער ממש רוב עולם גייט מיט די היטן, אפילו ר' נתן יוסף, בלויז דער וואוידיסלאווער רב מיט נאך עטליכע זקנים גייט א שטריימל. ס'איז געווען אן אנדערע וועלט... מ'האט געוואוסט אז מ'גייט קיין מאנהעטן קען מען נישט אנטון דעם שטריימל, דער גוי וועט אונז דאך אנקוקן ווי משוגע...

איך געדענק אויכעט אז ווען איך האב געדארפט אמאל גיין אין מאנהעטען מיט א שטריימעל האט מיין טאטע זיכער געמאכט עס אויסצוטין, דער עלטערע דור האט געלעבט אז דער שטריימעל איז עפעס מאדנע פאר דעם גוי מער ווי די גאנצע לבוש.
100% זיכער נישט קיין שום ספק
אוועטאר
בלומענטאל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:44 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומענטאל »

[quote="מרדכי הכהן"]די נאמען פון די מעשה איז: "מיין חול המועד האלטן מיט'ן נייעם ביכל..."


עמוד רכ"ג איז דא זייער אן אינטערסאנטע בריוו פון שארמאש רב, דער דיין ר' ישראל חיים מנשה און דער קארלסבורגער רב, אדרעסירט צו ר' יוסף ובנו ר' יחזקאל וויינשטאק אז זיי דארפן ענדערש גיין זיצן אין תפיסה, נישט צו מסר'ן א צווייטן איד. א שיינעם שמועס מיט ר' יחזקאל איבער זיין טורמע טערמין.

איך האב גוט איבערגעליינט די מעשה פון ר׳ יחזקאל וויינשטאק, און איך באמת נתפעל געווארן עד כדי דמעות… פון די מסירת נפש פון ר׳ יחזקאל נישט צו מסערע׳ן, און איך באוואונדער די סייעתא דשמיא פון ר׳ שבתי מרדכי, וואס האט מיט זיין עמעראצישע ענגליש געקענט אזויפיל אויפטוען, ווילען ברעכט אייזן
איך בין העררע בלומענטאל פארשטאנטא?
אוועטאר
כוחו בפה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:04 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כוחו בפה »

[quote="מרדכי הכהן"]

אפילו די פערזענליכע לעבנס געשיכטע פון ר' שבתי מרדכי איז באלערנד, הגם כ'בין נישט קיין שום קרוב צו דעם איד, אבער ער האט זייער אינטערסאנטע זכרונות פון זיינע בחורי'שע יארן ביים עצי חיים און ביים רבי'ן אין ישיבה. ס'איז עמאציאנאל צו ליינען וויאזוי דער רבי האט אים געשיקט דריי מאל מיט א שליחות צו די רעביצין ע"ה נאך די פטירה פון די טאכטער רחל ע"ה אז זי זאל נשיט פארגעסן ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט...

איך אגרי מיט דיר אז אפילו די פערזענליכע געשיכטע פון ר' שבתי מרדכי איז זייער באלערענד, ווי למשל די שאפן שריפטען פאר הונדערטער אידן, און אין די לאגער האט ער מיט זיינע דריידעלעך קיינמאל נישט מחלל שבת געווען, און אריינגעברענגט פאר זיך און פאר אנדערע אידן תפילין, און אויכעט געהאלפן פאר אידן באקומען עסן און זיך אן עצה געבן מיט א אידישער באנדיט, און נאך די מלחמה זיך תיכף אנגעטון די חסידישע טראגע.

מען זעט באמת די דמות פון א געהויבענע חסידושער עסקן וואס מען טרעפט ווייניג יה זכרו ברוך.
שאץ נישט אונטער אייער כוחו של פה, יא איר קענט ביג טיים
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

כוחו בפה האט געשריבן:
מרדכי הכהן האט געשריבן:

אפילו די פערזענליכע לעבנס געשיכטע פון ר' שבתי מרדכי איז באלערנד, הגם כ'בין נישט קיין שום קרוב צו דעם איד, אבער ער האט זייער אינטערסאנטע זכרונות פון זיינע בחורי'שע יארן ביים עצי חיים און ביים רבי'ן אין ישיבה. ס'איז עמאציאנאל צו ליינען וויאזוי דער רבי האט אים געשיקט דריי מאל מיט א שליחות צו די רעביצין ע"ה נאך די פטירה פון די טאכטער רחל ע"ה אז זי זאל נשיט פארגעסן ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט...

איך אגרי מיט דיר אז אפילו די פערזענליכע געשיכטע פון ר' שבתי מרדכי איז זייער באלערענד, ווי למשל די שאפן שריפטען פאר הונדערטער אידן, און אין די לאגער האט ער מיט זיינע דריידעלעך קיינמאל נישט מחלל שבת געווען, און אריינגעברענגט פאר זיך און פאר אנדערע אידן תפילין, און אויכעט געהאלפן פאר אידן באקומען עסן און זיך אן עצה געבן מיט א אידישער באנדיט, און נאך די מלחמה זיך תיכף אנגעטון די חסידישע טראגע.

מען זעט באמת די דמות פון א געהויבענע חסידושער עסקן וואס מען טרעפט ווייניג יה זכרו ברוך.
100% די פערזענליכע לעבן פון ר' שבתי מרדכי איז אויכעט זייער באלערענד און אינטערעסאנט, מען לערנט ארויס אז די אמאליגע עסקנים זענען געווען באמתע ערענסטע אידן, וואס האבן געפירט אן אויסערארדענטליכע ערליכע לעבן וואס ברענגט אן עהרע.
100% זיכער נישט קיין שום ספק
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”